ר' שלום ווייס הי"ו - איבערן מופת ממרן אדמו"ר הק' מטאהש

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחמן עהרליך
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:19 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך נחמן עהרליך »

שיינער חלום האט געשריבן:ווייסט איינער אויב די מעשה מיט טאשע רבי איז אמת?

איך בין אויך געוועהן זייער נייגעריג צו וויסען עס איז א מעשה פלא עד למאד
איך האב מיך נישט געפוילט - איבער געהערט וועלוול'ס אינטערוויו אויף קול מבשר פון אפאר וואכן צירוק, ער פארציילט אז האט עס געהערט פון דעלאטינער רבי, איך קען מיך מיט אים און איך האב איך אים גערופען, האט ער מיר געזאגט ער האט עס געהערט פון ר' ישעי טירנויער שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנסי - דיקעיטער
האב איך מיך נישט געפוילט און גערופען ר' ישעי' שליט"א האט ער קאמפערמד אז פינקליך אזוי טאקע איז געועהן די מעשה:
ער איז א אייניקל פון רביצין לייפער ע"ה די שוועסטער פון טאהשע רבי זצ"ל זי האט אים פארציילט "איידער טראמפ איז געווארן פרעזידענט" אז זי ווייסט אז טראמפ וועט זיין פרעזידענט!
און זי האט אים געזאגט אז איר ברידער די רבי זצ"ל האט געזאגט פאר די ווייב - אדער א שוועסטער - פון ר' שלום דעמאלטס ווען מ'האט אים איינגעזעצט, די ווערטער "ווען טראמפ וועט זיין פרעזידענט ווען ער אים ארויסנעמען"
ממילא ווייסט זי אז ער וועט סוכ"ס זיין פרעזידענט - און פארשטייט זיך ר' שלום וועט דענמאלץ ארויסקומען
ער האט מיר אויך געזאגט אז ער ווייסט די משפחה פארוואסערט די מעשה.
סיי הרה"ג ר' ישעי' שליט"א און סיי זיין באבע ע"ה איז זייער א שטארקע מקור פאר די מעשה.
און נניח פיטא'ס נוסח אז די רבי האט גערעדט פון עפעס א מיסיס (משפחת פרעזידענט) וואס וועט אים ארויסנעמען איז אויך נישט פשוט, דהיינו ער האט געזאגט אז עפעס א פרעזידענט וועט אים באגנאדיגען נאכדעם וואס מ'האט אים פאראורטייל פאר 839 יאר און וכך הווא איז אויך א פלא
דער עיקור איז אז ער איז אינדרויסען ב"ה
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די חלק אז "זיי ווייסן אז די משפחה פארוואסערט די מעשה" איז ריין שקר, ועדות שהופרך מקצתו הופרך כלו, ווען איך האב אנגעפרעגט דעם ערשטן מאל דעם עד ראי' ממשפחת רבי שלום (ס'איז מיר נישט באקוועם צי זאגן מער פרטים, אבער פון די נענסטע משפחה וואס איז שייך) וואס איז אראפגעפארן קיין טאהש ספעציעל פאר דעם און האט ווי פארשטענדליך אויסגעהערט יעדעס ווארט פון רבין זצוק"ל מיט אנגעשפיצטע אויערן, האט ער זיך אנגערופן מיט א שאק, "וואאאאס?? אזוי פארן מעשיות היינט, לאמיר דיר זאגן פינקטליך וואס איך האב געהערט וכו'"

ער האט דעם טראמפ ווערסיע דאס ערשטע מאל געהערט פון מיר, און איך האב געזעהן זיין רעאקציע דערצי, סאו פארקויף מיר נישט קיין מעשיות אז "זיי ווייסן אז די משפחה פראבירט צי לייקענען"

ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די וואס האבן פאבראצירט דעם מופת ווייסן אויך אז ס'איז נישט מדויק נאר ס'האט זיך געדאכט אזוי יארן שפעטער נאכן נישט הערן קלאר די ווערטער דעמאלטס. נישט קיין הויעכע בוים אראפציקריכן, האט'ס שכל.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די חלק אז "זיי ווייסן אז די משפחה פארוואסערט די מעשה" איז ריין שקר, ועדות שהופרך מקצתו הופרך כלו, ווען איך האב אנגעפרעגט דעם ערשטן מאל דעם עד ראי' ממשפחת רבי שלום (ס'איז מיר נישט באקוועם צי זאגן מער פרטים, אבער פון די נענסטע משפחה וואס איז שייך) וואס איז אראפגעפארן קיין טאהש ספעציעל פאר דעם און האט ווי פארשטענדליך אויסגעהערט יעדעס ווארט פון רבין זצוק"ל מיט אנגעשפיצטע אויערן, האט ער זיך אנגערופן מיט א שאק, "וואאאאס?? אזוי פארן מעשיות היינט, לאמיר דיר זאגן פינקטליך וואס איך האב געהערט וכו'"

