וויצע פרעזידענט שפעקולאציעס (+אנאליזן)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיללער, איך האלט אז עס וועט נאך ווערן אינטערסאנטער. מ'ברויך נאר ציווארטן.

ביסט גערעכט מיט די דערהער אז די גאנצער "טשעינדזש" לאוזינג ענדגטזיך ווען ער נעמט ביל'ס בני בית פאר זיין מיטלויפער, אבער אויב איז עס א הילף פאר אום ברויך ער עס טוען.

יעצט האט CNN געמאלדן אז איינער פון די אבאמא קאמפיין האט שטילערהייט ארויסגעלאזט אז אבאמא האט אנגערופן עטליכע חברה וואס זענען געווען אויף זיין קורצע ליסטע פון VP און זיי געמאלדן אז ער האט שוין אויסגעוועלט איינעם און ס'איז נישט זיי.. אבער מ'גיבט נישט ארויס וועם ער האט אנגערופן.

איך ברעך שוין פון די סטראטעגיע פון מעלדן האלבע נייעס'ער אן קיין דעטאלן יעדן טאג סתם אזוי צו זיין אויף די העד ליינס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צייטליך,
נאדיר א לעוואר, ברעך מיר נישט אן די קארפעט די אין די נייע קרעטשמע/וועלט.

ווער איז אויף מקעינ'ס קורצע(קעפיגע)-ליסטע?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

טשענדש שמענדש
די גאנצע האש מאש איז שוין היינט ווערט אן אויסגעבלאזענע איי
אין די נוי יארק טיימס איז געווען אן ארטיקעל אז שטילערהייט באקלאגען זיך די אייגענע דעמאראטן אז די אחיזת ענים פון טשענדש טויג נישט אין אבאמא אויב וויל ער סעקסידען מיז אריינגיין אין מער דיטעילס וואס זיין אגענדע איז.
בנוגע זיין וויצע היות ווי די לעצטיגע פאולס ווייזען אז פון די בערך 15 פראצענט אנדיסיידעט זענען ארום 11 פראצענט באבלאזענע קלינטאן וואויטערס וואס וואלטען נעטשרועל געוואויט דעמאקראטיש אבער האלטען נישט ביים וואויטען פאר כויסעין אבאמא,
ממילה איז די פילינג אז צי לאקען די דיעל מיז ער נעמען קלינטאן וואס דאס איז אגב נישט קיין בושה אין כמעט אלע וואס האבען זיך געמיטשט מיט א ציבראכענע פארטיי האבען דאס געטאן
אריינגערעכענט די פאפולערע פרעזידענטען קענעדי און רעיגען
אינזער אבאמא האט אבער נאך א פראבלעים אז ער איז אראגענט וואס דאס לאזט אים דאס נישט טאן.
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

אויב אבאמא ליינט די קרעטשמע
וויל איך אים זאגען ער זאל עס קיינמאל נישט טוהן!!!
עס וועט זיין דריי פרעזידענטן אין ווייסן הויז
ערשטער ביל קלינטאן
צווייטער הילערי
און ערשט דער דריטער וועט זיין אבאמא אויב ער וועט בכלל האבן א ווארט דארט
איז אויב הערט ער מיין עצה זאל ער זיכען א צוווייטען

מפי הערשל פריעדמאן קול מבשר
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

און אין א פרישע העד ליין אין די פאליטיקא זעט זיך אן זיין אראגנץ וואס קען אים ביטער אהיים קימען
נעמליך אז אפילו די מינדעסטע פעולה צי נעמען איר אינפארמאציע צי צייגען אז זי איז אויף די שארט ליסט האט ער זיך אויך נישט געקענט פועל'ן צי טאן
http://www.politico.com/news/stories/0808/12713.html

אנלעסס אז די גאנצע זאך איז נאר א שפיל הא נאוס
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווי א צולאזטער צאפ בליק איך אויף מיין סעלפאון יעדע 4 סעקונדעס די לעצטע 45 שעה, נישט קענענדיג פארפאסן דעם אזוי געגארטן מעסעדזש פון אבאמא קאמפיין איבער זיין וויצע.

