@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דראמאטישע ווידעא פון די מאמענט וואס די משכונות לויפן ארויס. מערקט דעם פארכאפער ארויס קומען און גלייך צוריק אריין לויפן מיט וואס שיינט צו זיין א ביקס אין די הענט.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סערינע טאונסענד, א געוועזענע הויעכראנגיגע אויספארשערין פון די ניו יארקער תפיסה סיסטעם, באשולדיגט אז זי איז אפגעזאגט געווארן פון איר אמט נאך וואס זי האט צוריקגעוויזן א פארלאנג פונעם נייעם קארעקשאן קאמישענער, לואיס מאלינא, צוצומאכן ארום 2000 דיסציפלין קעיסעס פון תפיסה שטאב מיטגלידער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:א סירקוט געריכט אין אויסטראליע האט צוריקגעדרייט די באשלוס פון די ארטיגע רעגירונג צו קענסלען די וויזע איינטריט פונעם וועלט'ס נומער 1 טעניס שפילער, נאוואק דזשאקאוויץ, צוליב וואס ער איז אריינגעקומען אין לאנד אן צושטעלן באווייז פאר זיין מעדיצינישע עקזעמפשן פון די וואקסין מאנדאט.

דער שפילער איז געהאלטן געווארן אין אן אימיגראנטן קעמפ ביז זיין אויפטריט פארנט פון אן אימיגראציע ריכטער, וועלכער האט באפוילן מען זאלן אים ארויסלאזן ביז א האלבע שעה. דער רעגירונגס אדוואקאט האט נאכ'ן אורטייל געזאגט אז דער פרעמיער מיניסטער וועט קוקן אויף די מעגליכקייט צו נוצן זיין געזעצליכע מאכט צו אנולירן דזשאקאוויץ'ס וויזע.

נאך וואס די רעגירונג האט ווידעראמאל אנולירט זיין וויזע און ער האט אפעלירט אין געריכט, האט נאוואק דזשאקאוויץ פארלוירן די אפיעל, ווען די געריכט האט געאורטיילט אז ער ברויך דעפארטירט ווערן, און ער וועט נישט קענען אנטייל נעמען אין די שפיל עפענונג היינט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סעט ענדרו, א געוועזענער אבאמא אדמיניסטראציע ראטגעבער, האט זיך דערקלערט שולדיג אין שווינדלען 218,000 דאלאר פון א רייע פריוואט געפירטע שולעס איבער ניו יארק וואס ער האט געהאלפן אוועקשטעלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

:!:
א שיסעריי האט זיך אפגעשפילט אין א שאפינג מאל פארקינג לאט אין נארט קאראליינע, וואו 2 ערוואקסענע און 1 קינד זענען אומגעקומען. דער שיסער האט זיך נאכדעם אליינס געשאסן, אבער האט איבערגעלעבט און ווערט באהאנדלט אין שפיטאל.

די מאטיוון זענען נאכנישט קלאר, אבער פאליציי זאגט אז די קרבנות האבן מעגליך געקענט דעם שיסער פון פארדעם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

:!:
א ווארטזאגער פון די סאמאליע רעגירונג איז פארוואונדעט געווארן ווען א זעלבסטמארד טעראריסט האט זיך אויפגעריסן נאנט צו זיין אויטא.

די אל-קאידא אפיליאירטע אל-שאבאב טעראר גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע.

IMG_20220116_111518_469.jpg
IMG_20220116_111518_469.jpg (22.26 KiB) געזען 2357 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער געוועזענער פרעזידענט פון אוקריינע, פאראשענקא, האט געמאלדן אז ער וועט זיך מארגן צוריקקערן קיין אוקריינע, טראץ דעם וואס ער שטייט מעגליך אויס ארעסט צוליב פארראט קלאגעס אז ער האט געהאלפן רוסישע סעפעראטיסטן.

