אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:37 am

עס איז היינט א טריקענע מציאות אז דער סייט וועלכע האט זיך געגרינדעט אין 2006 אלץ א קרעטשמע ווינקל, איז היינט אין פאקט א ריזיגע נייעס סטאנציע פארן היימישן עולם, און היות רוב פילטער פירמעס לאזן נאר צו צו אייוועלט, איז אייוועלט דער פאקטישער הויפט נייעס קאנאל פארן היימישן ערליכן ציבור, בעיקר פאר אידן מיט א שטארקע פילטער און אן ציטריט צו אפענע אינטערנעט.

אייוועלט איז אויך באשאנקען מיט א רייע גאר גוטע זשורנאליסטן וואס האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גרויסע גוי'אישע נעטווארקס, און אפגערעדט אז אייוועלט שטייגט איבער סיי וועלכע נייעס קאנאל אויף אידיש. דאס איז היינט א טריקענע מציאות.

דער פאקט ברענגט דערצו אז סיי ווען א היימישע איד וויל נאר הערן עפעס נייעס, מיטהאלטן מינוט'ליכע אפדעיט'ס, איז אייוועלט דער פלאץ.

אבער דאס ברענגט א פראבלעם אז ווען עס זענען אויף אייוועלט אויף איינמאל גאר אסאך מענטשן, וואס דאס פאסירט ווען עס איז דא גאר הייסע נייעס, קראכט דער סייט (ע"ע דשערזי סיטי אטאקע ווען דער סייט איז געווען דאון פאר לאנגע שעות) און איבריג צו זאגן אז אין די היי-יעריגע וואל נאכט איז ערווארטעט א רעקאד צאל מענטשן אויף אייוועלט, איבערשטייגענדיג סיי ווען פריער. און לויט א אנאליסט וועט אייוועלט ברעכן אפילו איר נישט עכטע רעקאד וואס שטייט יעצט אינטן פון ארום 1,400.

בעפאר די מידטורם האט וויכי מיט ארענדער געמאכט א פיינע ארבעט צו זיכער מאכן אז דער סייט איז על תולה בנויה, און מיר געדענקען נאך זייער גוט ווי געשמאק עס האט געארבעט. אבער דאס מאל איז ערווארטעט פול מער מענטשן, און מיר ווילן הערן פון די חברי הנהלה איבער די ארבעט צו פארזיכערן אז היימישע אידן וועלן קענען נוצן אייוועלט פאר זייער נייעס קאנאל.

צוליב דעם עפן איך דער אשכול פאר אלע אנווייזונגען, אפדעיטס, איבער אייוועלט אין עלעקשן נאכט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:37 am

:lol:
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:46 am

טענקס @עכט פארן עפענען די אשכול

איך וואלט געזאגט דא גייט זיין א קרעיזי רעקארד ברעיקינג נאמבער ווי נעווער בעפאר

יא אייוועלט האט זיך נישט וואס צו שעמן סננ פאקס און אזוי ווייטער

זייער אסאך נייעס און אפדעיטס ווערט דא געמאלדן שנעלער און פינקטליכער נאך פאר אפילו די גרויסע נעטווארקס

איך אליין פרעגענדיג שוין עטליכע פון מיינע באקאנטע ווי זיי גייען מיטהאלטן אלעקשאן נייט האבן מיר אלע געענטפערט בפה מלא וואס הייסט ווי? אייוועלט! נישט אלע זענען אפטע אדער בכלל אייוועלט ליינער

סקומט זיך אונז טאקע גארנישט אבער למעשה האט
אייוועלט א שטיקל אחריות ווען אזוי פיל אידן רילייען אויף זיי פאר דינסטאג נאכט, און גלייכצייטיג האבן זיי א גרויסע זכות פון אפהאלטן אזויפיל אידן פון גייען אויף פרעמדע פלעצער

א ריזיגע דאנק @ארענדאר @וויכי @לכאורה און די גאנצע הנהלה
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
תנא בתרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך תנא בתרא » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:48 am

מיין פילינג איז אז ווען מ'וועט אנקומען צום עלעקשען נאכט, וועט שוין זיין דא 50 בלעטער...
Affinity Suite Affinity Photo tutorials AffinityDesigner tutorials RTL Fixer
ביטע געבט אריין א פארלאנג פאר RTL Support, אסאך היימישע גראפיקער וועלן בענעפעטירן.

