פינאנץ: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די מארקעט האט זיך עטוואס צוריקגעכאפט פארן מאמענט, און איז "בלויז" בערך 300 אראפ.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

למעשה האט עס צוריק אראפגעגליטשט און זיך געשלאסן ביי 25,052.83 נאכן פאלן 545.91 פונקטן אדער 2.13%

קוים 1.35% העכער פארן יאר.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז יעצט נידעריגער ווי דעמאלטס אנהויב פעברואר ווען טראמפ האט אנגעהויבן גיין ווי מען זאגט, פול MAGA.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

נישט פשוט האט געשריבן:איך בין נישט זייער באהאווענט אין די גאנצע טאנא-סומאכטע, אבער איז די טראסק געווען בעיקר אין די טעק אינדעסטרי ניין ? אויב אזוי וואס האט עס צוגעברענגט ? און וואס האט עס מיט אינטרעס ראטע ?

1 ) יא
2) קיינער ווייסט נישט
3 ) גארנישט
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך האף אז קיינער דרייט זיך נישט אונעם סטאק מארקעטס וועג ווייל עס ראולט זיך אראפ מיט א שנעלקייט, גיבטס אבאכט!

איך האב ליב א רייד :lol:
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:איך בין נישט זייער באהאווענט אין די גאנצע טאנא-סומאכטע, אבער איז די טראסק געווען בעיקר אין די טעק אינדעסטרי ניין ? אויב אזוי וואס האט עס צוגעברענגט ? און וואס האט עס מיט אינטרעס ראטע ?

1 ) יא
2) קיינער ווייסט נישט
3 ) גארנישט

היינט איז שוין די נעסדעק געפאלן די ווייניגסטע.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:איך בין נישט זייער באהאווענט אין די גאנצע טאנא-סומאכטע, אבער איז די טראסק געווען בעיקר אין די טעק אינדעסטרי ניין ? אויב אזוי וואס האט עס צוגעברענגט ? און וואס האט עס מיט אינטרעס ראטע ?

1 ) יא
2) קיינער ווייסט נישט
3 ) גארנישט

אבי גערעדט
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

גיי מיר מכבד זיין הרב נאך פונדערהיים צו שרייבן א ערקלערונג אויף זיין סטעיטמענט און וואס סענטפערט @נישט פשוט קושיא
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אז דו בעטסט אזוי שיין וועל איך עס טון מערצעשעם
אבער האו עבאוט זאלסט אויך נאר שרייבן סטעיטמענטס מיט הסברים?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

יש ברירה האט געשריבן:למעשה האט עס צוריק אראפגעגליטשט און זיך געשלאסן ביי 25,052.83 נאכן פאלן 545.91 פונקטן אדער 2.13%

קוים 1.35% העכער פארן יאר.

טענקס פאר די יערלי נאמבערס, מ'ווארט שוין אויף דעם א וויילע...

נאר א ווערטל :smile:
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איך האב עס געשריבן נאר פאר דיר!
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

וואט ען האנאר!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די נעסדעק כאפט זיך היינט דערווייל שטארק צוריק, די אנדערע זענען ארויף היפש ווייניגער.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10743
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

פון די צייטונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

וואל סטריט:
זארג אז סטאק מארקעט זאל זיך נישט אריינגליטשן אין א "בער מארקעט"






נאכדעם וואס דער סטאק מארקעט איז אזוי אויסטערליש שטארק געפאלן פאריגע וואך מיטוואך און דאנערשטאג, האט מען געהערט ברייט אויסדרוקן זארג צי דער בול מארקעט איז שוין פילייכט געקומען צו אן ענדע און עס גליטשט זיך אריין אין א בער מארקעט.


(ווען דער סטאק מארקעט שטייגט, רופט מען דאס א "בול מארקעט", עס איז ווי אן אקס וואס גייט פאראויס. ווען דער סטאק מארקעט פאלט, רופט מען דאס א "בער מארקעט", עס איז ווי א בער וואס פארציכט, צעטרעט און פארניכט אלעס. די ברייטע קלאסיפיקאציעס נוצט מען ווען עס איז דא א ברייטער שוואונג אין איין ריכטונג, ארויף אדער אראפּ.)


דער בול מארקעט וואס האט זיך אנגעהויבן ביים ענדע פון די "גרויסע רעסעסיע" איז שוין 9 יאר אלט, און עס איז שוין "רייף", עס איז שוין גרייט אביסל צוריקצופאלן. גארנישט האלט נישט אן אייביג, נישט קיין בול מארקעט און אויך נישט קיין בער מארקעט, און עס איז א נאטורליכע זאך אויפ'ן סטאק מארקעט אז א בול מארקעט קומט אמאל צו אן ענדע ווען עס הויבט זיך אן א בער מארקעט, און דערנאך ווען דער סטאק מארקעט איז שוין צו שטארק געפאלן, פילייכט אויך צו לאנג, שפּרינגען אריין פרישע מענטשן, עס פלוסט אריין פרישע געלטער און עס הויבט זיך אן א נייער בול מארקעט.