ער זאגט אז דאס איז פאליטיש מאטיווירט דורך די יעצטיגער פרעזידענט זאלענסקי, און מערב לענדער האבן גערופן פאר פאליטישע פאראייניגונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טראמפ ראלי נעכטן נאכט אין אריזאנע.

IMG_20220116_112700_581.jpg
IMG_20220116_112700_581.jpg (72.24 KiB) געזען 2304 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די FBI פון דאלאס טעקסאס האט באשטעטיגט די אידענטיטעט פון דעם נעכטיגן משכונות פארכאפער, און זאגט אז ער איז א בריטישער בירגער וועלכע איז לעצטענס געקומען צו די פאראייניגטע שטאטן.

זיי זאגן אויך אז זיין ציל איז נישט געווען ספעציעל אידן, נאר איז געווען קאנצעטרירט אויף די נושא.

IMG_20220116_131208_574.jpg
IMG_20220116_131208_574.jpg (60.37 KiB) געזען 2181 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ניו יארק פאוסט באריכטעט אז עס האט זיך אנגעהויבן א פלייץ פון רעזיגנאציעס אין די מאנהעטן דיסטריקט אטוירני'ס אפיס, ווען לאנגיעריגע סוקסעספולע פראקורארן רעזיגנירן אין פראטעסט צו דעם נייעם דיסטריקט אטוירני'ס לייכטזיניגע צוגאנג צו פארברעכנס.

די פאוסט זאגט אז אין די לעצטע 2 וואכן האבן שוין אזויפיל ווי 12 אדוואקאטן רעזיגנירט פון אמט, איינע פון זיי איז די פראמינענטע פראקוראר, זשאן אילוזי-אורבאן, וועלכע איז שוין איבער 30 יאר אויפן אמט, און איז געשטאנען אין שפיץ און געוואונען פון עטליכע נאציאנאל בארימטע פראצעסן, ווי די פראצעס קעגן דעם אמעריקאנעם פילם פראדוצירער, הארווי וויינשטיין, און נאך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער העכסטער רעפובליקאנער אויף די קאנגרעסיאנאלע אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע, קאנגרעסמאן מייקל מעקקאול, זאגט אז ער גלייבט אז אמעריקע איז אין א פרישע קאלטע קריג מיט רוסלאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קיער סטארמער, דער פארזיצער פון די ענגלישע לעיבאר פארטיי, באשולדיגט אז פרעמיער מיניסטער דזשאנסאן האט פארלעצט דאס געזעץ און דאן ליגענט געזאגט פאר די פובליק.

דאס קומט נאך וואס פרישע אימעילס האבן אויפגעדעקט אז דער פרעמיער מיניסטער און זיין שטאב האבן אפגעהאלטן מערערע פארטיס אינעם פרעמיער מיניסטער'ס וואוינונג, אין די צייט ווען דאס לאנד איז געווען אונטער לאקדאון, און איינס אין די טאג פון די באגרעבעניש צערעמאניע פון פרינץ פיליפס.

דזשאנסאן איז ארויסגעקומען זיך אנטשולדיגן פארן פאלק, און האט אויך געשיקט א פארמאלע אנטשולדיגונג צו די ענגלישע קעניגן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

גאווערנער האוקול האט היינט אנאנסירט אז די סטעיט האט געווידמעט 2 מיליאן דאלער צו העלפן די טענענטס וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון די טראגישע פייער אין די בראנקס אפארטמענטס געביידע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ישראל'ישע מידיע באריכטעט איבער אנגייענדע פארהאנדלונגען צווישן געוועזענעם פרעמיער מיניסטער נתניהו'ס אדוואקאטן און די אטוירני דזשענעראל'ס אפיס צו אויסארבעטן א פלי דיעל, אין וועלכע נתניהו וועט מודה זיין אין א טייל באשולדיגונגען און ווארשיינליך מוזן אוועקשטיין פון פאליטיק פאר אמווייניגסטנס 7 יאר, און אין אויסטויש וועט מען צוריקציען פון טייל קלאגעס. ווי עס שיינט פון די באריכטן האלט עס שוין אין די פארענדיגונגס שטאפלען, אבער קיין געהעריגע דעטאלן זענען נישט דא צוליב וואס קיין איינע פון די צדדים האבן נישט אפיציעל באשטעטיגט די פארהאנדלונגען.