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:48 am

איך זיך נישט צו קריטיקירן נאר צו געבן א שטיקל איידיע פאר די הנהלה אויב זיי ווייסן נישט (איך גלייב זיי ווייסן)

ביים דיבעיט פאריגע וואך האט די סייט געהינקעט

אלעקשאן נייט גייט מסתם זיין עטליכע מאל די באניצער

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:53 am

איך וואלט מייעץ געווען ערגעץ צו מאכן אן אשכול וואס אפדעיט זיך אליין אן רילאודען, בערך אזוי ווי @Programming האט געטון מיט די חתימות דרייוו פאר חינוך

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:54 am

כ'בין נישט קיין טעק גיי אבער אפשר ברויך מען אריינקוקן אין די מעגליכקייט אז די פארמערטע אשכולות העלפן פארשטייטערן דעם זייטל?! ערנסט גערעדט די צאל נייע אשכולות דא כחול הים זענען חוץ פון נערווירענד אויכט דער גורם פאר א פארשטייטערונג...
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

שרייב ווערק
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך שרייב ווערק » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:57 am

האטס נישט מורא, ווי נאר ס'גייט נישט אויסזען גוט די מצב פאר טראמפ גייט דער עולם גיין שלאפן.

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך לייטער » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:08 am

זייער א וויכטיגע נושא, אויב די הנהלה קען אז די סייט זאל קענען דערהייבן די פרעשור (איינער געדענקט די אבאמע קער וועבסייט די ערשטע פאר טעג..)
קול מבשר וועט מן הסתם קראכן ווי אויך באריכטן זיי לאנגע מניטן שפעטער די נייעס סא די עולם וועט זיין העווי דא

אז מרעדט פון די נאכט פון די וואלן, סדארף זיין א אשכול פאר בלויז נייעס אין די נאכט פון די וואלן אן קיין טענרייען און שטעכעריין בלויז כסדרדיגע קראנטע אפדעיט'ס

no way
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך no way » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:23 am

לייטער האט געשריבן:זייער א וויכטיגע נושא, אויב די הנהלה קען אז די סייט זאל קענען דערהייבן די פרעשור (איינער געדענקט די אבאמע קער וועבסייט די ערשטע פאר טעג..)
קול מבשר וועט מן הסתם קראכן ווי אויך באריכטן זיי לאנגע מניטן שפעטער די נייעס סא די עולם וועט זיין העווי דא


אז מרעדט פון די נאכט פון די וואלן, סדארף זיין א אשכול פאר בלויז נייעס אין די נאכט פון די וואלן אן קיין טענרייען און שטעכעריין בלויז כסדרדיגע קראנטע אפדעיט'ס

;l;p-

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5662
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:24 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כ'בין נישט קיין טעק גיי אבער אפשר ברויך מען אריינקוקן אין די מעגליכקייט אז די פארמערטע אשכולות העלפן פארשטייטערן דעם זייטל?! ערנסט גערעדט די צאל נייע אשכולות דא כחול הים זענען חוץ פון נערווירענד אויכט דער גורם פאר א פארשטייטערונג...