רוב עקאנאמיסטן זאגן אבער אז כאטש די בול מארקעט איז שוין אזוי אלט, און פילייכט אויך אביסל מיד, זעט מען נאכנישט קיין סיבות פארוואס די גוטע צייטן זאל קומען צו אן ענדע און עס זאל זיך שוין נאכאמאל אנהויבן א בער מארקעט. דער סטאק מארקעט שפּיגלט דאך אפּ דעם עקאנאמישן צושטאנד, און ווי לאנג די עקאנאמיע גייט גוט, און מען זעט אויך אז דאס פאלק האט צוטרוי אז עס וועט גיין נאך בעסער, ממילא דארף מען נאכנישט זיין צו שטארק באזארגט אז עס האלט ביים אונטערקומען א רעסעסיע, און דער סטאק מארקעט קען נאך ווייטער שטייגן. דאס איז דער חשבון פון רוב עקאנאמיסטן, און דאס איז וואס האלט אונטער דעם סטאק מארקעט.


ממילא ווען דער סטאק מארקעט פאלט צומאל, באטראכט מען דאס ווי א "קארעקשאן", וואס מיינט א פארבעסערונג, אן אויסבעסערונג. עס "שאקלט אויף" א סאך שפּאקולאנטן, שוואכע געלטער פאלן ארויס פון סטאק מארקעט און די וואס האבן געווארט צו כאפּן א מציאה, שפּרינגען אריין און כאפּן מציאות.


אזוי האט מען אויך געזען איצט, אז נאכדעם ווי דער סטאק מארקעט האט אזוי שטארק געקראכט מיטוואך און דאנערשטאג איז פרייטאג צופרי געווען א גוטער סטאק מארקעט. מען האט שוין פאר'ן עפענען דעם סטאק מארקעט 9:30 געזען אז די "פיוטשערס", וואס מיינט ווען מען קויפט איין דורך די עלעקטראנישע מיטלען, איז שוין געשטיגן, און 10:00 אזייגער, א האלבע שעה נאכדעם ווי דער סטאק מארקעט האט זיך געעפנט, איז שוין דער דאו דזשאונס געווען א 350 פּונקטן העכער, ארום 1.4 פּראצענט, און דער נעסדעק, 180 פּונקטן, ארום 2.5 פּראצענט.


פארשטייט זיך אז מיט דעם איז עס נאכנישט פארטיג, מען וועט זען דורכאויס דעם טאג ווי אזוי דאס וועט צוגיין, אבער דער סטאק מארקעט קראך פון די פריערדיגע צוויי טעג איז געווען שטארק שעדליך, עס האט געשאפן אן ערנסטן טעכנישן שאדן פאר'ן סטאק מארקעט, ווי איר וועט קלארער זען באשריבן ביי די טשארטס.


איצט, וועל מיר כאפּן א בליק וואס עס האט זיך אפּגעשפּילט מיטוואך און דאנערשטאג.


מיטוואך איז געווען א שרעקליכער און שרעקעדיגער טאג אויפ'ן סטאק מארקעט. דער דאו דזשאונס אינדוסטריעל עוורידזש האט געקראכט 831 פּונקטן צו 25598. עס איז געפאלן 3.15 פּראצענט, דער ערגסטער טאג פאר דעם אינדעקס זינט אנהויב פעברואר, וואס אויך דאן איז געקומען א שארפער קארעקשאן אויפ'ן סטאק מארקעט נאך דעם אויסטערלישן שטארקן יאנואר, און עס האט געדויערט ביז'ן זומער אז די סטאקס זאלן צוריקשטייגן, דערגרייכן צו נייע רעקארדס.


אלע 30 דאו סטאקס זענען געפאלן. דאס ערגסטע איז געווען נייקי, וואס האט פארלוירן 6.8 פּראצענט, און דאס בעסטע איז געווען מעקדאנעלד'ס וואס האט פארלוירן "בלויז" 0.9 פּראצענט. אזא חורבן איז געווען אויפ'ן סטאק מארקעט.


דער עס ענד פּי איז געפאלן איבער 94 פּונקטן, 3.3 פּראצענט, צו 2785. עס איז געפאלן אונטער דעם קורץ-טערמיניגן 50-טאג דורכשניט צום ערשטן מאל זינט יולי 3. עס איז געפאלן דאס 5'טע מאל נאכאנאנד, דאס לענגסטע זינט נאוועמבער, 16', וואס פאר די וואלן איז דער סטאק מארקעט געפאלן טאג נאך טאג, אבער אויפצומארגנס נאך די וואלן, האט זיך אנגעהויבן דער דראמאטישער "טראמפּ ראלי".


אויך פאר'ן עס ענד פּי איז עס געווען דער ערגסטער טאג זינט פעברואר.


דער נעסדעק איז גאר שטארק געפאלן, באלד 316 פּונקטן, צו 7422, א פארלוסט פון 4.1 פּראצענט, דאס ערגסטע זינט יוני 24, 16', וואס דאן האט דער סטאק מארקעט געטראסקעט נאך די איבערראשנדע אפּשטימונג אין ענגלאנד ווען דאס פאלק האט געשטימט פאר "ברעקזיט", ארויסצוגיין פון אייראפּעאישן פאראיין, ווען אלע אנקעטעס האבן געוויזן אז דאס וועט דורכפאלן, אז דאס בריטישע פּאלק וועט זיך נישט וועלן אפּטיילן פון די איבריגע אייראפּע.


דער ראסעל 2000 אינדעקס, וואס מעסט די ביליגערע סטאקס, איז געפאלן 2.9 פּראצענט.


דער "וויקס" אינדעקס, וואס מעסט די ווילדקייט פונעם סטאק מארקעט, האט ארויפגעשאסן 7 פּונקטן, צו כמעט 23. עס איז אין דעם איינעם טאג געשטיגן 44 פּראצענט, דאס מערסטע זינט פעברואר 5, ווען עס האט זיך געדאפּעלט, שטייגנדיג 115 פּראצענט.


