ווערעצקי האט געשריבן:יש לו מנה האט געשריבן:דאס גייט ווערן א פייט צווישן כינע און אמעריקא?
וואו קומט אמעריקא אריין דארטן?
עס איז דא א שיטה אין אמעריקע אז די פארגעשריטענע וועלט, ובראשם אמעריקע, האבן א פליכט צו באקעמפן מענטשן רעכט פארלעצונגען איבער די וועלט.
אויך איז טאקע דא די אמעריקע פוירסט שיטה, וואס איז לעצטענס געווארן היפש פאפעלער אויף ביידע זייטן פון די אייל, אז קוק אין דיין אייגענעם טעלער. (פארדעם ווערט פרוי קלינטאן געהאסט דורך אסאך ארכי לינקע.)
דאס איז אויך געווען מער ווייניגער די מיינונג פון רוב פאלק פאר 80 יאר צוריק, די תוצאה פון דעם איז ברייט באקאנט.
---------
נקדימון האט געשריבן:די הויז האט פריער אין טאג באשטעטיגט א רעזאלוציע צו פארדאמען די פוטש אין מיאנמאר. עס איז אריבער 398 צו 14 ווען איינער האט געשטימט פרעזענט. אלע פערצן מעמבערס וואס האבן געשטימט דערקעגן זענען רעפאבליקאנער. צווישן זיי פרוי גרין און פרוי באבערט.
דאס איז די לעצטע הויז וואוט ביז זיי קומען צוריק אפריל 13.
@פעיק, דאס איז די פרוי גרין וואס מען האט געברענגט קיין בארא פארק, איינס פון 14 צו "שטימען קעגן א רעזאלוציע קעגן די כונטא פירער", נישט קעגן עקטשועל אקציעס, נאר פשוט קעגן א פארדאמונג!