מעיאר בלומבערג

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ס'וואלט געווען א גלייכע זאך אז די קרעטשמע'ס פאליטישאנס זאלן פועלן ביי דשוליאני ער זאל לויפן נאכאמאל פאר מעיאר, די שטאט איז שוין טאטעל ציגרינד געגאנגען פון דעם קארגען אומגעלוגענעם בלומבערג.
.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך בין דער ערשטער אונטערצושרייבן אויף אזא פעטיציע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ס'וואלט געווען א גלייכע זאך אז די קרעטשמע'ס פאליטישאנס זאלן פועלן ביי דשוליאני ער זאל לויפן נאכאמאל פאר מעיאר, די שטאט איז שוין טאטעל ציגרינד געגאנגען פון דעם קארגען אומגעלוגענעם בלומבערג.


וואס איז אזוי שלעכט אין נו יארק סיטי היינטיגע טעג?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

לעווי, אויף וועם גייט ארויף דיין פראגע, אויף די פינאנציעלע חלק פון די סיטי אפיס, אדער אויף די פשוטי עם, די איינוואוינער אין די שטאט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

אויף די ביג פיקטשער, די אונטערשטע שורה.

עס איז דא נידעריגע קריים ראטעס, די גאסן זעהן אויס שענער, די בודזשעט איז בעסער באלאנסירט וואס דאס מיינט ווייניגער טעקסעס, די ענוויראמענט שטייט בעסער ווי ווען אימער, וואס איז מען טיילט אביסל צופיל טיקיטס דאס מאכט נאך נישט יענעם נישט א גוטע מעיאר.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אבער צו מאכן דעסיזשענס אן צו רעכענען מיט וואס די איינוואוינער ווילן, מאכט שוין יא אויפן מעיאר, כ'וועל דיר נאר געבן א דוגמא, דאס אנמאכן אלע גאסן ארום און אין וומ"ס מיטן בייק לעין, איז אין מיינע אויגן, א געפערליכע זאך, אויב איז די טרעפיק נישט געווען גענוג, און מ'האט קוים געהאט פלאץ זיך צו רירן, קומט דער אויבער חכם און נעמט נאך אוועק נאך פלאץ, אלעס ווייל מ'זאל ניצן בייקס, אין די צייט, וואס ער האט רעגיסטרירט אויף זיין נאמען מער ווי אין גרויסע געז פרעסנדע קאר.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך_הער האט געשריבן:אבער צו מאכן דעסיזשענס אן צו רעכענען מיט וואס די איינוואוינער ווילן, מאכט שוין יא אויפן מעיאר, כ'וועל דיר נאר געבן א דוגמא, דאס אנמאכן אלע גאסן ארום און אין וומ"ס מיטן בייק לעין, איז אין מיינע אויגן, א געפערליכע זאך, אויב איז די טרעפיק נישט געווען גענוג, און מ'האט קוים געהאט פלאץ זיך צו רירן, קומט דער אויבער חכם און נעמט נאך אוועק נאך פלאץ, אלעס ווייל מ'זאל ניצן בייקס, אין די צייט, וואס ער האט רעגיסטרירט אויף זיין נאמען מער ווי אין גרויסע געז פרעסנדע קאר.


יא, ביזט גערעכט מיט דיין טענה און פארדעם וועלן אפשר די וויליאמסבורגער איינוואוינער נישט וואוטן פאר אים.

אבער ווען מען גייט רעיטין א מעיאר, מאכט מען א ליסטע פון אלע גוטע זאכן וואס ער האט אויף געטו און א ליסטע פון אלע שלעכטע זאכן און מען מעסט איינס אקעגן די אנדערע. איך מיין אז דאס אויפברויז פון די וויליאנסבורגער איינוואוינער (וואס זענען א קליינע פראצענט פון די סיטי) אקעגן אלע זיינע לייסטונגע וועגט נישט צי פיל. ובכלל איר נעמט דאך נישט אין באטראכט די חלק הטובה (פאר די סיטי) וואס די בייק ליניעס ברענגן, צו איז דאס אז מער מענטשן פארן בייקס און ממילא איז דא וויניגער פאלושען, אדער נידעריגע אוביסיטי ראטעס וכדומה.

