טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

אבאמא האט גע'טוויט' צום סאמע ערשטע מאל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

די שמחה איז גרויס! אבאמא האט גע'טוויט' צום סאמע ערשטע מאל!
אמ..... נישט ממש. אבער ער האט געקוועטשט דעם 'אפדעיט' קנעפל...

President Obama sent his first-ever "Tweet" today, while visiting the Red Cross Disaster Operations Center in Washington.

Upon hitting "update" on the micro-blogging site Twitter, Mr. Obama sent out the message, "President Obama and the First Lady are here visiting our disaster operation center right now" via the Red Cross Twitter feed.

"I just tweeted. The first time I tweeted," Mr. Obama exclaimed, CBS News White House Correspondent Mark Knoller reports.

A subsequent Red Cross Tweet was published, reading, "President Obama pushed the button on the last tweet. It was his first ever tweet!"

While Mr. Obama had never personally used the micro-blogging site before today, his staff maintains a White House Twitter feed and a Barack Obama Twitter feed.


פרייט אייך אלע מיט!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מזל טוב אבאמא צום ערשטן טוויט!!

אריין אין 'איר טוויטערט' אשכול...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

א פרישע ערד ציטעניש אין אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

A 5.8-magnitude earthquake has struck off coast of Cayman Islands, U.S. Geological Survey reports.
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

אמעריקע און אייראפע ווידערהאלן שטייפע פאליסיס קעגן איראן

וואשינגטאן. – אמעריקע און די אייראפעאישע לענדער האבן נעכטן דאנערשטאג ווידערהאלט צו לייגן דרוק אויף איראן, אז זי זאל קאאפערירן מיט די וועלט לענדער איבער אירע קאנטראווערסאלע נוקלעארע פראגראמען.

סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן האט אפגעהאלטן נעכטן א וויכטיגע זיצונג מיט צוויי אייראפעאישע רעגירונגס לייט וועלכע זענען געקומען קיין וואשינגטאן אויף א באזוך. איינער איז געווען די אנפירערין פון אויסערן פאליטיק אינערהאלב די "אייראפעאישע יוניאן" און דער צווייטער איז געווען דער אויסערן מיניסטער פון ענגלאנד דעיוויד מיליבענד.

ביי דער זיצונג האט מען ארומגערעדט פון אלע וויכטיגע אישוס וואס פלאגן די וועלטס לענדער אצינד, אנגעהויבן פון עקאנאמיע, ענווייראמענטאלע אישוס און געענדיגט ביי טעראריזם. ספעציפיש האט קלינטאן געזאגט אז אמעריקע און אייראפע דארפן צוריקשטעלן די שטארקע דרוק אויף איראן, אז זי זאל ארויסגעבן אירע נוקלעארע סודות און לאזן דורכפירן גרינטליכע אינספעקציעס אויף אלע אירע פלענטס.

עס איז באשלאסן געווארן אז מען דארף קלארשטעלן פאר איראן אז אויב וועט זי נישט קאאפערירן מיט די פארלאנגען פון די לענדער, וועלן די שטראפן און סאנקציעס גיין גאר ווייט, און דאס וועט שעדיגן איראן, אין אלע הינזיכטן, איבערהויפט פינאנציעל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

דער פעדעראל רעזערוו טשעירמאן בען בערנאנקי, וועט אין די קומענדיגע וואכן דארפן ווערן פריש אויפגענומען און באשטעטיגט דורכן סענאט און קאנגרעס אז ער קען ווייטער דינען אויף זיין אמט, וויבאלד ער האט ביז יעצט נאר געדינט צו ענדיגן זיין טערמין וואס ער האט אנגעהויבן אונטער פרעזידענט בוש.

די אומצעפרידנהייט פונעם אמעריקאנעם פאלק מיט די עקאנאמיע, ווערט שטארק אנגעלייגט אויף בערנאנקי, צוליב וואס די פעדעראל רעזערוו איז נישט פארפליכטעט צו פארעפנטליכן די פראצעדורן וואס און ווען זי טוט און דעריבער האלט מען אז ער האט נישט גוט געהאנדלט ביי די קריזיס מיט די בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס.