יעצט ווערט שבת, געב איך אייך אן אולטימאטום: אויב מעלדט איר נישט אייער אויסוואל ביז ליכט צינדן (איר קענט טרעפן די זמן יעדע וואך אין ניו יארק טיימס), קענט איר פארגעסן פון מיין שטימע.

ראו הזהרנוכם. איך קען נישט עסן טשאלענט מיט א קאפ פול מיט דאגות ווער עס איז ענדגילטיג אויסגעקליבן געווארן אראפצוגיין די דרעין מיט אבאמא אינאיינעם.
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

קרעמער האסט מיר אויסגעכאפט אקוראט אזא מעסעדזש האב איך געשיקט 62262
און ער ענטפערט מיר נאך צוריק

thanks for your submission to obama mobile
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דער בן חם האט נישט געטראפן קיין בעסערע צייט ווי צו מעלדן זיין VP פארן עולם ווי 3:30 שבת פארטאגס, מיט דעם האט זיך קלאר ארויסגעשטעל אז ער האלט נישט ביים קאאפערירן מיט אונזערע אידעלעך און ער האט אונז געלאזט צו נער אז יעדער זאל שוין וויסן אחוץ אונז אידעלעך,

אגב האב איך געטראפן פרייטאג נאכמיטאג א חבר מיינער נאנט צום זמן אינגאנצען צוטראגען ער זוכט א דיין, פרעג איך איהם וואס גייט פאר, זאגט ער מיר ער וויל וויסן צו מען מעג קוקען דורך א גוי טעקסט מעסעדזשעס אין שבת,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מען קען שוין טוישן נאמען פון קעפל צו וויצע פרעזידענט שפעקולאציע, בלשון יחיד, נאכדעם וואס באראק אבאמא האט אויסגעקליבן יאסל ביידן פון דעלעוועיר (מלפנים סקרענטאן פענסילוועניע!) אלס מיטלויפער אויפן דעמאקראטישן פרעזידענט טיקעט.

ווי געמאלדן פאריגע וואך האט שוין די מעקעין לאגער צוגעגרייט פיינע סחורה אין פאל דזשאו ווערט אויסגעקליבן (אויסער די סלאגאן "מיר האבן אייך ביידן פארפאקט"), און נעכטן האבן שוין באמפער-סטיקערס פיגורירט מיט די (קינדערישע) לאזונג "אבאמא בין ביידן".

ביידען זיצט שוין 36 יאר אין סענאט, אבער איז אויסגעקליבן געווארן דורכן בעל ה'טויש' אליינס צוליב דעם וואס ער האט איינגעזען זיינע שוואכקייטן און מינימאלע ערפארונג אויפן נאציאנאלן אדער אינטערנאציאנאלן פאדיום. קיין עלעקטארעל שטימען ערווארט ער נישט צוצובאקומען א דאנק ביידן, ווייל דעלעוועיר גייט געווענליך דעמאקראטיש (און פארמאגט בלויז 3 עלעקטארעל שטימען), ער האט דאס געטאן מיטן בלויזן ציהל צו פארשטומען די 'ערפארונג' טענה וואס די מעקעין חברה האבן ערפאלגרייך געשטופט און געפיטערט די אמעריקאנער מוחות.

מען קען ערווארטן א לעבהאפטע קאמפיין (אויב עס איז נאכנישט געווען גענוג לעבעדיג ביז היינט) ווייל דער ביידן האט גע'ירש'נט 9 מאס רייד פון זיין פארשטארבענע פרוי (וועלכע איז נעבעך טראגיש אומגעקומען ביי אן עקסידענט ווי נאר ביידן איז אריין דינען זיין ערשטן טערמין אין סענאט, אויך זיינע 3 קינדער זענען געווען אינעם קאר, און די פיצל טאכטער איז אומגעקומען מיט די מוטער, בעת די 2 זוהן האבן זיך שיין ערהוילט, און דזשאו האט מיט עטליכע יאר דערויף פריש חתונה געהאט, און געבוירן נאך א טאכטער), און ער נוצט עס היבש אסאך (און נישט אייביג אומקאנטראווערסיאל).

