בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

איך רעדט דאך פון דא אייף אייוועלט
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

חמרא טבא האט געשריבן:למעשה קען מען זאגן אז דער גולת הכותרת פון צווישן די פילפארביגע שטריכן פונעם דאקטאר ראבינער איז די תמימות מיט וואס ערז געבליבן אפילו נאכן זיין exposed צו די גואישע גאס אויף אזא גרויסע פארנעם.


גענאגעלט.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אזא שמועס - צו קאמפערן צווישן צוויי אינגאנצן אנדערע סארן פערזענליכקייטן - פאסט נישט אין קיין איינע פון די צוויי אשכולות

---

ממש אזוי האקט מיט זיין תמימות
אין זיין בוך Growing Up וואס ער האט געמאכט ביי די 88 (סהייבט זיך אן What do I want to be when I grow up - I am now eighty eight)
רעדט ער אסאך פון זיינע שוואכקייטן וואס ער וויל נאך אויסוואקסן, קען מען דארט אסאך זעהן זיין גדלות פשטות און תמימות
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

חמרא טבא האט געשריבן:למעשה קען מען זאגן אז דער גולת הכותרת פון צווישן די פילפארביגע שטריכן פונעם דאקטאר ראבינער איז די תמימות מיט וואס ערז געבליבן אפילו נאכן זיין exposed צו די גואישע גאס אויף אזא גרויסע פארנעם.


דער טיטול "דאקטאר ראבינער" האט א אנדערע באדייט און איז ממש נישט שיין דאס צו לייגען אויף א ירא ושלם.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אקעי.

כבין סתם נייגעריג איר זענט אמאל מוחה ווען איינער נוצט די מליצה ביודעי ובמכירי קאמינא אויף א ירא ושלם?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

חמרא טבא האט געשריבן:אקעי.

כבין סתם נייגעריג איר זענט אמאל מוחה ווען איינער נוצט די מליצה ביודעי ובמכירי קאמינא אויף א ירא ושלם?

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נעם אין אכט האט געשריבן:אז מרעדט שוין, איז סתם אינטערסאנט אנצומערקען, הרב טווערסקי איז אוועק די זעלבע וואך ווי הרב סאלאווייטשיק, און ער האט א דאפעלטע אשכול דא אויף אייוועלט.

ביידע זענען נישט געווען קיין נ״י חסידישע גדולים.

איז פארוואס פילן מיר זיך עפעס מער היימיש מיט הרב טווערסקי, איך רעדט נישט פון די וואס האבן געלעזט זיינע ספרים געהערט זיינע דרשות אדער געפרעטיקסט זיינע געפינסן, איך רעדט פון סתם עמך יודען?

ווי אויך איז שווער פארוואס די נייעס פארום איז מער אקטיוו ווי די על הצדיקים אדער ידיעת התורה פארום...

בקיצור א צישטעל פון ברויט צי עראפלאן, און ס'דא קשיות.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:אז מרעדט שוין, איז סתם אינטערסאנט אנצומערקען, הרב טווערסקי איז אוועק די זעלבע וואך ווי הרב סאלאווייטשיק, און ער האט א דאפעלטע אשכול דא אויף אייוועלט.

ביידע זענען נישט געווען קיין נ״י חסידישע גדולים.

איז פארוואס פילן מיר זיך עפעס מער היימיש מיט הרב טווערסקי, איך רעדט נישט פון די וואס האבן געלעזט זיינע ספרים געהערט זיינע דרשות אדער געפרעטיקסט זיינע געפינסן, איך רעדט פון סתם עמך יודען?

ווי אויך איז שווער פארוואס די נייעס פארום איז מער אקטיוו ווי די על הצדיקים אדער ידיעת התורה פארום...

בקיצור א צישטעל פון ברויט צי עראפלאן, און ס'דא קשיות.

העפּענס טאָ בּי כ׳האלט אז דיין קשיא איז א לעגעטימע על הצדיקים מיט ידיעות התורה וואלטן ווען געמעגט זיין מער אקטיוו
דביה תחדי נפשא
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:אז מרעדט שוין, איז סתם אינטערסאנט אנצומערקען, הרב טווערסקי איז אוועק די זעלבע וואך ווי הרב סאלאווייטשיק, און ער האט א דאפעלטע אשכול דא אויף אייוועלט.

ביידע זענען נישט געווען קיין נ״י חסידישע גדולים.