מ'דארף מאכן אז יעדע נייע אשכול, זאל דער מחבר אריינווארפן א פינווער אין די אייוועלט פישקע, דעמאלטס העט זיין גענוג געלט צו מוסיף זיין פלאץ אינעם סערווער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:28 am

וויכי שרייבט מיר אז מען ארבעט אויפן סייט. און עס וועט בע"ה זיין מסודר.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:29 am

בבקשה האט געשריבן:איך וואלט מייעץ געווען ערגעץ צו מאכן אן אשכול וואס אפדעיט זיך אליין אן רילאודען, בערך אזוי ווי @Programming האט געטון מיט די חתימות דרייוו פאר חינוך

;l;p-
לייטער האט געשריבן:אז מרעדט פון די נאכט פון די וואלן, סדארף זיין א אשכול פאר בלויז נייעס אין די נאכט פון די וואלן אן קיין טענרייען און שטעכעריין בלויז כסדרדיגע קראנטע אפדעיט'ס

;l;p-
אפשר דארף מען מאכן אן עקסטערע פארום פאר די נאכט פון די וואלן, נאר פאר אפדעיטס, און ס'זאל זיך אליין אפדעיטן אן רילאודען (וואס דאס פארשטייטערט געפערליך די גאנצע וועב סייט)
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:44 am

טשאלענט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:איך וואלט מייעץ געווען ערגעץ צו מאכן אן אשכול וואס אפדעיט זיך אליין אן רילאודען, בערך אזוי ווי @Programming האט געטון מיט די חתימות דרייוו פאר חינוך

;l;p-
לייטער האט געשריבן:אז מרעדט פון די נאכט פון די וואלן, סדארף זיין א אשכול פאר בלויז נייעס אין די נאכט פון די וואלן אן קיין טענרייען און שטעכעריין בלויז כסדרדיגע קראנטע אפדעיט'ס

;l;p-
אפשר דארף מען מאכן אן עקסטערע פארום פאר די נאכט פון די וואלן, נאר פאר אפדעיטס, און ס'זאל זיך אליין אפדעיטן אן רילאודען (וואס דאס פארשטייטערט געפערליך די גאנצע וועב סייט)

די וואלן רעזולטאטן אשכול איז זייער גוט פאר דעם. דארט איז נישט דא קיין דעבאטעס, בלויז רעזולטאטן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:44 am

עכט היימיש האט געשריבן:וויכי שרייבט מיר אז מען ארבעט אויפן סייט. און עס וועט בע"ה זיין מסודר.

שכח מנהלים!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

נקודהלע
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:47 am

פעיק ניוז האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:וויכי שרייבט מיר אז מען ארבעט אויפן סייט. און עס וועט בע"ה זיין מסודר.

שכח מנהלים!
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:48 am

נא_שכל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כ'בין נישט קיין טעק גיי אבער אפשר ברויך מען אריינקוקן אין די מעגליכקייט אז די פארמערטע אשכולות העלפן פארשטייטערן דעם זייטל?! ערנסט גערעדט די צאל נייע אשכולות דא כחול הים זענען חוץ פון נערווירענד אויכט דער גורם פאר א פארשטייטערונג...

מ'דארף מאכן אז יעדע נייע אשכול, זאל דער מחבר אריינווארפן א פינווער אין די אייוועלט פישקע, דעמאלטס העט זיין גענוג געלט צו מוסיף זיין פלאץ אינעם סערווער.

אפשר זאלן עס די קאמפיין קאסעס באצאלן
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:52 am

Programming האט געשריבן:


אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפען? איך האלט שוין דא

בילד

ווען איך טויש די דאטע אין די ספרעדשיט, ארבייט עס נאך א שטיק צייט און ווען מען ריפרעשעד די פעיזש, אבער וויאזוי מאכט מען עס זאל גיין אטומאטיש?