עס איז מערקווירדיג ווי בלויז איין וואך פריער האבן א סאך שפּאקולאנטן אין די פינאנציעלע צייטשריפטן געמאכט חשבונות ווי אזוי מען קען פארדינען אויף דעם רואיגן סטאק מארקעט, ווייל דער סטאק מארקעט האט זיך כמעט נישט גערירט אין דריטן קווארטאל פון 18'. דער אינדעקס איז נישט געשטיגן אדער געפאלן 1 פראצענט אדער מער א טאג אין גאנצן קווארטאל!


*


מען האט פארגעשלאגן פארשידענע "אפּשענס", ווי אזוי מען קען פארדינען אויף דעם נידריגן "וויקס", און דא האט עס אין איין טאג, מיטוואך, אזוי שטארק ארויפגעשאסן. עס האט דערמאנט ווי אזוי עטליכע העדזש פאנדס זענען געגאנגען געבראכן אין פעברואר ווען זיי האבן שפּאקולירט אז דער סטאק מארקעט וועט ווייטער שטייגן, עס וועט ווייטער זיין א נידריגער "וויקס" און זיי האבן געהאנדלט מיט אפּשענס אויף דעם חשבון, און זיי האבן אויך פארקויפט "שארט" פארשידענע וויקס אפּשענס, און ווען דער וויקס האט ארויפגעשאסן, האבן יענע פאנדס ממש באנקראטירט, זיי זענען אפּגעווישט געווארן, ווייל זיי האבן נישט געהאט גענוג געלט צו דעקן די פארלוסטן.


פארוואס איז דער סטאק מארקעט אזוי שטארק געפאלן?


מיר האבן געשריבן א לענגערע באהאנדלונג אין צייטונג פון פ' נח איבער די זארג פון העכערע פּראצענט ראטעס, אויפקלערנדיג ווי אזוי דאס גראבט אונטער דעם צוטרוי אין ווייטערדיגן ביזנעס פארשריט. דאס איז א הויפּט סיבה פארוואס מענטשן זענען אנטלאפן פונעם סטאק מארקעט, און דאס איז באשטעטיגט געווארן ווען די פּראצענט ראטע אויפ'ן 10 יאר טרעזשורי נאוט איז מיטוואך ווייטער געשטיגן, צו 3.23 פּראצענט.


אויב פּראצענט ראטעס שטייגן, מיינט דאס אז ביזנעס וועט עווענטועל פאלן, האט עס אויך געשאדט פאר'ן אויל מארקעט אז אויל איז געפאלן $1.79, וואס איז 2.4 פּראצענט, צו $73.17. אויל איז אויך געפאלן ווען מען האט געזען אז האריקעין מייקל האט נישט געשאדט פאר די אויל איינריכטונגען אינעם גאלף אוו מעקסיקא ראיאן.


גאלד איז געשטיגן $1.90 צו $1,193.40


מיטוואך נאכט האט זיך יעדער געכאפּט ביים קאפּ, פּרובירנדיג אויסצורעכענען און פארשטיין וואס דא איז פארגעקומען. עס איז געווען דער ערגסטער טאג פאר'ן דאו דזשאונס און פאר'ן עס ענד פּי זינט פעברואר 8, און פאר'ן נעסדעק זינט יוני, 16'. מען איז טאקע געווען באזארגט איבער די העכערע פּראצענט ראטעס, אבער דאס אליין איז נישט גענוג פאר אזא שרעקעדיגן סטאק מארקעט קראך.


די טראמפ טאריפן איז שוין אויך נישט קיין נייעס, ממילא פארוואס האט פּונקט איצט אנגעהויבן דער סטאק מארקעט אזוי שארף צו רעאגירן דערצו?


די גוטע עקאנאמישע באריכטן ווייזן אז מען וועט דארפן נאכאמאל העכערן די פּראצענט ראטע, אבער אויך דאס וועט ערשט קומען שפּעטער.


פּרעזידענט טראמפּ האט זייער מיאוס אנגעגריפן דעם פעדעראל רעזערוו, איבערהויפּט דעם פארזיצער דזשעראם פּאועל, וועמען ער אליין האט באשטימט צו דעם אמט. שטעלט אייך פאר אז פּרעזידענט טראמפּ זאגט אז די פעדעראלע באנקירער זענען משוגעים... האט ער געטראכט אז דאס וועט צוריקברענגען צוטרוי אין סטאק מארקעט?


איינער האט אנגעוויזן אז דער פּרעזידענט האט אין די טעג אויפגענומען עפּעס א ווילדן שווארצן שוי-שפּילער אדער זינגער אין ווייסן הויז און דער פּרעזידענט האט אים באגריסט אז ער איז זייער א קלוגער מענטש, וואס דאס אליין האט ארויסגעברענגט א גרויסע ליצנות. טייל נייעס באריכטער האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן אנצומערקן אז יענער אויסוואורף איז לויט טראמפ "זייער קלוג", אבער דער פעדעראלער רעזערוו פארזיצער איז א משוגענער...


אזעלכע "שטיק" ברענגט נישט קיין צוטרוי צום סטאק מארקעט, און מען האט עס טאקע געזען דאנערשטאג ווען דער סטאק מארקעט איז ווידעראמאל געפאלן.


