דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

-
אטעטשמענטס
2C573740-8B39-4846-A3AE-4367BE1C75AE.jpeg
2C573740-8B39-4846-A3AE-4367BE1C75AE.jpeg (243.2 KiB) געזען 1512 מאל
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

צהלתו בפניו האט געשריבן:סאטמארע רבי האט געהאט א פראבלעם, אזוי מיינעך און אזוי כמה צדיקים, אויב כוועל האבן צייט נאכצוזוכן וועל איך אפשר ברענגן סיפורים אין דעם ענין

פון סקווירא רבי ז"ל איז אויך דא אזעלכע מעשיות בנוגע מר. גראסס - א נדבן פון אפאר סקווירא בנינים.

ס'איז דא וואס זאגן אז מ'ניצט עס פאר אנדערע זאכן איז יא גוט נאר נישט דיירעקט אויפן לערנען.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

הרב אביונה קומט אריין זייער קלאר
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

גליקליכע אינגערמאן האט געשריבן:נאדיר א בילד פון זיין הייזקעלע. נישט מקנה זיין.

sheldon.JPG

זייער שיין! און וועמענס איז די גרויסע הויז נעבען דעם מיט די פאל?
:roll:
לפנות בוקר
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: שבר על שבר: שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

Programming האט געשריבן:מען קען זאגן הניח אחריו כמותו דעם זשארזש סאראס...

כאטש אויף די פונקט פארקערטע זייט. אפשר זה לעומת זה...

ח"ו צוגלייכען א שונא ישראל וואס שעלט יעדען טאג אז ער איז געבוירען א איד און האט נישט געגעבן א דאלער צדקה נאר פאר ליבעראלע שטותים, צו טאקע א פרייע איד אבער ער האט ליב געהאט פרימע אידן און האט געגעבן אסאך געלט פאר מוסדות און ארגענעזאציעס
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

נקודהלע האט געשריבן:
צהלתו בפניו האט געשריבן:סאטמארע רבי האט געהאט א פראבלעם, אזוי מיינעך און אזוי כמה צדיקים, אויב כוועל האבן צייט נאכצוזוכן וועל איך אפשר ברענגן סיפורים אין דעם ענין

פון סקווירא רבי ז"ל איז אויך דא אזעלכע מעשיות בנוגע מר. גראסס - א נדבן פון אפאר סקווירא בנינים.

ס'איז דא וואס זאגן אז מ'ניצט עס פאר אנדערע זאכן איז יא גוט נאר נישט דיירעקט אויפן לערנען.

ס'איז דא א תשובה פונעם טשיבינער רב (שו"ת דובב מישרים ח"ג סימן צ"ה) צום סקווערער רבי'ן ז"ל, אז טאמער ער איז מקדש לע"נ זיין טאטע מעג ער עס נעמען.
נ"ב. דער טשעבינער רב פירט דארט אויס "וזכות זו תעמוד גם לבנו שישוב וכבוד קדושתו בודאי ישפיע עליו לטובה", וכך הוה ער איז שפעטער געווארן א בעל תשובה.

123.png
123.png (211.67 KiB) געזען 1426 מאל
לעצט פארראכטן דורך פארצייטיש אום דינסטאג יאנואר 12, 2021 3:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

קען זיין אז דאס איז צום סקווירא'ן רבין זצ"ל? כ'מיין אזוי
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ס'איז א שאלה אין הלכה, און דאן אין השקפה.

מען זעהט פארשידענע חסידות'ן גרויסע און ליטווישע אונטערנעמונגען וואס האבן געהאט קיין פראבלעם צו נעמען פון האלב און גאנץ פרייע עלעמענטן.

אין אנדערע פלעצער האט מען יא מקפיד געווען דערויף מיט א שטארקייט
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

נקודהלע האט געשריבן:קען זיין אז דאס איז צום סקווירא'ן רבין זצ"ל? כ'מיין אזוי

יא, ס'איז באקאנט אזוי.
פארראכטן
לעצט פארראכטן דורך פארצייטיש אום דינסטאג יאנואר 12, 2021 3:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

למעשה האט מען גענומען (נישט זיכער אז אין סאטמאר נישט אויב עס האט זיך געמאכט, דער רבי פלעגט זאגן זיי ווילן אונז סיי ווי נישט געבן), אבער געקרעכצט דערויף אז מען נעמט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: שבר על שבר: שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עציץ נקוב האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:מען קען זאגן הניח אחריו כמותו דעם זשארזש סאראס...

כאטש אויף די פונקט פארקערטע זייט. אפשר זה לעומת זה...

ח"ו צוגלייכען א שונא ישראל וואס שעלט יעדען טאג אז ער איז געבוירען א איד און האט נישט געגעבן א דאלער צדקה נאר פאר ליבעראלע שטותים, צו טאקע א פרייע איד אבער ער האט ליב געהאט פרימע אידן און האט געגעבן אסאך געלט פאר מוסדות און ארגענעזאציעס

נארישקייטן
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: שבר על שבר: שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

Programming האט געשריבן:

?
ער זאגט לכאורה דברים של טעם.
דא האסטו א איד וואס האט געשטיצט תורה, קעגן א איד וואס האט נישט געשטיצט תורה (פארגעס פאר א רגע פון די ווארט ליבעראלע שטותים וואס האט דיר דיסטרעקטעד...)
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: שבר על שבר: שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

Programming האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:מען קען זאגן הניח אחריו כמותו דעם זשארזש סאראס...

