אזוי זאג איך האט געשריבן:אידישליך האט געשריבן:
די דזשורי אין די אלעקס דזשאונס דעפעמעישן פראצעס האט געאורטיילט אז דזשאונס דארף באצאלן איבער 4 מיליאן דאלער פאר די פאמיליעס פון סענדי הוק באטראפענע פארן אנרופן די שיסעריי א 'האוקס'.
איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען עם באשטראפן. איז וואס אז ער האט געזאגט אז עס איז א האוקס? וואס אי שוין געשען? פרידעם אויף ספיטש ניין?
די קלאגע איז דעפעמיעשאן (defamation), ביי אונז אידן הייסט דאס א "מוציא שם רע". לעגאל טאר מען נישט באשמוצן פריוואטע מענטשן סתם על לא דבר, מיט הוילע שטותים.
למשל, אויב איינער שרייבט אין א צייטונג אז איר זענט באגאנגען גניבה וגזילה ושריפה און אלעס אינדערמיט, ווען אין ווארהייט האט איר גארנישט געטאן, דאן קענט איר יענעם אנקלאגן פאר'ן אייך באשמיצן (דעפעמיעשאן).
דא איז די קלאגע (בערך) אז וויבאלד דער דזשאונס האט געפרעדיגט אז די סענדי הוקס שיסעריי איז סתם שטותים און האט קיינמאל פאסירט, האט ער מיט דעם באשמוצט אלע עלטערן וואס האבן ליידער פארלוירן זייערע קינדער אין דעם זינלאזע שיסעריי.
פאר די (הונדערטע?) טויזנטע מענטשן וואס האבן אים געגלייבט האבן די עלטערן אויסגעקוקט ווי משוגעים וואס וויינען איבער קינדער וואס זענען קיינמאל גע'הרג'ט געווארן, ער האט זיי געמאכט אויסקוקן ווי מענטשן וואס האבן געמאכט א יד אחת מיט א דיעפ סטעיט צו שאפן א קאנספיראציע אז זיי האבן קינדער וואס זענען אומגעקומען אין א נישט געשטויגענע מעשה.
אויף דעם איז די קלאגע. ער האט זיי ערנסט באשמיצט.
(אויף קיין שום איד גערעדט, אבער שטעל דיך פאר ווען מ'איז אזא איינער וואס קלאגט נאך זיין קינד, און עס קומט א צווייטער און רייסט אים אראפ אלס א שקרן.)