אין ליכט פון די באריכטן האבן א גרופע פון זיינע שטיצער, אין שפיץ פון דעם רעכטן זשורנאליסט, ינון מגל, געעפענט א קאמפיין מיטן ציהל צו אויפטרייבן געלט צו פינאנצירן די קאסטן פונעם פראצעס, אויב זאל נתניהו באשליסן נישט אנצונעמען קיין אפמאך. די קאמפיין האט שוין אויפגעטריבן נאנט צו 2 מיליאן שקל.

IMG_20220116_143330_727.jpg
IMG_20220116_143330_727.jpg (47.45 KiB) געזען 1900 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער פריש איינגעשוואוירענער אטוירני דזשענעראל פון ווירדזשיניע, דזשעיסאן מאיארעס, האט אין זיינע ערשטע שטונדן געמאלדן אז ער האט פארמאל געעפענט צוויי אויספארשונגען.

גאווערנער יאנגקין האט פארדעם אונטערגעשריבן 2 עקזעקיוטיווע פארארדענונגען וועלכע געבן לעגאלע מאכט פארן אטוירני דזשענעראל צו עפענען די אויספארשונגען. דאס איז די אויספירונג פון א פארשפרעכונג וואס ביידע פון זיי האבן געמאכט אין לויף פון די קאמפיין, ווען די סקאנדאלן זענען אויפגעקומען.

איינס איבער די ווירדזשיניע פאראל באורד, וועלכע האט באשטעטיגט פאראל פאר מערדער און שעדליכע פארברעכער אן לאזן וויסן פאר די געליטענע פון פאראויס ווי געווענליך.

די צווייטע איז איבער די לאודען קאונטי פובליק סקול פירערשאפט, נאך באשולדיגונגען אז די פירערשאפט האט פארדעקט פארברעכנס פון שטאב מיטגלידער קעגן קינדער אין די שולע. זיי האבן פרובירט צו ארעסטירן די פאטער פון א געשעדיגטע מיידל ביי א סקול באורד מיטינג אויפטריט אין אקטאבער, עס האט דאן אנגעמאכט א נאציאנאלע אויפברויז און געברענגט די לייכטזיניגע צוגאנג צום אויבערפלאך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין אן אינטערוויו פון יאנואר 12 2021 וועלכע איז נישט ארויסגעקומען, זאגט דער רעפאבליקאנער קאנגרעס פירער קעווין מעקארטי, אז טראמפ האט אים פערזענליך געזאגט אז ער טראגט א געוויסע מאס פאראנטווארטליכקייט אויף די יאנואר 6 אומרוען.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דעם פארגאנגענעם שבת, יאנואר 15, האט זיך געענדיגט די כמעט 2 יאר 'עוויקשען מאראטאריום' וועלכע האט אפגעהאלטן לענדלארדס אין ניו יארק פון ארויסווארפן איינוואוינער פון א דירה אפילו אויב זיי האבן נישט באצאלט קיין רענט, צוליב די קאוויד פאנדעמיע (אויסער ווען יענער האט אנגעמאכט שאדן). אנדערע טיילן פון די מאראטאריום זענען אנולירט געווארן דורך געריכטן.

עס איז דא א פראגראם וועלכע געבט פינאנציעלע הילף פאר די וואס קענען זיך טאקע נישט ערלויבן, און די עוויקשען ווערט אפגעהאלטן אין די צייט וואס די רעגירונג קוקט איבער די אפליקאציע דערפאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א גרופע פון 270 דאקטוירים און געזונטהייט עקספערטן האבן געשריבן א בריוו צו ספאטיפיי אז זיי זאלן אראפווארפן די פאדקעסט פונעם קאנטראווערסיאלן פיגור 'דזשאו ראוגען', וועלכע איז די נומער איינס צוגעהערטע פאדקעסט, צוליב וואס ער פארשפרייט פאלשע און שעדליכע אינפארמאציע ארום די קאוויד פאנדעמיע.

