טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

לאמיר דא דורכגיין א שטיקל אנאליז איבער די אוקריינישע מלחמה און ארויסנעמען דערפון וואס מקען ערווארטן אויב טשיינע פלאנט צו אינוואדירן איר שכן טייוואן,

אין מלחמה געזעצן זענען דא פיר יסודות'דיגע און עיקר זאכן וואס די אינוואדירער דארף טוהן ווען ער מאכט זיין אמפיביעס לאנדונג כדי צו קענען געווינען,
די פיר זאכן זענען 1)אנדרייען כאאס דורך ווארפן באמבעס אויף וויכטיגע פלעצער2) לופט קאנטראל 3) מענטשן פאוער 4) און נאכאמאל מענטשן פאוער צו אנפילן די לעכער,
געווענליך הייבט זיך א מלחמה היינט אן מיט "א באווארפן",ווי די אינוואדירער באווארפט יענע לאנד מיט מיסילס און באמבעס אויף וויכטיגע פלעצער ווי למשל גאווערמענט און מיליטערישע פלעצער ווי אויך קומען באמבערס צו באווארפן קריטישע אינפסטרוקטשער ווי דאמבאוס עלקטעריסעטי וכדומה, די געדאנק איז פשוט אריינווארפן יענע לאנד אין כאאס.

די צווייטע סטעפ איז "קאנטראלן די הימלען" כדי צו פארזיכערן די נעקסטע חלק וואס איז...

"אמפיביעס לאנדונג" מאסן סאלדאטן מארשירן ארויף אויפן אינוואדירטען לאנד, זיי קומען געווענליך באגלייט מיט שווערע וואפן ווי טאנקן ארטילערי ווארפערס ראקעטן און נאך.

איינמאל די לאנדונג איז געווען מיט סוקסעס דארף מען אריינברענגן די דריטע סטעפ וואס דאס איז...
"ריאינפארסמענט" וואס מיינט אז מדארף האבן נאך סאלדאטן גרייט איבערצונעמען די געפאלענע סאלדאטן פשוט צו קענען ווייטער מלחמה האלטן און איינעמען דאס לאנד.

אביסעל מער טיפער

יעדע לאנד וואס האט מיליטערישע פליגערס האט אין איר עיר פארס אויך גרויסע פליגערס וואס מרופט אן העיווי באמבערס, לאמיר נעמען א משל אמעריקא, אמעריקא האט 3 מינע באמבער פליגערס און איינס וואס גייט בקרוב אריינקומען אין איר ארסאנעל 1) בי 1 לענסער 2) בי 2 ספיריט ,און 3) בי 52, די נייע פליגער איז די בי 21,
סזענען דא צוויי חילוקים צווישן די פליגערס,
-סטארטעגיע: איז געמאכט חרוב צו לייגן וויכטיגע פלעצער ווי למשל דאמבאוס און עלעקטאריק פלענטס,
-טאקטיקל: באמבערס וואס באווארפן די שונא'ס פאזיציעס אויף די פראנט ליינס,

נאכן גוט באקלאפן זייערע ביינער גייט מען און מגרייט זיך צו באפאלן די לאנד, אבער כדי מזאל קענען אנגרייפן רואיגערהייט דעם שונא'ס לאנד דארף מען קודם האבן קאנטראל פון די עיר ספעיס פאר אפאר סיבות,
-כדי די שונא זאל נישט קענען קומען מיט פליגערס און העליקאפטערס און באשיסן די אינוואדירערס פאזיציעס,
-כדי זיי זאלן קענען גוט באקלאפן און איינעמען די לאנד,
-כדי צו קענען אריינברענגן טרופן דורך פליגערס,

כדי צובאקומען א גוטע אויבערהאנט אויפן שונא' לופט טערעטאריע דארף מען קודם דורכפירן SEAD און נאכדעם DEAD

SEAD: SUPPRESSION OF ENEMY AIR DEFENSES
DEAD: DESTRUCTION OF ENEMY AIR DEFENSES
וואס מיינט אז מבאשיסט קודם אלע עיר דיפענס סיסטעמס מיט מיסעלס,
איינמאל מענדיגט שיסן קומען צו גיין אטאקע פליגערס און ענדיגן צו אויב סאיז עפעס געבליבן.

