והיתם נקיים האט געשריבן:זארגטס ענק נישט, ביז א קורצע צייט וועט די רעפובליקאנער פארטיי ווערן איבערגענומען דורך איינער וואס וועט זיין אנטי טראמפ, און דער גאנצער (רעפובליקאנער) עולם וועט זיין אין די "אנטי טראמפ לאגער".
מ'דארף נישט מער ווי צוריקוקן אויף די מאדערנע היסטאריע פון חסיד'ישע אידן אין אמעריקאנער פאליטיק אז דער עולם איז אלעמאל געגאנגען אין פייער פאר רעפובליקאנער פרעזידענטן פון ווען זיי האבן זיך פארזיכערט מיט די נאמינאציע ביז ווען זיי זענען ארויס פון אפיס, און די אלע וואס זאגן אז יעצט אז אנדערש זענען אדער נאך אין די גאר אינגע צוואנציגער יארן, אדער איז זיי פשוט שווער צו געדענקען עלטערע זכרונות מיט די גאנצע קלארקייט (א זאך וואס מאכט זיך ביי גאר אסאך מענטשן).
ווען ראמני איז געלאפן איז ער געווען די העלד צוזאמען מיט פאול רייען, יעדע ווארט זייערע האט מען צוקישט, יעדער איז געווען ביזי אויסרעכענען וויאזוי ראמני וועט אויפבויען די עקענאמיע, ער איז א סוקסעספולע ביזנעסמאן, א געלונגענע חברה'מאן, און ווען ער האט געזאגט אז רוסיע איז די גרעסטע געפאר פאר אמעריקע האט מען פארטיידיגט זיין סטעיטמענט, און די דעמאקראטן ווידער האבן געלאכט פון אים פאר זיין אלטמאדישע וועלט אויסקוק, ווידער ווען טראמפ איז געווען דער העלד האט מען זייער ערענסט נאכגעבאמבעלט טראמס געניאלע איינפאל אז אויב אמעריקע וועט לעבן בשלום מיט רוסלאנד וועט עס זיין א געוואלדיגע געווינס פאר אמעריקע, עס וועט ברענגן שלום פאר די וועלט, און די דעמאקראטן האב געברעטשעט אז רוסלאנד איז אונזער גרעסטע שונא און טראמפ גיט אים רחמנא ליצלן איבער די סודות פון לאנד.
און פון די אנדערע זייט, גיב א קוק וואס איז געשען אין די רעפאבליקאנע רייען, ראמני מיט פאול רייען זענען פשוט אפגעפרעגט געווארן.
און אויב וויל מען קען מען צוריקגיין נאך פריער, מען דארף נאר געבן א קוק וואס עס האט פאסירט צו מקעין דער מלחמה העלד, יעדע ווארט זיינע איז געווען קדוש, און אבאמא איז געווען א מוסעלמענער וואס גייט איבערגעבן אמעריקע פאר די מוסעלמענע טעראריסטן, איך געדענק גוט די ערענסטע פאניק וואס איז געווען ביי א גרויסע עולם ווען אבאמא האט געווינען, מען האט ערענסט געהאלטן אז דער גייט זיין היטלער, אוי ווי דער עולם האט געגארט און געגלוסט אז דער העלד מקעין זאל ווערן פרעזידענט.
אבער אונטער טראמפ איז ער געווארן א לוזער, קראנקער זכור וועם קיינער דארף נישט האבן, קיינער אויסער די דעמאקראטן וואס האבן געזוכט ארויסצוהייבן ווער מקעין איז אלץ און ווי וויכטיג זיין שטימע קעגן טראמפ איז.
וכן בוש, א רעפאבליקאנער קדוש ביז ער האט גערעדט קעגן טראמפ, איינמאל טראמפ האט איבערגענומען די פייפער האט זיך די גאנצע ווינט געטוישט, זיין מלחמה מיט איראק איז געווען א דיזעסטער, געווארפן ביליאנען אין מיסט, און הער: דער אבאמא פון וועם מען האט געציטערט ווייל ער וועט נישט זיין גענוג שטייף קעגן טעראריסטן, ער וועט נאכלאזן פון די 'מלחמה קעגן טעראריזם' וואס בוש האט איינגעפונדעוועט, דער אבאמא איז גאר גערעכט געווען, די גאנצע מלחמה איז א טפשות פון קאפ ביז פיס, בוש איז א אפגעפרעגטער מענטש און פערטיג.
מה שהיה הוא שיהי'
עס וועט אריבערגיין פיר יאר און די רעפאבליקאנער וועלן לאכן פון דעם משוגע'נעם טראמפ, און ווער ווייסט וואס די סיבה וועט נאר זיין אז די דעמאקראטן וועלן נאך טרעפן עפעס א אופן צו זאגן אז טראמפ האט געוויסט וואס ער טוט...
נעה, קען נישט זיין... באט יו נעוער קנאו.
זקן מלא רחמים.