ראוגען האלט אין איין זאגן און ארויפברענגען מענטשן וואס דרוקן אויס מיינונגען איבער קאוויד וואס זענען נישט אנגענומען ביי די אפיציעלע געזונטהייט עקספערטן. לעצטענס האט ער ארויפגעברענגט דר. ראבערט מעלאן, איינע פון די ערפינדער פון mRNA, וועלכע האט צוגעגליכן דאס אז דער עולם ארבעט מיט מיט די קאוויד באגרענעצונגען צו נאצי דייטשלאנד, און איז אויסגעשפארט געווארן פון טוויטער דערפאר.

IMG_20220116_173104_023.jpg
IMG_20220116_173104_023.jpg (131.45 KiB) געזען 1469 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

2 איגנטליכע אין מאנטשעסטער זענען ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט די משכונות סיטואציע נעכטן אין טעקסאס.

IMG_20220116_190111_406.jpg
IMG_20220116_190111_406.jpg (89.15 KiB) געזען 1420 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריכטן געבן אן אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט אן אומגינסטיגע בליק אויף פלארידע גאווערנער דיסענטיס, און האלט אים אין איין קריטיקירן אלץ איינער מיט א פארשלאפענע פערזענליכקייט אן קיין כאריזמע, און האט נישט קיין שאנס איהם צו באזיגן אין א פאטענציאלע פארמעסט פאר רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט אין 2024.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער געזונטהייט מיניסטער פון קאטאר באשטעטיגט אז א 3 וואכנדיגער קינד איז אומגעקומען פון קאוויד, און האט נישט געהאט קיין אנדערע געזונטהייט פראבלעמען בעפאר.

דאס איז די צווייטע קינד אין קאטאר צו שטארבן פונעם וויירוס אין נאנט צו 2 יאר.

IMG_20220116_230619_594.jpg
IMG_20220116_230619_594.jpg (181.67 KiB) געזען 1066 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די טעלעגראף באריכטעט אז דער ענגלישער פרעמיער מיניסטער, באריס דזשאנסאן, פלאנירט צו ענדיגן קוואראנטין פאר קאוויד אנגעשטעקטע. עס וועט נאך אלץ זיין רעקאמענדירט, אבער עס וועט מער נישט זיין קיין לעגאלע שטראפן אויב מען פארלעצט עס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

:!:

א דראון אטאקע האט אויפגעריסן 3 אויל טאנקיר טראקס אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, נעבן די אבו דאבי לופטפעלד אומברענגנדיג 3 און פארוואונדעט נאך 6.

די תימנ'ע האיטי רעבעלן ווערן באשולדיגט אין די אטאקע, און זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן ארויסלייגן א סטעיטמענט איבער א ספעציעלע מיליטערישע אפעראציע וואס זיי האבן אויסגעפירט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מאדערנע CEO זאגט אז די דאטא פון א וואקסין ספעציפיש פאר די אמיקראן וואריאנט וועט שוין ווארשיינליך זיין גרייט אין מערץ.

אזוי אויך זאגט מאדערנע אז זיי ארבעטן אויף א בוסטער וואס זאל העלפן סיי קעגן קאוויד און סיי קעגן די פלו, וואס אזוי וועט מען קענען נעמען איינס פאר ביידע, און עס וועט ווארשיינליך זיין גרייט אין 2023.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לוקאשענקא, דער פירער פון בעלארוס, זאגט אז רוסלאנד און בעלארוס וועלן צוזאמען אפהאלטן מיליטערישע מושטירונגען אין פעברואר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”