ביים פעברואר קארעקשאן איז די סיבה געווען די זארג פון העכערע פּראצענט ראטעס, ווייל עס געווען אן אויסטערלישער שטארקער דזשאבס באריכט פאר יאנואר. דאס האט איבערצייגט וואל סטריט אז די אינפלאציע זארג וועט אויפלעבן און דער פעדעראל רעזערוו וועט אנהויבן נעמען שריט צו באווארענען זיך, און אזוי איז טאקע געווען, יעדע דריי מאנאטן, איז געקומען א ראטע העכערונג פון א פערטל פּראצענט פּונקט.


דאס מאל קען מען אבער נישט זאגן אז די זארג איז געווען בלויז צוליב אן איבערגעהיצטע עקאנאמיע, ווייל א באריכט פון אינטערנאציאנאלן מאנעטערי פאנד האט געוויזן אויף א שוואכערן גלאבאלן עקאנאמישן וואוקס.


אויב אזוי האט מען איצט געהאט אן אומבאקוועמע קאמבינאציע פון א שוואכערן עקאנאמישן וואוקס, העכערע פּרייזן און העכערע פּראצענט ראטעס, איז דאס א פעסטע רעצעפּט פאר א פעסטן סטאק מארקעט קארעקשאן, און עס איז בלויז געווען א פראגע צי דער קארעקשאן וועט זיך גיך אפּשטעלן אדער עס וועט גיין אזוי שארף ווי אין פעברואר.


אויב מען וויל קוקן פּעסימיסטיש, קען מען באמערקן אז דאס פריערדיגע מאל ווען די פּראצענט ראטע אויפ'ן צען יאר טרעזשורי נאוט איז געווען ביים איצטיגן שטאפּל, ביי העכער 3.20 פּראצענט, איז געווען אין 11', וואס דאן האט דער עס. ענד פּי. געהאלטן ביי 13.1 מאל די פארדינסטן (פון די 500 סטאקס אינעם אינדעקס). איצט האלט עס ביי ארום 16 מאל פארדינסטן. צוריק אראפּצוברענגען צו 13 מאל פארדינסטן מיינט אז דער סטאק מארקעט קען ווייטער פאלן, עס קען זיך האלטן ביי די שטאפּלען און ווארטן אז דער פארדינסטן וואוקס זאל דאס צושטאנד ברענגען, די פּראצענט ראטעס אדער באנדס קען פאלן, אדער עפּעס א קאמבינאציע פון די אלע דריי.


טייל פּעסימיסטן זאגן אבער אז די איצטיגע קארעקשאן גייט שוין ווייטער ווי סתם א קארעקשאן, עס איז א צייכן אז דער בול מארקעט האט זיך שוין געענדיגט, און אפילו אויב עס וועט קומען א העכערער סטאק מארקעט אין די פּאר טעג, זאל מען עס באטראכטן ווי פארקערט, דאס איז א "קארעקשאן" פון א בער מארקעט וואס האט זיך שוין אנגעהויבן, און מען זאל עס אויסנוצן ווי א געלעגנהייט צו פארקויפן סטאקס, ארויסשפּרינגען פונעם סטאק מארקעט ווי לאנג מען קען נאך ארויסגיין מיט עפּעס געלט.


עס איז אויך געווען איין באדייטענדע נעגאטיווע עקאנאמישע נייעס, אז סיערס, די ריזיגע ריטעיל פירמע וואס האט געשעפטן איבער די לענג און ברייט פון אמעריקע, האלט ביים באנקראטירן. עס איז דא חובות וואס ווערן פעליג, און סיערס האט שוין נישט פון וואו צו לייען זיך פריש געלט.


דער סטאק פרייז פון סירעס איז געפאלן 30 פּראצענט צו 41 סענט, נאך א באריכט אז סיערס האט שוין געדינגען ראטגעבער צוצוגרייטן די פּאפּירן פאר'ן באנקראט. אויב סיערס וועט טאקע אונטערגיין, מיינט עס דזשאבס פארלוסטן פאר צענדליגער טויזנטער מענטשן, און עס וועט אויך האבן א ווירקונג אינעם ריעל עסטעיט מארקעט. די לענדלארדס וואס האבן סיערס געשעפטן אין גוטע געגענטער וועלן זיך פרייען אז דער ליעס ווערט געבראכן און זיי וועלן קענען פארדינגען די געשעפטן פאר די העכערע פּרייזן וואס מען קען איצט באקומען. די סיערס געשעפטן וואס געפינען זיך אין אפּגעפארענע געגענטער, וועט שאפן קאפּ ווייטאג פאר די לענדלארדס ווען זיי בלייבן מיט אזעלכע גרויסע ליידיגע געשעפטן.


דאנערשטאג איז ווידעראמאל געווען צרות אויפ'ן סטאק מארקעט.


מען איז נאכנישט גרייט געווען אריינצושפּרינגען כאפּן מציאות.


די אינדעקסעס זענען טאקע אביסל געשטיגן, אבער באלד צוריקגעפאלן, איבערהויפּט ווען טראמפּ האט קריטיקירט די פעדעראלע רעזערוו אז זייער העכערע פּראצענט ראטעס איז זייער נאריש.


שפּעט נאכמיטאג האט זיך דער סטאק מארקעט אביסל צוריקגעכאפּט, נאך באריכטן אז פּרעזידענט טראמפּ וועט זיך טרעפן מיט'ן כינעזער פּרעזידענט, פאר פּריוואטע געשפּרעכן, ווען זיי וועלן זיי בי די גרויסע עקאנאמישע סאמיט קאנפערענץ אין נאוועמבער, אבער דער עס. ענד. פּי. האט זיך נאך אלץ געשלאסן אונטער'ן 200-טאג דורכשניט צום ערשטן מאל זינט אפּריל 2.