אזוי מיין איך.
John McCain

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך John McCain »

לעווי

כ'האב שטארק מורא אז די וואוינסט נישט אין ניו יארק

די קריים ראטעס גייען נאר ארויף די גאסען זענען גארנישט שענער ווי 8 יאר צירוק, ווייניגער טעקסעס? ווער האט ארויפגעלייגט די 18% פראפערטי טעקעסעס? ווער האט ארויפגערוקט די טיקעט מיט איבער 100% וויפיל ס'איז געווען הא?

דער בלומבערג איז א געזונטער הינט רעכענט זיך נישט מיט קיינעם האט נישט קיין שום געפילן און ס'איז נאר ערגער געווארן אין ניו יארק זייט ער איז דא!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

John McCain האט געשריבן:לעווי

כ'האב שטארק מורא אז די וואוינסט נישט אין ניו יארק

די קריים ראטעס גייען נאר ארויף די גאסען זענען גארנישט שענער ווי 8 יאר צירוק, ווייניגער טעקסעס? ווער האט ארויפגעלייגט די 18% פראפערטי טעקעסעס? ווער האט ארויפגערוקט די טיקעט מיט איבער 100% וויפיל ס'איז געווען הא?

דער בלומבערג איז א געזונטער הינט רעכענט זיך נישט מיט קיינעם האט נישט קיין שום געפילן און ס'איז נאר ערגער געווארן אין ניו יארק זייט ער איז דא!


איך קען דיר נישט ענפערן צו איך וואוין אין די סיטי אדער נישט ווייל עס קען אריין גיין אין א חשש גילו.

איך ווייס אויך נישט וואס די קריים ראטעס זענען און וואס דח טעקס ראטעס זענען, איך ווייס נאר איין זאך, אז נישט די הויכע טיקעטס און נישט די בייקליניע אין וויליאמסבורג זענען פון די ערשטע זאכן ווען מען גייט רעיטין א מעיאר און זעהן ווי גוט ער איז געווען. ווען דזשוליאני איז אריין געקומען האט מען גלייך געקענט זעהן זיין גוטסקייט ווייל דינקענס איז נאך געלעגן א יעדעם אין די ביינער, אבער ביי בלומענערג איז שוין נישט געווען אזא חילוק ווייל אלעס איז געבליבן בערך די זעלבע.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווען ער האט געפלאנט צו רעכנענען די טאלל אריינצוגיין אין די ביזנעס דיסטריקט פון ניו יארק סיטי האט מען געקענט זעהן אז "אלע" סיטי איינוואוינער האבן געהאלטן אז ער רעכנט זיך נישט מיט די געפילן פון פריוואטע מענטשן, פשוטע פארדינער.

די קריים ראטע איז נישט געפאלן, עכ"פ אין די געגענט ווי איך וואוין.

מיט טיקעט'ס ב'עוולה'ט ער פריוואטע מענטשן, די אלע האבן א שטים רעכט און זיי וועלן דאס אויסניצן. ס'איז אין יעדעם'ס אויגן קלאר אז די טיקעט'ס אין ניו יארק סיטי איז שטארק איבערגעטריבן.

די בייק לעין ברענגט מיט זיך נאך פראבלעמען, חוץ וואס איך הער האט שוין געזאגט, האט עס דא אין וומסב"ג פאראירזאכט אסאך עקסידענט'ס וואס זיי קראכן אריין אין קינדער און אין סתם פארבייגייער.

עס איז אנגענימען ביים פשוטן המון עם אז ער איז א עושר און ער פארשטייט נישט וואס עס מיינט אויסצוגעבן א דאללאר פאר א פלעינער ארבייטער. ער קוקט נאר אז די סיטי בודזשעט זאל נישט זיין אין קיין מיינוס, נאר אין א אווערדרעפט. נו, אויף אינזער חשבון וועט ער עס קענען מאכן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
John McCain

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך John McCain »

ווער רעדט פון בייק ליניע און פון טעקסעס?