עדיט, עס ארבייט נישט געהעריג.
לעצט פאראכטן דורך בבקשה אום מיטוואך אוקטובער 28, 2020 3:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

כ'לאך
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך כ'לאך » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:56 am

איך בין נישט קיין פראגרעמער אין איך קען זיך גאנץ קנאפע אויס מיט קאמפיוטער/סאפטווער אבער איך טראכט אז אויב ס׳איז דא א מציאות פון אפּשפּאַרן אלע אימוויכטגע אשכולות און שרייבערייען ד.מ. אז נאר די וואלן אשכולות זאלן אפן בלייבן און נאר די פאפאלערע שרייבערס זאלן אפדעיטן און ווער ס׳וויל וויסן ווי נאך מ׳האט געטראפן א שטיקל בראכווארג פונעם מאלאזיע פליגער אד״ג וועט צו ווארטן ביז מיטוואך (אויב מ׳וועט שוין האבן געענדיגט ציילן) איך טראכט אז דאס קען אפשר אביסל פארלייכטערן די טרעפיק

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:59 am

בבקשה האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:


אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפען? איך האלט שוין דא

בילד

ווען איך טויש די דאטע אין די ספרעדשיט, ארבייט עס נאך א שטיק צייט און ווען מען ריפרעשעד די פעיזש, אבער וויאזוי מאכט מען עס זאל גיין אטומאטיש?

עדיט, עס ארבייט נישט געהעריג.

Screenshot_8.jpg
Screenshot_8.jpg (41.56 KiB) געזעהן 2790 מאל

Screenshot_6.jpg
Screenshot_6.jpg (21.26 KiB) געזעהן 2808 מאל

Screenshot_7.jpg
Screenshot_7.jpg (16.19 KiB) געזעהן 2808 מאל
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re:

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:02 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:


אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפען? איך האלט שוין דא

בילד

ווען איך טויש די דאטע אין די ספרעדשיט, ארבייט עס נאך א שטיק צייט און ווען מען ריפרעשעד די פעיזש, אבער וויאזוי מאכט מען עס זאל גיין אטומאטיש?

עדיט, עס ארבייט נישט געהעריג.

Screenshot_5.jpg

Screenshot_6.jpg

Screenshot_7.jpg


די טשארט אליין וועט אפדעיטעד אין גוגל שיטס, אבער די לינק אפדעיט זיך נישט. (לכאורה צוליב די קעש, אויך וויאזוי מאכט מען אז די image זאל רילאודען אן דעם וואס די גאצנע אשכול זאל רילאודען?
לעצט פאראכטן דורך בבקשה אום מיטוואך אוקטובער 28, 2020 3:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:04 pm

בילד

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך פיטום » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:39 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כ'בין נישט קיין טעק גיי אבער אפשר ברויך מען אריינקוקן אין די מעגליכקייט אז די פארמערטע אשכולות העלפן פארשטייטערן דעם זייטל?! ערנסט גערעדט די צאל נייע אשכולות דא כחול הים זענען חוץ פון נערווירענד אויכט דער גורם פאר א פארשטייטערונג...


אפשר זאל מען איינשטעלן א רעטינג קנעפל אין יעדע אשכול, וואס אויב ציהט עס נישט אן צופיל אינטערעסע זאל עס פארמעקט ווערן פשוט ליתן רווח אויפן וועלטל דא.

Joel
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך Joel » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:46 pm

איך מיין אז מען דארף מאכן א אשכול וואס נאר זיין פאר קראנטע אפדעיט'ס אן קיין דעבאטעס און נאר 4-5 מענטשן זאל קענען שרייבן. און יעדער זאל אריין גיין נישט דורך אקטיווע אשכול נאר גראד אין די אשכול
א ישר כח פאר די געטרייע ארבעט און העלפן זאל זיין מיט הצלחה בעזרת השם

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אייוועלט'ס פלאן פאר עלעקשן נאכט

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:02 pm

Joel האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף מאכן א אשכול וואס נאר זיין פאר קראנטע אפדעיט'ס אן קיין דעבאטעס און נאר 4-5 מענטשן זאל קענען שרייבן. און יעדער זאל אריין גיין נישט דורך אקטיווע אשכול נאר גראד אין די אשכול
א ישר כח פאר די געטרייע ארבעט און העלפן זאל זיין מיט הצלחה בעזרת השם

גא"מ
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איך הער נישט, טריליאנער, מטעמים, נודניק, סטיטשינער, שפיצער און 28 געסט