דערדאו דזשאונס איז געפאלן באלד 5.46 פּונקטן, וואס איז 2.1 פּראצענט, צו 25052. ביים נידריגסטן פּונקט איז דער אינדעקס געשטאנען 699 פּונקטן נידריגער. דער אינדעקס האט זיך געשלאסן אונטער דעם 200-טאג דורכשניט צום ערשטן מאל זינט יולי 3. נאכאמאל, זענען אלע 30 דאו סטאקס געפאלן.


דער עס. ענד פּי. איז געפאלן 57 פּונקטן, וואס איז באלד 2.1 פּראצענט, צו 2728. דער נעסדעק איז געפאלן באלד 93 פּראצענט, איינס און א פערטל פּראצענט צו 7329. ביים נידריגסטן פּונקט איז עס געפאלן ביז אונטער 7298, וואס דארט איז עס שוין געווען א 10 פּראצענט קארעקשאן פון דעם רעקארד וואס דער אינדעקס האט דערגרייכט אויגוסט 29.


דער וויקס איז געשטיגן נאך 2 פּונקטן צו 24.98, דאס העכסטע אין 8 מאנאטן.


גראדע איז די פּראצענט ראטע פון צען יאר טרעזשורי נאוט צוריקגעפאלן צו 3.13 פּראצענט, אבער דאס איז נישט געווען גענוג צו ראטעווען דעם סטאק מארקעט.


אויל איז געפאלן צו $70.97, צוליב א גרעסערן וואוקס ווי געווענליך אין די אמעריקאנער נאפט זאפּאסן. (דער וועכנטליכער באריכט איז געקומען איין טאג שפּעטער ווי געווענליך, ווייל מאנטאג איז געווען חגא.)


די נערוועזקייט פונעם סטאק מארקעט האט ענדליך אויך אראפּגעשלעפּט דעם אמעריקאנער דאלאר און גאלד האט באלד ארויפגעשאסן $34.20, וואס איז 2.9 פּראצענט, צו $1,227.60, דאס העכסטע זינט אנהויב אויגוסט.


מען קען זיך פארשטעלן די פארצווייפלונג וואס האט באהערשט וואל סטריט דאנערשטאג אווענט, אבער אפילו ווען דאס האט געברענגט דעם ראלי פרייטאג צופרי, (דער דאו דזשאונס איז מיטאג צייט געווען א 160 פונקטן העכער) איז מען נאך אלץ נערוועז געווען צי דער סטאק מארקעט האט אנגעהויבן א בער מארקעט אדער כאטש א פעסטן קארעקשאן.


די וואס טענה'ן אז מען איז באזארגט איבער דעם טאריפן קאמף האבן באקומען פרישע מוניציאן ווען א קאאליציע פון אמעריקאנער ביזנעס גרופּעס האבן דאנערשטאג אנגעהויבן א רעקלאמע קאמפּיין "צו לערנען" די וויילער אז די טאריפן קאסט אפּ גרויסע געלטער פאר אמעריקע. זיי האבן א חשבון אז דאס קאסט שוין איצט די אמעריקאנער ביזנעסער און אלגעמיינעם פאלק 1.4 ביליאן דאלאר א חודש.


אין מישיגען, זענען די טאריפן קאסטן דריי-פאכיג געשטיגן אין אויגוסט פון א יאר פריער, און מער ווי דאפּעלט אין טעקסאס, אילינאי און וועסט ווירדזשיניע.


איבער'ן גאנצן לאנד, האלטן די טאריפן קאסטן איצט 45 פּראצענט העכער פון פאר א יאר אין אויגוסט.


א ווארטזאגער פאר די גרופּע האט באטאנט אז די טאריפן זענען שטייערן אויף אמעריקאנער ביזנעסער און קאנסומערס (איינקויפער). זיי ווערן נישט באצאלט דורך אנדערע לענדער, זיי ווערן באצאלט דא אינדערהיים.


פארשטייט זיך אז אויך דאס האט געהאלפן אראפּקלאפּן דעם סטאק מארקעט דאנערשטאג, און אפילו אויב עס וועט זיך אביסל צוריקכאפּן פרייטאג, איז מען באזארגט געווען אז איבער'ן וויקענד וועלן די רעקלאמעס דערגרייכן מער מענטשן, צווישן זיי אויך סטאק אינוועסטירער און שפּאקולאנטן, און עס וועט נאכאמאל זיין צרות אין די נאכפאלגנדע וואך.


מען איז נישט אהיימגעגאנגען פרייטאג מיט אזעלכע רואיגע געמיטער...


"דאו דזשאונס"




(דערמאנונג: טעכנישע אנאליסטן באטראכטן בלויז דעם גאנג פון א ספעציפישן סטאק אדער אינדעקס, אז דאס זאל ווייזן דעם ווייטערדיגן גאנג, און קוקן נישט אויף עקאנאמישע באריכטן אדער נייעס.)

די דאו דזשאונס אינדוסטריעל עוורידזש טשארט ווייזט וואס פארא שאדן דער קראך פון די וואך האט פאראורזאכט, פון א טעכנישן שטאנדפּונקט.