איז פארוואס פילן מיר זיך עפעס מער היימיש מיט הרב טווערסקי, איך רעדט נישט פון די וואס האבן געלעזט זיינע ספרים געהערט זיינע דרשות אדער געפרעטיקסט זיינע געפינסן, איך רעדט פון סתם עמך יודען?

ווי אויך איז שווער פארוואס די נייעס פארום איז מער אקטיוו ווי די על הצדיקים אדער ידיעת התורה פארום...

בקיצור א צישטעל פון ברויט צי עראפלאן, און ס'דא קשיות.


זה גופא ברענגט ארויס וואס א קאלירפולע פערזאן ער איז געווהן אז ער פילט אן אזויפיל בלעטער.

ווען הרב סאלאווייטשיק וואלט ווען נהנה געוועהן משולחן זבל, וואלט ער ניטאמאל אנגעפילט צען תגובות, והא ראיה ראה אשכולות הרב מקאפיש, הרב מנייטרא, גאב"ד סאטמאר, הרבנית מיארוואזשינא, וואלס פילן אן בלעטער און בלעטער איבער דו נאכט, וואס סתם פאר א דרויסינדיגע מחוץ לוויליאמסבורגע קאלטאר הייבט עס ברעמען, און כאפן נישט על מה חרי האף הגדול הזה..

משא"כ הרב טווערסקי האט געברענגט עפעס חידושים צום טיש פון זיין קאלירפולע לעבענס שטריכען, וואס איז אונטרעסאנט הן צום קנאישע קרייז, והן צו אלע אנדערע געזעלשאפטן.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

ראש הקהל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:אז מרעדט שוין, איז סתם אינטערסאנט אנצומערקען, הרב טווערסקי איז אוועק די זעלבע וואך ווי הרב סאלאווייטשיק, און ער האט א דאפעלטע אשכול דא אויף אייוועלט.

ביידע זענען נישט געווען קיין נ״י חסידישע גדולים.

איז פארוואס פילן מיר זיך עפעס מער היימיש מיט הרב טווערסקי, איך רעדט נישט פון די וואס האבן געלעזט זיינע ספרים געהערט זיינע דרשות אדער געפרעטיקסט זיינע געפינסן, איך רעדט פון סתם עמך יודען?

ווי אויך איז שווער פארוואס די נייעס פארום איז מער אקטיוו ווי די על הצדיקים אדער ידיעת התורה פארום...

בקיצור א צישטעל פון ברויט צי עראפלאן, און ס'דא קשיות.


זה גופא ברענגט ארויס וואס א קאלירפולע פערזאן ער איז געווהן אז ער פילט אן אזויפיל בלעטער.

ווען הרב סאלאווייטשיק וואלט ווען נהנה געוועהן משולחן זבל, וואלט ער ניטאמאל אנגעפילט צען תגובות, והא ראיה ראה אשכולות הרב מקאפיש, הרב מנייטרא, גאב"ד סאטמאר, הרבנית מיארוואזשינא, וואלס פילן אן בלעטער און בלעטער איבער דו נאכט, וואס סתם פאר א דרויסינדיגע מחוץ לוויליאמסבורגע קאלטאר הייבט עס ברעמען, און כאפן נישט על מה חרי האף הגדול הזה..

משא"כ הרב טווערסקי האט געברענגט עפעס חידושים צום טיש פון זיין קאלירפולע לעבענס שטריכען, וואס איז אונטרעסאנט הן צום קנאישע קרייז, והן צו אלע אנדערע געזעלשאפטן.


די תגובות רעפלעקטירן וויפיל די שרייבער דא ווייסן פונעם מענטש. זה הוא זה.

די סיסטעם איז נישט אייביג ריגד...
ישראל אשר בך אתפאר
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

ווער זענען הרב טווערסקי׳ס קינדער?
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

ראש הקהל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:אז מרעדט שוין, איז סתם אינטערסאנט אנצומערקען, הרב טווערסקי איז אוועק די זעלבע וואך ווי הרב סאלאווייטשיק, און ער האט א דאפעלטע אשכול דא אויף אייוועלט.

ביידע זענען נישט געווען קיין נ״י חסידישע גדולים.

איז פארוואס פילן מיר זיך עפעס מער היימיש מיט הרב טווערסקי, איך רעדט נישט פון די וואס האבן געלעזט זיינע ספרים געהערט זיינע דרשות אדער געפרעטיקסט זיינע געפינסן, איך רעדט פון סתם עמך יודען?

ווי אויך איז שווער פארוואס די נייעס פארום איז מער אקטיוו ווי די על הצדיקים אדער ידיעת התורה פארום...

בקיצור א צישטעל פון ברויט צי עראפלאן, און ס'דא קשיות.