אצינד זאגן מערערע און מערערע סענאטארן און קאנגרעסלייט אז זיי וועלן אנידערשטימען די באשטעטיגונג פון בערנאנקי צו א פרישן טערמין.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

90 ווארשיינליך טויט נאך עראפלאן קראך אין עטיאפע

לבנון. - מאנטאג פארטאגס האט פאסירט א שרעקליכע טראגעדיע, ווען א עראפלאן וועלכע איז געווען אויפן וועג פון בעירוט קיין אדיס-אבא, מיט 90 מענטשן דערויף, האט זיך אנגעשטויסן אין שווערע שטורעמעס ארום 2:30 פארטאגס און עטליכע מינוט נאכן זיך הייבן האט זי פארלוירן פארבינדונג מיט די קאנטראל טורעמעס.

עטליכע עדות האבן געזאגט אז זיי האבן געזען דעם "באאינג 737" אויפרייסן אין א מאסיווע פייער-באלל העכערן אטלאנטיק.

מען האט שוין דערווייל געטראפן און אידענטיפיצירט אזויפיל ווי 30 קערפער און עס איז שווער צו גלייבן אז עס זענען געבליבן עפעס איבערלעבער וועלכע האבן באוויזן זיך צו ראטעווען און צושווימען צו א בארטן.

אויפן עראפלאן האבן זיך געפינען אזויפיל ווי 54 לבנון'ער בירגער, די אנדערע 20 זענען מערסטנס געווען עטיאפיע בירגער און אויך צוויי פראנצויזישע בירגער און ענגלישע בירגער.

די לבנון רעגירונג האט געזאגט אז דאס איז ווארשיינליך נישט געווען א סאבאטאדזש אדער טעראר אקציע. גאזי ארידי, דער מיניסטער פון טראנספארטאציע האט געזאגט אז לויט די אינפארמאציע וואס מען האט דערווייל, זענען די פילאטן געווען אין פארבינדונג מיט די קאנטראל טורעמעס ביזן לעצטן מאמענט, סעקונדן איידער עס האט פאסירט די קראך.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

באגדאד באמבעס אומגעברענגט 36; "כעמיקאל עלי" געהאנגען

באגדאד. – מאנטאג איז איראק אויפגעשאקלט געווארן, נאכדעם וואס טעראריסטן האבן דורכגעפירט עטליכע קאר באמבעס אין די זעלבע צייט, אומברענגענדיג 36 און פארוואונדענדיג צענדליגער אנדערע.

די אטאקעס האבן אויך צוניש געמאכט די צוזאגונגען פון די איראקער רעגירונג אז זיי וועלן זיכער מאכן אז די גאסן פון באגדאד זענען רואיג אין בעפארברייטונג צו די וואלן וועלכע וועלן פארקומען דארטן אין מערץ.

די אויפרייסן זענען פארגעקומען נעבן עטליכע האטעלן און האט כמעט ווי חרוב געמאכט די האטעלן. אזויפיל ווי 80 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן אין די אטאקעס.

דאס לעצטע מאל וואס עס איז פארגעקומען אן אטאקע אזוי גרויס אין איראק, איז געווען אום דעצעמבער 8 פארגאנגענעם יאר, ווען אזויפיל ווי 100 מענטשן זענען אומגעקומען אין א קאר באמבע.

די אטאקעס מאנטאג האבן פאסירט אין די זעלבע צייט וואס די איראקער רעגירונג האט דורכגעפירט די הינריכטונג אויף דעם טרויעריג-בארימטער אלי חאסאן אל-מאדזשיד, וועלכער איז באקאנט מיט זיין צונאמען "כעמיקעל עלי" צוליב וואס ער איז געווען דער וואס האט פלאנירט די מאסיווע דערשטיקונג אויף פרידליכע קורדישע בירגער אין יאר 1998.

אל-מאדזשיד איז געאורטיילט געווארן צום הענגען אין יאר 2007. נאכדעם וואס ער איז ענדליך געכאפט געווארן דורך אויטאריטעטן, ווען מען האט שוין טיילווייז געהאט אויפגעגעבן אויף אים, קלערנדיג אז ער איז אומגעקומען אין א מאסיווע באמבאדירונג פון די אמעריקאנער לופט-כוחות ביים אייננעמען באגדאד.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

די אפגאנער רעגירונג האט גענומען א נייער צוגאנג און פרובירט זיך אראפצוזעצן פאר געשפרעכן מיט די טאליבאנער פירער און אויסארבעטן א שלום פלאן מיט זיי.

