וויצע פרעזידענט שפעקולאציעס (+אנאליזן)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 2:35 pm

נאך א זאך: זינט איך האב מיך איינגעשריבן אויף אבאמא'ס טעקסט ליסטע, האב איך שוין באקומען 2 'ספעם' טעקסטן מיט אדווערטייזמענטס וכדומה. וזהו מה שאני קורא חוצפה והעזה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 3:28 pm

... און דו מאך ווייטער בעקספעיס!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 11:20 pm

קרעמער, צייטליך, עטס זענטס ביידע ריזיג, שוועמל, דו ביסט אויך וואויל, א-ווי ספייסעס אינעם צושפייז.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 3:54 pm

איך בין נישטא א האלבע וואך און דער קרעמער מיט צייטליך האבן זיך צולאזט, יישר כח פארן מיר מאכן מיין טאג היינט, צייטליך דו ביסט צוקער און קרעמער ביסט זיס.

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 6:44 pm

צייטליך, לייג מיך צי אויף דיין ליסטע. כ'האב זיך אנגעשריבן אבער נישט באקומען די טעקסט מעסעדזש. כ'האב אריינגעטרעטן אין מיין נארוואס אויסגעפיצטע שבת'דיגע שיך וויסענדיג אז ס'איז ביצה פון אינדיאנע (עי' ים של שלמה על מס' ביצה), נאכן זעהן זיין באמפער סטיקער אויף מארק האלפערין'ס דער בלאט (הגם די גראפיק דעזיין האט זייער נישט געשמעקט מיט די אבאמא קאמפעין'ס שניט). כ'האב אבער געמאכט דעם עטיפה שבת אינדערפרי וויסענדיג אז ס'איז ביידן - אבער אויך אין צווייפל, נישט וויסענדיג אויב דער שבת גוי מישט נישט א קיגל פון שפעקעלאציעס מיט אייגענטליכע באשלוסן.

דאס אז מיין קלינטאן פראדיקציע איז דורוכגעפאלן וועל איך יעצט נישט אויפברענגן, אבער כ'וועל יא מסביר זיין פארוואס ליבי אומר לי אז מ'קעין גייט אויסקלויבן א פרוי.

דער אומכאריזמאטישע מ'קעין האט שווערעקייטן אין אריינברענגן עקסייטמענט אין זיין קאנדידאטור. די דעמאקראטישע זייט איז היי יאר געווען פיל מיט עקסייטמענט פון היסטארי: א פרוי, א שווארצער. אויב קלייבט מ'קעין אויס א געווענליכע ווייסע מאן, קען עס האבן די שטילע אפקלאנג פון א גרויסע גענעץ - וואס איז געווענליך א פועל יוצא פון א פריערדיגען גענעץ.

ס'לאזט זיך שפעקעלירן אז ער וואלט ווען געדארפט אויסקלויבן א שווארצען. קודם, פאר די מענטשען וואס ווילן שטימען פאר א שווארצע כדי צו מאכן היסטארי, וועלן יעצט האבן די זעלבע ברירה מיט אים. און בכלל, אויב א שווארצער גייט ממה נפשך זיין אינעם ווייסן הויז, איז דאך נישט דא אויף וואס צו זיין געשפאנט מיט אבאמא. היסטארי וועט שויך האבן געשעהן נאך איידער איין איינציגע שטימע וועט אפגעגעבן ווערן. (הגם ס'איז א חילוק פון פרעזידענט אין ווייס פרעזידענט, אבער דאך... למען האנאליז...).

אבער דער אמת איז אז אז מ'קעין טאר נישט גיין מיט א שווארצן. ווייל דאנסמאל פארלירט ער די שטילע ראסיסטן וואס וועלן ארויסגיין שטימען "קעגן" א שווארצע אבאמא. הגם ס'איז נישט קלאר וויפיל ראסיסטן ס'איז דא, דאך אין א שמאלע פארמעסט, איז צוויי פראצענט דאס גאנצע וואס א קאנדידאט ברויך.

בלייבט מ'קעין איבער מיט די אפציע פון נעמען א ווייסע פרוי. א פרוי איז שוין אמאל געלויפן, אבער נישט אויף די רעפובליקאנע זייט, און פארשטייט זיך, א פרוי האט קיינמאל נישט געווינען. ובפרט יעצט אז די מ'קען קאמפעין האט צו קאפאטיליזירן אויף די אנגעווייטאגטע קלינטאן פרויען וויילער, וועט ער קענען אריינשניידן אין זייער באזע. עכ"פ אין די וואס האבן געשטיצט קלינטאן צוליב פרויען אייניקייט.