זה גופא ברענגט ארויס וואס א קאלירפולע פערזאן ער איז געווהן אז ער פילט אן אזויפיל בלעטער.

ווען הרב סאלאווייטשיק וואלט ווען נהנה געוועהן משולחן זבל, וואלט ער ניטאמאל אנגעפילט צען תגובות, והא ראיה ראה אשכולות הרב מקאפיש, הרב מנייטרא, גאב"ד סאטמאר, הרבנית מיארוואזשינא, וואלס פילן אן בלעטער און בלעטער איבער דו נאכט, וואס סתם פאר א דרויסינדיגע מחוץ לוויליאמסבורגע קאלטאר הייבט עס ברעמען, און כאפן נישט על מה חרי האף הגדול הזה..

משא"כ הרב טווערסקי האט געברענגט עפעס חידושים צום טיש פון זיין קאלירפולע לעבענס שטריכען, וואס איז אונטרעסאנט הן צום קנאישע קרייז, והן צו אלע אנדערע געזעלשאפטן.

קוק און אנדערע פארומ'ס וועט איר זען אז אנדערע רבנים ות"ח פילן אן אשכולות מיט הונדערטע הודעות.
אזוי אז ס'איז קיין שום ראיה נישט, לא לכאן ולא לכאן.
בשם כל ישראל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשם כל ישראל »

ראש הקהל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:אז מרעדט שוין, איז סתם אינטערסאנט אנצומערקען, הרב טווערסקי איז אוועק די זעלבע וואך ווי הרב סאלאווייטשיק, און ער האט א דאפעלטע אשכול דא אויף אייוועלט.

ביידע זענען נישט געווען קיין נ״י חסידישע גדולים.

איז פארוואס פילן מיר זיך עפעס מער היימיש מיט הרב טווערסקי, איך רעדט נישט פון די וואס האבן געלעזט זיינע ספרים געהערט זיינע דרשות אדער געפרעטיקסט זיינע געפינסן, איך רעדט פון סתם עמך יודען?

ווי אויך איז שווער פארוואס די נייעס פארום איז מער אקטיוו ווי די על הצדיקים אדער ידיעת התורה פארום...

בקיצור א צישטעל פון ברויט צי עראפלאן, און ס'דא קשיות.


זה גופא ברענגט ארויס וואס א קאלירפולע פערזאן ער איז געווהן אז ער פילט אן אזויפיל בלעטער.

ווען הרב סאלאווייטשיק וואלט ווען נהנה געוועהן משולחן זבל, וואלט ער ניטאמאל אנגעפילט צען תגובות, והא ראיה ראה אשכולות הרב מקאפיש, הרב מנייטרא, גאב"ד סאטמאר, הרבנית מיארוואזשינא, וואלס פילן אן בלעטער און בלעטער איבער דו נאכט, וואס סתם פאר א דרויסינדיגע מחוץ לוויליאמסבורגע קאלטאר הייבט עס ברעמען, און כאפן נישט על מה חרי האף הגדול הזה..

משא"כ הרב טווערסקי האט געברענגט עפעס חידושים צום טיש פון זיין קאלירפולע לעבענס שטריכען, וואס איז אונטרעסאנט הן צום קנאישע קרייז, והן צו אלע אנדערע געזעלשאפטן.



די זאגט'ס אללינס די תשובה אז די עיקר וואס שרייבען אויף אייועלט איז דעי וואס זענען אנטקעגן פון נהנה זיין פון שלחן איזבל
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

גאר געהאט ווייניג self esteem שרייבט א משפחה מיטגליד (רבי מיכל׳ס רעביצין, שרייבט יעדע וואך אין די עמי)
E5DCA584-EFFE-435A-90C9-00E641AFA69D.jpeg
E5DCA584-EFFE-435A-90C9-00E641AFA69D.jpeg (324.91 KiB) געזען 989 מאל
לעצט פארראכטן דורך shalsheles אום דינסטאג פעברואר 09, 2021 11:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

shalsheles האט געשריבן:גאר געהאט ווייניג self esteem שרייבט זיין שוועגערין (רבי מיכל׳ס רעביצין, שרייבט יעדע וואך אין די עמי)
E5DCA584-EFFE-435A-90C9-00E641AFA69D.jpeg


קאמפלעקס בלע"ז
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דאס איז א חידוש עצום!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

איינער האט מיר געשיקט א ליד הפלא ופלא, מעשה ידי הרה"צ ראי"ה זצ"ל. איז דאס כראוי ארויף לייגן דא???

