אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:16 am

אל מעלות כבוד חבירי וידידי,

אין דעם פאבליק אינטערוויו געבן מיר דא דעם כבוד פאר די חשובע אייוועלט שרייבער אריין צוקומען אין דעם אשכול און אראפלייגען בטוב טעם ודעת אייער געשעצטע מיינונג איבער די נושא פון די בעפארשטייענדע וואלען אין קורצען:

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?

—-
א דאנק פארען נעמען די מיה און מיט טיילען מיט אונז אייער מיינונג!
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:48 am

1)איך פלאן צו שטימען פאר טראמפ
2)איך בין איינשטימיג מיט זיין אגענדע און ער האט דערליווערט אין זיין ערשטע טערמין
3)איך שטיץ נישט ביידן ווייל ער גייט אראפפירן אמעריקע פון די רעלסן מיט די ליבעראלע אגענדע
4)איך וועל זיך זייער פרייען צו א טראמפ געווינס און זיין אנטוישט מיט א ביידן געווינס
5)סופרים קארט, עקנאמיע, אימיגראציע
6) ביידן גייט אלעמאל מיט א מאסק
7) איך וויל טראמפ זאל פאוקעסן אויף אראפברענגען העלט קעיר קאסטן, שניידן טעקס און רעגולאציעס. סעקיורן די בארדער. אריינשטעלן קאנסערוואטיווע ריכטער

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:50 am

מטעמים האט געשריבן:פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

טראמפ

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?

פלעין. איי לייק הים.

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?

ער האט נישט.

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?

אויב ביידן געווינט שטערט מיך נישט קיין סאך. אויב העריס געווינט וועל איך מיך פרייען פאר די מאסיווע רויטע כוואליעס פון 2022 און 2024.

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?

צל עובר, כאפצעם, וואס טוט זיך.

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?

ער מאכט א גוטן רושם, ווען ער איז שטיל.

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?

ווייטער מאכן פרישע נייעס יעדן טאג. אלעס איבריג איז שוין א פלאס
.

אוסף אמרים
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:09 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך אוסף אמרים » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:54 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

טראמפ

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?

פלעין. איי לייק הים.

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?

ער האט נישט.

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?

אויב ביידן געווינט שטערט מיך נישט קיין סאך. אויב העריס געווינט וועל איך מיך פרייען פאר די מאסיווע רויטע כוואליעס פון 2022 און 2024.

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?

צל עובר, כאפצעם, וואס טוט זיך.

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?

ער מאכט א גוטן רושם, ווען ער איז שטיל.

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?

ווייטער מאכן פרישע נייעס יעדן טאג. אלעס איבריג איז שוין א פלאס
.

:lol: ;l;p-

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:54 am

מטעמים האט געשריבן:אל מעלות כבוד חבירי וידידי,

אין דעם פאבליק אינטערוויו געבן מיר דא דעם כבוד פאר די חשובע אייוועלט שרייבער אריין צוקומען אין דעם אשכול און אראפלייגען בטוב טעם ודעת אייער געשעצטע מיינונג איבער די נושא פון די בעפארשטייענדע וואלען אין קורצען:

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

דזשאסעף ר. ביידען (וואס שטייט טאקע די ר. פאר? וואסא חילוק, די ביידען ווייס איך אויך נישט פאר וואס עס שטייט)
מטעמים האט געשריבן:פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?

ווייל ער איז דער צד שכנגד צו דאנאלד דזשאן טראמפ
מטעמים האט געשריבן:פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?

ווייל איך האס אים שרעקליך, כ'האלט אים פאר א סעמפל פון א מושחת המדות, א גארנישט מיט א נישט, א דל גאה, א פארעך, האסט נאך עפעס מיאוס'ע ווערטער?
מטעמים האט געשריבן:וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?

איך וועל מיך אויסטערליש פרייען צו טראמפ'ס פארלוסט, און זיין מרה שחורה ח"ו אויב ער געווינט נאכאמאל
מטעמים האט געשריבן:וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?

1) אויסצוניצן די רעכטן וואס מיר האבן אינעם פרייען לאנד 2) נאך א שטימע קעגן דעם דאנאלד 3) פארגרעסערן דעם לענדסלייד פאר ביידען
מטעמים האט געשריבן:קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?