מיטוואך האט דער אינדעקס דורכגעקראכט דעם קורץ-טערמיניגן דורכשניט ביי ארום 2,600 און ס'האט זיך אפילו נישט אפגעשטעלט, "נישט געכאפּט דעם אטעם", נאר ווייטער געפאלן, וואס אין די לעצטע צען מינוט האט דער אינדעקס געטראסקעט נאך 200 פּונקטן.

מיר האבן געזען ביי דעם קארעקשאן אין אויגוסט אז ווען עס איז געפאלן צו דעם שטריך, וואס ווייזט אויף דעם 50-טאג דורכשניט, האט דאס געראטעוועט דעם מצב און ס'האט זיך אנגעהויבן א פרישער גאנץ שטארקער ראלי וואס האט עווענטועל ארויפגעפירט דעם דאו דזשאונס צו א נייעם רעקארד אנהויב אקטאבער, וואס דאן האט זיך נאכאמאל אנגעהויבן א קארעקשאן.

דאנערשטאג איז דער סטאק מארקעט ווידעראמאל שטארק געפאלן, און האט דורכגעבראכן דעם לאנג-טערמיניגן 200 טאג דורכשניט, וואס דאס איז שוין יא זייער א געפערליכע זאך, ווייל געווענליך באצייכנט דאס אז עס הויבט זיך אן א בער מארקעט, אבער אויך דאס איז נישט קיין כלל, ווייל מיר זעען דאך אז ענדע יוני איז עס אויך געפאלן אונטער דעם שטריך, אפילו הונדערט פּונקטן נידריגער, אבער עס איז נישט געגאנגען ווייטער. עס איז נישט געפאלן אונטער 2,400, אזוי ווי עס איז יא געפאלן נידריגער אנהויב מאי פאר עס האט זיך באנייט דער ראלי. עס האט געדויערט ביז די צווייטע וואך פון יולי ווען דער אינדעקס האט נאכאמאל אנגעהויבן שטייגן און איז שנעל אין צוויי טעג געשטיגן העכער ביידע דורכשניטן. דאס האט געברענגט האפענונג אז אויך איצט וועט דאס זעלבע געשען.

דער אויבערשטער קליינער טשארט איז אויך אינטערעסאנט און באלערנד. וען עס איז ביי 50, איז עס "נארמאל". ווען עס שטייגט צו 70, ווייזט דאס אז דער סטאק מארקעט איז צו שנעל צו שטארק געשטיגן. דאס זעלבע איז פארקערט ווען עס פאלט צו 30 אדער נידריגער, ווייזט עס אן עקסטרעם אין די אנדערע ריכטונג. געווענליך ווען עס האלט אזוי עקסטרעם, וועט זיך דער סטאק מארקעט אביסל צוריקכאפּן.

אזוי האט מען געזען ביי דעם קארעקשאן אנהויב יולי, אז דער קליינער טשארט איז געפאלן נאענט צו 30 און עס האט זיך אנגעהויבן א ראלי. ווען עס איז געשטיגן העכער 70 אין סעפּטעמבער, איז טאקע געקומען א קארעקשאן וואס האט אנגעהאלטן דריי טעג, אבער עס איז נישט גענוג לאנג געווען, ווייל ביים פרישן ראלי האט עס נאכאמאל ארויפגעשטויסן דעם טשארט צו 70, ביז עס האט זיך אנגעהויבן די קארעקשאן אנהויב אקטאבער.

דער קראך פון מיטוואך און דאנערשטאג האט אבער אראפּגעשלעפּט דעם טשארט צו אונטער 30, איז ממילא געווען "א זיכערע זאך" אז פרייטאג וועט זיך דער סטאק מארקעט אביסל צוריקכאפּן.

די אונטערשטע קליינע טשארט גייט אויך מיט א חשבון פון א קורץ טערמיניגן און לאנג טערמיניגן דורכשניט, און ווען דער קורץ טערמיניגער דורכשניט "קרייצט זיך", גייט אריבער דעם לאנג טערמיניגן דורכשניט, איז דאס געווענליך א פארלעסליכע אנדייטונג אז אזוי וועט גיין דער גאנג פונעם סטאק מארקעט. ווען דער קארעקשאן האט זיך אנגעהויבן אנהויב אקטאבער, האט דער קליינער טשארט אונטן געגעבן א סיגנאל, אז די צייט איז געקומען צו פארקויפן סטאקס.

צוריקקומענדיג צום הויפּט טשארט, וועט מען זען צי דער דאו דזשאונס קען שנעל שטייגן כאטש העכער 26,000, אז דער קורץ טערמיניגער דורכשניט זאל נישט ווערן א "דאך", שאפן שוועריגקייטן דאס דורכצוברעכן.

אויב די קארעקשאן וועט ווייטער פארזעצן - ווען עס פאלט איבער צען פּראצענט ווערט דאס "אפיציעל" באצייכנט ווי א קארעקשאן - האט דער דאו דזשאוס נישט קיין שטיצע ביז 24,000. ווען עס פאלט 20 פּראצענט פונעם פריערדיגן העכסטן פּונקט, ווערט עס שוין באטראכט ווי א בער מארקעט.

"עס ענד פי 500"



דער עס ענד פּי 500 אינדעקס שפּיגעלט אפּ דעם ברייטערן סטאק מארקעט און דער טשארט אויסשטעל אין דעם אינדעקס איז גאנץ ענליך צום דאו דזשאונס, מיט'ן אויסנאם אז די קליינע טשארט אויבן איז גאר שטארק געפאלן דאנערשטאג ביז אונטער 20! אויב עמיצער פארלאזט זיך אויף די טעכנישע אנדייטערס, איז דאס געווען דער שטארקסטער סיגנאל אריינצושפּרינגען, כאפּ א שטיקל פארדינסט כאטש פרייטאג צופרי, ווען עס וועט זיין א שטיקל ראלי אינעם סטאק מארקעט.