ביידען דינט שוין לאנגע יארן אויף די סענאט אויסערן באציאונגען קאמיטע, וואס געט אים שטארקע ערפארונג אויפן גלאבאלן פראנט, ער האט געשטימט "פאר" די איראקער מלחמה, און "פאר" די סורדזש וואס דזשאן מעקעין האט קאמפיינט דערפאר, דאס איז א שטארקע דריי-אוועק פון אבאמא'ס שטייפע אנטי-מלחמה שטעלונג. ביי זיין לעצטע געלויף צום פרעזידענט אמט (ער איז שוין איינמאל געלאפן אין 88' ווען ער האט שיין אנגעצויגן קעגן מייקל דוקאקיס, אבער האט געליטן א מפלה ביים געכאפט ווערן איבערזאגן שטיקער רעדעס פונעם בריטישן לעיבאר פארטיי פירער, א חטא וואס האט אויך געברענגט א קלינטאן עד אקעגן אבאמא "טשעינדזש ווי קען זיראקס" נאכדעם וואס ער האט איבערגעזאגט א רעדע פון א דעמאקראטישן גאווערנאר אין מעסאטשוסעטס, יעצט קען מען נוצן דעם סלאגאן אויפן "אבאמא-ביידן" טיקעט) דעם פארלאפענעם ווינטער האט זיך ביידן אויסגעדרוקט אקעגן אבאמא אז מען קען נישט אריינקומען צום פרעזידענט אפיס אן די נויטיגע ערפארונג מיטן האפענונג זיך צו לערנען אויפן דזשאב.

ער האט זיך זאגאר אויסגעדרוקט אויף אבאמא היבש ראסיסטיש, ביים דערקלערן אז ער איז דער ערשטער אפריקאנער אמעריקאנער וואס איז נארמאל אהערגעשטעלט און בעסער געקליידעט וכו' וכו', א זאץ וואס האט בשעתו אויסגערופן שטורעם. (ביי די פריימעריס האט ער זיך אויך מיאוס אויסגעדרוקט צו א רעפארטער: ביי אונז אין דעלעוועיר קען מען נישט אריינגיין צו קיין 7-11 אדער דאנקין-דאונאטס געשעפט נאר אויב מען פארמאגט א מילדע אינדיאנער אקצענט... אלע איינגעשטעלטע זענען אינדיאנער אימיגראנטן).

זיין זוהן "באו" דינט יעצט אלס אטורני דזשענעראל פון דעלעוועיר, און וועט אין אקטאבער אפגעשיקט ווערן קיין איראק מיט זיין איינהייט פון נעשאנאל גארד רעזערוויסטן, דאס געט פאר די אבאמא טיקעט עטוואס א מיליטערישע מאכט אקעגן דעם דעקארירטן מלחמה העלד דזשאן מעקעין. זיין צווייטער זוהן איז אבער א לאביאיסט, וואס ווערט געזען אלס חסרון אין די יעצטיגע קאמפיין סעזאן.

די חוצפה פון אבאמא צו שיקן די טעקסט מעסעדזשעס אום 3 אזייגער פארטאגס, איז לויט די מעקעין קאמפיין אויסגעטייטשט געווארן ווי א שטאך פאר קלינטאן'ס "דרייע פארטאגס" אנאנס וואס האט אראפגעריסן אבאמא'ס אומערפארנקייט בשעת די פריימעריס. פארשטייט זיך אז א שיינע פראצענט פון די קלינטאן שטיצער זענען אויפגעברויזט פארוואס זייער קאנדידאט איז נישט אויסגעקליבן געווארן אלס וויצע, און די מעקעין לייט זוכן אלע סארט וועגן וויאזוי זיי אריבערצוברענגן צו זיין קאלום (איך וועל נישט זיין איבערראשט אויב זיי וועלן ארויסלאזן א קלאנג אויף אנדערטהאלבן מינוט אז ער שפעקולירט איר צו נעמען פאר וויצע).

