משפט שאווין

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזן שמילאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן שמילאוויטש »

הכל הבל האט געשריבן:איצט טרעט אויף בערי ווענס בראד
א רעטייערטע פאליצייי אפיציר

וועלכע צד האט אים גערופן?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Thank you האט געשריבן:גדלי' מעהרינג - אנאליז

אפדעיט איבער די דזשארזש פלויד קעיס, די קעיס הויבט אהן צו צופאלן

https://www.yiddish24.com/analysis/157/37387

לויט אים שטייטצעך.

פעיק ניוז האט געשריבן:איך האב געווענליך הנאה פון זיינע שמועסן. אבער עם כל הכבוד לו, טו איך דיסעגריען אין דעם פאל. איך האלט אז מענטשן האבן א נגיעה צו בארעכטיגן א פאליציאנט וואס הרג'עט א שווארצן, פשוט צוליב וויבאלד מען וויל בשום אופן נישט געבן לעגיטימיטעט פאר די שווארצע ראיאטן און פאר דאס אפסטעמפלען ווייסע אלס ראסיסטן.

מען דארף אבער קענען זיין האנעסט. פאקט איז, אז אפגעזען ווי אווערדאוזד ער איז געווען, איז דזשארדזש פלאיד געשטארבן דורך דערעק שאווין דורך דעם וואס שאווין האט געהאלטן זיין פיס אויף פלאיד'ס האלז. ווער עס האט דאס געזען קען דאס שווער אפלייקענען. מען זעט עס קלאר. און פונקט ווי יעדער וואס זעט דעם קליפ (יא, אויך די אין וועלכע ער שרייעט "איך קען נישט אטעמען" נאך בעפאר אים אראפלייגן אויף דער ערד), זעט עס קלאר.

גדלי' מערינג פארפעלט אויך ארויסצוברענגען, אז פלאיד איז געווען געקייטלט, און דאכט זיך מיר אז ווען איינער איז שוין געקייטלט, איז נישט אנגענומען צו ניצן דעם טאקטיק פון לייגן דאס פוס אויפ'ן האלז.

ער פארפעלט אויך ארויסצוברענגען אז לאנגע מינוטן נאך וואס פלאיד איז שוין לאנג געווען שטיל און אונטער קאנטראל, האט ער ווייטער אנגעהאלטן זיין פוס.

ער האלט אויך אין איין ארויסברענגען אז די סצענע דארט איז נישט געווען פארזיכערט, צוליב אויפגערעגטע מאסן. און צוליב דעם האבן די פאליציאנטן נישט געהאט דעם קאפ קעיר צו נעמען פון פלאיד, ווי אויך אז צוליב דעם האט מען געדארפט אוועק פירן פלאיד פון דארט צו א צווייטן פלאץ אים צו געבן ערשטע הילף. די פארטיידיגונג האבן אויך געניצט דעם ארגומענט דאכט זיך מיר. ער זאל מיר אנטשולדיגן, אבער דאס איז געווארפן זאמד אין די אויגן. וויבאלד אויסער עטליכע מענטשן וואס האבן זיך געבעטן פאר פלאיד'ס לעבן, זענען דארט קיינער געווען. קיין אויפגערעגטע מאסן, קיין סכנה פאר זייער לעבן. זיי וואלטן געווען מער פון וועלקאם צו געבן קעיר פאר פלאיד, קיינער וואלט זיי נישט געשטערט, גלויב מיר.


אויך פארפעלט ער ארויסצוברענגען אז דרוקן מיט'ן פוס אויפ'ן רוקן, קען מען אפשטעלן דעם אטעם פון א מענטש, וכבר הי' (איך האב ארויפגעלייגט א קליפ, אבער מען האט עס אראפגענומען). כאטש דאס איז נישט דער קעיס דא, ווען מען קען קלאר זען אין דעם ווידיאו, ווי שאווין האלט זיין פוס אויפ'ן האלז, נישט אויפ'ן רוקן.

באופן כללי פארפעלט ער אויך ארויסצוברענגען די זייט פון דעם קטיגור. דאס ווייזט אז ער האט אן אגענדע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איצט טרעט אויף בערי ווענס בראד
א רעטייערטע פאליצייי אפיציר

וועלכע צד האט אים גערופן?