הערט'ס צו ידידים
מתנגדים און חסידים
נערים וזקנים יחד
מיינע השערות
פון אידישע צרות
איך בין אין גלות אין חב"ד


1) איך האב אויף זיי נישט קיין פאראיבל
אבער ווען איך קום אריין אין שטיבל
קומט מיר אויס דאס גאנצע התנהגות עפעס
איך קען נישט פארשטיין דעם טעם
פארוואס דתיהם שונות מכל עם
ואת דתי המלך הם עושים באהבה וביראה

2) אוי! שבת, יום טוב אינדערוואכען
געוואלד! וואו בין איך דא פארקראכען
און ועל כולם קען איך נישט אפילו קריטיקירען
פסח, סוכות ימים נוראים
פאר מיר איז פלאי פלאים
און מען זאגט מיר "שווייג!", ווייל דיין זיידע האט געהייסען אזוי זיך פירען

3) לעתיד לבוא אין גן עדן
וועל איך פרגען ביים הייליגן זיידן
כ'בעט דיר זאג מיר צו איז דאס טאקע געווען דיין דרך בקודש
עס כאפט מיר ממש אן א ציטער
זיי זאגען נישט אפילו וואס עס שטייט אין דיין סידור
נישט קיין "ושמרו" נישט קיין "וידבר משה" און נישט קיין תקעו בחודש

4) אין דיין שלחן ערוך פסק'נסטו להלכה
אז אויף תפלין של ראש דארף מען מאכען א ברכה
דארפסטו אבער זעהן ווי דיינע חסידים לייגען תפלין
זיי זאגן נאר אז לפי חב"ד
מאכט מען א ברכה נאר אויפ'ן של יד
זעהסטו אליין אז זיי טוהען אינגאנצען ווי זיי ווילען

5) זיידע, דו האסט געזאגט אין דיינע שיחות
אז מען דארף נישט זאגען קיין סליחות
אין עשרת ימי תשובה, און דאס האט שוין גורם געווען ממילא
און וואס זאל איך מיט זיי קריגען
עס פאסט גארנישט צו דעם ניגון
פון ראש השנה'דיגן קדיש אז מ'זאגט נישט קיין לעילא ולעילא

6) ס'איז דאך נישט מעגליך דאס איבערצוטראגן
וואס מען דארף אזוי פיל תהלים זאגען
דער יום, דאס קאפיטל וויפיל מ'איז אלט, און שבת מברכים אינגאנצען
געוואלד אידן! האט'ס רחמנות
זייטס משנה די תקנות
איך זאל נישט דארפען זאגען "אשרי תמימי דרך" ביי די הונדערט און ניינצען יאר

7) מי שמע כזאת אז אין א יום הילולא
זאגט מען תחנון אין די תפלה
איך שריי "חי וקים" און איך טוה כסדר אויף זיי האקן
געוואלד! זיי זענען דאך רחמנא ליצלן ערגער ווי די ליטוואקן

8) אהן א קיטל ביים סדר דאס ווייס איך
אבער וואס איז געשעהן מיט'ן חסל סידור פסח
אפשר איז ער אוועקגעלאפן צוזאמען מיט'ן ותערב
אדער אפשר האט ער גאר בדעה
צוזאמען מיט'ן חד גדיא און מיט'ן אחד מי יודע
גיין אויפזוכען דעם אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב

9) פארוואס האבען עפעס די מענטשען
פארטריבען דעם יהי רצון פון ראש חדש בענטשען
און איך מוז דאס אלץ צוקוקען, מקבל זיין בעל כורחה
ווי קומט יום טוב שיר המעלות
ווי זאגט מען לכה דודי אהן א טלית
און וואס פאר א מחותן איז דער חצי קדיש צווישען כגוונא און ברכו

10) פארלאזען אזעלכע טייערע אוצרות
נישו קיין פייט און נישט קיין יוצרות
און פארוואס זינגט מען נישט דעם י-ה קלי אתיצבה לקראתך
כ'וואלט געווען אזוי צופרידן
אדרבה, זאגט מיר אידן
וואס פאר א ניגון ער אויף ויאתיו כל לעבדיך

11) פרייטאג צו נאכט'ס זינגט מען ביי חסידים
מנוחה ושמחה אור ליהודים
כל מקדש און י-ה רבון און מען זינגט מה ידידות
אבער ביי זיי הערט מען נישט קיין קול
ס'איז שטיל ווי ביי אוהב עמו ישראל
זאגט מיר, איך בעט אייך, וואס איז דאס עפעס פאר א מין חסידות