נאכדעם אז סאיז שוין דא כאאס און אלע עיר דיפענס סיסטעמס זענען שוין דערנאך, דעמאלטס קומט מען אריין דורך די ערד (אינפעטרי) דורכן ים און דורך עירבארן יוניטס (קומען דורך פליגערס),
געווענליך קומען זיי אריין מאסנווייז, די ערד טרופן קומען צוגיין באוואפנט מיט טאנקן, טראקס, ראקעט ארויסשיסערס, האוויצערס, באוואפנטע טרעקלעך.
אבער כדי סזאל געלונגען פעלט זיך אויס אז מקומט אריין מיט דריי מאל אזויפיל סאלדאטן קעגן וויפיל די אינוואדירטע לאנד האט, דעס איז אפילו ווען מהאט גוטע מלחמה סקילס, און אויך ווען מהאלט מלחמה אויף גראדע פלעצער.
נאכדעם כדיי מזאל אלטס האבן גענוג סאלדאטן דארף מען האלטן אינאיין אריינברענגן נאך סאלדאטן וואס זאלן זיין גרייט איבערצונעמען די געפאלענע סאלדאטן.

פיין אז מקען די בעסיקס לאמיר א בליק טוהן און זעהן וואס זענען געווען די סוקסעסן און דורכפעלער פון לעצטיגע מלחמות,

אין 1944 איז אמעריקא איבערגעפאלן 2 פלעצער מיט גרויס סוקסעס איינס ביי OKINAWA און די צווייטע איז געווען אין נארמעדי באוויסט מיט איר D DAY אמפיביעס לאנדינג, דארט איז געווען א שטארקע סוקסעס אין אלע 4 חלקים
סאיז געווען 156,000 קעגן 50,000 דייטשן
גאר אסאך שיפן צו קענען ברענגן כוואליעס אויף כוואליעס פון סאלדאטן
אויסגעליידיגט די הימלען פון דייטשע פליגערס און אזוי אויך ביים וואסער

ווייטער אין יאר 1950 איז אמעריקא אריין אין INCHON מיט אלע 4 חלקים זענען געווען מיט א סוקסעס,
אין יאר 1982 איז ענגלאנד אריין אין FALKLANDS סאיז טאקע נישט געווען קיין עיר קאנטראל אבער די אנדערע צוויי איז געווען מיט סוקסעס

יעצט פלעצער ווי סהאט געפעלט אין געווען א דורכפאל

אין 1943 איז אמעריקא און ענגלאנד איבערגעפאלן ANZIO אבער געווען א דורכפאל אפילו סאיז געווען אלעס גוט, די איינציגסטע זאך וואס האט געפעלט איז געווען "אנפילן די לעכער", די חלק פון שיקן נאך סאלדאטן איבערצונעמען געפאלענע,
אזוי אויך אין יאר 1915 און ווי אויך אין 1961 ביים BAY OF PIGS
ביי די אלע דריי האט געפעלט די לעצטע זאך

לאמיר זעהן וואס מזעהט יעצט ביים מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע (כגיי נישט אריינגיין אין קיין אנאליז איבער אוקריינע מלחמה),
אין די ערשטע טאג האט רוסלאנד געשאסן 100 קרוז מיסעלס וואס איז גאר ווייניג, אמעריקא ביים אריינגיין אין איראק האבן געשאסן אינעם ערשטן טאג איבער 300 קרוז מיסעלס, און דעס איז געווען בימים ההם,
ווייטער אויפן חלק פון איבערנעמען די הימלן האבן זיי אויך מיאוס געפעלט, צו אלטס איינרעדעניש אז זיי האבן אלעס מסדר געווען מיט מיסעלס אדער ווייל זיי האבן אינטערגעשאצט די אוקריינער, הכלל זיי האבן עס נאכאלטס נישט,
אויפן דריטן חלק האבן זיי געפעלט דורכן נישט האבן גענוג סאלדאטן קעגן די אוקריינישע סאלדאטן (3 קעגן 1)
יעצט טרייען זיי עס צו פארעכטן מיטן זיין נאר אין דאנבאס, אבער איז ווייט פון גוט צוליב וואס די פערדע חלק קענען זיי נישט דורכפירן, דעס איז אנצופילן די געפאלענע, משא"כ אוקריינע קען יא און האלט יעצט ביים ענדיגן אויסצושטאפירן נייע איינגעשריבענע.