דער שאווין טיעם. (ווערט אגב באצאלט דורך די פאליציי יוניאן)
היבש אינטערסאנט ווי נאך אלע עדות פון די קטגור וואס האבן געזאגט אז שאווין׳ס אופפירונג איז געווען קעגן די פאליסי און קעגן געזעץ וכו׳ שטעלט זיך אויף דער ווענס און זאגט אז ער איז געווען בארעכטיגט צו האלטן דעם קני אויף אים ביזן סוף.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

shalsheles האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איצט טרעט אויף בערי ווענס בראד
א רעטייערטע פאליצייי אפיציר

וועלכע צד האט אים גערופן?

דער שאווין טיעם. (ווערט אגב באצאלט דורך די פאליציי יוניאן)
היבש אינטערסאנט ווי נאך אלע עדות פון די קטגור וואס האבן געזאגט אז שאווין׳ס אופפירונג איז געווען קעגן די פאליסי און קעגן געזעץ וכו׳ שטעלט זיך אויף דער ווענס און זאגט אז ער איז געווען בארעכטיגט צו האלטן דעם קני אויף אים ביזן סוף.


און אפשר פארקערט??
:roll: :roll: :roll:
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7922
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

פעיק ניוז האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:גדלי' מעהרינג - אנאליז

אפדעיט איבער די דזשארזש פלויד קעיס, די קעיס הויבט אהן צו צופאלן

פעיק ניוז האט געשריבן:אויך פארפעלט ער ארויסצוברענגען אז דרוקן מיט'ן פוס אויפ'ן רוקן, קען מען אפשטעלן דעם אטעם פון א מענטש, וכבר הי' (איך האב ארויפגעלייגט א קליפ, אבער מען האט עס אראפגענומען). כאטש דאס איז נישט דער קעיס דא, ווען מען קען קלאר זען אין דעם ווידיאו, ווי שאווין האלט זיין פוס אויפ'ן האלז, נישט אויפ'ן רוקן.



לאמיר זיךפראבירן צו האלטן גראד, כדי צו קענען אנקלאגן שאווין 'אויף צווייטע גראד מארד', דארף ווערן אויפגעוויזן אז ער האט אים געווילט הרג'ענען!
נישט אז ער האט אים גע'הרג'עט.
און [אויך] 'דאס' פראבירט ר' גדלי'ן ארויס ברענגן,
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך קען זיך נישט אויס אין די דעגריס. אבער וואס דער געזעץ ווען איינער ווייסט אז יענער האלט יעצט אינמיטן שטארבן אין רעזולטאט פון זיינע מעשים? וועלכע דעגרי איז דאס?

דאס איז געווען דער קעיס דא.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך קען זיך נישט אויס אין די דעגריס. אבער וואס דער געזעץ ווען איינער ווייסט אז יענער האלט יעצט אינמיטן שטארבן אין רעזולטאט פון זיינע מעשים? וועלכע דעגרי איז דאס?

דאס איז געווען דער קעיס דא.


Here is the language of the Minnesota statue
It can not be proven beyond a reasonable doubt that Chavin's actions meet the criteria since intent is very hard to prove

https://www.revisor.mn.gov/statutes/cite/609.19

He is also charged with second degree manslaughter which is the appropriate statue to charge him with

https://www.revisor.mn.gov/statutes/cite/609.205
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טאג דרייצן אין שאווין פראצעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאקטאר דוד פאולער איינגעשווואוירן פלעגט ארבעטן פאר די מערילענד מעדיקל עקזעמינאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאריס האל וועלכע איז געזיצן אין די קאר אינאיינאעם מיט פלאיד בעפאר די ארעסט האט געבטן פון די ריכטער אים צו באפרייען פון א סובפינע
ער ווילן פליען די פיפט אנשטאט דינען אלץ מעגליכע שליסל עדות פאר סיי וועלכע זייט
זיין אדוואקאט האט אים רעקאמענדירט צו שווייגן זייענדיג באזארגט אז ער וועט רעדן זאכן וועלכע קענעםן אים פארפלאנטערן און ער קען זיך נאך טרעפן שולדיג אין דריטע גראד מארד

איז דעיס אליין נישט א געווינס פארן סניגור, אז דאס זאל ווייזן אז עפעס איז דארט פארגעגאנגען?

און אויב דער ריכטער געבט עהם אימיונעטי מוז ער אויפטרעטן?

