@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאטא האט צום ערשטן מאל ארויסגעלייגט א פארמאלע פאלעסי איבער ספעיס, און זאגט אז אויב ווערט איינע פון די לענדער פון די אליאנץ אטאקירט אין ספעיס, וועט נאטא רעאגירן מיליטעריש פונקט אזוי ווי מען זאל ווען אטאקירן דאס לאנד אויף די ערד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:2 איגנטליכע אין מאנטשעסטער זענען ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט די משכונות סיטואציע נעכטן אין טעקסאס.

די 2 איגנטליכע וועלכע זענען ארעסטירט געווארן אין מאנטשעסטער אין פארבינדונג מיט די משכונות סיטואציע אין טעקסאס, זענען ארויסגעלאזט געווארן און וועלן נישט אנגעקלאגט ווערן.

IMG_20220118_142006_813.jpg
IMG_20220118_142006_813.jpg (134.75 KiB) געזען 2165 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:פירער פון די גרויסע לופטליניעס ווארענען אז אויב זאלן די גרויסע טעלעפאן פירמעס ווי ווערייזאן און AT&T גיין ווייטער און אינסטאלירן די 5G סערוויס נאנט צו די לופטפעלדער, וועט דאס זיין קאטאסטראפיש פאר לופט רייזנדע און וועט שטראנדן טויזענטער אמעריקאנער איבער'ן ים, צוליב וואס זייערע גרויסע פליגער וועלן דארפן ארויסגיין פון באנוץ.

די לופטליניעס זענען באזארגט אז די 5G כוואליעס וועלן פארמישן סענסיטיווע אינסטרומענטן ווי די וואס ווערן גענוצט אין עלטערע עראפלאנען פאר צייטן וואס מ'קען נישט זעהן קלאר. אין א טאג ווי נעכטן, וואלטן 1,100 פליגערס זיך נישט געקענט הייבן, און אריבער 100,000 רייזנדע וואלטן געהאט פראבלעמען מיט זייערע רייזעס.

סיי ווערייזאן און סיי AT&T האבן געמאלדן אז זיי וועלן צייטווייליג אפהאלטן דאס ארויסשטעלן 5G נעטווארק נעבן לופטפעלדער.

לויטן פלאן וועלן זיי מארגן אנהייבן די אינסטאלאציע אויף די איבריגע ערטער איבערן לאנד.

IMG_20220118_143001_664.jpg
IMG_20220118_143001_664.jpg (193.56 KiB) געזען 2168 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

:!:

אידישליך האט געשריבן:א דראון אטאקע האט אויפגעריסן 3 אויל טאנקיר טראקס אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, נעבן די אבו דאבי לופטפעלד אומברענגנדיג 3 און פארוואונדעט נאך 6.

די תימנ'ע האיטי רעבעלן ווערן באשולדיגט אין די אטאקע, און זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן ארויסלייגן א סטעיטמענט איבער א ספעציעלע מיליטערישע אפעראציע וואס זיי האבן אויסגעפירט.

אין רעאקציע צו די נעכטיגע דראון אטאקע אין די עמיראטן, האט די סאודישע געפירטע מיליטערישע קאאליציע אדורכגעפירט א מאסיווע לופט אטאקע איבער די תימנ'ער הויפשטאט, צנעא, און אומגעברענגט 23 מענטשן, אריינגערעכנט א האיטי רעבעלן קאמאנדיר, אבדולא קאסים אל-דזשונאיד, וועמענ'ס הויז איז אנגעגריפן געווארן אין א געצילטע אטאקע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פייער אין א געביידע אין די בראנקס, האט איבערגעלאזט 9 פארוואונדעטע, אריינגערעכנט 5 פאליציאנטן, און א 77 יעריגע פרוי טויט.

די אורזאך פון די פייער איז נאכנישט אפיציעל באשטעטיגט געווארן, אבער קאונסילמאן ראפאעל סאלאמאנקע, וועלכער פארטרעט די געגענט זאגט, אז עס קומט פון א גאזאלין אויפרייס אויפן ארט.

IMG_20220118_150418_520.jpg
IMG_20220118_150418_520.jpg (197.07 KiB) געזען 2065 מאל

IMG_20220118_150717_720.jpg
IMG_20220118_150717_720.jpg (49.61 KiB) געזען 2065 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעי עבבס, דער אריזאנער מאן וועלכער מאנכע גלייבן איז א פעדעראלער אגענט וועלכע האט געשטופט די יאנואר 6 אומרוען, וועט אויפטרעטן פרייטאג פאר די יאנואר 6 קאמיטע.

עבבס איז געזעהן געווארן אין א ווידעא א טאג פאר די יאנואר 6 אומרוען שרייען אז מען זאל אריינגיין אינעם קעפיטאל, און די פארזאמעלטע ארום איהם שרייען אז ער איז א פעדעראלער אגענט. ווי אויך איז ער געווען אויף די FBI געזוכטע ליסטע אאיבער די יאנואר 6 אומרוען, אבער איז דערנאך אראפגענומען געווארן, פארשטערקערנדיג פארדאכטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די עמיראטן האט געמאלדן אז אין ליכט פון די 5G סומאטאכע, וועלן זיי סוספענדירן רייזעס צו מערערע לאקאציעס אין אמעריקע.

