וויצע פרעזידענט שפעקולאציעס (+אנאליזן)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

מעקעין נעמט פעלין פאר וויצע פרעזידענט קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך MUTCHE »

דער רעפאבליקאנע פרעזידענט קאנדידאט דזשאן מעקעין האט היינט געמאלדן אז ער נעמט אויף שרה פעלין אלס זיין מיטלויפער, און מיט דעם געברענגט אן ענדע צו אלע קלאנגען און שפעקולאציעס וועם ער וועט אויסקלויבן.

שרה פעלין איז די אלעסקא'ס גאווענער, א מאמע פאר פינעף קינדער וואס דער עלסטער זוהן איז אלט ניינצן יאר און האט זיך יעצט איינגעשריבן אין מיליטער און גרייט זיך צו פארן אויף איראק, דער יונגסטער קינד איז אלט פיר חדשים אין ליידט אויף דאון סינדעראם.

פעלין איז געבוירן אין איידעהא אין 1964, ווען זי איז געווען אלט דריי חדשים האבן אירע עלטערן זיך אריבער געצויגן קיין אלעסקא, דארט איז זי אויפגעוואקסן, זי איז געגאנגען שטודירן אין איידעהא, ווי זי האט זיך געלערנט דשורנאליזעם און פאליטישע סייענס, גראדואירט אין 1987 און שפעטער חתונה געהאט און ארויס געהאלפן איר מאן מיט די ביזנעס.

אין 1992 איז זי אריין אינעם סיטי קאנסאל אין איר געגענט, פיר יאר שפעטער איז זי ערוויילט געווארן אלס מעיאר פון איר טאון, באזיגענדיג דריי אנדערע קאנדידאטן, נאכן דינען צוויי טערמינען, האט די רעפאבליקאנע פארטיי איר געבעטן זי זאל לויפן פאר ליוטענט גאווענער אמט קעגן א מאכטפולן וועטראן לעגוסלעטער, זי האט פארלוירן מיט ווייניגער צוויי טויזענט שטימען, אבער דאס האט געברענגט איז איר נאמען איז געווארן באקאנט אינעם סטעיט.

אין 2006 איז זי ערוועלט געווארן אלס גאווענער זייענדיג דאס ערשטע פרוי און יונגסטע גאווענער אין די אלעסקא'ער היסטאריע זייענדיג אלט 42.

זי איז טאקע אומ-באקאנט אין א נאציאנאלע פארנעם, אבער זי איז באקאנט אין אלעסקא מיט אירע רעפארמעס וואס זי האט דורך געפירט אלע יארן, און דאס צוגאב מיט איר יונגע יארגאנג, וועט געבן פאר מעקעין די זאכן וואס פעהלן פון אים.

מיטן נעמען א פרוי פאר א וויצע פרעזידענט קאנדידאט, ווייזט מעקעין אויך אויף א רעפארמע און פרישקייט, און אפעלירט צו די אינדעפענדט פרויען וואס האבן געזאלט שטימען פאר הילערי, זאלן יעצט אים שטיצן.

מיטן היינט אויסרופן וועם ער האט גענומען האט מעקעין באוויזן אוועק צו נעמען די מידיעס אטענטשן פון אבאמאס נעכטיגע רעדע, וואס האט געזאלט זיין די שפערכע פונעם טאג און אלע העדליינס, דערווייל האט מעקעין איבערגענומען די העדליינס.
לעצט פארראכטן דורך MUTCHE אום מוצ"ש אוגוסט 30, 2008 10:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

מוטשא גיט אראפגעלייגט, עס איז טאקע א מעכטיגע פאליטישע מאוו און עס ברענגט און לכאורה וועט עס אים ברענגען אסאך נוצן, אבער דאס איז נאכנישט זיכער אז ער וועט דורכדעם כאפן די קלינטאן וויילער ווייל ווי נישט ווי איז זי א הייסע קאנסערוואטיווע רעפובליקאנער וואס ווי פארשטענדליך וועלן נישט אלע קלינטאן שטיצער וועלן שטימען פאר אזא איינעם אפילו זי איז א פרוי, די אנאליסטן דעבאטירן עס שוין און עס איז דא צווישן זיי א מחלוקת הפוסקים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קודוס צו מאנטיסעלאו, דאס מאל איז דיר עס געלונגען, ובגדול ;l;p-

א קלארע אנאליז וועט אי"ה ערשיינען אויף די פאדערשטע בלעטער פון איי-וועלט.
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

מאנטיסעלא, מיט אזעלכע גוטע פרעדיקשענס,
יעצט אז ביידע טיקעטס זענען שוין פולקאם
ווער לדעתך גייט עס מאכן צום ווייט הויז?
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

דער מקעין האט אנגעלערנט דעם שווארצן מיטן אויסוועלן זיין מיטללויפער איין טאג נאך די דעמאקראטישע קאנווענשן אזוי האט ער אינגאנצן אוועקגענומען די אטטענטשן וואס דער שחור האט געהאפט און וואלט געדארפט באקומען, אבער ווי עס קוקט אויס שפילט נישט אזוי גיט דער מזל פאר מקעין אויך ווען פונקט יעצט איז אויפן וועג צו אמעריקע דער שטורעם גאסטאוו וואס וועט ווי עס קוקט אויס זיין א שרעקליכע שטורעם ווי מען געדענקט נאך די האריקעין קאטרינע, און דאס הייבט אן איבערצונעמען די נייעס
אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפילטע פיש »