קוק אן קריים למשל! מ'הערט היינט מער איינבערכן אין דירות מער אנפאלן מער שיסעריי מער גניבת מער פאברען ווי ווען זשוליאני איז געווען מעיאר

איין זאך קען דער מעיאר אויסדראשען יעדע דאלער וואס א מענטש א נארמאלע איינוואוינער האט און נישט לאזן לעבן קיינעם רואיג
לעצט פארראכטן דורך John McCain אום מאנטאג יולי 21, 2008 10:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

רב לעווי

וויזוי מעסט מען א מעיאר

קריים איז ארויף וואס טיט בלומבערג ער לאזט נישט מאכען קיין פאליס ריפארט (די שטאט איז פיל מיט עדות אויף דעם)

שטאט דארף דעקן דעם בודזשעט וואס טיט בלומבערג ארויפ מיט פראפערטי טעקס שיקט ארים נאך אפאר רשעים טיילן טיקעטס

טרעפיק אין די שטאט וואס טיט בלומבערג נאך געלט קאנדשעטשען טאלל

דארעכעגעפאלן וואס טיט בלומבערג ער פאנישט דעם ציבור מיטן תירוץ בייק לעין נישט אין וויליאמסבורג הרגעט ער די גאסן מיט זיינע פארשאלטענע בייק לעינס נאר מענהעטן די פארנימענסטע גאסען

געזאלין גייט ארויפ וואס זאגט בלומבערג זייער פיין זאלעס ארויפגיין אזוי וועט דער עולם שטיצן זיינע פארשאלטענע טאללס

די סאבוועי איז פיל געווארן מיט האמלעסס וואס טיט בלומבערג גארנישט

יעצט זאל ער ארויסגעבען זיין אייגען געמארקטע ריפארט קארט און זיין מאמע וועט אים געבען א קיש ווען ער וועט אהיים קימען מיט זיין ריפארט קארד און וועט קענען גיין צי פי טי עי שמח וטוב לב
.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האלט נישט אנדער ווי אייך אלע, מיין פוינט איז געווען אז מען מעסט נישט קיין מעיאר איבער בייק ליניעס און הויכע טיקעטס, מען מעסט א מעיאר לויט די קריים ראטעס, טעקסעס, פיסקעל ריספאנסיביליטי, האומלעס, און נאך אזעלכע וויכטיגע אישוס.

אויב איז דא באווייז אז ער שטייט שלעכט אין די קאטעגאריעס איז ער טאקע נישט קיין גוטע מעיאר, אבער אויב זענען די הנחות נישט אמת, דאן קען ער נישטהאבן קיין גוטע רעיטינג נאר וועגן די מינדערוויכטיגע אישוס.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

אראפ מיט בלומבערג !!!!
ווער האט דען פארגעסען ווי ביי די פרשה פין מציצה בפה איז ער איז ער געשטאנען אויף די זייט ווי א ליימענע גולם
אין געטענה'ט אז עס האט נישט מיט אים , ערל טמא וואס ער איז ,
ער דרייט זיך מיט זיינע ביליאנען , אין פאר יענעם פארגינט ער נישט ברויט מיט מילך, כ'מיין אז ער איז אביסעל ציקוקט
John McCain

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך John McCain »

ב"ה מקען זאגן נאכאמאל א יישר כח פאר'ן מעיאר ס'שוין דא א בייק לעין אויף ווייט עוו. נישט גענוג די פראבלעמען/טרעפיק אויף בעדפארד עוו. קען מען שוין אויף ווייט עוו. אויך נישט פארן נארמאל נאכדערצו די קארנער פון ווייט-פרענקלין/וואלאבאוט


א גרויס'ן יישר כח מיסטער מעיאר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היינט אינדערפרי אונטער די הייוועי אויף ווייט.
אטעטשמענטס
vי
לעין ווייט.jpg (19.55 KiB) געזען 3810 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיט פרייליכע הערצער און געהויבענע געפילן ווילן מיר דא אויסשרייען בשער בת רבים א ריזיגער יישר כח פאר אינזער געטרייער מעיאר מיסטער מייקל בלומבערג ירום הודו פאר זיינע באמיאונגען לטובת הכלל והפרט, און ווער רעדט נאך פאר אונזער אידישער שטאט וויליאמסבורג.