"נעסדעק"



מיר האבן אין די צייטונג פון פּ' נח "באוויינט" די שוואכקייט פונעם נעסדעק, און אויסגעדרוקט די זארג אז דער נעסדעק זאל איצט נישט פירן דעם איבריגן סטאק מארקעט אויפ'ן וועג אראפּ, וואס אין די גוטע צייטן, ווען די טעכנאלאגיע סטאקס זענען געשטיגן, האט עס אפטמאל געפירט דעם איבריגן סטאק מארקעט אויפ'ן וועג ארויף.

אויף דעם טשארט זעט מען אז ווען דער אינדעקס האט אנגעהויבן שטארק צו פאלן אסרו חג, איז טאקע געווארן "אויס יום טוב" אויפ'ן סטאק מארקעט. עס האט יענעם טאג דורכגעבראכן דעם קורץ טערמיניגן דורכשניט. אזוי איז עס ווייטער געפאלן ביז עס האט מיטוואך דורכבראכן דעם לאנג טערמיניגן דורכשניט.

דאס מאל וועט דער נעסדעק ווארשיינליך "נאכפאלגן" די אנדערע צוויי גרעסערע אדער וויכטיגערע אינדעקסעס, אויב די קארעקשאן וועט זיך ענדיגן.

אויפ'ן וועג אראפּ, האט דער נעסדעק נישט קיין שטיצע ביז ארום 7,000.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אז דו בעטסט אזוי שיין וועל איך עס טון מערצעשעם
אבער האו עבאוט זאלסט אויך נאר שרייבן סטעיטמענטס מיט הסברים?

אדרבה, כבין טאקע נייגעריג צו הערן הסברים.

כגלייך צו ענטפערן קורץ און שארף ווען איך זעה א קושיא, אז איינער האט א ספעסעפיק פוינט וואס ער פארשטייט נישט בין איך גרייט צו ערקלערן.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

יעצט פאר ווער סוויל פארשטיין בקיצור וואס דא גייט פאר, כמדומה איך האב שוין געשריבן אפאר יאר צוריק וועגן דעם אז איך בין פון די מענטשן וואס ווייסן אז כווייס נישט אלעס, און נישט אלעס קען מען פארשטיין און וויסן.

וואס איז בנוגע לנידן דידן איז ממש א ליצנות די אלע פעשעטלעך ווען יעדער טרייט צו ווייזן פארוואס סאיז פשוט אז די סטאק מארקעט פאלט, אויב סאיז אזוי פשוט ווי ביסטו געווען נעכטען פארוואס איז נישט געשטאנען פאריגע וואך אז וועגן כך וכך גייט די מארקעט פאלן?
גוט פאר א צייטונג און א נייעס באריכט וואס דארף רעפארטן 24/7 נייעס דארף ער האבן וואס צו זאגן.

וואס איז עס נוגע? גארנישט.

פארוואס איז עס געפאלן מיטוואך ? יעדער זאגט ער ווייסט..

וואס גייט זיין דינסטאג? קיינער ווייסט נישט..

וואס איז טאקע די סיבה פארוואס די מארקעט איז געפאלן?
ווייל סקומט אזוי, רוב צייט גייט די מארקעט ארויף און ווען ספאלט אביסל איז עס נייעס.

פארוואס שרייב איך עס? ווייל איך האלט אז יעדער אחריותדיגע מענטש דארף אוועקלייגן און אינוועסטן זיין געלט און די מארקעט, און דעי אלע נייעס קענען צומישן אומוויסענדע מענטשן דארף מען זיי ענטפערן ווען זיי פרעגן.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

[quote="eller"]וואל סטריט:
זארג אז סטאק מארקעט זאל זיך נישט אריינגליטשן אין א "בער מארקעט

נאכדעם וואס דער סטאק מארקעט איז אזוי אויסטערליש שטארק געפאלן פאריגע וואך מיטוואך און דאנערשטאג, האט מען געהערט ברייט אויסדרוקן זארג צי דער בול מארקעט איז שוין פילייכט געקומען צו אן ענדע און עס גליטשט זיך אריין אין א בער מארקעט.


לאמיר נאכקוקן די נומבערס און געבן א שטיקל פערספעקטיוו

א קורצע דערמאנונג די מארקעט האט זיך געטריפלעט די לעצטע פאר יאר, און דאס איז שוין די 20טע מאל זייט די בער מארקעט וואס האט זיך גענדיגט 2009 וואס די SP איז געפאלן 3 פראצענט און א טאג.
די נעסדעק 100 האט געהאט די 8טע - 4 פראצענט און איין טאג.
לעצט פארראכטן דורך כווייס נישט אלעס אום פרייטאג אקטאבער 12, 2018 4:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

דאס מאל געווען איין באדייטענדע נעגאטיווע עקאנאמישע נייעס, אז סיערס, די ריזיגע ריטעיל פירמע וואס האט געשעפטן איבער די לענג און ברייט פון אמעריקע, האלט ביים באנקראטירן. עס איז דא חובות וואס ווערן פעליג, און סיערס האט שוין נישט פון וואו צו לייען זיך פריש געלט.