ווען איך האב געפרעגט חא-חא (טשא טשא) וואס זיי האלטן וועגן פעלין, האבן זיי געשריבן:

I think Palin is a bad choice. She has little experience, is ultra conservative, and in my opinion, not a feminist like Hillary!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

דער מאוו צו נעמען דער שרה פעילין אלץ וויצע פרעזידענט קאטנדידאט איז געווען איינס אין די וועלט פון אלע צדדים (עכ"פ אזוי זעהט אויס דערוויל).

אפאר פונקטן וואס זענען נאך נישט געהעריג רויסגעברענגט געווארן באריכות דא:

1) אבאמא גיבט א מעסטערפיס פון א רעדע דאנערשטאג ביינאכט, ער האט גע'חלומ'ט אז דער רעדע וועט זיין די רעדע אינעם שטאט ביז ער קומט אן אינעם וויסן הויז. א פייג! זייט פרייטאג אינדערפרי רעדט מען נאר פון פעילין וזהו!

2)די אבאמיסטן האבן נישט געהאט קיין פראופיל איר צו קענען באהאקן (אזוי ווי די רעפאבליקאנער האבן דעטון מיט ביידען) ווייל קיינער האט נישט געגלייבט אז מען וועט זי נעמען. דערווייל איז די קאמפיין פירער פון אבאמא ארויסגעקומען און באהאקט פעילין אז זי האט נישט קיין עקספיריענסץ דאס איז געווען א שאס אין די אייגענע וס, ווייל אבאמא אליינס האט דאך אויך נישט קיין סאך עקספיריענס, ער איז דאך קוים אפאר יאר צוריק געווען א קאמיוניטי אקטעוויסט. ווי אויך איז דאך דער 'נישט עקספיריענס' א מעלה ווייל עס ברענגט טשעינדזש.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

כ'האב היינט אין דער פרי געהאט די זכי' זיך צו טרעפן מיט ידידי בעל הפאליטישע קאך לעפל, אין קול מבשר נו יארק, קודם האב איך אים קאמענדעד פארן אראפ לייגן א הערליכע דזשאב דעם פרייטאג מיט זיין אנאליז איבער די רעפאבליקאנער וויצע פרעזידענט קאנדידאטקע, איך האלט אז עס האט רעפלעקטירט די געמיינזאמע געפיל פון די אמעריקאנער מידיע. און איך רעקאמענדיר אז דער וואס האט עס נאך נישט געהערט זאל עס גייו צוהערן.

בתוך הדברים אזוי געיאגטערהייט האט ער מיר ארויס געברענגט אן אינטרעסאנטע פוינט וואס איך וויל דא מיטיילן מיינע קאלעגן די חברי הקרעטשמע. (קען זיין אז ער האט עס געזאגט אדער גייט עס זאגן היינט, דאן אתכם הסליחה והוא רחום ...)

די דעמאקראטן טענה'ן אז מקעין איז שוין צו אלט און זיי האבן מכלומפרשט מורא אז ער וועט נישט קענען אויסדינען זיין אמט געהעריג. די זעלבע טענה האט מען געהאט אויף ראנעלד רעיגאן ווען ער איז געלאפן אין 1980, דערווייל האט ער פיין אויסגדינט זיינע 8 יאר קעמפענדיג דערביי ווי א לייב אקעגן איראן און רוסלאנד כידוע. בוש הזקן איז ביי די אכציג נאך געווען גענוג שטארק צו גיין סקיי דייווינג. און נאך אנדערע פרעזידענטן ווי קארטער וכדו' האבן פיין געדינט דאס לאנד אין זייער עלטער. מקעינ'ס מאמע איז 95 יאר אלט און זי איז געזונט און שטארק, און אויף אים אליינס איז נישט דא קיין שום זאך וואס טוט אנדייטן אז ער ווערט עפעס שוואכער אדער ווייניגער פעהיג.

איי וועט איר פרעגן וואס געשעהט אויב ער גייט יא א גאנג? אויף דעם איז דא א 44 יעריגע ווייס פרעזידענט וואס איז געווען א מער ווי געלונגענע גאווערנער וואס קען איבער נעמען.

איי וועט איר טענה'ן אז זי האט נישט קיין עקספיריענס? ניתי ספר ונחזי... וואס האבן די דעמאקראטן געטון אפצושטילן דער טענה פון אומעקספיריענס פון זייער פרעזידענט קאנדידאט (נישט וויצע פרעזידענט) באראק אבאמא? ער האט מיטגענומען דזשאו ביידען וכלו כל הטענות. נו, ווען פעילין וועט איבער נעמען וועט זי אויך אפיר זוכן א דזשאו ביידען אין די רעפאבליקאנער פארטיי, און מיט דעם וועט אלעס ווערן אקעי.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיין פארשפראכענע ארטיקל אויף די הויפט בלאט פון אידישע וועלט:
http://www.ivelt.com/index.php?o ... ew=article
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

הערליך שיין!!!