גענעראל מעקריסטאל האט היינט געזאגט אז ער שטיצט דעם פלאן, אויך האבן ענגלאנדער אויטאריטעטן געזאגט אז דער פלאן איז פון די איינציג-פארבליבענע אויסוועגן וויאזוי צו ענדיגן גוט אין אפגאניסטאן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאנהעטן, ניו יארק - א איד וועלעכע האט געארבייט אין צירונג געשפעט אין מאנהעטן אויף מעדיסאן עוועניו אין די זיבעציגער גאסן איז היינט נאכמיטאג דערשאסן געוווארן דורך א באוואפענטער רויבער אין זיין געשעפט.

דער איד, 72 יאר אלט פון ניו דזשערזי איז אריינגעטראגן געווארן קיין לענאקס הילל שפיטאל מיט וואונדן אונעם הארץ ווי ער איז שפעטער אויסגעאגנגען פון זיינע וואונדן.

די NYPD האבן מאבאלאזירט א גרויסער פאליצייאישער קראפט נאכצויאגן דעם מערדער וועלעכער איז אנטלפאן פונעם סצענע. פאליציי האט נאכנישט געוויסט צו זאגן אויב ער האט בכלל גענומען עפעס געלט אדער צירונג פונעם געשעפט.

חסד של אמת איז יעצט אויפן סצענע מיט זייער הייליגער ארבייט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

עני "אייפעד" נייעס?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

94 יעריגע פרוי געפינען לעבעדיג אונטער ברוכווארג אין האיטי

האיטי. – נעכטן דאנערשטאג האבן רעטונגס ארבעטער אין האיטי געמאלדן אז זיי האבן געפינען א 94 יעריגע פרוי אונטער א ריזיגע הויפן ברוכוואר, לעבעדיג און אין א פארהעלטנסמעסיג גוטן צושטאנד. די פרוי איז גלייך אפגעפירט געווארן אין א נאנטע שפיטאל פאר מעדיצינישע באהאנדלונגען.

שיעלס פלור, די 94 יעריגע גערעטעטע פרוי, איז געזיצן אינדערהיים ווען די מאסיווע ערדציטערניש האט אויפגעשאלקט האיטי און איר הויז איז צוזאמגעפאלן, באגראבנדיג איר אונטער א הויפן ברוכווארג.

פלור האט א טאכטער און א אייניקל וועלכע וואוינען נישט ווייט פון איר, און ווען דער ערדציטערניש האט פאסירט האבן זיי אנגענומען פון די ערשטע מינוט אז פלור האט דאס נישט איבערגעלעבט. ווען זיי זענען געגאנגען קוקן איר הויז, האבן זיי באגעגענט א הויפן ברוכווארג.

זיי האבן אבער דאך געוואלט געפינען די קערפער פון זייער מאמע\באבע און דעריבער האבן זיי געבעטן עטליכע רעטונגס לייט זאלן פרובירן אויפצוגראבן דעם הויפן ברוכווארג.

עטליכע דזשורנאליסטן פון אמעריקע האבן אויך געהאלפן אויפגראבן און וואונדער איבער וואונדער! נאך מער פון צוויי וואכן פון ווען דער ערדציטערניש האט פאסירט, האבן זיי געטראפן שיעלס פלור לעבעדיג אונטער א שווערע הויפן פון ברוכווארג.

דאס איז נישט די ערשטע וואונדער געשיכטע וואס מען הערט אין האיטי זינט די שרעקליכע ערדציטערניש וועלכע האט אומגעברענגט צענדליגער טויזנטער און היימלאז געמאכט מיליאנען מענטשן. אנהייב די וואך האבן רעטונגס ארבעטער געפינען א 14 יעריג מיידל און אויף אן אנדערע ארט האבן רעטונגס ארבעטער געפינען א 65 יעריגער מאן באגראבן אונטער ברוכווארג.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

סענאט שענקט צווייטע טערמין פאר פעדעראל רעזערוו טשעירמאן בערנאנקי

וואשינגטאן. – נעכטן דאנערשטאג האט די סענאט באשטעטיגט אז בען בערנאנקי, דער טשעירמאן פון די פעדעראל רעזערוו באנק, וועט דינען א צווייטע טערמין אין זיין אמט, האלטנדיג די הויכע פאזיציע אין איינס פון די שווערסטע צייטן אין אמעריקע'ס היסטאריע, ווען די עקאנאמיע איז טיף באגראבן און די פעדעראל רעזערוו באנק שפילט א גרויסע ראלע אין העלפן די נאציאנאלע גרויסע בענק אז זיי זאלן קענען ווייטער בארגן פאר מענטשן מארטגעדזשעס און לאונס.

