א אידישע אייז-קרים טראק

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

א אידישע אייז-קרים טראק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אהההה, נישטא קיין בעסערע "קאלטע" נייעס אווי דאס

אין מאנסי פארט היינט ארום א טרעקל, ער פארקויפט פארשידענע מיני אייז-קרים, אייסעס, אויך, כאפט אייך אן אינעם קאטש, אויך הייסע פיצא, און קאלטע געטראנקן!!

זיי האבן אן אדווערטייזמענט אויפן טרעקל אז זיי פארן צו קעמפס קאנטריס קאלאני'ס און צו קרעטשמע'ס... אפס ניין דאס איז שוין אייגענס...

זיי האבן א טעל. נומבער נאר איך בין עס צו שנעל דורכגעפארן האב איך נישט אויפגעכאפט דאס גאנצע, ס'הייבט זיך אן
845 613-????


ביז ס'איז נישטא קיין "קול קורא" העט ער מאכן גרינג און שיין געלט... איך וואונטש אים דאס בעסטע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א אידישע אייזקרעים טראק וואלט געווען גאר געשמאקן אין וויליאמסבורג אויך, און אין נאך אנדערע אידישע געגנטער.

פערצופאל ווייס איך אז אין שיקאגא פלעגט זיין אזא טרעקל, לאמיר פרעגן טאגליכט אויב ער האט אים באמערקט דארט ביי זיין לעצטע נסיעה
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

קרעמער האט געשריבן:א אידישע אייזקרעים טראק וואלט געווען גאר געשמאקן אין וויליאמסבורג אויך, און אין נאך אנדערע אידישע געגנטער.

פערצופאל ווייס איך אז אין שיקאגא פלעגט זיין אזא טרעקל, לאמיר פרעגן טאגליכט אויב ער האט אים באמערקט דארט ביי זיין לעצטע נסיעה



נאפס, איך האב קיין אייז קרים טראק נאך בכלל נישט געזעהן אין טשיקאגא.
תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהוובהו »

יגר'ל, ביטע גיב ארויס די נומער, איך וואלט גאר געגליכן ארויסצוגיין און זיך באלעקן מיט אן אייז קאלטן אייסעס, על אפו וחמתו פון די אומדערטרעגליכע היץ.

איך האב שוין טאקע געזען אזא טרעקל אבער איך האב נישט געוואוסט צי סאיז כשר. און נעקסט טיים דו פארסט אים אריבער שיק אים צו ... #B. שקןיעך פון פראנויס.
די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

געזעהן די וואך אין די קאנטרי א טרעקל מיט קליין'ס אייזקריעם ארומפארן ביי די היימישע באנגעלוי קאלאניס
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

געזעען די וואך א אידישער אייז-קרעים טרעקל אין וויליאמסבורג.

נעבעך... מיין אינגל איז נאך הונגעריג ביז יעצט, כאב איך געהאלפן ברעכן די תאוות.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

משה קארנפעלד האט געשריבן:געזעען די וואך א אידישער אייז-קרעים טרעקל אין וויליאמסבורג.

נעבעך... מיין אינגל איז נאך הונגעריג ביז יעצט, כאב איך געהאלפן ברעכן די תאוות.

פארציילט מען אזוי:

ר' שבתי וויגדער זצ"ל איז אמאל געזעצען אויבן אן, מען האט געטיילט אייזקריעם, קיינער פון די שיינע אידן האבן נישט גענומען נאר ר' שבתי. פרעגט אים א איד פשט, האט ער געזאגט אזוי:

"עס איז געווען א שאלה, אדער גאווה אדער תאווה, כ'האב אויסגעקליבען תאווה"!!

(יא, וואלט שוין געמעגט זיין א אשכול איבער דעם אדם גדול)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שוין יעצט זעה איך אז ער איז שוין געווען דערמאנט ווען ער איז אוועק, און שטייט דארט די אייזקרים מעשה אויך, אביסעל אנדערש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

ווייסט איינער די נאמבער פון די אייז קרים טראק אין סוואן לעיק?
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך וויל אייך - טייערע חברים - נישט פארנעמען דעם אפעטיט. איך פארגין אייך די בעסטע אייזקריעם, און האט אלע גוטע הנאות אויף דער וועלט.