יעצט לאמיר גיין קיין טייוואן אין זעהן וואס די מצב איז דארט

צו זאגן אז גיאגראפיע מאכט אויס אין אוקריינע איז א טעות צוליב וואס סאיז א גראדע אפענע פלאץ פעלדער און וועלדער זיי קריגן זיך נישט אויף קיין הויכע בערג,
און דאס איז א זאך וואס טייוואן האט יא ווי מיר וועלן שוין זעהן

קודם לאמיר זעהן די נאמבערס
טשיינע האט בערך 2 מיליאן גרייטע סאלדאטן (וואס די לאנד בכלל איז געווען די לעצטע מאל אין מלחמה איבער 40 יאר צוריק)
אין ארום 350 טראנספארט פליגערס
און טראנספארט שיפן וואס קענען טראגן ביז 30 טויזענט סאלדאטן א טאג "אן קיין מאשינערי ווי טאנקן אדער אפילן טראקס"

כדי זיי זאלן קענען מאכן א גוטע אנפאל גייען זיי דארפן האבן צווישן 1 און 2 מיליאן סאלדאטן אנצוהייבן די אינוואזיע סהאט אפילו א נאמען "די מיליאן מאן שווים"
אבער ווי מיר זעהן קענען זיי דעס נישט טוהן אזוי שנעל זיי האבן נישט גענוג שיפן דערצו,

ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען זיך געגרייט איבערצופאלן טייוואן אין עס איבערנעמען פון אירע 30 טויזענט יאפאניזע סאלדאטן, מהאט שוין געהאט פלענער צו שיקן 300 טויזענט סאלדאטן אויף 4000 שיפן (דאפעלט פון די דעי) אבער סאיז געווארן אפגערופן צוליב די גרויסע ריזיקע וואס וואלט געברענגט, אנשטאטס דעם איז מען געגאנגן צו די פיליפינס, די גענעראלן פלעגן דעמאלטס אנרופן טייוואן "די אומזינקבארע עיר קעריער",

די אינוואזיע וועט מיזן געשעהן אדער אפריל אדער אקטאובער, אנדערע חדשים זענען נישט קיין גוטע וועטערס, אדער זענען דעמאלטס דא טייפונס אדער איז גאר ווינטיג,
לויט עקספערטן וועט מען האבן צום ווייניגסטנס 30 טעג פארדעם וואס מוועט שוין וויסן אז זיי גייען אינוואדירען
וואס מיינט אז טייוואן וועט אנזייען מינעס ביים וואסער, ריקן קריטישע זאכן צו אנדערע פלעצער, ווי האט נאר זלענסקי געזאגט ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן: וועלקאם צום גיהינום!!

טייוואן האט 13 ביעטשס ווי מקען לאנדן, אבער גלייך ווען מהייבט אן גיין באגעגנט מען הויכע קייטבערג די נידריגסטע איז בערך 2000 פיס הויעך,
און דעס גייט דארפן זיין זייער ערשטע מלחמה וואס זיי האלטן זייט 40 יאר צוריק ווען זיי זענען אריין אין וויטאנעם אבער זיך געדארפט צוריק ארויסציען,
איז לאמיר גיין ווייטער לאמיר זאגן אז זיי האבן דורכגעמאכט די בערג, דארפן זיי יעצט זיך אן עצה געבן מיט איבער 23 מיליאן מענטשן וואס האבן זיי פיינט און זענען גרייט זיי צו פייטן, איינע פון די רולס וואס א מלחמה האט איז צו האבן צווישן איינס און צען סאלדאטן פאר יעדע מענטש אינעם איינגענומענעם לאנד, וואס מיינט אז טשיינע וועט דארפן האבן זייער גאנצע מיליטער אין טייוואן פלאס נאך, כדי עס צו קענען אנהאלטן,

אן אינטערסאנטע זאך קען מען זעהן אויף גוגל סיערטשס איבער א טשיינע אינוואזיע, אין אמעריקא האלט עס אינאיין ארויפגיין אבער אין טייוואן איז די זעלבע נידריג זייט מהאלט חשבון, און אזוי אויך ווען מהערט ווי טשייניזע פליגערס זענען אריינגעפלויגן אין טייוואנס לופט טערעטאריע וועלן די אמעריקאנע אריינפאלן אין פאניק נישט די טייוואנע,
יעצט איז צוגעקומען נאך אפאר קליינע זאכן וואס מאכן נאך שווערער פאר טשיינע דורכצופירן אזא אינוואזיע, קאוויד- שוואכע עקאנעמי- (זיי לאזן יעצט סך שווערער ארויספארן פון דארט).
חוץ פון דעם זענען די טייוואנע אויסשטאפירט מיט פארגעשריטענע מעריב וועלט וואפן און בריטאלע קעמפער.

דאס איז איין מיינונג צווישן נאך טויזענטער, זייטס מיר אלע געזינט און שטארק.
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום מיטוואך מאי 25, 2022 10:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (קליינע אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נייס. שארט און טו די פוינט, מיט אינטערסאנטע אינפאו אינדערמיט, ווי אייביג. ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (קליינע אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

;l;p-
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

נארמאליזעם האט געשריבן:לאמיר דא דורכגיין א שטיקל אנאליז איבער די אוקריינישע מלחמה און ארויסנעמען דערפון וואס מקען ערווארטן אויב טשיינע פלאנט צו אינוואדירן איר שכן טייוואן,

זייער זייער שיין!

האסט אבער נישט מסביר געווען פארוואס טשיינע קען נישט באשיסן טייוואן פון די לופט, און/אדער באקומען לופט קאנטראל.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:

זיי קענען האבן קאנטראל אבער וועלן פעלן מיט די אנדערע צוויי
און כווייס נישט צו זיי וועלן קענען האבן
טייוואן האט אייגענע און אויך מעריב וועלט עיר דיפענס סיסטעמס, ווי אויך איז טשייניזע פליגערס אזוי מעכטיג ווי מהאט געמיינט, קיינער קויפט עס נישט.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

נארמי! ווען מען רעדט צו דער זאך איז לוינבאר עס דורכצוליינען

כ'האב הנאה געהאט, גוט צו וויסן.
אגב כ'מיין אז די אמעריקאנער היסטעריע איז בלויז א אוטקאם פון מידיא היסטעריע וואס זיי זייען אן כדי צו אינקריסן זייערע רעיטינגס, אבער די וואס ווייסן אזוי ווי דו זענען אויף איין פעידזש מיט די טייוואנער
איין מאן'ס חוו"ד...
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שיינע אנאליז.

אבער איך פארשטיי נישט בכלל דעם מיליאן מענטשן שיטה, פארוואס אין די וועלט דארף כינע גראד אנהייבן מיט א מיליאן מענטשן?
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

;l;p- ;l;p-
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צל עובר האט געשריבן:שיינע אנאליז.

אבער איך פארשטיי נישט בכלל דעם מיליאן מענטשן שיטה, פארוואס אין די וועלט דארף כינע גראד אנהייבן מיט א מיליאן מענטשן?

זיי דארפן האבן 3 קעגן 1
טייוואן האט איבער 350,000
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

נארמאליזעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:שיינע אנאליז.

אבער איך פארשטיי נישט בכלל דעם מיליאן מענטשן שיטה, פארוואס אין די וועלט דארף כינע גראד אנהייבן מיט א מיליאן מענטשן?