IMG_20220118_155422_305.jpg
IMG_20220118_155422_305.jpg (121.66 KiB) געזען 1960 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

4 ארעסטאנטן פון ארקענסא האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דעם תפיסה דאקטער און די תפיסה אדמיניסטראציע, זאגנדיג אז מען האט זיי געגעבן אייווערמעקטין צו באהאנדלען קאוויד, און זיי געזאגט אז עס איז וויטאמינען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די פעדעראלע CISA אגענטור, האט ארויסגעלייגט א סייבער זיכערהייט ווארענונג, אין ליכט פון די סייבער אטאקע אויף אוקריינע רעגירונג וועבזייטלעך.

IMG_20220118_160658_352.jpg
IMG_20220118_160658_352.jpg (63.3 KiB) געזען 1876 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דזשים לענגווין, דער לאנגיעריגער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון ראוד איילענד, האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין די קומענדיגע וואלן.

10 מינוט נאך זיין מעלדונג האט דעמאקראטישער קאנגרעסמאן דזשערי מעקנערני פון קאליפארניע געמאלדן אז ער וועט אויך נישט לויפן פאר ווידערוויילונג.

דאס ברענגט ארויף די צאל קאנגרעס דעמאקראטן וואס וועלן נישט לויפן נאכאמאל צו 28, קעגן 13 רעפובליקאנער וואס האבן געמאלדן דאס זעלביגע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:סיי ווערייזאן און סיי AT&T האבן געמאלדן אז זיי וועלן צייטווייליג אפהאלטן דאס ארויסשטעלן 5G נעטווארק נעבן לופטפעלדער.

לויטן פלאן וועלן זיי מארגן אנהייבן די אינסטאלאציע אויף די איבריגע ערטער איבערן לאנד.

פרעזידענט ביידען מיט א סטעיטמענט נאך וואס ווערייזאן און AT&T האבן געמאלדן אז זיי וועלן אפשטופן דאס אינסטאלירן די 5G סערוויס נאנט צו די לופטפעלדער.

IMG_20220118_164007_173.jpg
IMG_20220118_164007_173.jpg (67.72 KiB) געזען 1735 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די יאנואר 6 קאמיטע האט געשיקט א פרישע רייע סובפינעס, דאסמאל צו טראמפ לויערס, רודי דזשוליאני, סידני פאועל, דזשענע עליס און באריס עפשטיין.

IMG_20220118_173833_565.jpg
IMG_20220118_173833_565.jpg (243.73 KiB) געזען 1611 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א דראמאטישע ווידעא צייגט וויאזוי העראאישע פאליציאנטן ראטעווען ארויס א מענטש פון די האלב איינגעפאלענע געביידע היינט ביי די פייער אין די בראנקס.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:דראמאטיש: א גרופע סטודענטן פון אריזאנע סטראשען מיט א מאסיווע הונגער סטרייק אויב וועלן די וואלן רעפארם לעגיסלאציעס נישט אדורכגעפירט ווערן ביז יאנואר 17.

28 אקטיוויסטן וועלכע זענען אויף א הונגער סטרייק, זענען ארעסטירט געווארן ביי א פראטעסט אין וועלכע זיי האבן גערופן סענאט צו דורכפירן די וואלן רעפארם לעגיסלאציעס, אויף די טרעפ פונעם קעפיטאל געביידע, נאך וואס זיי זענען אריבערגעגאנגען א פאליצייאישע ליניע, און אנגעמאכט שטערונגען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לויט א גאלאפ סורוועי וועלכע איז געלאפן דורכאויס לעצטע יאר איז די גרויסקייט פונעם רעפובליקאנער פארטיי איבערגעשטיגן די דעמאקראטישע פארטיי מיט 5 פונקטן סוף יאר.

די סורוועי וועלכע האט אויסגעפרעגט אמעריקאנער מיט וועלכע פארטיי זיי אידענטיפיצירן זיך, אדער וועלכע זייט זיי זענען גענויגט, האט געפונען אז ווען מען צוטיילט 2021 אין 4 קווארטלען, האבן דעמאקראטן געהאט אן אויבערהאנט פון 9 פונקטן אין די ערשטע 3 קווארטלען, אבער אינעם לעצטן קווארטאל האט זיך עס שארף איבערגעדרייט מיט 14 פונקטן און געגעבן רעפובליקאנער א 5% אויבערהאנט.

פאליטישע אנאליסטן זאגן אז דאס איז נאך א צייכן איבער א שווערע מיד-טוירם וואלן פאר דעמאקראטן.