בלייבט יעצט איבער צו זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן די וואך ביים קאנווענשאן, צי די קלינטאן חברה וועלן פארפירן אדער איינזיצן, און וויפיל פראצענט פונקטן זיינע פאולס וועלן שטייגן. און מיר האפן זיך אומצוקערן מיט א באריכט ווען דזשאן מעקעין וועט דעם פרייטאג האפנטליך אויסקלויבן א מיטלויפער (טים פאלאנטי איז א שטארקער קאנדידאט).
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

קרעמער זייער א שיינע אויספירליכע באריכט, דאנק א שיין
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

פון טיפן הארצען א גרויסן דאנק אייך קרעמער פארן שיינעם אויספירליכן באריכט!!!
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

יש"כ קרעמער פאר די באריכט מיט דיין זיסע צוקער דערינען.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

קרעמער, א שיינעם דאנק, זייער א פיינעם איבערזיכט.

האט מען אין די פרעסע גערעדט, אז ער האט עס געשיקט אין שבת ווען "אידן" קענען עס נישט מיטהאלטן?

איז ביידען פרא אזריעל אדער פרא פאליסטינע?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לויט מיין אינפארמעישן, איזער פרא איזראעל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שכוח קרעמער פאר די נארהאפטיגע פרישטאג/לאנטש (בראנטש)[באריכט].

לויט ווי איך האב געליינט די לעצטע שטיק צייט אויף ביידען, איז ער זייער פראו מדינת ישראל, ער האט זיך אויסגעדריקט "מ'דאף נישט זיין א יוד צו זיין א ציוניסט", אבער אויף קול מבשר זאגטער ביי די נייעס אז ביידען האט א אנטי מדינת ישראל רעקארד, איינער קען קלעריפייען?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

איך האב אויך געהערט פון געוויסע קוועלער אז דער ביידען איז פרא איזראעל אבער קול מבשר טענה'ט אז נישט, בעט איך אויך מען זאל עס קלאר מאכן
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

גענדיגט מיט די שפעקולאציעס אויף אבאמא
וואס טוט זיך מיט מעקעין?
וועם וועט ער נעמען?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק אייך הרב קרעמער פאר די אויספירליכע אנאליז.

איך געדענק נאך דעם ביידן פון סקרענטאן נישט מער באמאכט, וויאזוי זאגט קרעמער 'איך האב זיי ביידן פארפאקט', פרעגנדיג מיין חבר פארווועם ער וועט שטימען אבאמא אדער מעקעין, זאגט ער 'פאר ביידען'.. ויר"ש יוצא ידי שניהם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח אייך אלע. איך האב נישט קיין אנונג אויב ער איז פרא מדינת ישראל אדער פרא פרא אדם (ישמעאל), און עס גייט מיר אן אין די לינקע הויזן טאש (וואו איך האב א לאך).
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יישר כח קרעמער, פאר די פאליצעס פרענטש פרייז ארטיקל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יעצט קומט מיין אויפברויז אויף די רייע.

צום אלעם ערשט א ריזיגען יישר כח פאר רב קרעמער. אייער פיינער און בא'טעם'טער באריכט איז א פארגעניגען פאר די קרעטשמע, חוץ די ידיעות ליגט דארט אויך אריינגעפלאכטן א היפשער איבערפלוס פון הומאר. כה לחי!

לאמיר צוריק קומען צום בעל ה'טשענדזש מר. באראק כוסאין אבאמא.

דאס אז ער האט אויסגעוועלט "ביידען" אלס מיטלויפער האבן שוין נעכטן געזאגט אלע פאול'ס אז דאס האט אום גארנישט צוגעברענגט, עס האט נישט געברענגט די נויטיגע שטיפ ארויף אין די נומערן ווי געפלאנט. בכלל איז דער נאמען שוין געווען באוויסט ביי יעדן, די לעצטע פאר טאג האבן רוב פון די צייטונגען און די מידאו אנגעגעבן זיין נאמען אלץ דער מעגליכער און רוב זיכערער קאנדידאט.

איבער די מעסעדזש איז אזוי. אין אמת'ן אריין אז איר וועט צוריק קוקן א בלאט וועט איר זעהן אז אינמיטן פאריגע וואך האב איך שוין געשריבן אז דאס וועט פארקומען אום 3:30 פארטאגס (פרעגט מיך נישט. איך האב די קאנעקשאנס..) אבער די פאברעכן פון שיקן אום שב"ק איז שוין עפעס אנדערש.