יענער ווערט געגלויבט צו זיין דער סממנים סוחר מיט וועם פלאיד האט געהאנדלט
און ער זוכט זיך נישט קיין צרות פון דראג קלאגעס אדער גאר אויב עס ווערט אויפגעוויזן אז די טועמיה איז נישט געווען חיים זכו נאר האבן האבן בייגעשטייערט צו פלאיד'ס טויט

ריכטער גיבט נאך זיין פארלאנג

ער וועט נישט אויפטרעטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סניגור פריער געבעטן פונעם ריכטער פולשטענדיג ריינצואוואשן שאווין

ריכטער אפגעווארפן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאולער זאגט אז לויט זיין מיינונג איז פאליד געשטארבן פון א פלוצלינגע קארדיאק ארהיטמיע צוליב זיין קאמפליצירטע הארץ צושטאנד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א רייע אורזאכן קענען האבן בייגעשטייערט צו זיין טויט אריינגערעכנט געווירצן איינגענומען, זיין מעגליך אויסגעשטעלט צו קארבאן מאנאקסייד אין די קאר און נאטורליכע קרענק
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7922
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך קען זיך נישט אויס אין די דעגריס. אבער וואס דער געזעץ ווען איינער ווייסט אז יענער האלט יעצט אינמיטן שטארבן אין רעזולטאט פון זיינע מעשים? וועלכע דעגרי איז דאס?

"צווייטע!" אבער עס דארף ווערן אויפגעוויזן אז ער האט געניצט א מיטל וואס איז נישט ליגאל, און טאקע אז ער האט געוויסט אז פלואיד'ס שווארצע נשמה האלט אינמוטן ארויס גיין...
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

הכל הבל האט געשריבן:סניגור פריער געבעטן פונעם ריכטער פולשטענדיג ריינצואוואשן שאווין
ריכטער אפגעווארפן

ישר כח פאר אייערע כסדרדיגע באריכטן. ;l;p-
קענט איר אפשר מסביר זיין, אויף וואספארא באזיס האט דער סנגור פארלאנגט מען זאל שליסן די קעיס אין סאמע מיטן פונעם טרייעל מיט א באפרייאונג פונעם באשולדיגטען?
איז דאס א אנגענומענע לעגאלע מאנעוורע?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך קען זיך נישט אויס אין די דעגריס. אבער וואס דער געזעץ ווען איינער ווייסט אז יענער האלט יעצט אינמיטן שטארבן אין רעזולטאט פון זיינע מעשים? וועלכע דעגרי איז דאס?

דאס איז געווען דער קעיס דא.

וואלט געדארפט וויסן אז ער שטארבט וואלט איך געזאגט, איך טראכט נישט אז ער האט טאקע געוואוסט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זיכער אז יא.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און וואס האט ער געטראכט גייט געשען נאכדעם?

פארוואס האט ער אים נישט פשוט געשאסן?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך ווייס נישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אזוי ווי איך קען זיך נישט פארשטעלן וואס ער האט געטראכט, איז מיר גרינגער צו האלטן אז ער האט נישט געכאפט אז ער הרג'ט אים.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21036
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

איינע פון די פארטיידיגע האבן ארויסגעברענגט אז אויב פלאוד האט געקענט רעדן בשעת איינער איז געווען אויף עם מיינט אז זיינע פייפס זענען נישט געווארן צוקוועטשט און נישט געשטארבן פון דעם
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

צל עובר האט געשריבן:אזוי ווי איך קען זיך נישט פארשטעלן וואס ער האט געטראכט, איז מיר גרינגער צו האלטן אז ער האט נישט געכאפט אז ער הרג'ט אים.

ס'דא א ממוצע צווישען יא כאפען און נישט כאפען
יש מיסעתק/אונס שוגג פושע קרוב למיזד מיזד
א אונס איז ער לפענ''ד נישט געווען
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך זאג נישט אנדערש, בלויז אז איך האלט נישט אז ער איז געווען א מזיד.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פערצנטע טאג אין שאווין פראצעס

מען ערווארט אז די פארטיידיגונג זאל היינט ענדיגן מאכן זייר קעיס און דערנאך צו הערן פון נאך אן עד פון די פראקורארן און אויף אנהויב קומענדיגע וואך צו הערן שליסונג ארגומענטן פון ביידע זייטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט שאווין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך וואס דער עקספערט געברענגט דורך די סניגור האט נעכטן ערווענט די מעגליכקייט אז פלאיד איז געווארן פארגיפטעט פון קארבאן מאנאקסייד האט מען נעכטן איבערגעקוקט די בלוט סעמפלס צו זעהן אויב מען טרעפט דארט די שעדליכע גיפט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג אפריל 15, 2021 10:55 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”