די פעיפער איז צו ארום און די קיבאורד פארמאגט נישט די נויטיגע קנעפלעך אראפצוגעבן וואס דער בלומבערג האט שוין אנגעברענגט אויף אונזער שטאט.

צום אלעס ערשט ברויך באגריסט ווערן די שוין יעצט באוויסטע און פרישע בייק לעין לענגאויס ווייט עוועניו. ווי עס ווייסט יעדער פארמאגט אונזער היימישער ציבור א שפע פון בייקס. ד.ה. די עווריטש וואס א משפחה האט איז פיר בייקס, איינס פארן טאטע, מאמע, אינגל און מיידל. עס זענען דא וואס האבן מער, עס ווענט זיך לויט די משפחה.

אין די לעצטערע חדשים האט זיך אנגעזעהן אויף די וויליאמסבורגער גאסן א שטארקער געדרענג אויף די סיידוואלק'ס, נעמליך, יונג און אלט זענען געפארן מיט זייערע בייקס אויף די סיידוואלק'ס אנשטאט אויף די ראוד מורא האבענדיג פאר אן עקסידענט ה"י.

פון די אנדערע זייט זעהט זיך לעצטענס אן א שטארקער דערלייכטערונג אויף די ראוד'ס לענגאויס די עוועניו'ס. דער עולם האט זיך - ווייסט אויס - אפגעוואוינט פון פארן מיט קאר'ס און יעדער איז אריבער אנשטאט צו בייק'ס. די אמאל פארנומענע בעדפארד עוועניו און ווייט עוועניו איז היינט וויסט און פיסט, אין יוצא ואין בא.

די איינוואוינער האבן זיך געזעהן מיט א גרויסן פראבלעם, פרויען האבן נישט געקענט שפאצירן מיט זייערע קינדערלעך אויף די גאסן ווייל די בייק'ס האבן דאס גענצליך איבערגענומען, עס איז ממש צוגעקומען צו א מצב אז מ'קען נישט מער, עס איז נישט געווען אויסצוהאלטן.

די איינוואוינער האבן זיך געמאלדן צו די געטרייע טאטע'ס, די שטאטישע פירער פון די שטאט אז זיי זאלן אויפקומען מיט א לעיזונג צום גרויסן פראבלעם, מ'האט געקלאפט טירן איבעראל, מ'האט זיך גע'פיקטשערט מיט יעדן פאלעטישן, אבער קיין גרויסע זאכן זענען נישט ארויסגעקומען.

ב"ה אשר השבית לנו בלומבערג און ער מיט זיין ווינדערליכען שטאב זענען אויפגעקומען מיט א פלאן וואס וועט לעזן דעם גאנצן פראבלעם, און נישט נאר זיי האבן עס פארגעשלאגן, נאר ניטאמאל האבן זיי געווארט א טאג, זיי האבן זיך גלייך גענומען צו די ארבייט און ווי מ'זעהט שוין ב"ה היינט איז דער פלאן שוין ב"ה דורכגעפירט געווארן.

מ'האט אראפגעומען א גרויס חלק פון די ראוד אויף אלע עוועניו'ס , ווער דארף עס דען היינט צוטאגס, סידאך סתם איבעריג, און אנשטאט דעם האט מען געמאכט א בייק לעין, אזוי ארום האט מען געשאסן צוויי הוזלעך מיט איין קויל. און יעצט קענען שוין אלע אונזערע בייק'ס פארן רואיגערהייט אויף די בייק לעין אנע דעם וואס מ'זאל שטערן די פיס גייער.

איבעריג צו זאגן אז די מעשה מיט אונזערע וויליאמסבורגער איינוואוינער איז פונקט פארקערט, קיינער האט נישט קיין בייק'ס, אויב יא איז עס נאר קליינע קינדער וואס פארן אין זייער בעק יארד, אדער האלוועי. קיינער, קיינער ברויך נישט אין דער שטאט א בייק לעין, עס איז פאר קיינעם'ס טובה. איך רעדט מיט א אינגערמאן וואס פירט אן די באסעס פון א געוויסער מוסד זאגט ער מיר אז זינט עס איז געמאכט געווארן די בייק לעין האט ער שוין געהאט עטליכע עקסידענט'ס ווי די בייק'ס זענען ארייינגעפארן אין די קליינע קינדער וואס קומען אראפ פון די באסעס, ווייל זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר די רויטע סטאפ סיין.