12) וואו איז פארהאן אזא גזירה הרחקה
נישט אויפהענגן קיין נוי סוכה
און אז איך קוק מיך צו קויפן אן אתרוג, ווייס איך גארנישט וואס איז מיט אים
געוואלד געשריגען זיסע טאטע
ווי קען מען אים האלטן מיט'ן פיטם למטה
ווען אויפ'ן אתרוג איז נישט פארהאן קיין זכר פון א פיטם

13) איך קען מיט זיי נישט האלטען קיין מלחמה
איך וועל נאך מאל נעמען א נקמה
כל תלמיד חכם שאינו נוטר ונוקם אינו ת"ח
עס וועט זיין א נקימה און א נטירה
פאר'ן לשם יחוד פון די ספירה
פאר אלע שינויים וואס איך לייד זיך אהן פון זייערע דרכים

14) בקרוב ממש, גאר אינגיכען
וועו מען מקבל פנים זיין משיח'ן
און פרייטאג צונאכט'ס אויפ'ן הר הבית וועלן זיך צוזאמען קומען אלע צדיקים, אלע קדושים
און משה רבינו וועט זיין בראשם
און ר' שלמה אלקבץ וועט זינגען לכה דודי לקראת כלה

15) אזוי ווי א מחוצף בין איך תמיד
וועל איך באלד צודארפען צו דעם עמוד
און צוזאמען מיט'ן הייליגן חזן דאווענען בהתלהבות
און אויפ'ן הויכען קול וועל איך געבן א קוועטש
לפני כל חסידי ליובאוויטש
פון אלטען רבי'ן, צו דער ושמרו בני ישראל את השבת
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זיס ווי צוקער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אבן יקרה האט געשריבן:איינער האט מיר געשיקט א ליד הפלא ופלא, מעשה ידי הרה"צ ראי"ה זצ"ל. איז דאס כראוי ארויף לייגן דא???

זייער שיין
(אגב זיין קירבה צו חב''ד איז געווען ווייל אין פיטסבורג איז עס געווען די איינציגסטע היימישע שול)
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

דער ליד איז שוין געווען דא ערגעצוואו, מען האט עס צונומען אויף קליינגעלט דאכט זיך
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

מים חיים האט געשריבן:זייער שיין
(אגב זיין קירבה צו חב''ד איז געווען ווייל אין פיטסבורג איז עס געווען די איינציגסטע היימישע שול)

אויסער דעם ווי ער שרייבט, ער איז אויך א אייניקל פון אלטן רבי'ן און אויך פון מיטעלער רבי
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Upon moving to Pittsburgh, the Twerski family established themselves in the Chabad-Lubavitch community, with Rabbi Twerski teaching classes in Tanya, the seminal work of Chabad Chassidic thought, and Talmud to both beginners and advanced students. He served for decades as president of the Lubavitch Center of Pittsburgh and the community synagogue, and would frequently travel to New York to seek the blessings and advice of the Rebbe—Rabbi Menachem M. Schneerson, of righteous memory—on his many professional and communal responsibilities.
https://www.chabad.org/news/article_cdo ... -Abuse.htm
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אבן יקרה האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:זייער שיין
(אגב זיין קירבה צו חב''ד איז געווען ווייל אין פיטסבורג איז עס געווען די איינציגסטע היימישע שול)

אויסער דעם ווי ער שרייבט, ער איז אויך א אייניקל פון אלטן רבי'ן און אויך פון מיטעלער רבי

יא יא ווייס מיר פון דעם אבער ער איז אויפגעוואקסן אין באבוב, און ער שרייבט אז אין באבוב האט ער געהאט זיינע בעסטע יארן, און זיין שייכות צו חב''ד האט זיך אנגעפאנגן נאך זיין חתונה ווען ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין פיטסבורג (צו שטודירן אין די פיטסבורגע אוניווערסיטעט)

--
קיקיון האקט
שיק
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ער איז געווען זייער נאנט מיט הרב שלום פוזנער שליח פון רבי ריי"צ און דער רבי אין פיצבורג,
ביי די חתונות פון הרב פוזנערס קינדער האט ער געזונגען שיינע גראמען וועגן דער רביס מבצעים און שליחות וואס איך האב געבראכט אין דעם אשכול
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בד״ה הרה״צ דר. אברהם יהושע העשיל טווערסקי ז״ל מהארנסטייפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

farshlufen האט געשריבן:זיס ווי צוקער.

דארפט איר נאר הערן ווי ער אליין זינגט עס
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”