ווען ער שלאפט שטערט ער נישט קיינעם (פראבלעם איז ער שלאפט צו ווייניג)
מטעמים האט געשריבן:אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?

ער קען זיצן מיט די פיס ארויף, שפילן גאלף, איי דאונט קעיר...
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 12:57 am

1. מיין פלאן איז כעת צו שטומען פאר פרעזידענט טראמפ.
2. איך בין זייער צופרידען פון זיינע טרעיד, אימיגרעישאן און פרא עקאנאמישע פאליסיס און וויא אויך האט ער א שטארקע קען דו עדיטוד וואס מאכט אים שטערקער ווי אנדערע וואס האבען גוטע פאליסיס אבער קענען עס נישט אויספירען.
ווי אויך האט ער באוויזען צו מאכען די וועלט עטוואס מער רואיגער ווי די יארען בעפאר אים מיט די נייע אויסגעפירטע שלום פלענער.
3. ביידען איז א טייל פון א פארטיי וואס שטייט פאר דיפאנדינג פאליס, אנארכיע, לאקדאונס און ווילען איינפירען ליבעראלע פאליסיס וואס וועט חרוב מאכען אמעריקע עקאנאמיש און וועט שטערן רעליגיע.
אויך איז א געוואונס פאר ביידען א אויטאמאטישע געוואונס פאר א מידיע וואס פאבליצירט פאלשע נייעס און וואשט יעדן טאג מחות מיט בייעסד רעפארטס אלעס צו בעפארציגען איין פארטיי איבער די אנדערע.
4. עס שטערט מיר נישט אז ביידען ווערט פרעזידענט, עס וועט מיר אבער יא שטערן אז די ליבעראלען וועלן זיך הייבען די קעפ אבער שלאפען וועל איך גוט ריגארדלעס.
5. עקאנאמיע, עקאנאמיע, עקאנאמיע
6. ביידען איז א זשענטעלמאן און פרעזידענטשעל מאטריאל און אויב געוואונט ער זאל ער מצליח זיין מיט גאן קאנטראל און אימפלימענטען ביליגערע העלטקעיר.
7. עקאנאמישע סוקסעס און באלאנסירען די באזשעט נ
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

winner
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 9:35 am

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך winner » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:01 am

פלעין. איי לייק הים.


וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?

צל עובר, כאפצעם, וואס טוט זיך. ;l;p- :grin:

אוועטאר
שאגת ארי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך שאגת ארי » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:10 am

1. טראמפ.

2. ער זאגט די אמת אן קיין פאליטישקייטן (וואלט געמעגט מער). רודערט אויף זאכן וואס די גאנצע וועלט שווייגט. ער לעבט אויף אלע באקן. געט טעגליך נייעס. די שונא פון די מידיע ימ''ש. ווי אויך ווייל ער איז פרא איזראעל (נישט אלץ ציונות ח''ו, נאר צוליב די שרעקליכע איינזייטיגקייט פון די וועלט קעגן מד''י).

3. ווייל איך שטיץ טראמפ. און ווייל ער איז נישט קיין צד.

4. עס וועט מיר באדערן אז עס וועט ווערן בכלל שטיל די מצב.

5. עיין ערך 2

6. ער עסט מיט א צוגעמאכטע מויל און ער פלעגט קענען שנעל לויפן אויף בארג אראפ.

7. שטעלן א שטארקע טאן אויף טשיינע און איראן. לאזן מד''י לעבן. זיכער מאכן ס'זאל זיין נייעס.

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך עם הארץ » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:20 am

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?
טראמפ

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?
פרא ביזנעס, לאגיש.

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?
ער איז א חלק פון די דעמאקראטן (אבאמא) וואס האבן געטריפלט מיין העלט אינשורענס פעימענט, אינקריעסד מיין טעקס, אראפגעברענגט מאראלישע ווירדן, ועוד.

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?
איך בין גערישט דערויף אבער עס וועט נאכאלס געבן א היבשע ציפ.

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?
טעקס, הכרת הטוב - אידען פריינט, קאמען סענס איבער אידעלאגיע.

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?
היבש מענטשליך.

