א אידישע אייז-קרים טראק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3687
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
א אידישע אייז-קרים טראק
אהההה, נישטא קיין בעסערע "קאלטע" נייעס אווי דאס
אין מאנסי פארט היינט ארום א טרעקל, ער פארקויפט פארשידענע מיני אייז-קרים, אייסעס, אויך, כאפט אייך אן אינעם קאטש, אויך הייסע פיצא, און קאלטע געטראנקן!!
זיי האבן אן אדווערטייזמענט אויפן טרעקל אז זיי פארן צו קעמפס קאנטריס קאלאני'ס און צו קרעטשמע'ס... אפס ניין דאס איז שוין אייגענס...
זיי האבן א טעל. נומבער נאר איך בין עס צו שנעל דורכגעפארן האב איך נישט אויפגעכאפט דאס גאנצע, ס'הייבט זיך אן
845 613-????
ביז ס'איז נישטא קיין "קול קורא" העט ער מאכן גרינג און שיין געלט... איך וואונטש אים דאס בעסטע.

- טאגליכט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 295
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
- לאקאציע: אויפן פליגער
קרעמער האט געשריבן:א אידישע אייזקרעים טראק וואלט געווען גאר געשמאקן אין וויליאמסבורג אויך, און אין נאך אנדערע אידישע געגנטער.
פערצופאל ווייס איך אז אין שיקאגא פלעגט זיין אזא טרעקל, לאמיר פרעגן טאגליכט אויב ער האט אים באמערקט דארט ביי זיין לעצטע נסיעה
נאפס, איך האב קיין אייז קרים טראק נאך בכלל נישט געזעהן אין טשיקאגא.
יגר'ל, ביטע גיב ארויס די נומער, איך וואלט גאר געגליכן ארויסצוגיין און זיך באלעקן מיט אן אייז קאלטן אייסעס, על אפו וחמתו פון די אומדערטרעגליכע היץ.
איך האב שוין טאקע געזען אזא טרעקל אבער איך האב נישט געוואוסט צי סאיז כשר. און נעקסט טיים דו פארסט אים אריבער שיק אים צו ... #B. שקןיעך פון פראנויס.
איך האב שוין טאקע געזען אזא טרעקל אבער איך האב נישט געוואוסט צי סאיז כשר. און נעקסט טיים דו פארסט אים אריבער שיק אים צו ... #B. שקןיעך פון פראנויס.
די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק
- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
משה קארנפעלד האט געשריבן:געזעען די וואך א אידישער אייז-קרעים טרעקל אין וויליאמסבורג.
נעבעך... מיין אינגל איז נאך הונגעריג ביז יעצט, כאב איך געהאלפן ברעכן די תאוות.
פארציילט מען אזוי:
ר' שבתי וויגדער זצ"ל איז אמאל געזעצען אויבן אן, מען האט געטיילט אייזקריעם, קיינער פון די שיינע אידן האבן נישט גענומען נאר ר' שבתי. פרעגט אים א איד פשט, האט ער געזאגט אזוי:
"עס איז געווען א שאלה, אדער גאווה אדער תאווה, כ'האב אויסגעקליבען תאווה"!!
(יא, וואלט שוין געמעגט זיין א אשכול איבער דעם אדם גדול)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 480
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm
איך וויל אייך - טייערע חברים - נישט פארנעמען דעם אפעטיט. איך פארגין אייך די בעסטע אייזקריעם, און האט אלע גוטע הנאות אויף דער וועלט.
אבער...
קויפט עס אין גראסערי, אין א פארמאכט פעקל, מיט א גוטע הכשר.
עס איז כמעט נישט שייך צו געבן א הכשר אויף א טרעקל וואס פארט ארום, וויבאלד אויב עס לויפט אים אויס א פראדוקט אינטערוועגנס (טיילמאל אין די קאנטריס וכדומה), האט ער א מורא'דיגע נסיון נישט אריינצוגיין אין א סטאר און קויפן, לאו דוקא מיט א הכשר.
למעשה האבן די טרעקלעך יא א הכשר, וואס זאגט אז זיי זענען באגלייבטע אידן, און די קשיא איז זייער שטארק, ווייל דער סוחר אליין איז נישט באגלייבט כידוע, וכבוד כל המכשירים במקומם מונח.
איך רעד נישט אויף קיינעם, און איך זאג קיינעם נישט וואס צו טאן, איך בין נאר מעורר די וועלכע זענען יא גרייט צו האבן א אפענעם קאפ, און זענען מקבל את האמת ממי שאמרו.
אויב אייער קינד בעט אייך צו קויפן פונעם טראק, זאגט אים, די הכשר פון די טראק נוצן מיר נישט (אפילו אויב עס שטייט דארט אז ער נוצט דעם הכשר וואס מיר נוצן, דארף דאס אליין א הכשר, און אויף דעם אליין האט ער נישט אונזער הכשר, נאר א צווייטנס), און דעריבער, קום אהיים, און איך וועל דיר געבן אינדערהיים א שיינע גרויסע אייזקריעם אדער אייסעס.
ובזה יצאתי ידי חובתי, המקבל יקבל, וכל השאר יאכלו ענבי"ם...