זיי דארפן האבן 3 קעגן 1
טייוואן האט איבער 350,000

אלע 350 טויזנט זענען דען ביים בארטן?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:

זיי וועלן זיין ביים בארטן, דארט גייט זיין די ערשטע שלאכט.
חוץ פון דעם וועלן זיין נאך טויזענטער פרישע סאלדאטן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין צולייגט די זאך!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
Ice
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 13, 2022 8:48 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ice »

;l;p-
אוועטאר
אינאדריטעטעם!?
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 1:00 am

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינאדריטעטעם!? »

זייער גוט און קלאר צענימען
בעיקר די 4 כללים
א יעדע מטבע האט 2 זייטן
אמאל איז דא א 3טע אינצווישן
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

אה!!! ניחמתני בני...
ואני בתומי אלך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נארמאליזעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:שיינע אנאליז.

אבער איך פארשטיי נישט בכלל דעם מיליאן מענטשן שיטה, פארוואס אין די וועלט דארף כינע גראד אנהייבן מיט א מיליאן מענטשן?

זיי דארפן האבן 3 קעגן 1
טייוואן האט איבער 350,000

קודם כל, זינט ווען דארף מען 3 צו איינס?

והשנית, ביז די אלע 350 טויזנט וועלן גרייכן צו יענעם פונקט, קען כינע לאנדען נאך כוואליעס סאלדאטן, און אויף נאך פונקטן.

אגעין, די נאציס ימח שמם האבן געהאט מיליאנען סאלדאטן, און די אליאירטע האבן סוקסעספולי אינוואדירט מיט אונטער 200 טויזנט סאלדאטן אין די ערשטע כוואליע.

------

מיר רעדן שטייצעך א גאנצן צייט אויב דער אמעריקאנער מיליטער מישט זיך בכלל נישט אריין בנוגע עיר סופרעמיסי, און באמבארדירט נישט די שיפן אויך נישט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נארמאליזעם האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:לאמיר דא דורכגיין א שטיקל אנאליז איבער די אוקריינישע מלחמה און ארויסנעמען דערפון וואס מקען ערווארטן אויב טשיינע פלאנט צו אינוואדירן איר שכן טייוואן,

זייער זייער שיין!

האסט אבער נישט מסביר געווען פארוואס טשיינע קען נישט באשיסן טייוואן פון די לופט, און/אדער באקומען לופט קאנטראל.

זיי קענען האבן קאנטראל אבער וועלן פעלן מיט די אנדערע צוויי
און כווייס נישט צו זיי וועלן קענען האבן
טייוואן האט אייגענע און אויך מעריב וועלט עיר דיפענס סיסטעמס, ווי אויך איז טשייניזע פליגערס אזוי מעכטיג ווי מהאט געמיינט, קיינער קויפט עס נישט.

טאיוואן האט פילע קייט בערג מיט פלעצער פאר פליגערס צווישן די בערג, זיי קענען זיך הייבן אנדעם וואס מען זאל זיי קענען אויפכאפן, אטאקירן, און צוריק פארשוואונדן ווערן...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צל עובר האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:שיינע אנאליז.

אבער איך פארשטיי נישט בכלל דעם מיליאן מענטשן שיטה, פארוואס אין די וועלט דארף כינע גראד אנהייבן מיט א מיליאן מענטשן?

זיי דארפן האבן 3 קעגן 1
טייוואן האט איבער 350,000

קודם כל, זינט ווען דארף מען 3 צו איינס?

והשנית, ביז די אלע 350 טויזנט וועלן גרייכן צו יענעם פונקט, קען כינע לאנדען נאך כוואליעס סאלדאטן, און אויף נאך פונקטן.

אגעין, די נאציס ימח שמם האבן געהאט מיליאנען סאלדאטן, און די אליאירטע האבן סוקסעספולי אינוואדירט מיט אונטער 200 טויזנט סאלדאטן אין די ערשטע כוואליע.