בערנאנקי האט געדינט ביז יעצט אין די אבאמא אדמיניסטראציעף, פארענדיגנדיג זיין טערמין וואס ער האט אנגעהויבן אונטער פרעזידענט בוש. פרעזידענט אבאמא האט ביים אריינקומען אינעם ווייסן הויז פאראיאר געבעטן בערנאנקי זאל בלייבן אויף זיין פאסטן. אצינד איז אפגעלאפן זיין טערמין און דער סענאט האט אים געדארפט באשטעטיגן ער זאל קענען ווייטער בלייבן אויפן אמט.

בערנאנקי איז אין די לעצטערע מאנאטן שטארק קריטיקירט געווארן פאר זיין ראלע אין פלאנירן דעם "פינאנאציעלן בעילאוט" וואס מען האט אויסגעטיילט גרויסע ביליאנען פאר די גרויסע בענק און אין דער ענדע האט זיך ארויסגעשטעלט אז די בענק האבן נישט געניצט דאס געלט אויף צו העלפן אמעריקאנער בירגער, נאר אויף שוואוילטאגן און געגעבן גרויסע באנוסעס פאר זייערע ארבעטער און עקזעקיוטיוון.

אין די לעצטע פאר טעג האט זיך אנהויבן א היץ אויף קעפיטאל היל, א גרויסע טייל סענאטארן האבן געזאגט אז זיי גייען נישט שטימען פאר זיין צווייטע טערמין און עס האט אויסגעזען אז בערנאנקי וועט נישט באקומען א צווייטע טערמין. אבער למעשה נעכטן דאנערשטאג גייענדיג צום דרוק איז בען בערנאנקי באשטעטיגט געווארן צו א צווייטע טערמין פארן אמט פון "פעדעראלע רעזערוו טשעירמאן", מיט 70 סענאט שטימען, קעגן 30 וועלכע האבן געשטימט קעגן זיין צווייטן טערמין.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

2 פראטעסטן פירער געהאנגען דורך איראנער רעגירונג

טעראן, איראן. – די איראנער רעגירונג האט געמאלדן אז זיי האבן געהאנגען 2 מענטשן וועלכע האבן אנגעפירט פראטעסטן פארגאנגענעם יאר, קעגן די איראנער רעזשים.

די געהאנגענע זענען באשולדיגט געווארן אין וועלן דורכפירן א רעוואלוציע קעגן די יעצטיגע איראנער רעזשים, זינט פארגאנגענעם יאר אין יוני ווען איראן האט אפגעהאלטן וואלן און עס האבן אויסגעבראכן פראטעסטן צוליב וואס דער פאלק האט באשולדיגט אז אכמעדינעדזשאד האט געפעלשט די וואלן.

זינט פארגאנגענעם אוגוסט האט די איראנער רעגירונג אנגעהויבן געריכטן אויף ארום 100 פאליטישע אקטיוויסטן, וועמען די רעגירונג באשולדיגט אין פרובירן דורכצופירן א רעוואלוציע. זינט דאן זענען שוין 5 אקטיוויסטן פאראורטיילט געווארן צום הענגען און ארום 80 דערפון פארשיקט געווארן צו לאנגע יארן טורמע.

די אפאזיציע פירער צו אכמעדינעדזשאד האבן שטארק פארדאמט די טויט אורטיילן און דאס הענגען פון די צוויי אקטיוויסטן היינט דאנערשטאג, זאגנדיג אז די אקטן פון אכמעדינעדזשאד און די יעצטיגע רעגירונג וועט נאר שאדן מאכן פאר די איראנער בירגער זעלבסט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

נארט קארעא ארעסטירט אמעריקאנער בירגער פאר אומלעגאל אריינקומען אין לאנד

נארט קארעא. – די קאמוניסטישע רעגירונג אין נארט קארעא האט דאנערשטאג ארויסגעגעבן א מעלדונג אז זי האט ארעסטירט אן אמעריקאנער בירגער וועלכער האט פרובירט אריינצוקומען אין איר טעריטאריע אומלעגאל, דורך כינע.

קארעא האט געזאגט אז זי איז שטארק חודש אז דער מענטש איז געשיקט געווארן דורך די אמעריקאנער רעגירונג אדער דורך איינע פון די אנדערע מערב וועלט לענדער צו שפיאנירן. קארעא האט געזאגט אז זי האלט יעצט דעם מענטש אין ארעסט און מען פארשט אים אויס איבער זיינע מאטיוון פארן זיך אריינשווערצן אין לאנד אומלעגאל.