נאך מער, פרויען אין היי יעריגע עלעקשאן זענען די טייערסטע גרופע אויף וואס ביידע קאמפעינס צילן. די אבאמא קאמפעין האט אנגעהויבן צו ארויסהייבן די פאקט אז מ'קעין האט אלע יארן געשטימעט קעגן געזעצן וואס האבן געצוווינגן ביזנעסעס צו באצאלן פרויען אייניגע געהאלט פאר אייניגע ארבעט. דער חרון אף פון אזוינע שטימעס קען עטוואס באלאנצירט ווערן אויב צייגט ער אז ער איז פאר פרויען גלייכבארעכטיקייט, והא ראי' ער האלט אז אבאמא ווואלט געברויכט אויסקלויבן קלינטאן, און ער זעלבסט וועט אויך אויסקלויבן א פרוי.

נו, נאדיר א פאליטישע פשטל.

נ.ב. דאס איז חוץ מזה וואס מ'קען האט א היסטאריע פון אויסקלויבן פרויען... זייענדיג חתונה געהאט. מיט איינעם לעב ער היינטצואגס אלס זיין פרוי, און א צווייטן האט ער 'בלויז' געטוהן לאביאינג טובות....
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21957
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 7:04 pm

מאנטיסעלאו! שוין לאנג נישט געשריבן א געהעריגס, אבער דיין אנאליז איז מיר זייער געפאלן, ספעציעל די נ.ב.

אבער איך גלייב שווער אז מקעין וועט נעמען א פרוי פאר זיין וויצע, מקעין זוכט איינער וואס איז יונג, און מיט א כאריזמע, א זאך וואס ווייניג פרויען האבן, (אפילו קלינטאן, וואס דארף צו זיין א פרוי מיט עפעס א מורא'דיגע גוט פיסקל, איז אויך געווען זייער אומבא'חן'ט אינעם קאמפיין, אין פעקט די איינציגסטע זאך וואס האט איר געהאלטן אינעם קאמפיין איז געווען וויינען, וואס איז ווייט פון כאריזמע)

פון נעמען א שווארצן וועט ער גארנישט האבן, ווייל די שווארצע וועלן סיי ווי נישט וואוטן פאר עם, און ס'וועט עם נאר ברענגען שאדן, ווי דו האסט שוין געשריבן, און מקעין איז יעצט און גאנץ א גוטע פאזיציע, און ער זוכט נישט קיין קאנדידאט וואס קען עם ברענגען שאדן.

בקיצור, מקעין דארף נישט גיין צו לינקס (אינדעפענדענט, נישט דעמעקראטן!) זוכן שטימען, ער וועט לכוראה עניוועי געווינען זייערע שטימען, ער דארף ענדערש גיין צו רעכטס (קאנסערוועטיווען) און זיך באפעסטיגען אין זייער באזע, און נעמען איינער וואס פארשטייט גוט צו די עקאנאמיע, און מיט דעים וועט ער זיך ווארשיינליך פארזיכערען די פרעזידענטשאפט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:42 am

לויט אלע אנדייטונגען וועט מעקעין נעמען טים פאלענטי, דער צווייט טערמיניגער גאווערנאר פון מינעסאוטע.

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 9:04 am

יעצט הייסט עס די גאווענאר פון אלעסקע.

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 10:18 am

קרעמער האט געשריבן:לויט אלע אנדייטונגען וועט מעקעין נעמען טים פאלענטי, דער צווייט טערמיניגער גאווערנאר פון מינעסאוטע.


דאס מאל איז עס נישט געלונגען אינגאנצען
יעצט הייסט עס אז מאנטיסעלאו איז גערעכט

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 10:36 am

יא מאנטיסעלאו איז גערעכט!

מעקעין האט גענומען א נקבה

שוין נישטא קיין שום סיבה וואס נישט צי וואויטען פאר אבאמא

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 10:39 am

רביצין שרה פעילען גאווענער פון אלאסקא

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 10:57 am

דא האט איר לייוו.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 11:11 am

יאפ. מאנטיסעלאו גיב מיר די האנט, ביסט גערעכט געוען.

ער האט אויסגעקליבן רעבעצין שרה פלעין, דער גאווענער פון אלאסקא. זי איז 44 יאר. חתונה געהאט. האט 5 קינדער. די ערשטע פרוי גאווענער אין אלאסקא. שטארק קאנסערוועטיוו. 80% עפראוועל רעיט.

איך הייב איר נישט אן צו קענען, אזוי אויך ס'רוב אמעריקאנער האבן נאכנישט געהערט פון איר. איך זעה נאכנישט די איידיע פון איר נעמען אלץ מיטלויפער. זי איז זייער נישט באקאנט אין אמעריקע, איינס און א האלב יאר גאווענער, און בכלל האט אלאסקא נאר 3 עלעקטראל שטימעס.