וואו הייבט מען אן? און וואו ענדיגט מען? אזא שיינע בא'טעמ'טע זיסע ארטיקל. נאך ווי מיר האבן זיך געבענקט! ניין וואכן? וואו איז דערהערט געווארן אזא ברייטקייט? און דו מיינסט טאקע אז מיט דעם האט איר אפגעשטילט די בענקעניש? א פייג! ווי וואנט מאור! ווי וואנט מאור!

איך וואלט בעצם געדארפט אנהייבן די הערות ע"פ סדר הא"ב, אבער היות איך האב געזעהן אז איר שטעלט אייך אפ ביי ג', וועל איך ניטאמאל אנהייבן.

קיין געלע טעקסיס וועל איך שוין נישט נעמען אין נו יארק, זאל מיר דער מושאראף נאר נישט פירען אין די זעלבע וועג וואו ער האט געפירט זיין לאנד.

אלאסקע רביצין שרייבט מען 'אלאסקא'ער' רביצין.

די מידיע זאגט אז מיט די אויסוואהל פון פעילין וועלן די רעפאבליקאנער אריין שטעלן א וויצע פרעזידענט וואס טוט טאקע פאנגן חיות און פייגלעך און נישט קיין מענטשן.

נאכמאל וויל איך זאגן, 'דו ביזט בעסער ווי גוט!!!' ווי וואנט מאור! ווי וואנט מאור!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח לעווי, פאר די שכוחות און פאר די הערות.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
גאר א געלונגענע ארבעט, אגב דאס איז איז שוין די צווייטע שמחה די וואך אינעם אלעסקער הויף.......
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחחח

יישר כח.
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

קרעמער א הערליך ארטיקל!!!
א שיינעם דאנק!!

כאטש איך האלט בשיטה אנדערש ווי דיר
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער, אן הערליכן ארטיקל, און יישר כח פאר די אלע שרייבער און אנאליזירער משך פון די לעצטע פאר טעג, איך האב נישט געהאט קיין סאך צייט די לעצטע פאר טעג, און ווען כ'ליין אלע פרידיקשענ'ס שוין נאכן וויסן דעם אויסוואל, איזעס זייער אינטערעסאנט פאר מיר, ווי אזוי מאנטיסעלאו האט אזוי גוט צוגעטראפן.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אלעס פיין און וואויל, אבער ווי קומט יונה פון קעין צו רעביצין שרה מאלעסק? זי איז דאך פון א חסידישע משפחה, ווי פאסט דאס?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח אייך אלע.

פריץ;

ערקלער דיין מיינונג, ביטע.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קרעמער, מיט דריי פערטל אפגעליינט קען איך זאגן מיט א פול מויל א ריזן יישר כח סיי פארן אריינפיר און סיי פארן עצם ארטיקל, זיס געשמאק און צום דבר.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שערקויך יאנאש, שערקויך.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

די אלעסקער גזע וואקסט, טענקס גאד. רעביצין שרה ווערט שוין באלד א באבע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
בסייעתא דשמיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסייעתא דשמיא »

איינע פון די פארדינער פון די אלאסקער רעביצין אויסוואל, וועט זיין די שרייבער פונעם "המספיק גאזעט" וואס וועט זיכער צושמירן די נייעס, אז ווי באלד זי האט א דאון סינדראם קינד ל"ע, וועט עס העלפן ברענגן שטיצע פון די רעגירונג, פאר די געברויכן פון די ספעציעלע קינדער.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קרעמער, אן ארטיקל איינס אין די (איי) וועלט, גוט אז די ביסט שוין צוריק פון די קאנטרי, עס איז די הנאה פון יעדעם איינעם.

גלייב מיר אז - פונקט ווי דיינע פארגאנגענע ארטיקלען - איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל.

ווי וואנט מאור!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, צוליב דעם פאקט וואס כ'בין לימיטעד אין טיים, האבעך מיך באנוצט מיטן באקאנטן יאנאש מיטל, און ביינאכט, ווען ס'איז געווען אביסעלע צייט,האבעכעס דערעך געליינט, נישט איין מאל, נאר א פאר מאל, און כ'וויל דיר זאגן אז כ'האב באמת הנאה געהאט, סיי פון די אפהאנדלונג, און סיי פון די אויסדריקן, טשאָדאַש!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח צייטליך און וויכטיג מאכער, אשיינעםדאנק
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

די פרוי פעילין הערט נישט אויף ארויפציברענגן נאך און נאך פראבלעמען פאר די רעפובליקענע פארטיי
יעצט איז די נייעס אז זי איז געווען אנגעשלאסען נישט אין די רעפובליקאנע פארטיי נאר אין די אינדעפענדענס פארטיי פון אלאסקע וואס זיי ווילן זיך אפטיילן פון די יונייידעט סטעיטס און ווילאנג מעקעין איז ביזי אויפציווייזען אז סאיז נישט אמת קומט ארויף נאך און נאך און נאך...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”