נארט קארעא האלט אויך אן אנדערן אמעריקאנעם בירגער זינט פארגאנגענעם דעצעמבער. יענער מענטש, ראבערט פארק, האט געזאגט פאר די קארעא'ר אויטריטעטן אז ער האט נישט געהאט קיין שום ווילן צו שפיאנירן פאר קיינעם, נאר ער איז א זשורנאליסט און האט געוואלט דורכפירן א באשרייבונג איבער מענטשן רעכטן און וויאזוי דאס ווערט פארנאכלעסיגט דורך די קארעא רעגירונג.

די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט קיין דיפלאמאטישע פארבינדונגען מיט קארעא און זי האט דעריבער געבעטן פון שוועדן אז זי זאל האנדלען מיט קארעא איבער די פארכאפונגען.

די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז זי איז נישט זיכער אז סאיז אמת די באריכט פון נארט קארעא אז זיי האבן פארכאפט נאך אן אמעריקאנעם, אבער זיי האבן גענומען דעם זאך ערנסט אין די האנט אריין און וועלן טון וואס מען קען נאר אהיימצוברענגען דעם אמעריקאנעם בירגער.

פארגאנגענעם אויגוסט איז דער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט ביל קלינטאן אראפגעפארן פערזענליך קיין נארט קארעא אהיימצוברענגען און באפרייען צוויי אמעריקאנער דזשורנאליסטן וועמען די דארטיגע רעגירונג האט פארכאפט, אויך צוליב אומלעגאל אריינקומען אין לאנד און באשולדיגונגען אויף שפיאנאזש.

עס איז נישט באקאנט צי קלינטאן וועט אויך דאסמאל אונטערנעמען די דיפלאמאטישע שריט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח עס-עפעס פאר די שיינע באריכטן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'עפעס מיר ליינען מיט פארגעניגן
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

OMG!!!

קרית יואל, מאנרא

אין די מינוטן קומען אריין די נייעס אז שטערנפעלד די בעה"ב פון ובלכתך בדרך תורה טעיפס האט געהאט פיר קינדער אויפאמאל. 3 מיידלעך מיט איין אינגל.

מזל טוב!!!
א חתימה ברויך מען האבן ?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מזל טוב, שמיי פיר, שכוח פאר די נייעס.

ורוח הקודש אומרת כן תפרוץ
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

מזל טוב מזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל קענען גרינג ערציען מיט נחת און גליקליכקייט
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

ערעפלאן מאכט אן עמערדשענסי לאנדונג אויף די ניו דשערסי טורנפייק!!!!
א קליינע ערעפלאן טראגנדיג אויף זיך א פילאט, און א טרעפיק רעפארטער איז היינט אביסל פאר זיבן אזייגער אינדערפרי געצווינגען געווארן צו מאכן אן עמערדשענסי לאנדונג אויף די נ.דש. טורנפייק נאכן האבן טעכנישע פראבלעמען. בחסדי השם, איז די שטרעקע פון די הייוועי געוועהן גאנץ ליידיג פון קארן, און קיינער איז נישט פארוואונדערט געווארן. אן אינטערסאנטע זאך אנצומערקן איז, אז די ערשטע נייעס אגענטור אנצוקומען אויף די סצענע איז געוועהן "ק.נ.א.". נאכן לאנדן האט די ערעפלאן זיך געריקט צו א זייט פארשטעלענדיג איין און א האלב לעינס פון די צוויי לעין הייוועי. די טרעפיק האט זיך געצויגן אויף א מייל און א האלב אויף ביידע וועגן. די פאליס ספאוקסמען האט געזאגט "כאטש האבן די מענטשן געהאט א גוטע סיבה זיך אפצושטעלן קוקן".
איי עם יא יא, ריפארטינג לייוו פראם די סין פאר ק.נ.א.
(נ.ב. איך בין טאקע געוועהן פון די ערשטע אויף די סין, אבער איך בין שוין נישט דארט א היפשע פאר שעה. סארי פאר די דילעי.)
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח. בילדער האסטו כאטש געכאפט?
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

כאניש געהאט א פאטאגרעפער מיט מיר, און איך בין געוועהן צו איבערגענומען פון די מצב אז איך האניש געקענט דרייווען און כאפן בילדער אויף איינמאל.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בילד
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”