דער סטאק פרייז פון סירעס איז געפאלן 30 פּראצענט צו 41 סענט, נאך א באריכט אז סיערס האט שוין געדינגען ראטגעבער צוצוגרייטן די פּאפּירן פאר'ן באנקראט. אויב סיערס וועט טאקע אונטערגיין, מיינט עס דזשאבס פארלוסטן פאר צענדליגער טויזנטער מענטשן, און עס וועט אויך האבן א ווירקונג אינעם ריעל עסטעיט מארקעט. די לענדלארדס וואס האבן סיערס געשעפטן אין גוטע געגענטער וועלן זיך פרייען אז דער ליעס ווערט געבראכן און זיי וועלן קענען פארדינגען די געשעפטן פאר די העכערע פּרייזן וואס מען קען איצט באקומען. די סיערס געשעפטן וואס געפינען זיך אין אפּגעפארענע געגענטער, וועט שאפן קאפּ ווייטאג פאר די לענדלארדס ווען זיי בלייבן מיט אזעלכע גרויסע ליידיגע געשעפטן.(Quote )

די נייעס פון סיערס איז אז סעקזעסטירט נאך צו גיין באנקראט, כמיין מען רעדט שוין פון דעם יארן
לעצט פארראכטן דורך כווייס נישט אלעס אום פרייטאג אקטאבער 12, 2018 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

eller האט געשריבן:וואל סטריט: מארקעט.

"נעסדעק"



מיר האבן אין די צייטונג פון פּ' נח "באוויינט" די שוואכקייט פונעם נעסדעק, און אויסגעדרוקט די זארג אז דער נעסדעק זאל איצט נישט פירן דעם איבריגן סטאק מארקעט אויפ'ן וועג אראפּ, וואס אין די גוטע צייטן, ווען די טעכנאלאגיע סטאקס זענען געשטיגן, האט עס אפטמאל געפירט דעם איבריגן סטאק מארקעט אויפ'ן וועג ארויף.

אויף דעם טשארט זעט מען אז ווען דער אינדעקס האט אנגעהויבן שטארק צו פאלן אסרו חג, איז טאקע געווארן "אויס יום טוב" אויפ'ן סטאק מארקעט. עס האט יענעם טאג דורכגעבראכן דעם קורץ טערמיניגן דורכשניט. אזוי איז עס ווייטער געפאלן ביז עס האט מיטוואך דורכבראכן דעם לאנג טערמיניגן דורכשניט.

דאס מאל וועט דער נעסדעק ווארשיינליך "נאכפאלגן" די אנדערע צוויי גרעסערע אדער וויכטיגערע אינדעקסעס, אויב די קארעקשאן וועט זיך ענדיגן.

אויפ'ן וועג אראפּ, האט דער נעסדעק נישט קיין שטיצע ביז ארום 7,000.


לאמיר זעהן טאקע נעסדעק סטאקס וואס אסאך יודן האלטן, ווי סהאלט, סאו די צייטונג "באוויינט" אונז דא די שוואכקייט פון די נעסדעק און דריקט אויס זארג אז די א"ג אינטרעסט רעיט פחד (וואס איז מאדנע ווייל די סטאקס זענען נישט דירעקט פינאנצירט דורך חובות )זאל נישט אראפ שלעפן די גאנצע מארקעט.

נו לאמיר טאקע זעהן וואסארע דעמעדזש סאיז דא געשעהן
אנהייבן מיט עמאזאן וואס איז געפאלן 15 פראצענט פון די highs אבער סאיז נאך אלס ארויף 50 פראצענט פאר די יאר!!!

נעטפליקס NFLX$
איז אויך אסאך געפאלן, סאיז דאן 22 פראצענט פון די high. אבער סאיז נאך אלס ארויף71 פראצענט פאר די יאר און עטליכע 1000 פראצענט פון די לעצטע פאר יאר.

ווער סהאט צייט צו ראנען די נומבערס וועט טרעפן סימילער רעזאלטס מיט די אנדערע גרויסע טעק סטאקס וואס זענען געפאלן אסאך, נאכן ארויפפארן מיט א ראקעט די לעצטע פאר יאר.

כוועל לאזן פאר יעדעם איינעם צו מאכן זיין סך הכל!
גוט שבת
אברך
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

ווען די מארקעט טראסקעט איז לעבעדיג אין דעם אשכול, ווען סטאביליטעט איז אויפן האריזאנט שלאפט עס...
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אברך האט געשריבן:ווען די מארקעט טראסקעט איז לעבעדיג אין דעם אשכול, ווען סטאביליטעט איז אויפן האריזאנט שלאפט עס...

די VIX אשכול...
אברך
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

S&P 500 last month
אטעטשמענטס
Screenshot_20181015-180606_1.jpg
Screenshot_20181015-180606_1.jpg (151.18 KiB) געזען 1272 מאל
אברך
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

מונאוויטש האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:ווען די מארקעט טראסקעט איז לעבעדיג אין דעם אשכול, ווען סטאביליטעט איז אויפן האריזאנט שלאפט עס...

די VIX אשכול...


;l;p-
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

היינט איז עס גאנץ שיין געפאלן, ניין?
אברך
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

[code][/code]
צל עובר האט געשריבן:היינט איז עס גאנץ שיין געפאלן, ניין?


ריכטיג די S&P איז דאון ארום א האלבן פראצענט היינט, אבער דאס איז אינעם רענדש פון די פארגאנגענע וואך, די מארקעט איז לעת עתה נישט אין א פרי פאלל אזוי ווי פארגאנגענע וואך.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”