וואלן אין ראקלענד קאונטי

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אין ראקלענד קאונטי, און פונקטליכער אין איסט רעמעפא סקול דיסטריקט (נעמט ארייו מאנסי, ספרינג וואלי, סקווירא, ועוד ועוד ועוד), קומט היינט פאר וואלן פאר די סקול בודשעט, און ווי אויך פאר דריי סקול באורד מעמבערס.

אין דעם יעצטיגן פארמעסט לויפן צוויי היימישע חסידישע יונגעלייט פאר דעם סקול באורד אמט (וועלכע איז, אגב, נישט קיין באצאלטע ארבעט!) מיט דעם איינעם בלויזן ציל צו העלפן די ארטיגע איינוואוינער וועלכע מוטשען זיך ליידער מיט די הויכע סקול טעקסעס און ספעציעל מיט די לייכטזיניגע ארבעט פון די סקול דיסקטריקט איבער די ספעציעלע קינדער, וואס כידוע מאכן זיי אן גרויסע צרות, ודי.

א באריכט פון מאנסי גיבט איבער אז עס איז ב"ה דא א ריזיגע מאסיווע טורנאוט ביים היימישן ציבור, אין קעגן זאץ צו א קליינע צאל גויים וועלכע קומען ארויס שטימען.

(פאריאר איז געווען ס"ה 5,000 שטימען, און דער חרדי'שע קאנדידאט האט פארלוירן מיט בלוי 151 שטימען!, היי יאר וועט האפענטליך זיין פיל פיל פיל פיל מער שטימען פונעם היימישן ציבור!)

די קאנדידאטן וואס לויפן זענען צוויי חסידישע בעלזע יונגעלייט, וועלכע מיינען בלויז די טובה פונעם ציבור נאך וואס זיי קענען זיך אויס אין דעם פעלד, הלא המה מו"ה אהרן בנציון ווידער הי"ו ומו"ה משה האפשטיין הי"ו.

זיי ווערן געשטיצט דורך "אלע" מוסדות התורה.

"פרעזערוו רעמעפא" די ארגעניזאציע וועלכע האסט אידן און פרובירט אונטער צו שטעלן פיסלעך, האבן ארויס געשטעלט א קאנדידאט אקעגן ר' אהרן בנציון ני"ו, וועלכער איז א אויסגעשפראכענער שונא ישראל, און זוכט צו שטערן.

אבער מיטן הילף פון השי"ת און מיט די השתתפות פונעם ציבור וועט וועראן עוצו עצה ותופר.

אין מאנסי איז דא א געוואלדיגע ווינט ביים עולם היינט, און עס ווערט צוגעשטעלט פרייע טראנספארטאציע, צענדליגע וואלונטירן ארבעטן אומאויפהערליך ארויס צו ברענגען דעם עולם שטימען.

בפרט זעהט מען דאס ביי די ארגאנעזאציעס וואס העלפן די ספעציעלע קינדער, וואס ליידן זיך ליידער אן פון איסט ראמאפאו, ווי זייערע ארבעטער וואלונטירן מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט, פאר די טובה פון די קינדערלעך.

וחפץ ה' בידינו יצליח.
לעצט פארראכטן דורך שמערי בערי אום דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 10:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

דא זענען די רעזולטאטן


the NO votes was 76% against 23%
6437 votes for NO
1943 votes for YES
Weider won with 72%
6169 against 2349 votes
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

און וואס טוט זיך מיט האפשטיין?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

האפשטיין האט נישט געהאט באמת א קעגנער, דעריבער וואלט ער ממילא געווינען,
דער עיקר ציל איז געווען ארויס צו ברענגען א שטארקע בלאק וואוט
וואס זאל ווייזן פאר די באאמטע אינעם סקול דיסטריקט
אז חרד'ישע יודן האבן א שטארקן מאיאריטעט,
און אזוי וועלן זיי בע"ה האפענטליך רעספעקטירן דעם עולם און זיך צושטעלן.