אויב שטייט איינער היינט דאבעל פארק באקומט ער א טיקעט אל עף ווואס ער זיצט דארט אינווייניג וויבאלד ער שטייט אויף א בייק לעין און א קאר טאר נישט צורירן דערצו. אויב פארט מען נאר ארויף דעראויף באקומט מען א טיקעט און צו דער זייט עטליכע פוינט'ס וויבאלד עס איז א מאווינג ווייעלעישן. האסט עס געטון בשעת'ן דרייווען.

כהנה וכהנה ברענגט עס נאר פראבלעמען, עקסטערע איז עס א פראבלעם ברוחניות וואס דאס איז געווארן די צענטער פאר אלע גויאישע שכינים אריבערצופארן ביז מאנהעטן אדער די נאורט'ס.

לאור דאס אלעס וויל איך נאכאמאל אפגעבן מיין דאנק פאר מעיאר מייקל בלומבערג פאר זיינע פולע לייסטוגען לטובת אינזער קאמיונעטי. תשואת חן חן לו.

(געשריבן אינטערן רושם ווען איך האב געזעהן עטליכע מינוט צוריק ווי מ'ספרעיט די נייער בייק לעין אויף ווייט עוועניו)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צייטליך, דו האסט איצטערט געווינען דעם פוליצער פרייז פאר דעם חודש, דער נייעס דא איז עפעס מין גוט באריבן אז עס איז געפערליך, האסט מיר געקאסט א קאווע מיט וואסער צו וואשן מיין העמדל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יוי דו לץ... פארוואס האסטו געדארפט אויספירן מיט די ווערטער "איבעריג צו זאגן אז די מעשה מיט אונזערע וויליאמסבורגער איינוואוינער איז פונקט פארקערט"? דו מיינסט אז מיר קענען דיך נאכנישט?
An article a day keeps the babies away
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

צייטליך דו ביסט געוואלדיג, דער נמשל האט אבער נישט אויסגעפעלט...

צייטליך, נאך א ריזען צו מופן אויף מאנראו.
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

מאשקע האט געשריבן:יוי דו לץ... פארוואס האסטו געדארפט אויספירן מיט די ווערטער "איבעריג צו זאגן אז די מעשה מיט אונזערע וויליאמסבורגער איינוואוינער איז פונקט פארקערט"? דו מיינסט אז מיר קענען דיך נאכנישט?


פרעגסט דאך גוט?

דא האסטו דעם תירוץ.

צייטליך האט געשריבן:(געשריבן אינטערן רושם ווען איך האב געזעהן עטליכע מינוט צוריק ווי מ'ספרעיט די נייער בייק לעין אויף ווייט עוועניו)


נעמליך האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן, פון אויסגיסן זיין ביטערניש.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די פראבלעם מיט די בייק ליניעס איז, אז זיי זענען 'היער טו סטעי'! אפילו לאנג נאכדעם וואס בלומבערג וועט שוין האבן חתונה געהאט (כ'מיין צו זאגען אראפגעגאנגען פון בענקל - ביי דזשוליאני איז דאס געגאנגען אינאיינעם) וועלן די דיקע ווייסע ליניעס באדעקן אונזערע שטחים און מיר וועלן בלויז קענען אויסשפייען אין פארדרוס און צוריק אראפשלינגן די בארעכטיגטע שוים.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

ווען גייט מען שוין מאכן בייק-לעינס אויף לי עוו.?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

מעיאר בלומבערג האט אינדארסט פעלדער
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארשלאפן האט זיסליך אנגערופן די ליניע "מייק ליניע", איך מיין אז גאנץ ניו יארק דארף דאס חזר'ן כסדר: מייק ליניע, מייק ליניע.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”