אבער...

קויפט עס אין גראסערי, אין א פארמאכט פעקל, מיט א גוטע הכשר.

עס איז כמעט נישט שייך צו געבן א הכשר אויף א טרעקל וואס פארט ארום, וויבאלד אויב עס לויפט אים אויס א פראדוקט אינטערוועגנס (טיילמאל אין די קאנטריס וכדומה), האט ער א מורא'דיגע נסיון נישט אריינצוגיין אין א סטאר און קויפן, לאו דוקא מיט א הכשר.

למעשה האבן די טרעקלעך יא א הכשר, וואס זאגט אז זיי זענען באגלייבטע אידן, און די קשיא איז זייער שטארק, ווייל דער סוחר אליין איז נישט באגלייבט כידוע, וכבוד כל המכשירים במקומם מונח.

איך רעד נישט אויף קיינעם, און איך זאג קיינעם נישט וואס צו טאן, איך בין נאר מעורר די וועלכע זענען יא גרייט צו האבן א אפענעם קאפ, און זענען מקבל את האמת ממי שאמרו.

אויב אייער קינד בעט אייך צו קויפן פונעם טראק, זאגט אים, די הכשר פון די טראק נוצן מיר נישט (אפילו אויב עס שטייט דארט אז ער נוצט דעם הכשר וואס מיר נוצן, דארף דאס אליין א הכשר, און אויף דעם אליין האט ער נישט אונזער הכשר, נאר א צווייטנס), און דעריבער, קום אהיים, און איך וועל דיר געבן אינדערהיים א שיינע גרויסע אייזקריעם אדער אייסעס.

ובזה יצאתי ידי חובתי, המקבל יקבל, וכל השאר יאכלו ענבי"ם...
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

פארוואס חושד זיין דעם אידישן טרעקל איינגעטימער אין אזוינע ביליגע מעשים. ?

האט עפעס יעדע עסן-געשעפט איינגעטימער פינקל סעלס אין זיין בלוט ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

סמארט גאי האט געשריבן:פארוואס חושד זיין דעם אידישן טרעקל איינגעטימער אין אזוינע ביליגע מעשים. ?

האט עפעס יעדע עסן-געשעפט איינגעטימער פינקל סעלס אין זיין בלוט ?


אויב פארשטייסטו אז יעדע עסן געשעפט דארף א השגחה, כאטש נישט יעדער האט פינקעל סעלס, דארף אזא טראק זיכער א גוטע השגחה, סאו הרב שוואכעליון (נאו איידיע וויאזוי מ'ליינט דעי ניק נעים) ברענגט ארויף א פוינט אז ס'איז כמעט נישט מעגליך צו געבן א השעחה אויף אזא טראק וואס פארט ארום א גאנצע צייט, כ"ש אז אסאך מאל זענען די ארבעטערס אויפן טראק ווייט נישט די היימישע ואס דו וואלסט געגעסן ביי זיי אינדערהיים
1 + 1 = חלה דעקל...
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

חלהדעקל האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:פארוואס חושד זיין דעם אידישן טרעקל איינגעטימער אין אזוינע ביליגע מעשים. ?

האט עפעס יעדע עסן-געשעפט איינגעטימער פינקל סעלס אין זיין בלוט ?



אויך איך לאז נישט קויפען פון די אייז קרים טראק משום מעשה שהיה. אין איינוועגס שפאר איך מיך אסאך געלד ווייל דער טראק קומט צו אינזער קאנטערי ממש איעדען טאג .