IMG_20220118_210536_665.jpg
IMG_20220118_210536_665.jpg (48.43 KiB) געזען 1460 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ניו יארק אטורני דזשענערל לעטישע דזשעימס מעלדט אז זי נעמט לעגאלע שריט צו צווינגען דאנאלד טראמפ, דאנאלד טראמפ דזשוניער און איוואנקא טראמפ זיך צוצושטעלן צום אויספארשונג איבער זייער ביזנעס.

פאר די פולע סטעיטמענט זעהט דא

IMG_20220118_235157_857.jpg
IMG_20220118_235157_857.jpg (133.66 KiB) געזען 1313 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ביידען אדמיניסטראציע וועט אויסטיילן 400 מיליאן N95 מאסקעס פאר אמעריקאנע בירגער, און עס וועט זיין צו באקומען אנגעהויבן קומענדיגע וואך ביי פארמאסיס און נאך לאקאציעס ארום דאס לאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בריטישער פרעמיער מיניסטער, באריס זשאנסאן, האט געזאגט אז ער וועט נישט רעזיגנירן אין ליכט פון די 'פארטיגעיט' סקאנדאל.

אויך האט דזשאנסאן געמאלדן אז אנגעהויבן נעקסטע וואך וועט זיך ענדיגן די מאסק מאנדאט און א מערהייט פון די קאוויד באגרעניצונגען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען וועט היינט אפהאלטן א פרעסע קאנפערענץ צו אפצייכענען א יאר זינט ער איז אריין אין אפיס, און פארשטעלן די פלענער אויף ווייטער.

דאס איז זיין ערשטע פארמאלע פרעסע קאנפערענץ זינט נאוועמבער, און די צענטע זינט ער איז פרעזידענט, וואס דאס איז ווייניגער ווי זיינע 5 פארגייער וועלכע האבן אפגעהאלטן מער קאנפערענצן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סטארבאקס זאגט אז אין ליכט פון די סופרים קארט אורטייל אויף די וואקסין מאנדאט, ציען זיי צוריק פון זייער מאנדאט, און וועלן מער נישט פארלאנגען פון זייערע ארבעטער צו זיין וואקסינירט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די CDC זאגט אז שטודיעס פון ניו יארק און קאליפארניע צייגן, אז ביי די דעלטא וואריאנט האבן מענטשן וועלכע האבן געהאט די פריערדיגע וואריאנטן פון קאוויד, געהאט א שטערקערע שוץ ווי מענטשן וועלכע האבן זיך וואקסינירט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאך מידיע באריכטן איבער רייבערייען צווישן סופרים קאורט ריכטער, גאָרסוטש און סאטאמאיאר איבער דאס אנטוהן מאסקעס אין געריכט זאל, האבן ביידע ריכטער אין אן אומגעווענליכע אקט, ארויסגעגעבן א פאראייניגטע סטעיטמענט פון אייניגע ווערטער דאס אפצולייקענען.

סאטאמאיאר איז א צוקער ליידענדע, און האלט צוליב דעם מיט די ארגומענטן אויפן געריכט פון איר צימער, אלע ריכטער זיצן מיט מאסקעס אויסער גארסוטש.

IMG_20220119_154222_018.jpg
IMG_20220119_154222_018.jpg (24.3 KiB) געזען 749 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:די יאנואר 6 קאמיטע האט געשיקט א פרישע רייע סובפינעס, דאסמאל צו טראמפ לויערס, רודי דזשוליאני, סידני פאועל, דזשענע עליס און באריס עפשטיין.

סידני פאועל זאגט אז זי קוקט ארויס צו גיין אויפטרעטן פאר די קאמיטע...

IMG_20220119_155013_147.jpg
IMG_20220119_155013_147.jpg (107.79 KiB) געזען 686 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פינלאנד פרעמיער מיניסטערין זאגט, אז די לאנד וועט זיך ווארשיינליך נישט אנבינדן אין נאטא אין די נאנטע צוקונפט, אבער וועט מיטשטיין מיט אמעריקע און אירע אייראפעאישע אליאירטע צו ארויפשטעלן שווערע סאנקציעס אויף רוסלאנד אין פאל זי אינוואדירט אוקראינע.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך יאנואר 19, 2022 9:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פאלעסטינער פאמיליע איז ארויסגעצווינגען געווארן פון זייער היים אין די שייח ג'ראח קווארטאל אין מזרח ירושלים, אין א נאכט אפעראציע דורכגעפירט דורך די ישראל'ישע פאליציי, נאך וואס א געריכט האט עס באשטעטיגט, און די שטאטראט וועט בויען דארט א שולע געאייגנט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן.

דאס קומט נאך א יארן לאנג פארצויגענע לעגאלע קאמף איבער הייזער וואס האבן ארגינעל באלאנגט פאר יודישע אייגנטומער, אבער זענען באזעצט געווארן דורך פאלעסטינער אין די לעצטערע יארן, און לעצטענס האט די העכסטע געריכט אין לאנד געאורטיילט אז די פאלעסטינער איינוואוינער האבן נישט די רעכט אויף די הייזער דארטן און דארפן פארלאזן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”