ער האט דעם טראמפ ווערסיע דאס ערשטע מאל געהערט פון מיר, און איך האב געזעהן זיין רעאקציע דערצי, סאו פארקויף מיר נישט קיין מעשיות אז "זיי ווייסן אז די משפחה פראבירט צי לייקענען"

ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די וואס האבן פאבראצירט דעם מופת ווייסן אויך אז ס'איז נישט מדויק נאר ס'האט זיך געדאכט אזוי יארן שפעטער נאכן נישט הערן קלאר די ווערטער דעמאלטס. נישט קיין הויעכע בוים אראפציקריכן, האט'ס שכל.


סאו וואס איז די מעשה?
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך משה בעלז »

קרית טאהש גליון באור החיים
96.JPG
96.JPG (73.83 KiB) געזען 3790 מאל
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @שוויציגע ביר און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

משה בעלז האט געשריבן:קרית טאהש גליון באור החיים
בילד

האמיר שוין געלאזט א מעסעדש אין די מערכת מיט אלע אמת'ע פרטים מקור ראשון
לאמיר זעהן צי זיי וועלן עומד זיין בנסיון און מודה זיין נעקסטע וואך אז להד"ם
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך Haklal »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:קרית טאהש גליון באור החיים
בילד

האמיר שוין געלאזט א מעסעדש אין די מערכת מיט אלע אמת'ע פרטים מקור ראשון
לאמיר זעהן צי זיי וועלן עומד זיין בנסיון און מודה זיין נעקסטע וואך אז להד"ם

יא יא, מיר אייביג גרינגער געווען צי ארבעטן אויף יענעמס נסיונות לול
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סתם מ'זאל וויסן אז טאהשע רבי'ס שוועסטער ע"ה (די מקור פון די געבעקס) איז בכלל נישט געווען אנוועזענד דארט בשעת מעשה, נאר זי האט אום יארע 2016 געזאגט אז אזוי האט זי געהערט פון ר' שלום'ס משפחה...

איז הערטס מיר גוט אויס, איך האב גערעדט צי 3 מענטשן אין משפחה וואס זענען געווען אין טאהש פאר דעם צוועק און זיי האבן אלע אייניג געזאגט אז די רבי האט געזאגט אז די מיסעס וועט איהם ארויסנעמען - ס'איז געווען קלאר פאר זיי אז ער מיינט מיסעס קלינטאן זייענדיג הארט נאכדעם וואס איר מאן האט באפרייט די סקווירא אידן.

איינער פון זיי זאגט מיר נאך אז אלע יארן (נישט פון 2016 נאר פון אנהייב 2000'ס) איז געווען זיכער ביי זיי אז הילערי גייט נאך זיין פרעזידענט איין טאג...


קעיס קלאוזד.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך יואל שרייבער »

מען וועט מוזן אננעמען אז דער אמת איז כמאן דאמר אז טראמפ האט נאר געווינען ווייל הילערי איז געווען אזוי שוואך, און וויבאלד נאר א דאנק איר לויפן האט טראמפ געווינען איז עס נזקף על שמה..
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך לא לנו »

כ'האב יעצט געהערט די קאנפערענס שמועס אויף קול מבשר, מער ווייניגער א 'באבע מעשה'...
ערמון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:19 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך ערמון »

יואל שרייבער האט געשריבן:מען וועט מוזן אננעמען אז דער אמת איז כמאן דאמר אז טראמפ האט נאר געווינען ווייל הילערי איז געווען אזוי שוואך, און וויבאלד נאר א דאנק איר לויפן האט טראמפ געווינען איז עס נזקף על שמה..

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז מכאן ראי'
אז טראמפ האט פאלש געווינען די וואלן און 2016...
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך קרייסלער »

ערמון האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:מען וועט מוזן אננעמען אז דער אמת איז כמאן דאמר אז טראמפ האט נאר געווינען ווייל הילערי איז געווען אזוי שוואך, און וויבאלד נאר א דאנק איר לויפן האט טראמפ געווינען איז עס נזקף על שמה..

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז מכאן ראי'
אז טראמפ האט פאלש געווינען די וואלן און 2016...