און עס איז ב"ה געלונגען!
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

שכוח שמערי פארן ברענגן די נייעס מיט די רעזולטאטען בקיצור פארן טוען א גאנצע ארבעט.

וואס איז די NO מיט די YES וואוטס?
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די שאלה איז געווען צו מען זאל העכערן די סקול טעקס (קרי פראפערטי טעקס) מיט 11 פראצענט, די וואס באנוצען זיך מיט די פאבליק סקול סיסטעם און זענען נהנה פון דער געלט האבן געוועלט YES און די וואס באנוצען זיך נישט מיט די פאבליק סקול (וועלעכע זענען די מערהייט) האבן געוועלט NO.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

שכוח אנדי, פאר אזוי שיין פארטייטשען.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אצינד, אין געציילטע וואכן וועלן ווידער פארקומען וואלן, איך האב די פארגאנגענע וואך - אויף די בקשה פון צו"ה אהרן בנציון ווידער הי"ו - גע'חתמ'עט אויף א פעטיציע פאר נאך דריי היימישע סקול באורד מעמבערס, וועלכע וועלן אי"ה לויפן אין די קומענדע וואלן.

ווי ר' אהרן בנציון האט מיר פארציילט, איז די "פרעזערוו רעמעפא" גרופע, וועלכע זענען באקאנטע שונאי ישראלים, אצינד אין א שטארקע קאמף מיט ציין און נעגל אריין צו ברענגען זייערע חברה אין די סקול באורד, און דאס מאל שרייען זיי אז זיי וועלן זיך נישט לאזן.

און די קומענדע צייטן וועט פארקומען א שטארקע רעגיסטראציע דרייוו ביים היימישין ציבור, און אזוי אויך אסיפות הסברה, און האפענטליך מיט די איבערוויגענדע מערהייט אין די סקול באורד וועט מען אי"ה קענען אויפטוען גדולות ונצורות.

אפדעיטס וועלן אי"ה נאכפאלגן.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מחר יהיה האות הזה.
ועמך כולם צדיקים
שלמהלע1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמהלע1 »

אנדערע שטעט מעגן זיך לערנען פון רעמפוי, ווי אלע קהלות קענען זיך צוזאם נעמען, אין אדורעכפירן זאכן לטובת הכלל
דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאכצעכמיר »

וויזוי קוקט אויס די קאמפיין ביים צד שכנגד?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין יעצטיגן פארמעסט לויפן משה (מאריס) קאהן, און אלי' סאלאמאן צוויי היימישע יונגעלייט, און עס לויפט אויך פאר ווידער וויילונג, ריטשערד סטאון א מער מאדערענער וועלכע האט זיך צוגעשטעלט צו די פון פריער ערוויילטע היימישע יונגעלייט ר' משה האפשטיין מיט ר' בנציון ווידער.
ס'האט זיך ב"ה ארויס געשטעלט אז זיי האבן אנגעהאלטן א פעסטע שטעלונג נישט צו דערלאזן א פארגרעסערטע העכערונג אין דער בודזשעט, אין די פארגאנגענהייט פלעגט מען העכערן דעם בודזשעט מיט 7 ביז 11 פראצענט יערליך, אבער די ביז איצטיגע היימישע יונגעלייט האבן זיך געשטעלט דערצו אז עס זאל נישט פאסירן און וועט בלויז געהעכרט ווערן מיט "פוינט 27 פראצענט".
צו פארשטיין אביסל וואס דא גייט פאר איז וויכטיג צו געבן צו פארשטיין אז א 3-4 פעמילי הויז צאלט אין רעמעפאו יערליכע טעקסעס אן ערך פון 22,000$ מינימום, דאס גייט לויטן אסעסמענט וועלכע איז א באזונדער שווערע זאך אראפ צו נידערען, דעריבער איז דער וויכטיגקייט פון נישט העכערן דעם בודזשעט זייער וויכטיג.

די פרעזערוו רעמעפאו וועלכע האבן ארויס געשטעלט 3 קעגנער צו לויפן רופן זיך מיט דעם סלאגאן 'סעיוו אער סקולס' די זעלבע ווי זייער סלאגאן אפצושלאגן דער אידישער כח פון קריסטעפער סט. לורענס איז 'סעיוו אער טאון'.

פרעזערוו רעמעפאו איז א חלק אינערהאלב די ראקלענד קאונטי דעמאקראטישע קאמיטעי וועלכע פראבירן אונטער צו מינעווען די שטארקייט פון סט. לורענס, זייער פירער איז דזשאסעף מייערס אן איינווואוינער אין דער אנטיסעמיטישער ווילעדזש אוף עירמאונט, זיי האבן געטוישט זייער נאמען צו 'דעמאקראטס פאר טשעינדזש' באנוצענדיג זיך מיט דער סלאגאן פון פרעזידענט אובאמא, זייער שטארקייט טוט זיך זייער פארמערן, אזש ביי די פארגאנגענע קאמיטי ווי מען האט געוויילט פאר א קאמיטי פירער האבן אונז (דהיינו דער סט. לורענס לאגער) געוואונען מיט בלויז 52 פראצענט, די חברה האבן פארפירט און געמאכט א חורבן אז ביים ערשטן קאמיטי האט מען מיט פאליציי געהיטן אז ס'זאל נישט גיין קיין קלעפ און מען איז אהיים אן קיין אפשטימונג, ביים צווייטן קאמיטי זענען זיי געווען מער רוהיגער אבער נאכאלץ צוהיצט אז מען האט געדארפט עטליכע מאל רופן סעקיוריטי ארויס צו ווארפן מר. מייערס פון זאל, למעשה איז מען געקומען צו אן אפשטימונג ווי דער סט. לורענס לאגער דערינען איבער א מנין היימישע אידן (ואני הקטן בתוכם) האבן געוואונען און ארויס געשטעלט א שחור מיטן נאמען 'טאני אוירל' וועלכע זאל פירן דער דעמאקראטישער פארטיי אין ראקלענד אזוי ארום פארזיכערט מען אז סט. לורענס ווערט ארויס געשטעלט פון דער פארטיי אלס לויפנדיגער קאנדידאט פאר סופערווייזער.

איך שרייב דער השתלשלות צו ווייזן ווי שטארק די חברה האלטן בכמות ובאיכות, און דעריבער איז וויכטיג אז יעדער זאל ארויס קומען שטימען פאר אונזערע קאנדידאטן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאכצעכמיר »

רעזולטאטן???
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

די היימישע קאנדידאטן האבן געווינען מיט 67%.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

ב"ה א שיינע געווינס!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

דאס הארץ איז פארווייטאגט, נישט מיט די אויסגאנג פון די וואלן, ב"ה דאס איז געלונגן אסאך בעסער ווי געראכטן. אבער אז מיר האבן יא עפעס א כח פארוואס דארף די "וואלן פלעצער" זיין אזוי חזיר'יש, מיאוס, עקלהאפטיג, און קיין "איין איד" קען נישט צולייגן צו דעם א האנד.

מיין חבר וואס וואוינט דארט זאגט מיר, יגר'ל וועסט עס נישט משיג זיין, דו וואוינסט אין קרית יואל, די פריצות ביי די וואלן איז אינו דומה וואס טוט זיך אין מאנסי.

מיט אזא הויכן בודזשעט - פירט מיין חבר אויס מיט טרערן און די אויגן - פארוואס קענען זיי זיך נישט ערלויבן צו קויפן לאנגע בגדים!

יעדע מאמע וואס איז ארויסגעגאנגן שטימען, האט מיטגענומען מינומים דריי קינדער, אלע האבן געמוזט נעבעך צוזעהן אינעם הייסן טאג וויאזוי די גמיינסטע גייען אנגעטון, א גוי וואס ארבעט ביי וואל-מארט צו אנדערע פלעצער גייט נישט אזוי שמוציג "ביים ארבעט", און דא האט יעדער געמוזט רעדן מיט זיי געבן די נאמען אדרעסס און סיינען, ער געדענקט נישט ווען ער האט די לעצטע מאל געמוזט זיין אינטער איין דאך אזוי לאנג מיט א שייגעץ'צע.

איך האב אים דערמאנט, די לעצטע מאל איז געווען ביי די פאריגע וואלן אין מאנסי.. יענץ געלעכטער.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

היינט קומען שוין פאר פרישע וואלן...

דאס יאר האבן די היימישע קאנדידאטן נישט געפלאנט ארויס צו שטעלן קיין קאנדידאט, נאר לאזן די דריי גוים וועלכע זענען שוין אויפן באורד - מיט וועם מען קען זיך ב"ה גאנץ גוט אויסקומען. למעשה האט איינער פון זיי אפגעטרעטן, און אויף זיין ארט האבן די "פרעזערוו רעמעפאו" ארויס געשטעלט א קאנדידאט מיט'ן נאמען "טאני לוזיאנא", א רשע מרושע מיט א פינטל אין די פ.... לוזיאנא איז א געוועזענער דעטעקטיוו און ער נוצט אויס זיינע קענטעניסן צו שפיאנירן און נאכגיין יעדע זאך וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אומלעגאל, אוון ווי אויך באטייליגט ער זיך ביי יעדע סקול מיטינג און ווייזט ארויס אפענע אנטיסעמיטיזם. דעריבער האט מען ארויס געשטעלט א היימישין קאנדידאט - ר' משה יצחק פריעדמאן - צו לויפן אקעגן אים.

די פרעזערווערס האבן היי יאר שוין אזוי לאנג ווי צוויי חדשים צוריק אנגעהויבן צו פירן א מאסיוון קאמפיין ארויס צו ברענגען וואס מער שטימען - נאך זייערע געוועזענע פארלוסטן. זיי האבן קאפירט צענדליגע "טריקס" פונעם היימישן ציבור וויאזוי ארויס צו ברענגען שטימען, זיי שטעלן צו טראנספארטאציע וכו' וכו'. אדערווייל האבן זיי ארויס געברענגט א ריזן מאסע פון מענטשן צו שטימען, די וועלכע געפונען זיך אינערהאלב די שטים-ערטער געבן איבער אז עס איז נאכנישט געווען א יאר וואס אזויפיל נישט אידן זאלן ארויסקומען שטימען. דערווייל לויט די אינפארמאציע וואס מען האט זענען פארהאן ווייניגער אידישע שטימען, מען האפט אז דער ציבור וועט אויסנוצן די לעצטע צוויי שעה צו שטימע.

נאך א זאך אויף וואס מען שטימט איז דער סקול בודשעט, וואס די באורד האט געשטעלט א פראפאזיציע צו הייבן די טעקסעס מיט צען פראצענט. מען האפט אז דער היימישער ציבור וועט אנידער שטימען דעם פראפאזיציע, וועלכע וואלט שטארק געהויבן די טעקסעס.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שוין דא רעזולטאטן ?


אוואו איז דער ניק elmonsey ?
ועמך כולם צדיקים
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז היות נישט אלע שכנים זענען "פרעזערוו" געשטימט, נאר זיי זענען פשוט פרא סקול-דיסטריקט, דעריבער האבן זיי נישט געהאט א יאר ווי למשל פאריאר קיין ספעציעלע סיבה צו גיין שטימען, היות אלע דריי קאנדידאטן וואס זענען ארויסגעשטעלט געווארן זענען געווען פרעזערווערס פון איין זייט און היימישע פון די צווייטע זייט, און ס'איז נישט געבליבן קיין אלטע קאנדידאטן, ממילא איז דאס געווען א סיבה פאר זיי "נישט" צו קומען שטימען. דעריבער האט היי יאר פרעזערוו באשלאסן נישט ארויס צו רוקן אלע דריי אלטע קאנדידאטן, נאר לאזן צוויי אינעווייניג, מיטן חשבון אז די היימישע ציבור וועט ארויס שטעלן קעגן אלע דריי קאנדידאטן א מענטש, אזוי ארום וועלן זיי האבן שטימען פון ביידע סארט מענטשן.

למעשה האט זיך זיי עס נישט אויסגעארבעט, היות מ'האט ארויסגעשטעלט א היימישן קאנדידא בלויז קעגן דעם פרעזערווער, און נישט קעגן די אנדערע צוויי, און די פרעזערווערס זענען געבליבן אויסגעשפילט. וואס האבן זיי געטון? זיי האבן געמאכט א היציגן קאמפיין כאילו "זיי זענען געוואויר געווארן" אז כאטש וואס דער היימישער ציבור האט טאקע נישט ארויס געשטעלט קיין קאנדידאטן, קאמפיינען זיי אבער שטילערהייט ביים ציבור אז מ'זאל מאכן א "רייט-אין", און זיי גייען שטילערהייט אריינשטימען צוויי קאנדידאטן בלא בלא בלא, דאס האט אויפגעטון אזוי ווייט אז פילע גויאישע שכינים זענען דירעקט ארויס געקומען שטימען אלס כעס אקעגן דעם אקט.

אין פאל זאלן די פרעזערווערס פארלירן, וועט דאס זיין א שטארקע פארשעמונג פאר זיי אז זיי האבן ארויס געלאזט דעם פאלשן קלאנג (אין פאל זיי וואלטן געווינען וואלט מען זיך נישט וויסענדיג געמאכט דערפון ווייל אין אמעריקא איז דער סיסטעם אז יעדער איז אויפן ווינינג טיעם...)
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

נו וואס זענען די רעזולטאטן?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

געווינען מיט א שמאלע מערהייט, עפעס דריי פופציג שטימען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שמעלקא, צום אלעם ערשטן קומט מען דיר א שטיקל דאנק, דיין טעלעפאן קאל האט נעכטן צוגעגעבן צום שמאלער מערהייט, און כ'האב צוליב דעם אנגערופען עטליכע אז זיי זאלן זיך ביטע א נעם טוהן צו די וואל בודקעס.

די רעזולטאטן זענען:

באורד מעמבערס
פרידמאן 7,851
לוסיאנא 7,500
_______________
351+


בודזשעט העכערונג
ניין 7,821
יא 5,846
_______________
1,975+

שניידן באס טראנספארטאציע
ניין 7,944
יא 5,000
_______________
2,944+
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

בן בוזי, אפשר ביזטו מסביר וואס איז פשט א דיסטריקט, וויפיל קינדער מ'דארף האבען צו האבן אן אייגענע דיסטריקט, און פארוואס דארף מען בכלל האבן א דיסטריקט זאל מען זיך אויסשליסן פון די דיסטריקט און פטור פון די סקול טעקס... (הלוואי)

און בדרך אגב, אין וועלכע בית מדרש דאווענט ר' משה האפשטיין?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פון וויפיל מענטשן עס פארלאנגט זיך צו קענען מאכען א דיסטריקט געדענקט איך נישט איצטער, די היינטיגע סקול דיסטריק געזעצן געוואנדן אין די פאפולאציע איז געשריבן געווארן בשעתם דורך גאווערנער פאטאקי לויט די פאפולאציע פון קרית יואל ער האט עס אזוי געמאכט דעמאלטס כדי קרית יואל זאל קענען זיך אפטיילן אלס אן אייגענע דיסטריקט. וברם יזכרו לטוב אז די טעקסעס אין קרית יואל זענען א פרעקשאן פון וואס אונז צאלן מיר (דאס איז שוין חוץ די פילע פרנסות וועלעכע עס ברענגט מיט זיך מיט) והלואי אז יבוא היום און מיר זאלן זיך אויך קענען אפטיילן און מאכן אן אייגענע דיסטריקט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”