אבער מי אנכי אריינצורעדן אין די עסקים, ווועל איך עס איבערלאזן פאר די בעסערע פון מיר דאס צו דעבאטירן, און מיר פארשטיין געבן מה זה ועל מה זה האט מקעין איר אויסגעקליבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

חיים
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 18, 2008 11:46 am

תגובהדורך חיים » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 11:15 am

עס איז נאכנישט אפיציעל באשטעטיגט געווארן דורך די מקעין קאמפיין, סאו זייטס נאכנישט אזוי עקסיידעט

חיים
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 18, 2008 11:46 am

תגובהדורך חיים » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 11:35 am

באשטעטיגט

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 11:49 am

אויב איז עס אמת איז עס אן עקסיידינג און געלונגענע אויסוואל, חוץ אויב ס'קומט ארויס עפעס ערענסטע שמוץ אויף איר.

איך נעם קרעדיט פאר מיין פראדיקציע, ווייל ס'איז עפעס וואס כ'האב געהאלטן פאר די לעצטע פיר חדשים. און איך בין אן ערענסטע פאנדיט, אמאל בין איך גערעכט, און מער מאל בין איך נישט גערעכט.

דער אויסווייל איז גיט ווייל ס'איז א טשעינדזש. אנדערש פון וואס די קאנסערוואטיווע שרייען אז טשעינדזש איז א הוילע ווארט, איז ער אמת אז טשעינדש איז א געפיל ביי די וויילער אז "דאס" איז עפעס אנדערש פון ביז היינט. מיט אבאמא איז פשוט אזוי, און יעצט מיט א פרוי אויף מ'קעין'ס טיקעט האט ער אויף דעם געפיל.

לאמיר טראכטן אביסעל טיפער פארוואס דאס איז אזוי גיט. נאך די קאנווענשאן, איז דאס נעקסטע מאל וואס זי גייט זיין פראמינענט אין די העדליינס איז ביי די וויצע פרעזידנעט דעבטע קעגן דזשאו ביידן.

אבאמא האט גענימען ביידן ווייל ער קען זיין א שארפע צינגעל. אבער אויב גייט ביידן קעגן א פרוי ווערט זיין גאנצע שארפקייט א חסרון. ווער ס'געדענט וויאזוי אין איר סענאט פארמעסט קעגן ריק לאזיא, האט קלינטאן געמאכט לאזיא'ס שארפקייט א חסרון דורך שפילן אז ער, דער מאן, האט זיך אומזינסט פארלייגט אויף איר, די שוואכע פרוי. ס'האט איר געהאלפען.

מ'קעין קאמפעין וועט שפילן די זעלבע געים. זי וועט אטאקירן, און ווען די אבאמא קאמפעין וועט צוריק ענטפערן, וועלן די רעפובליקענס זיך "אנעמען" פאר די שוואכע פרוי. און ס'קען גיט ארבייטן מיט די פרויען וויילער.

ס'איז אן אינטערעסאנט דעוועלפמאנט אינעם קאמפעין!
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:00 pm

http://firstread.msnbc.msn.com/archive/ ... 04605.aspx

Palin is currently under legislative investigation herself, accused of firing the state's public safety commissioner for not firing her former brother-in-law.

"A legislative panel has launched a $100,000 investigation to determine if Palin dismissed Alaska's public safety commissioner because he would not fire the trooper, Mike Wooten," the AP wrote earlier this month. "Wooten went through a messy divorce from Palin's sister. Palin has denied the commissioner's dismissal had anything to do with her former brother-in-law. And she denied orchestrating the dozens of telephone calls made by her husband and members of her administration to Wooten's bosses. Palin said she welcomes the investigation: 'Hold me accountable.'"

Although she's not linked to them, Sen. Ted Stevens and Rep. Don Young are facing legal/ethical troubles. In fact, Stevens' trial will start in late September, so the Alaska Republican Party is a mess. And Palin's trooper trouble could play into that.

It will be interesting to see which story line catches on: "Palin, the reformer/maverick", or "Palin, under investigation?"
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25661
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:05 pm

מאנטי,
לאמיר דיר געבן א קלאפ אין רוקן (נישט קייין שטארקע האב נישט מורא), דאס אז מעקעין האט גענומען א 'פלעינ'ע' פרוי, איז א געלונגענער אויסוואל לדעתי ווי אונזער אנאליסט מר. סעלוי ברענגט ארויס.

א מאמע פון קינדער און גאווערנאר פון א סטעיט (נישט קיין וואשינגטאן סענעטאר, וואס באהאמא מיט יאסל, זענען ביידען סענאטארען) רעפרעזענטירט א זעלטענע קליין-געלט (טשעינזש) אין פאליטיק וואס קען זיך פארמעסטן מיט די קאליר און אויערן פון ברק בן-אבאמא (די אויערן זענען לדעתי די גרעסטע טשעינזש, רעלאטיוו גערעדט..).