כאטש אויף די פונקט פארקערטע זייט. אפשר זה לעומת זה...

ח"ו צוגלייכען א שונא ישראל וואס שעלט יעדען טאג אז ער איז געבוירען א איד און האט נישט געגעבן א דאלער צדקה נאר פאר ליבעראלע שטותים, צו טאקע א פרייע איד אבער ער האט ליב געהאט פרימע אידן און האט געגעבן אסאך געלט פאר מוסדות און ארגענעזאציעס

נארישקייטן

מיט וואס זאגט ער נארישקייטן?

האלסט אז ער איז נישט א שונא ישראל? האלסט אז פאר וואס ער גיבט געלט איז נישט פאר שטותים נאר פאר נאבאלע זאכען?

אדער האלסטע אז עידעלסאן און סאראס האבן אייניג געגעבען פאר שטותים און נישטא קיין חילוק צווישען זיי?

ביטע זיי זיך מסביר
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ביידע זענען אידן, א חלק אלוק ממעל. ביידע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה צו זיין שומרי תורה.

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע תורה עדלסאן האט געשטיצט און מעגליך גאר אז סאראס האט אויך אריין געווארפן אפאר דאלער פאר אידישע צוועקן.

באופן כללי, סאראס נוצט נישט זיין געלט צו פעדלען איינפלוס פאר זיין פערסאנעל געין און ער לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ פאר יעדן.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

Programming האט געשריבן:ביידע זענען אידן, א חלק אלוק ממעל. ביידע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה צו זיין שומרי תורה.

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע תורה עדלסאן האט געשטיצט און מעגליך גאר אז סאראס האט אויך אריין געווארפן אפאר דאלער פאר אידישע צוועקן.

באופן כללי, סאראס נוצט נישט זיין געלט צו פעדלען איינפלוס פאר זיין פערסאנעל געין און ער לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ פאר יעדן.

בקיצור עידלסאן האט געשטיצט יענעם'ס שטותים, און לעומת זה שטיצט סאראס דיינע שטותים.

און סאראס איז גאר בעסער ווייל ער פעדלט נישט איינפלוס פאר זיין פערסאנעל געין! נאר פאר מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ מיטען שטיצען פראגרעסיווע סדום! און עס ארויף צווינגן אויף אונז אידען!

שיין זיך דערלעבט, האמער דא א סאראס חסיד.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

Programming האט געשריבן:ביידע זענען אידן, א חלק אלוק ממעל. ביידע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה צו זיין שומרי תורה.

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע תורה עדלסאן האט געשטיצט און מעגליך גאר אז סאראס האט אויך אריין געווארפן אפאר דאלער פאר אידישע צוועקן.

באופן כללי, סאראס נוצט נישט זיין געלט צו פעדלען איינפלוס פאר זיין פערסאנעל געין און ער לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ פאר יעדן.

עדלסאן האט דער עולם אויבן געשריבן אז ער האט געשטיצט תורה. מ'האט אויך געשריבן וועלכע ישיבות און בתי מדרשות האבן באקומען פון אים.
דו זאגסט אז סאראס מעגליך אויך? און וואס איז די אנדערע מעגליכקייט? אז נישט, נאר ער האט געשטיצט וכו' און ביי דיר איז ליבעלעריליזים מיט תורה אויף איין פעידז? דאס פרעג איך אויפן סמך אז נניח ליבעלעריזים איז נישט קעגן די תורה.

נעבעך - -
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

אין א שמועס זאגט עדלסן אז אידן זענען מצליח אין מסחר וויבאלד זיי לערנען אין ישיבה דורכאויס׳ן טאג
ישראל אשר בך אתפאר
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

נקודהלע האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:ביידע זענען אידן, א חלק אלוק ממעל. ביידע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה צו זיין שומרי תורה.

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע תורה עדלסאן האט געשטיצט און מעגליך גאר אז סאראס האט אויך אריין געווארפן אפאר דאלער פאר אידישע צוועקן.

באופן כללי, סאראס נוצט נישט זיין געלט צו פעדלען איינפלוס פאר זיין פערסאנעל געין און ער לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ פאר יעדן.

עדלסאן האט דער עולם אויבן געשריבן אז ער האט געשטיצט תורה. מ'האט אויך געשריבן וועלכע ישיבות און בתי מדרשות האבן באקומען פון אים.
דו זאגסט אז סאראס מעגליך אויך? און וואס איז די אנדערע מעגליכקייט? אז נישט, נאר ער האט געשטיצט וכו' און ביי דיר איז ליבעלעריליזים מיט תורה אויף איין פעידז? דאס פרעג איך אויפן סמך אז נניח ליבעלעריזים איז נישט קעגן די תורה.