שב"ק אינדערפרי ביים דאווענען קומט מיר צו א אינגערמאן און זאגט מיר "האסט געהערט אז ער האט גענומען ביידען אלס ווייס פרעזידענט"? זאג איך אום "דערווייל נישט, מיין סעלפאון האט נישט געקלינגען די נאכט אין א אנדייטונג אז איך האב א טעקסט, ס'מיינט אז דאס איז נאר שבת'דיגע נייעס" אבער הוא באחד, ער האלט זיך ביי זיינס אז דאס איז קראנט. נו, איך גלייב, סידאך נישט קיין פאני זאך, יעדער האט דאס געטראכט (חוץ מאנטיסעלאו)

מוצ"ש איך קום אהיים און איך גיב א קוק אויף מיין סעל פאון, איך האב שוין געהערט וויאזוי די פריוואטע פליגער פון אבאמא קוקט אויס, איך ווייס אז דאס איז אויסטערליש שיין, נו, האב איך שוין געווארט צו זעהן וויאזוי זיין טעקסט מעסעדזש קוקט אויס, איך ווארט שוין דערואיף א גאנצע וואך, איז ווי נאר איך בין אהיים געקומען פונעם געהויבענעם שלש סעידות - וואס אגב האט מען די וואך געגעבן די געפילטע פיש וואס האט אין זיך די פיצקעלע שטיקער מייערן - האב איך א כאפ געטוען מיין סעלפאון און...... איך קוק נאך אלץ. הערסטע, לא דובים ולא ביידען, גארנישט, נישטא קיין שום פרישער טעקסט מעסעדזש.

אינגאנצן ברוגז שרייב איך גלייך א טעקסט פאר מיין חבר פון צופרי אין שול ווי איך שרייב אום כהיא לישנא (אין ענגליש) "איך האב קיין טעקסט מעסדזש פון אבאמא נישט ערהאלטן, ע"כ קוקט אויס אז דיין היינטיגע נייעס איז פאלטש, ביטע פרעג זיך נאך" עס געדויערט נישט קיין האלבע מינוט און ער פארווערד מיר גלייך די מעסעדזש וואס ער האט יא ערהאלטן פון די "אבאמא טעקסט מעסעדזש הויפקווארטיר" אום שב"ק.

ס'פנים האט געפלאקערט פאר בושא און רוגזא, וווי איז דאס ביסל מענטשליכקייט פון דעם באראק'ן, עס ליגט מיר נאך אין זכרון ס'פונקטליכע פלאץ ווי איך בין געשטאנען ביים זיך איינשרייבן אין טעקסט מעסדזש קאמפיין, איך געדענק אויך קלאר זיין אנטווארט אין די ערשטע רגע ווי ער זאגט מיר צו אז איך וועל זיין איינע פון די סאמע ערשטע צו וויסן ווער עס איז זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט, איך האב נאך יענע רעקארד'ס ביי מיר אין סעלפאון. ווי שעמט ער זיך נישט צו לייקענען די גאנצע מעשה און מיר אזוי איגנארירן? הזאת אבאמא? דאס איז די טענדזש אויף וואס מיר ווארטן? האב איך דען נישט געהאט ביז היינט גענוג מענטשן וואס האבן מיר פארשפארכן א טעקסט און קיינמאל נישט געשיקט? וואספארא טשענדזש איז דאס? מי ביקש זאת מידכם רמות חצירי? טראגט אייך אפ פון אינזער הייליגער שטאט! פארדארב נישט אונזער איגענט! די מיינסט אז מיטן רעדן אויף דיין האט-ליין אויף כל הקודש לנו וועסטו קענע... אפפפסס.. איך בין אינגאנצן פארפארן.

