ווי באקאנט איז דא א היימישער איד וואס זיצט ל"ע אין תפיסה, עס ווארט איהם נאך 800 יאר למספרם, לא עלינו ולא עליכם פאר קיין שום יוד געדאכט.
על של עתה, טראמפ האט נאך עטוואס מער ווי א סקאראמוטשי ביז ער פליעט פון אפיס, על פי דרך הטבע. מעגליך אז עס איז דא אויסזיכטן אז ער זאל איהם ארויסזעהן, לאמיר האפן אז יא.
וואס קענען מיר טוהן דערצו? אין כוחינו אלא בפה. אומנות אבותינו בידינו. מיר קענען נאר תפילה טאן צו אבינו אב הרחמן.
אלזא, היינט נאכט ווערט ארויסגעצויגן א לאטערי אין ווערד פון איבער 400 מיליאן דאלער. מיר גייען בל"נ ובעז"ה קויפן איינס, און אויב געווינט עס דעם העכסטן געווינס וועט מען עס צוטיילן צווישן אלע משתתפים, ווי פאלגענד;
א) פאר יעדע צען קאפיטלעך תהלים וואס מען וועט זאגן פון נאך וואס די תגובה איז ארויסגעשיקט געווארן, ביז 10:55 היינט אין אוונט - ניו יארקער צייט, וועט מען באקומען די רעכט פאר איין טייל אינעם געווינס.
ב) מען מוז נישט האבן קיין אייוועלט ניק דערצו, יעדעם'ס תפילות האבן די זעלבע כח.
ג) מען קען זיך איינמעלדן מיט אדער אָן א ניק, מיט אלע ניקס וואס מען פארמאגט, וויפיל מאל מען וויל, אבער פאר יעדע איינמעלדונג מוז מען זאגן עקסטערע צען קאפיטלעך (נישט איבערזאגן די זעלבע צען).
ד) מען מוז נישט אליינס זאגן די קאפיטלעך, די פרוי און קינדער קענען עס זאגן. אבער דער וואס מעלדט זיך איין דער איז וואס באקומט די טייל.
ה) די קאפיטלעך זאלן זיין אין א רייע, אדער צען וואס האבן א ספעציעלע שייכות - למשל תיקון הכללי (שובבי"ם...).
ו) אויב זאגט מען צען קאפיטלעך וואס האבן א ספעציעלע שייכות קען מען יא איבערזאגן די זעלבע קאפיטלעך פאר נאך זכותים.
ז) "ספעציעלע שייכות" קאפיטלעך מוז האבן א מקור וואס איז געדרוקט איידער שנת ה' אלפים ת"ש לפ"ק.
ח) מען מוז זיך איינמעלדן ביז 11:00 היינט אוונט, ניו יארקער צייט.
ט) מען קען זיך איינמעלדן דא אין אשכול, דורך אן אישי צו מיסטעריעז, אדער מיט אן אימעיל צו iveltmisteryous@gmail.com
י) מען זאל נישט אינזין האבן אז דער אויבערשטער זאל באוועגן טראמפ איהם צו שענקען א פארדאן, נאר פשוט אז שלום בן לאה זאל ארויסקומען אויף די פריי, דער אויבערשטער האט זיך זיינע וועגן. (מען קען עס יא אינזין האבן ביי ותטה לב המלכות.)
יא) ביים זיך איינמעלדן, דורך איינע פון די א.ד. אופנים, דארף מען שרייבן - פאר יעדע זכות עקסטער - וועלכע קאפיטלעך מען האט געזאגט.
יב) אויב עס וועט אויספעלן - על פי בקשת אייוועלט מיטגלידער - צוצולייגן א סעיף וועט דאס נאר זיין וואליד אויב א מנהל האט דאס צוגעלייגט. וסימנך, די תגובה מעג נישט זיין פאראכטן דורך מיר.
ווען איך וועלן האבן דעם טיקעט וועל איך לייגן די נומערן (חוץ איינס) אין אן עקסטערע תגובה. דעם גאנצן טיקעט וועל איך ארויפלייגן אינעם ערשטן געלעגנהייט נאכן גורל - אויב עס וועט אויסמאכן

שלום בן לאה