נעבעך - -

קיינער פון זיי זענען נישט באקאנט צו זיין תורה מעצאנאטן. עס איז זייער מעגליך אז עדלסאן האט אריין געווארפן אפאר טאלער פאר תורה צוועקן און די זכות וועט אים זיכער ביישטיין. סאראס ווייס איך נישט, און אויב ער האט נאך נישט אפשר קען מען נאך עפעס ארויס באקומען פון אים. די שמועס דא איז איבער זייער אלגעמיינע אויפטוען, נישט צו פארגלייכן סאראס' נדבות פאר וואוילטעטיגע צוועקן מיט די עטליכע מאל וואס אדלסאן האט געגעבן געלט פאר תורה וואס כל חפציך לא ישוו בה
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

Programming האט געשריבן:ביידע זענען אידן, א חלק אלוק ממעל. ביידע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה צו זיין שומרי תורה.

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע תורה עדלסאן האט געשטיצט און מעגליך גאר אז סאראס האט אויך אריין געווארפן אפאר דאלער פאר אידישע צוועקן.

באופן כללי, סאראס נוצט נישט זיין געלט צו פעדלען איינפלוס פאר זיין פערסאנעל געין און ער לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ פאר יעדן.

יש מומר לתאבון ויש מומר להכעיס, א ליבעראל ווי סאראס איז איין שטאפל ערגער ווי א מומר להכעיס, (נישט מכיר אין בורא בכלל רח"ל אויף איהם צי קענען מכעיס זיין. וד"ב)
עוד זאת עדלסאן האט די זכי' אז מיליאנען שעות תורה ותפלה גייען לזכותו
סאראס להיפוך וועלן נאך זיין טויט אלע עוונות און פגמים וואס קומען ארויס אדאנק זיין געלט וואס איז געגאנגען צי געמיינע ליבעראלע צוועקן און האבן געהאלפן צוגרינד לייגן דעם אייבערשטנס בריאה, איהם נאכיאגן לעד ולנצח. שישוב בתשובה שלימה במהרה בתוך שאר נדחי ישראל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
התבודדות

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:ביידע זענען אידן, א חלק אלוק ממעל. ביידע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה צו זיין שומרי תורה.

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע תורה עדלסאן האט געשטיצט און מעגליך גאר אז סאראס האט אויך אריין געווארפן אפאר דאלער פאר אידישע צוועקן.

באופן כללי, סאראס נוצט נישט זיין געלט צו פעדלען איינפלוס פאר זיין פערסאנעל געין און ער לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ פאר יעדן.

יש מומר לתאבון ויש מומר להכעיס, א ליבעראל ווי סאראס איז איין שטאפל ערגער ווי א מומר להכעיס, (נישט מכיר אין בורא בכלל רח"ל אויף איהם צי קענען מכעיס זיין. וד"ב)
עוד זאת עדלסאן האט די זכי' אז מיליאנען שעות תורה ותפלה גייען לזכותו
סאראס להיפוך וועלן נאך זיין טויט אלע עוונות און פגמים וואס קומען ארויס אדאנק זיין געלט וואס איז געגאנגען צי געמיינע ליבעראלע צוועקן און האבן געהאלפן צוגרינד לייגן דעם אייבערשטנס בריאה, איהם נאכיאגן לעד ולנצח. שישוב בתשובה שלימה במהרה בתוך שאר נדחי ישראל.

ישר כח ר' סטאוו אויף דיך האב איך געווארט, איך האב נישט געוואוסט ווי אנצוהייבען מיט די קראנקע ליבעראלע געדאנקענגאנג.
נעבעך....
התבודדות

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

Programming האט געשריבן:ביידע זענען אידן, א חלק אלוק ממעל. ביידע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה צו זיין שומרי תורה.

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע תורה עדלסאן האט געשטיצט און מעגליך גאר אז סאראס האט אויך אריין געווארפן אפאר דאלער פאר אידישע צוועקן.

באופן כללי, סאראס נוצט נישט זיין געלט צו פעדלען איינפלוס פאר זיין פערסאנעל געין און ער לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ פאר יעדן.

למשל? (נאר אויב די זאכן וואס האט געהאלפען בעסער מאכן די וועלט איז לפי תקנות המקום צו שרייבען דערפון)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28198
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איינער זאל מיך געבן א ביפ ווען מ'קען שליסן דעם אשכול
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

לכאורה האט געשריבן:איינער זאל מיך געבן א ביפ ווען מ'קען שליסן דעם אשכול

נאכנישט נאכנישט, מען דארף נאך בילדער פון דעם פאלאצל
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

געשטארבן פין קאראנא?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7266
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: דער פילאנטראפ שעלדאן עידלסאן 87

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

רבוש"ע..
עדעלסאן און סאראס, אויך מיר א פארגלייך..
כ'מיין אז יעדער דא פארשטייט די חילוק צווישן סאראס און עדעלסאן..
אן אריינגייען צו וואס סאראס שטיצט איז גוט..
אבער שטיצן תורה און אידן איז זיכער גוט, און קוקטס די חילוק אין דעם צווישן עדעלסאן און סאראס...
כרחוק מזרח ממערב.

אגב, שכוח פארן טוישן קעפל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”