קעי, ווי האבן מיר געהאלטן? יא, בקיצור, צו מאכן א פארביטערטע מעשה זיס, דער אבאמא האט מיר אויסגעשפילט ביג טיים (האט גארנישט מיט די ביג איווענט) ער האט געמאכט פון מיר דאס גע'נאר, און פון מיין שטימע קען ער שוין גענצליך פארגעסן (איך האב גראדע גאנץ א שיינער שטימע, און דאס ווערט פאררעכנט פאר א גרעסער פארלוסט) און מיין מעסעדזש פאר אום איז אין קורצן: "מר. אבאמא, האסט אריינגעביסן אין א שלעכטן עפל" (איך רעדט ווען די האסט חתונה געהאט)

וואס מאכט ביידען'ס ציין?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

צייטליך די ביסט גוט, אבער נאך ווי.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

קרעמער, יישר כח פארן באריכט.

צייטליך, אםםם, וואס קען מען דא שרייבן, אםםם, סתם יישר כח? עהה, ביסט פאריקט? וואס יא? איך קען מיט גארנשיט אויפקומען, זאל ער כאטש זען אז איך האב געוואלט עפעס שרייבן...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צייטליך;

האמת אגיד, אז איך האב אויך צוגעשריבן 2 פאראגראפן אונטער מיין אנאליז איבער ביידן, אין יענע 2 פראגראפן האב איך צוזאמגעשאלטן דעם שווארצן קאנדידאט מיט קללות נמרצות פארן צושטערן מיין שבת און אוועקנעמען מיין רואיגקייט. איך האב אים בתוך הדברים פארשאלטן נישט צו שפירן קיין טעם אין א טשאלענט מעתה ועד גולם, כשם וואס ער האט מיר אוועקגענומען דעם גוטן אפעטיט פון די שבת'דיגע מאכלים אויס נייגער אויף זיין וויצע אויסוואל.

פרעגסטו דאך פארוואס מען זעהט נישט די 2 פאראגראפן. וועל איך דיר זאגן, איך האב זיך באנוצט מיט א קנעפל וואס איך באריר נישט געווענליך, ושמו בעק-ספעיס (גארנישט מיט די בעק חברה אדער מיטן ספעיס שאטל), און פשוטו כמשמעו איך האב עס פארמעקט, נישט ווילנדיג אויסמישן פריוואטע פאליטיק מיט אלגעמיינע באריכטונגען פונעם קאמפיין (אלס דזשורנאליסט אין ק.נ.א. זענען מיר אנגעזאגט געווארן נישט אריינצומישן קיין פריוואטע אנשויאונגען אין די טרוקענע באריכטן).

אבער אז דו האסט שוין יא אויפגעמאכט דעם כעס דאמבע, האב איך שוין אויך נישט געקענט מער איינהאלטן מיין פלוס, און אינאיינעם וועלן מיר טאקע אויסשרייען דעם וויי געשריי וואס זאל דערהערט ווערן ביז ביידען'ס איינגעפלאנצטע האר אויפן קאפ און אבאמא'ס גרויסע אויער: מיר זענען נישט קיין שפילצייג פויערלעך אויף וועמען מען קען טרעטן און שפייען! מיר וועלן זיך נישט לאזן פארפירן און דיקטירן! און פון היינט און ווייטער קענט איר פארגעסן אונזערע סעלפאון נומערן, ווייל מיר זענען מער נישט נייגעריג ווער אייער מיטלויפער איז!@#$%!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעמער;
פילייכט וועל איך נישט האבן קיין אנדער ברירה נאר דיר אראפרייסן דעם בעקספעס קנעפל פון דיין קיבארד זאלסט דיך מער נישט קענען באנוצן דערמיט.

ווי איז דאס ישרות אונז איבערצולאזן אזוי אן די פעלנדע פאראגראפן וואס זענען אזוי גרויזאם פארשניטן געווארן דורכ'ן אלעמען באקאנטן בעקספעיס קנעפל? ! *&^%$#@! אראפ מיט בעקספעס !! צום שייטערהויפן !! אויטע דע פע !!! פע פע פעךךךך.
און דער אבאמע זאל טשולענט עסן און קיין טעם נישט שפירן. דער זאל אויערן טראגן ווי שפיגלען פון א קאר און גארנישט הערן. טעקסטן אבער זאל ער יא, און נאר אין צייט! נישט שבת דו טעקסטער וואס דו ביסט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”