איין טאג האט מיין ווייב געוואלט קויפען א אייז קריעם מיט די טענה אז עס האט א גוטע הכשר (איינער פון גוטע היימישע הכשרים) האב איך איר געזאגט קוקט אן דעם דרייווער און זאגט מיר אויב די וואלט עים געטראסט צו שיקען אינזער קינד פון דא ביז די נעקסטע קאנטערי, און זי זאגט מיר ניין, זאג איך איר אויב אזוי פארוואס זיין אייז קריעם טראסטו יא??
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

איך האב הנאה צו זעהן אז איך ביניש דער איינציגסטער וואס לאזט נישט קויפן ביי די אייז קרים טראק,
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שוין ווייסעך וויפיל מאל געווען אדווערטייזט אויף א הכשר פון אזא טראק, אז עס איז געווען דורכאויס פאלש.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

חלה האט געשריבן:אויך איך לאז נישט קויפען פון די אייז קרים טראק משום מעשה שהיה.

זייטשע מוחל און זייט מפרט די 'מעשה שהיה'
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

לעצטנס, ווען דער טראק האט זיך אפגעשטעלט אויף מיין גאס, בין איך - סתם פאר די אינטערעסאנטקייט - צוגעגאנגען פרעגן וועגן די השגחה.

זיי האבן מיר גלייך געוויזן דאס צעטל, און גלייבט מיר, מען קען לייכט קאנווינסד ווערן. עס שטייט קלאר ארויס די נעמען פון די מענטשן, און די פלעיט-נומער פונעם טרעקל, און זיי האבן אינעווייניג גרויסע שיסלען אריגינאלע פון די קאמפאני מיט א גוטע הכשר, א.א.וו.

עס מאכט א גוטן רושם, און מען טאר נישט נתפעל ווערן.

עס שטייט אויפן צעטל, אז מען קען קאלן דעם רב המכשיר אויף נומער... אבער איך האב נישט געקאלט, ווייל עס קען זיצן א לץ אויף די אנדערע זייט טרייבל און זיך פארשטעלן אלס רב המכשיר, סאו, דארף מען גיין נאכקוקן יענעמ'ס נומער פון א געהעריגע טעלעפאן בוך, און דאס האב איך שוין נישט געטאן, וויבאלד מיך פערזענליך איז עס סייווי נישט נוגע, איך עס עס סייווי נישט.

[אגב, מיין ניק איז "שואל כענין"]
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

שואל, אויב די טראסט דעם בעל מכשיר בכלליות, פארוואס זאל בפרטיות זיין אנדערש.
.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

ווייל דא דארף מען טראסטן אויסערן בעל מכשיר אויך דעם בעל האייז קריעם טראק, וואס געווענליך קוקט נישט אויס ווי מקענים טראסטן
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rrr »

מדארף טאקע זיכער מאכן אז די השגחה איז פארלעסליך אזוי ווי איוף יעדע זאך, איך האב געפרעגטמאמאל איינער פון די בעלי מכשירים אויף די טראקס האט ער מיר געזאגט אז ער האט א gps אויף אלע טראקס און קען זיי לאקעיטן עני טיים
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

וואס העלפט א GPS ?
1 + 1 = חלה דעקל...
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

ער קען זיך אפשטעלן אין יעדע רעסט עריע, כלומר'שט צו גיין אין ביהכ"ס און קויפן א וואסער טרונק, קיינער קען נישט וויסן וואס אלץ נאך ער קויפט דארט.

לענ"ד איז א GPS גארנישט ווערד לגבי דעם, וכבוד בעל המכשיר במקומו מונח.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

אויב עפעס איז א סורוועיליענס קעמערע די בעסטע זאך, אדער כאטש א משגיח וואס זאל פון צייט צו צייט עים קארנערן אינמיטן וועג.

אגב, פארוואס איז עני דעלי / עסן סטאר בעסער פון א אייזקריעם טרעקל? אויסער אויב דו טראסט ענדערש יענעם ארבעטער ווי דעם ארבעטער אויפן טרעקל
1 + 1 = חלה דעקל...
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

פשוט די סטאר איז אויף איין פלאץ און דער משגיח קען עני טיים איבעראשען מיט א באזוך, משא"כ ביי א טרעקל וואס טרעוולט ארום.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

פארדעם האט ער gps, אז ער קען יא עני טיים איבערראשן מיט א באזוך,

די אלע טענות דא וועגן די כשרות פונעם אייס קרים טראק זענען זייער שוואך,
.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”