------

מיר רעדן שטייצעך א גאנצן צייט אויב דער אמעריקאנער מיליטער מישט זיך בכלל נישט אריין בנוגע עיר סופרעמיסי, און באמבארדירט נישט די שיפן אויך נישט.

געדענק, נאצי דייטשלאנד האט געהאט הונדערטער פלעצער וואו צו אינוואדירט ווערן, און איינע פון די גרעסטע סודות איז געווען טאקע דאס, וואו וועט די אינוואזיע זיין? טאיוואן האט נאר פיר לאקאציעס.

חוץ מזה איז טאיוואן גענוג קליין אז מען זאל קענען שנעל אריבער ברענגען נאך קרעפטן, ווי אויך וועט די צוגרייטונגען פון די כינעזער מיליטער מיטגעהאלטן ווערן, און וועט געבן גענוג צייט איינצוזייען גענוג און נאך ים מינעס, ים מינעס זענען די שווערסטע מינעס צו נוטראלאזירן
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך שיין!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צל עובר האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:שיינע אנאליז.

אבער איך פארשטיי נישט בכלל דעם מיליאן מענטשן שיטה, פארוואס אין די וועלט דארף כינע גראד אנהייבן מיט א מיליאן מענטשן?

זיי דארפן האבן 3 קעגן 1
טייוואן האט איבער 350,000

קודם כל, זינט ווען דארף מען 3 צו איינס?

והשנית, ביז די אלע 350 טויזנט וועלן גרייכן צו יענעם פונקט, קען כינע לאנדען נאך כוואליעס סאלדאטן, און אויף נאך פונקטן.

אגעין, די נאציס ימח שמם האבן געהאט מיליאנען סאלדאטן, און די אליאירטע האבן סוקסעספולי אינוואדירט מיט אונטער 200 טויזנט סאלדאטן אין די ערשטע כוואליע.

------

מיר רעדן שטייצעך א גאנצן צייט אויב דער אמעריקאנער מיליטער מישט זיך בכלל נישט אריין בנוגע עיר סופרעמיסי, און באמבארדירט נישט די שיפן אויך נישט.

סאיז א אנגענומענע כלל אין מלחמה 3-1

דעי אינוואזיע פון 156,000 אליאירטע זענען געווען קעגן 50,000 נאציס אויף יענע פלאץ, (זעסטו פון דא אויך אז מהאט געדארפט האבן 3-1 צו קענען אנהייבן)

טייוואן האט פיינע אנטי שיפן מיסילס
און ווי געשמועסט גייען זיי האבן צום ווייניגסטנס 30 טעג פארדעם וואס מגייט שוין וויסן אז זיי קומען, גלייב איך אז זיי וועלן האבן איבער 300,000 זעלנער ביי אלע פלעצער (זיי האבן איבער א מיליאן Reserves)
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

זייער שיין, מען דארף אריבער שיקן דעם אנאליז צום כינעזער דיקטאטאר וועט ער איינזעהן אז ער זאל זיך נישט בעסער אנהייבן מיט טייוואן
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

ווייסן זיי דעם נישט די אלע כללים? מען זאגט דאך אז די טשיינע מיליטער איז געלערנט וויאזוי צי אינוואדירן טייוואן
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

הער חנן האט געשריבן:זייער שיין, מען דארף אריבער שיקן דעם אנאליז צום כינעזער דיקטאטאר וועט ער איינזעהן אז ער זאל זיך נישט בעסער אנהייבן מיט טייוואן

:grin: :grin:

סאיז א פראפעגאנדע טאקטיק פאר אירע בירגער
זיי ווייסן אויך דעי אלע כללים (אפשר טאקע ווייסן זיי עס נישט ווייל זיי זענען שוין לאנג נישט געווען אין מלחמה)

טייוואן גרייט זיך שוין דערצו זייט זיי האבן זיך אפגעטיילט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

שיין און גאר אינפארמאטיוו
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: טייוואן איז נישט אוקריינע. (אנאליז)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

אייזן. ש’כח ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”