שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:בעסער אזוי האט געשריבן:שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מיין שאלה צו אלע חסידים פון ר' אביגדור (און איין ספעציפישער חסיד פון ר' טעד קרוז שליט"א) איז ער דער פוסק אחרון אין די הינזיכטן? איז ר' אביגדור דער איינציגער מנהיג וואס איז מאסגעבנד אין דעם הינזיכט ווען אלע, ממש אלע, גדולים וואס האבן אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקע, פון באבוב ביז סקווירא און פון ר' אהרן ביז ר' שרגא פייוול, האבן נישט געהאלטן און זיך נישט געפירט אזוי. ווען ר' אביגדור אליין האט נישט געוואוט מיט זיין פיס?
כאפ א בליק אויף אידישקייט, די תורה פעסטונגען און חסידישע אימפעריעס אין די פאראייניגטע שטאטן און זאג מיר מיט א סטרעיט פעיס אז דווקא ר' אביגדור מילער און דער קאשויער זענען גערעכט און די אנדערע האבן זיך טועה געווען.
די מנהיגים וואס האבן איבערגעפלאנצט אידישקייט פון מזרח אייראפע צו די אמעריקאנער בארטענעס אויף א גרויסן פארנעם זענען אלע אן אויסנאם געווען פראקטיש און פראגמאטיש. אידעאלאגיש איז טאקע ר' אביגדור (און הרב קרוז שליט"א, לויט סטאוו) גערעכט. אבער די וואס האבן געראטעוועט אידישקייט נאכן חורבן האבן נישט איבערגעפעקלט זייערע צעבראכענע ביינער און צוויי אהאלב תלמידים צו אינדיע, מעקסיקא, טערקיי, בראזיל אדער די פיליפינס.
און נישט נאר האבן אלע מנהיגים זיך באזעצט אין אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, אויסטראליע אד"ג, נאר דווקא אין די גרויסע ליבעראלע שטעט (ארץ ישראל איז גאנץ אנדערש, פארשטייט זיך).
קיינער זאגט נישט אז ר' אביגדור איז דער איינציגטער מנהיג און בלא בלא בלא
נאר וואדזשע דען? געוויסע פון אינזערע ליבעראלע חבירים דא, לאכן פון די וואס זאגן אז זיי קענען נישט שטיצן א פארטיי וואס שטייט פאר כל מיני זאכן וואס איז נגד התורה, מיט די טענה אז "מיש נישט פאליטיק מיט רעליגיע" האב איך אראפגעברענגט אז כבר היה לעולמים א גדול וואס איז דא געווען נישט לאנג צוריק, ער איז אנגענומען ביי יעדן פרומען יוד און ער פלעגט "יא" מישן פאליטיק מיט רעליגיע, קיינער זאגט נישט אז דו מיזט אזוי האלטן, אבער קוק מיר נישט אן ווי פון לבנה אראפ אז מיר שטערט יא ווען פאליטישנס סעפארטן כל מיני משוגעת'ן וואס איז נגד התורה, קלאר ?
ווי מעי עגרי טו דיסעגרי, באט נאט עגרי טו דיסעגרי טו דיסעגרי
דאס איז נישט א כבר היה לעולמים'דיגע אנעקדאט. דאס איז א האמער וואס געוויסע נוצן דערגיין די יארן פון די וואס גייען נישט פולקאם אין שפאן מיט זייערע עקסטרעמיסטישע, פאליטיק-מיט-אידישקייט-געפלאכטענע אידעאלאגיע ווען אין פאקט איז געווען א סאטמערער רב און א באבובער רב און א קלויזנבורגער רב און א סקווירער און פאפאנער און צעלימער און ווינער און ר' אהרן קאטלער און ר' משה פיינשטיין און הרב וואכטפויגל וכו, וואס האבן דירעקט נישט פראקטיצירט די פאליטיק-מיט-דזשודעאיזם-געפלאכטענע רעליגיע וואס מאנכע ווילן ארויפצווינגען אויפן רבים.
זיי האבן נישט פראקטעצירט פארקערט אויך נישט, און איז קיין שום ראי'.