השתא דאתית להכי קומט זיך יעצט די בענקל פאר די מיסעס
#אימפיטש זשאו
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך גלייב @סטאוו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך שמואל בארג »

פארשטייסט נישט? קומען צוויי אנאנעמעס פארציילער אקעגן א באקאנטער מענטש מיט זיין פולן נאמען 'סטאוו'!
ערמון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:19 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך ערמון »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך גלייב @סטאוו.

גא"מ
נישט מסתבר אז אדמו"ר מטאש זי"ע זאל האבן פון טראמפ געוויסט.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך פיטום »

ערמון האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:מען וועט מוזן אננעמען אז דער אמת איז כמאן דאמר אז טראמפ האט נאר געווינען ווייל הילערי איז געווען אזוי שוואך, און וויבאלד נאר א דאנק איר לויפן האט טראמפ געווינען איז עס נזקף על שמה..

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז מכאן ראי'
אז טראמפ האט פאלש געווינען די וואלן און 2016...

:grin:
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך קענטאקי »

נאך איידער טראמפ איז געלאפן האב איך געהערט די מעשה אויף קלינטאן ווי סטאוו פארציילט.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך Programming »

שמואל בארג האט געשריבן:פארשטייסט נישט? קומען צוויי אנאנעמעס פארציילער אקעגן א באקאנטער מענטש מיט זיין פולן נאמען 'סטאוו'!


;l;p-

פולער נאמען איז יא פיטא

למעשה זאגט ער אז די מקור איז דאך ניטאמאל געווען אין צימער בעת ער האט עס געהערט פון כלי ראשון
לעצט פארראכטן דורך Programming אום דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 11:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך קענטאקי »

סטאוו איז נישט עפעס א מיסטעריעזער שר העשר ניק, אביסל רעספעקט פאר זיין רעפוטאציע. חוץ פון דעם וואס זיין אידענטיטעט איז זיכער באקאנט פאר געוויסע.
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך פרא-חסיד »

קענטאקי האט געשריבן:סטאוו איז נישט עפעס א מיסטעריעזער שר העשר ניק, אביסל רעספעקט פאר זיין רעפוטאציע. חוץ פון דעם וואס זיין אידענטיטעט איז זיכער באקאנט פאר געוויסע.

ריכטיגע ווערטער.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך Programming »

איך גלייב אים טראץ זיין רעפוטאציע
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך לייברערין »

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך פיטום »

לייברערין האט געשריבן:

אני עפר תחת רגליו, ציס"ע איז ער, אבער כהן גדול א נייער טיטעל ?

דאכצעך אז ער זאגט דאס נישט אויפן אינטערוויאו
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »


די קעפל אליינס איז שוין מיסליעדינג און פאלש, ערשטהאנטיגע מקור ראשון?

לאמיר נאך איינמאל קלארשטעלן די פאקטן:

- די מעשה אז ער האט געזאגט טראמפ קומט פון טאהש'ע רבי'ס שוועסטער
- זי איז נישט דארט געווען
- זי האט געזאגט זי האט עס געהערט פון שלום'ס משפחה
- (זי איז געווען 90 יאר ווען זי האט דאס ערשטע מאל פארציילט די מעשה...)

איז קודם איין זאך איז קלאר "קיין ערשטהאנטיגע מקור פון א נאמען וואס האט עס געהערט פון טאהשע רבי אליינס איז נישטא!"

יעצט איבער הילערי

- ס'זענען געווען 4 מענטשן וואס זענען געווען דארט בשעת מעשה
- פון 3 פון זיי (וועם איך קען פערזענליך) האב איך געהערט דעם זעלבען נוסח (דעם פערדן קען איך נישט, ער איז פון בית טאהש)
- די נוסח איז "די מיסעס וועט איהם שוין ארויסנעמען"
- געוויסע אין די משפחה האבן אפילו געהאלטן אלע יארן אז הילערי גייט זיכער זיין פרעזידענט צוליב דעם..


יעצט האט עטס די בחירה צי ווייטער גלייבן באמונה טפילה אין א מעשה שלא היה רק נברא אדער זיך ריקן צים נעקסטן זאך אזוי ווי איך גיי יעצט טוהן.

שוין צופיל מאריך געווען אין דעם באבקע. כל טוב. נעקסט.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פרא-חסיד האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:סטאוו איז נישט עפעס א מיסטעריעזער שר העשר ניק, אביסל רעספעקט פאר זיין רעפוטאציע. חוץ פון דעם וואס זיין אידענטיטעט איז זיכער באקאנט פאר געוויסע.

ריכטיגע ווערטער.

יישר כח, פרא חסיד איז איינס פון פולע אנדערע ניקס וואס קענען מיין אידענטיטעט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”