זי איז א געוועזענע קאלעזש ספארטלער, איר זוהן איז לעצטענס אריין אין די מיליטער ביי די אכצן יאר, אלאסקע גייט סינאנים מיט וואס? אויל, צוגעטראפן, 44 יאר אלט, קעגן מקעין און ביידעניו, וואס בענעזאם האבן זיי נאך געקענט ג'ורג וואשינגטאן און ט'ומס ג'פרסון, איך מיין אז דאס איז עקסייטמענט (הוילע לופט שטייטיציך, וואס האט גארנישט צוטאן מיט קוואליפיקאציעס צו זיין פרעזידענט אדער וויצע'טע) וואס קען דעמאלישאן אבאמא'ס מעסעדש מיט ביידנ'ס שניי-ווייסע האר אין א בלינק.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:06 pm

מאנטי קאנגרעטילעישאנס, אין כגלייב אז אן אפפער איז ביי די טיר.
אבער איך גלייב אז ער האט עס מער געטאן וויל ער וויל עקספלוידען די מעגליכע אנטוישטע קלינטאן וויילער
וואס בלייבט איבער צי זען איז צי דאס וועט אפעקטען די שטערקסטע מעקעין טאקינג פוינט אז ס'פעלט עקספיריענס.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:08 pm

לאז אפ די בי עס פון MSNBS בלאגערס

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:11 pm

If you care to look at the entire piece, you'll find a rather sober analysis. It was I who cherry picked the potentially negative part.

(sorry, don't have access to my Yiddish computer
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25661
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:12 pm

מאנטעלע,
ווי יאסל זאגט, מעקעין האט געמאכט גענוג ריסורטש און געוואוגען צו די עקס-שוואגער עפיזאד איז עפעס וואס יש דברים באגי, קענסט זיין זיכער איז די מעשה איז הויל און פוסט (כ'האף אזוי :wink: ).

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:18 pm

The 'investigation' is true. The question is if McCain wants to spend the rest of this election 'proving' that she's not guilty..
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25661
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 12:47 pm

שרה האט געמאכט זייער א גוטן איינדרוק ביי איר אקצעפטירונג רעדע אין אהייא, שטייענדיג לעבן איר מיטלויפער און ארומגענומען מיט די פעלין משפחה פונעם ווייטן אלאסקא.

זי האט ארומגערעדט איבער מעקעינס העראיזם און אומפארטייאישקייט (געצילט צו די אינדעפענדענס און דעמס) און כמובן אפגעגעבן זעלטענע אטענשאן פאר איר קאלעגע פרוי לויפער און דורכפאל מרת. קלינטאן לבית ראדהעם, ארויסברענגנדיג אז די אלע פרויען וועמענס האפענונג איז אנטרינען געווארן אז א פעלוי ילידת-אשה זאל נאך אנקומען אין יארע '08 אינעם ווייסן הויז, האבן יעצט פרישע האפענונג דורך ערוועלן די נייע מעקעין-פעלין (פלא והפלא, הא?) טיקעט דעם קומענדיגען נאבעמבער 4.

יא די קאמרעס האבן זיך אוועקגעדרייעט פונעם גרויסןסאטדיום אין דענווער, גלייך צו דעיטאן אהייא, גענוי ווי די רעפובליקאנער האבן געוואלט, אווועקנעמען די ספאט-ליכט פון אבאמא-ביידן צו א 'טשעינזש' מעקעין-פעלין עפאכע.

בסייעתא דשמיא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:55 pm

תגובהדורך בסייעתא דשמיא » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 1:17 pm

אזא געלונגענעם אויסוואל געמאכט. צו פארשטיין דעם חילוק, דארף מען זען די חילוק אין די מידיא פון היינט ביי מעקעינס אויסוואל, און פון פאריגע וואך ביי אבאמאס אויסוואל. ביי אבאמא איז אלעס געווען טרוקן, יעדער האט געשריבן, אז עס וועט אים נישט ברענגן קיין שום קרייז. מען איז נאר געווען ביזי אז ער האט נישט גענומען קלינטאן. יעצט שרייבט יעדער, אז מעקעין האט געמאכט א געלונגענם אויסוואל וואס וועט אים ברענגן א קרייז וויילער, דהיינו פרויען וויילער, און ער האט אויפגעטון נאך א זאך אז מען רעדט נישט צו סאך פון די נעכטיגע הכתרה רעדע.

וואס איז זיכער, אז מאנטיסעלאו איז פון מעקעינס אינסיידער, וואס איז געקומען מעסטן די לופט צווישן קרעטשמע וויילער, אויב א פרוי וועט זיין א געלונגענעם אויסוואל... מאנטיסעלאו עס איז דיר געלונגען דאס מאל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, אדם א מענטש, אורחאפורחא, שטיגליץ און 27 געסט