חושב מחשבות... האט געשריבן:אפשר איז שוין צייט צו איבערטראכטן צו 'פרויען' מעגן בכלל זיין אין א פאליס דיפארטמענט...?
דאס אז פרויען זענען נישט קוואליפיצירט פאר דעם איז נישט קיין נייעס. ווען וועלט איז געווען וועלט איידער די ארכי ליבעראלע פרויען-רעכטן מאוומענט וואס טוט פארבאטן צי מאכן צווישנשיידן צווישן אנדערע מינים, טראץ די פאקט אז א פרוי איז נישט אומשטאנד צי דערהייבן וואס א מאן קען, פיזיש צי גייסטיש ציגלייך ווען ס'קומט צי זאכן פון די גאס. דעמאלטס איז דאס געווען פשוט'ער פון פשוט.
נשים באהל תבורך איז נישט קיין ברכה ס'איז א מציאות. נשים דעתן קלות איז נישט קיין חק בלי טעם ס'איז א פאקט. כל כבודה בת מלך פנימה איז נישט קיין סגולה ס'איז א כבוד און שטאלץ.
ווי ווייטאגליך איז צי ליינען ווי אידן שומרי תורה ומצוות קענען שוין נישט טראכטן גראד, און די שכל הישר וואס א איד איז באשאפן געווארן מיט אויב האלט ער זיך ערליך מיט די תורה איז אינגאנצן פארדרייט צוליב די נארישע ליבעראלע אנגעליינאכטס.
די פארקרימטע מאוומענט פון 'וואמען רייטס' וואס איז מהיפוך להיפוך פינקט פארקערט, ס'איז נישט דא פאר די פרויענס רעכטן נאר ליבערשט פאר די נידעריגע וועלט א מאוומענט צי דערנידערן און אויסרייסן די איידלקייט וויאזוי השי"ת האט באשאפן זיין וועלט אז פרויען זענען די צנועים און טאן שטעלער אין שטוב, און דארפן שטיין ווייט פון די רוישיגע גאס. דער געמיין כפירה'דיגע גאנג איז שוין פארשמייליגט בתוכנו? אוי לאותו בושה אוי לאותו כלימה