סמארט גאי האט געשריבן:פארוואס חושד זיין דעם אידישן טרעקל איינגעטימער אין אזוינע ביליגע מעשים. ?
האט עפעס יעדע עסן-געשעפט איינגעטימער פינקל סעלס אין זיין בלוט ?
אויב פארשטייסטו אז יעדע עסן געשעפט דארף א השגחה, כאטש נישט יעדער האט פינקעל סעלס, דארף אזא טראק זיכער א גוטע השגחה, סאו הרב שוואכעליון (נאו איידיע וויאזוי מ'ליינט דעי ניק נעים) ברענגט ארויף א פוינט אז ס'איז כמעט נישט מעגליך צו געבן א השעחה אויף אזא טראק וואס פארט ארום א גאנצע צייט, כ"ש אז אסאך מאל זענען די ארבעטערס אויפן טראק ווייט נישט די היימישע ואס דו וואלסט געגעסן ביי זיי אינדערהיים
1 + 1 = חלה דעקל...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 547
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
- לאקאציע: אין דארף
חלהדעקל האט געשריבן:סמארט גאי האט געשריבן:פארוואס חושד זיין דעם אידישן טרעקל איינגעטימער אין אזוינע ביליגע מעשים. ?
האט עפעס יעדע עסן-געשעפט איינגעטימער פינקל סעלס אין זיין בלוט ?
אויך איך לאז נישט קויפען פון די אייז קרים טראק משום מעשה שהיה. אין איינוועגס שפאר איך מיך אסאך געלד ווייל דער טראק קומט צו אינזער קאנטערי ממש איעדען טאג .
איין טאג האט מיין ווייב געוואלט קויפען א אייז קריעם מיט די טענה אז עס האט א גוטע הכשר (איינער פון גוטע היימישע הכשרים) האב איך איר געזאגט קוקט אן דעם דרייווער און זאגט מיר אויב די וואלט עים געטראסט צו שיקען אינזער קינד פון דא ביז די נעקסטע קאנטערי, און זי זאגט מיר ניין, זאג איך איר אויב אזוי פארוואס זיין אייז קריעם טראסטו יא??
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
לעצטנס, ווען דער טראק האט זיך אפגעשטעלט אויף מיין גאס, בין איך - סתם פאר די אינטערעסאנטקייט - צוגעגאנגען פרעגן וועגן די השגחה.
זיי האבן מיר גלייך געוויזן דאס צעטל, און גלייבט מיר, מען קען לייכט קאנווינסד ווערן. עס שטייט קלאר ארויס די נעמען פון די מענטשן, און די פלעיט-נומער פונעם טרעקל, און זיי האבן אינעווייניג גרויסע שיסלען אריגינאלע פון די קאמפאני מיט א גוטע הכשר, א.א.וו.
עס מאכט א גוטן רושם, און מען טאר נישט נתפעל ווערן.
עס שטייט אויפן צעטל, אז מען קען קאלן דעם רב המכשיר אויף נומער... אבער איך האב נישט געקאלט, ווייל עס קען זיצן א לץ אויף די אנדערע זייט טרייבל און זיך פארשטעלן אלס רב המכשיר, סאו, דארף מען גיין נאכקוקן יענעמ'ס נומער פון א געהעריגע טעלעפאן בוך, און דאס האב איך שוין נישט געטאן, וויבאלד מיך פערזענליך איז עס סייווי נישט נוגע, איך עס עס סייווי נישט.
[אגב, מיין ניק איז "שואל כענין"]

- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
ווייל דא דארף מען טראסטן אויסערן בעל מכשיר אויך דעם בעל האייז קריעם טראק, וואס געווענליך קוקט נישט אויס ווי מקענים טראסטן
טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק