א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ויהי ממחרת, כאטש עס איז נאכנישט דא קיין קלארע געווינער, איז שוין דא קלארע פארלירער פון די פארמעסט: די אנקעטעס.

נישט קיין חילוק ווער עס וועט געווינען צום סוף, וואס לעת עתה זעט עס אויס צו זיין ביידען, שטעלט זיך אבער ארויס אז די אנקעטעס זענען געווען מיאוס אףף, אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געזען געווארן, אפילו אין 2016.

מען בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט אנאליזן און הארטע נומערן, און אזוי אפווישן די אנקעטע סקעם מעל פני האדמה, איינמאל פאר אלעמאל.

אויך וועט דא זיין די פלאץ פאר אונזערע באליבטע חברים, אנקעטע אבסעסירטע ניקים, אפצוגעבן זייערע קאנצעסיע רעדעס...




איין וויכטיגע נקודה פאר מען הייבט אן.
עס איז געווען אסאך, אזויגערופענע, גארבידזש אנקעטעס לטובת טראמפ, סאו ווען א אנקעטע-פארבינדעטער ניק וועט דיר ברענגען למשל אזא רקפ עוורידזש וואס איז יא נענטער צום רעאליטעט, זאלסטו נאר צוריקגיין צו זיינע אלטע תגובות ווי ער האט געשריגן געוואלד אז רקפ לייגט אריין די גארבידזש אנקעטעס...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

לאמיר אנהייבן מיט די abc/וואשינגטאן פאוסט אנקעטע

די אנקעטע איז רעיטעד A+ ביי 538, ממש טאפ-נאטש...


נאציאנאל, ביידען +12

= אצו פרי צו וויסן פונקטליך, אבער אונטערגעשאצט טראמפ מיט כאטש 9%

זייער לעצטע פאול אויף פענסילוועניע איז ביידען +7
די רעזאלטס זענען נאכנישט אינגאנצן אריינגעקומען, אבער ביידען +7? ווייט נישט...

=אינטערגעשאצט טראמפ מיט כאטש 5%


די לעצטע פלארידע פאול טראמפ +2
גאנץ פיין צוגעטראפן... טאמבס אפ!

=אינטערגעשאצט טראמפ מיט 1%


לעצטע פאול אי וויסקאנסין, קארגע וואך פאר די עלעקשאן: ביידען +17
יא האסט גוט געזען, זי-בע-צען!

=אינטערגעשאצט טראמפ מיט כאטש 16%
בערך אזויווי איינער זאל מאכן א טעות און זיך אויסטון די שיך אנשטאט זיך וואשן נטילת ידים


מישיגען לעצטע פאול, ביידען +7

=אינטערגעשאצט טראמפ מיט כאטש 6%


נארט קאראליינע צוויי וואכן פאר די עלעקשאן ביידען +1

=צו פרי צו וויסן, אבער נישט שלעכט געשאצט


אריזאונע, 4 וואכן פאר די עלעקשאן, טראמפ +1

=צו פרי צו וויסן, אבער זעט אויס ווי עטוואס איבערגעשאצט טראמפ, גאנץ פיין.


אונטערשטע שורה:
אין די סאוט, למשל פלארידע נ.ק. און אריזאונע, זענען זיי געווען גאנץ אקוראט. איך וואלט זיך צו טון געמאכט דערפון נעקסט טיים.

אבער אין די מידוועסט האבן זיי איבערגע'חזיר'ט די חזיר'יי פון 2016, מיט א שמוץ אריבער. אףף מיט 5, 7, און 16!!!

און נאציאנאל אףף מיט באלד צען פויטס.

A+ ,די בעסטע רעיטינג, סיריעסלי???
לעצט פארראכטן דורך נאך פונדערהיים אום מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 2:00 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

אנקעטעס זענען געווען זייער אקוראט אין 2018

די פראבלעמען הייבן זיך אן ווען איינער מיטן נאמען טראמפ איז אויפן צעטיל
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:


איין וויכטיגע נקודה פאר מען הייבט אן.
עס איז געווען אסאך, אזויגערופענע, גארבידזש אנקעטעס לטובת טראמפ, סאו ווען א אנקעטע-פארבינדעטער ניק וועט דיר ברענגען למשל אזא רקפ עוורידזש וואס איז יא נענטער צום רעאליטעט, זאלסטו נאר צוריקגיין צו זיינע אלטע תגובות ווי ער האט געשריגן געוואלד אז רקפ לייגט אריין די גארבידזש אנקעטעס...

און אז רקפ איז אינגאנצען צופידעלט אז זיי לאזן אויס מעינסטרים אנקעטעס.
אהייא, אייאווע, מישיגן, וויסקאנסין, איז טראמפ צווישן 5 און 10 פוינטס מער פון מיינסטענס אנקעטעס. דאס איז א ססססך. און גאר אסך אנדערע זענען זיי גווען אף מיט 4 ביז זעקס פוינטס. האבן די פאלטשע פאולס געהאלפן אפשוואכן די מאמענטום פאר טראמפ פונקט גענוג ער זאל פארלירן, האט עס בכלל געהאט אן עפעקט? דאנט קנאו.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

די נעקסטע " A+ " אנקעטע איז די ניו יארק טיימס/סיענע

דא קען מען כאפן א שנעלע בליק אויף זייער 2020 רעקארד
די ערשטע נאמבער איז די אנקעטע, די צווייטע איז די נאמבער ויפיל זיי זענען אףף, לטובת ביידען.


וויסקאנסין, ביידען +11
10
מישיגען, ביידען +8
7
מינעסאוטע, ביידען +9
3
אהייאו, ביידען +1
9
אייאווע, ביידען +3
11
פענסילוועניע, ביידען +6
4
נארט קאראליינע, ביידען +3
3
פלארידע, ביידען +3
6
אריזאונע, ביידען +6
2
נעוועדא, ביידען +6
5

די מידוועסט, א דיזעסטער! אנדערע פלעצער ווייסן זיי אויך נישט בחייכון.
מיט צוויי אויסנאמען: דזשארדזשיע און טעקסעס, ווי זיי זענען היבש נאנט צום רעאליטעט.

אבער נישט בטעות איבערגעשאצט טראמפ, אין ערגעץ!

אה! נישט פארגעסן, נאציאנאל ביידען +9...

A+!!!

(גוט צו געדענקען אז סילווער איז עמפלאיד ביי די ניט, סאו...)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

צק

לברכה? לסרחה.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

יעצט קומט די רייע אויף די פארהייליגטע "מאונמאוט" אנקעטע...
אויך אן A+ ביי 538

נאציאנאלע אנקעטעס האבן זיי שוין נישט געהאט זינט סעפטעמבער, אויך די אנקעטעס פון נארט קאראליינע (ביידען +4) און אריזאונע (ביידען +7) זענען גענומען געווארן עטליכע וואכן בעפאר די עלעקשאן.

אבער די פאלגנדע פיר אנקעטעס זענען גענומען געווארן א וואך אדער ווייניגער בעפאר די עלעקשאן:

פענסילוועניע ביידען +7
ראנג מיט כאטש 6%

אייאווע ביידען +3
ראנג מיט 11%

פלארידע ביידען +6
ראנג מיט 9%

דזשארדזשיע ביידען +4
ראנג מיט 2-3%


סאו נעקסטע מאל איינער זאגט דיר 'מאונמאונט', קענסט אים ענטפערן מיט א זיכערקייט: NO, THANKS!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

יעצט קום אריין מיט טראפאלגער'ס נומבערס ביטע
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

נאך אביסעל צופרי צו קענען פונקטליך אנאליזירן..
מ'דארף ווארטן פאר פונקטליכערע רעזאלטס אין מישיגען פענסילוועניע און אריזאנע, ווי אויך דארף מען זעען מיט וויפיל ביידן גייט למעשה געווינען די פאפולער וואט.
אבער אנקעטעס (דאס רעכנט אריין טראפאלגער) זענען ווארשיינליך געווען היבש אףף.


בכלל דארף מען וויסן אנקעטעס איז גוט ווען ס'דא א ספק, אבער ווען אלע פאקטארן ווייזן אז טראמפ גייט (באקוועם) געווינען אההייאו אייאווע און פלארידע (ווי כ'האב פרעדיקטעד דא אויפן וועלטעל), קען נישט אנקעטעס קומען און דאס צושטערן...

איך זע נישט עכט קיין שום סורפרייז פון די נאכט, די גרעסטע פאר מיך איז מסתם די מארזשין מיט וויפיל טראמפ האט געוואונען טעקסעס, 6% (ס'קען זיך נאך טוישן, אבער אזוי שטטייט עס יעצט) דאס איז היבש אסאך...

פארשטייט זיך אז אויב ביידען געווינט למעשה זשארזשיע, העט דאס זיין די גרעסטע סורפרייז..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6331
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

איך וויל צולייגן מיין קליינטשיקע מיינונג אין די נושא

לאמיר אראפלייגן א מינוט צוויי אנדערע דוגמאות און לאמיר זען צו וואס די אנקעטס זענען גלייך

דוגמא #1
א מלמד קומט אריין אין כתה מיט א פעקל דשעלי פיש און ער זאגט פאר די קינדער אז ווער עס קען צוטרעפן וויפיל עס איז דא באקומט א פיש

אלע קינדער לויפן צו צום מלמד'ס טיש מ'קוקט אן די בעג פון אלע זייטן אין צוריק אויפן פלאץ
און די מלמנד הייבט אן פרעגן די קינדער

דוד: 16
יענקי: 27
מושי: 25
אברמי: 28
און אזוי ווייטער

מלמד: די סכום איז 27 אזוי ווי יענקי האט געזאגט
יעצט לאמיר עס אביסל צונעמען
דוד האט געזאגט 16 איז טאטעלי אף
יענקי ;l;p-
אברמי 28 האט גאנץ גוט געקענט רעכענן אבער..
מושי 25 אויך גאנץ גוט

דוגמא #2
א מלמד גייט מאכן א גורל און ער זאגט אז מ'קען אויסוועלן א נומבער פון 1 ביז 20 ווער עס וועט צוטרעפן די נומבער איז די געווינער,
ער שרייבט אראפ זיין נומבער אויף א צעטל און מ'הייבט אן

דוד: 18
יענקי: 5
מושי: 10
אברמי: 6

די מלמד דרייט אויס זיין צעטל און ס'שטייט 5 אזוי ווי יענקי

יעצט לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און טראכטן, דא קען איך אויך זאגן די זעלבע זאך אזוי ווי פריער?

דוד האט געזאגט 10 איז טאטעלי אף
יענקי ;l;p-
אברמי 6 האט גאנץ גוט געקענט רעכענן אבער..
מושי 10 אויך גאנץ
???.
דאס קומט אריין דא? אדער פשוט אז דאס אז 6 קומט נאך 5 מיינט נישט אז אברמי האט גוט צוגעטראפן נאר ער האט געטראפן א נומבער וואס איז נעבן די געווינער?

איך מיין אז די תשובה איז פשוט


לענינינו

ווען א אנקעטע זאגט אז ביידן גייט געווינען א סטעט מיט 2 פראצענט מער ווי טראמפ און צום סוף געווינט ער עס מיט נאר 1 פראצענט קען זיך די קאמפעני וואס האט געמאכט די אנקעטע פארענפערן אז אלעמאל קען זיין א קליינע ערער, לאמיר זאגן די זעלבע זאך איז ווען טראמפ געווינט עס מיט א האלבע פראצענט בדוחק קען מען זאגן אז די ערער איז גרעסער,
אבער ברגע וואס די נומבערס גיין ארויף מער און מער 4,5,6,7, און אפילו 8 און מער קענסטו נישט זאגן און עס קומט נישט אריין צו זאגן אז ער איז אף מיט לדוגמא 6 פוינטס, ניין, די קאמפעני האט פשוט געמאכט א געסינג געים (אזוי ווי דוגמא #2) און עס איז זיי נישט געלונגען ער איז נישט אף מיט אפאר ער איז WRONG מיט אלעס.

למסקנא (מיינס על כל פנים)
ווילאנג די אנקעטס מיט די מציאות זענען א חילוק מיט 1,2, מערסטענס 3 איז עס נאל אזוי ווי דוגמא #1
איינמאל די גייסט ארויף העכער האט עס גארנישט מיר רעכענן נאר מיט געסן...

הק' אזוי גאר!
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

זיי נישט נאאיוו.
ביז די קומענדיגע וואלן, צי אזי עס די מידטוירם וואלן צי די קומענדיגע פרעזידענט וואלן, וועט אלעס בלייבן ביים אלטן...
דער עולם ווועט זיך ווייטער קאכן אין די פאולס...
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

זעהט דא די דורכפאל פון אנאליסטן..
viewtopic.php?p=2462057#p2462057
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

לויט א סיענע- וואשינגטאן פאוסט אנקעטע האלטן 87% אמעריקאנער אז ביידן זאל זיין קומעדיגע פרעזידענט
די איבריגע האבן נישט קיין מיינונג.

ערנסט גערעדט ווי זענען די אנקעטעס וואס קומען ווי שוואמען נאך א רעגן יעדע מאל נאך טראמפ האט... יעצט ביי אזא וויכטיגע אישו איבער ווער סזאל זיין נעקסטע פרעזידענט?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איז שוין ארויס געקומען א אנקעטע צו דער עולם גלייב נאך אין אנקעטעס?
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

יש ברירה האט געשריבן:אקעי, די פיינעל מאפע איז דא...

אזוי ווי @פרוביר אויך האט געשריבן, קוקט אויס ווי רקפ איז איבערצייגט אז טראמפ גייט געווינען, אדער האט ער באשלאסן סתם צו שטופן דעם וואגן, און דעריבער האט ער געמאכט גרויסע טוישונגען אויף די עוורידזש. דאס איז נישט געקומען צוליב וואס נייע אנקעטעס זענען אריינגעקומען, נאר ער איז געגאנגען פון סטעיט צו סטעיט און ארויסגעשניטן אנקעטעס וועלכע זענען גוט פאר ביידען... די עווירדזש ווי עס האלט יעצט, ווערט דאמענירט דורך דריי/פיר רעכטע פאלסטער, טייל פון זיי מיט גאר שוואכע טרעק רעקארדס.

רקפ איז מער נישט קיין פאולינג עוורידזש נאר ענדערש א פארקעסט קאפעני. עס קען גאר זיין אז עס וועט אים געלונגען, אבער עס איז נאכאלס א פארקעסט. ווי זאגט אבער טראמפ: איט אז וואט איט איז.

יעצט צום טשארט, איך האב צוגעלייגט א קאלום וואס זאל אויסרעכענען די ערער פון 2016 און זאגן וואס עס וועט פאסירן אויב די זעלבע ערער וועט זיך פונקטליך איבערחזר'ן (איבריג צו זאגן אז דאס וועט נישט פאסירן, אבער נאר פאר די געדאנק שבו איז עס אינטערעסאנט). נאך א טויש האב איך געמאכט, אז די קעסטלעך ארום די לעצטע קאלום באדייט ווער איז פאראויס אין די סטעיט, און צייגט נישט אויף די טרענד (וועלכע האט זיך עכט גארנישט געטוישט...).


דאס איז די פיינעל טשארט פון ידידינו הרב ברירה

איצט צו די רעזולטאטן (וויפיל עס איז שוין עוועילעבל)

נעשאנעל = אונטערגעשאצט טראמפ מיט בערך 3 פוינטס

פענסילוועניע = כמעט אקוראט (אדאנק טראפאלגאר... די "רעספעקטירטע" A פירמעס אויף זילבער האבן געצייגט ביידען +4,5,6)
פלארידא = בעסער צו שווייגן....... אונטערגעשאצט טראמפ מיט בערך 4 פוינטס
וויסקאנסין = בעסער צו שווייגן....... אונטערגעשאצט טראמפ מיט בערך 6 פוינטס
אריזאנא = כמעט אקוראט
נעוואדא = כמעט אקוראט
נארט ק. = אונטערגעשאצט טראמפ מיט בערך 1 פוינט
דזשארדזשיע = אונטערגעשאצט ביידען מיט בערך 1 פוינט
אהייאו = בעסער צו שווייגן....... אונטערגעשאצט טראמפ מיט בערך 7 פוינטס
אייאווע = בעסער צו שווייגן....... אונטערגעשאצט טראמפ מיט בערך 7 פוינטס

טעקסאס............
אטעטשמענטס
Screenshot_2020-11-08 סווינג שטאטען וואס ריקן זיך צו א געוויסע קאנדידאט - בלאט 5 - אידישע וועלט פארומס.png
Screenshot_2020-11-08 סווינג שטאטען וואס ריקן זיך צו א געוויסע קאנדידאט - בלאט 5 - אידישע וועלט פארומס.png (436.23 KiB) געזען 1731 מאל
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א תגובה מיט @כאפצעמס אן אנקעטע
כאפצעם האט געשריבן:אזא סקאנדאל קומט מיט א פרייז. נעלסאן פאראויס מיט 10 פונקטן אין פלארידע.

פעקט טשעק: די רעזולטאטן: סקאט האט שמאל געווינען (0.12 פון א פראצענט)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

זייער גוט די ברענסט דאס ארויס ווייל איינער האט שוין דא געשריבן אז אין 2018 זענען די אנקעטעס געווען גוט אין עס איז קלאר נישט אמת (הגם נישט אזוי אף ווי אין 2020 און אויך און געציילטע פעלער איבער געשאצט רעפובליקאנער משא"כ 2020)!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א בליק אויף צוריק: "אנקעטעס" זכרונם לברכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מארנינג קאנסאולט

זעה דא
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”