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?
שטערקערע גאן בעקגראנד טשעקס, דשאסטעס רעפארם, טשיינע טרעיד דיעל, וויניגער זיך מישען און העלפן אנדערע שוואכע לענדער, נאציאנאלע חובות,

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:23 am

ווייסעך נישט וואס צו ענטפערן, כ'פלאן צו וואטן פאר טראמפ (שוין געשריבן אינעם אנדערן אשכול פארוואס), אבער ביידן האלטעך העט זיין בעסער פארן לאנד און כ'וויל ער זאל געוואונען, סאו העמיר ענטפערן לויט וועם "כ'וויל" זאל זיין פרעזדענט. וואס דאס איז ביידן.


מטעמים האט געשריבן:אל מעלות כבוד חבירי וידידי,

אין דעם פאבליק אינטערוויו געבן מיר דא דעם כבוד פאר די חשובע אייוועלט שרייבער אריין צוקומען אין דעם אשכול און אראפלייגען בטוב טעם ודעת אייער געשעצטע מיינונג איבער די נושא פון די בעפארשטייענדע וואלען אין קורצען:

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?
כ'שטיץ ביידן ווייל ער איז א נארמאלע מענטש (א גרויסע קונץ אינעם טראמפ-עפאכע..), ליגנערט נישט 50 מאל א טאג, קאמפיינט נישט דורכן פראפאגאנדירען מיסאינפארמאציע, ער איז נישט אזא שטיק קאראפשען ווי איז אונזער יעצטיגע פאפער-אין-טשיף, ער קען פארנעמען אנדערע מיינונגען און קען אויסהערן עדווייס וואס ער גלייכט נישט און גייט נישט פיייערן א קאבינעט-מעמבער נאר פארן טראכטן פון זאגן אנדערש ווי ער וויל, און נאך אסאך.. (ס'איז דאך שוין נאך איינסע..)
פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?
ווייל ער איז נישט קיין סטעיבעל פערזאן, ליגנערט יא 50 מאל א טאג, קאמפיינט יא דורכ'ן פראפאגאנדירען מיסאינפארמאציע, איז יא א שטיק קאראפשען,קען נישט פארנעמען אן אנדערע מיינונג, פייערט יא קאבינעט-מעמבערס נאר פארן טראכטן פון זאגן אנדערש ווי ער וויל.. און נאך אסאך.
וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?
געווינס-עקסייטינג פארלוסט-פארשטייטזיך נישט העפפי, אבער כ'גיי נישט זיין צו איבערראשט
וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?
צוריק ברענגען עטוואס נארמאל'קייט צו אמעריקע, טויזענטער אידן גייען שוין נישט זיין פאר'כישופט צום פרעזידענט, אמעריקע העט סטאפן צו קריכן אינעם באד אריין
קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?
קען גוט פארדרייען זאכן לטובתו
אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?
פאראייניגן דאס לאנד, צוריק אויפהייבן די פריינטשאפט מיט די מערב-וועלט לענדער, אראפלייגן א שטארע פיס פאר רוסלאנד און כינע
—-
א דאנק פארען נעמען די מיה און מיט טיילען מיט אונז אייער מיינונג!
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:24 am

1) איך פארשטיי יעצט אז מען וועט אינדארסן טראמפ ביינונז, סוי לכאורה וועל איך שטימען פאר טראמפ, חוץ אויב ער וועט מיר צו שטארק אויפרעגן נעקסטע וואך, אדער איך וועל זיין צו אנצויגן.


2) איך האלט אז ער איז א געפערליכער פארשוין, אבער אזוי ווי דא אין ניו יארק האט ער קיין שאנס, וועלן מיר מסתמא ענדערש זיין א חלק פון דעם בלאקוואויט. אויך האלט איך - אדער האב געהאלטן ביז די לעצטערע גאסן טראמפיזם ביי אנ"ש - אז טראמפ איז דאך זיכער אז ער וועט זיין פרעזידענט כאטש 11 וואכן נאך די וואלן, און לאמיר זיך נישט לאזן נארן, ער וועט זיין קאמפליעטלי אנהינדזשד, און ער איז נאר דא צו העלפֿן זיינע שטיצער ווי א ריכטיגער דיקטאטור, איז גוט צו זיין אויף זיין זייט, משא"כ ביידן וועט דאך אונז עניוועי נישט טאן קיין נישט נארמאלע זאכן, און נארמאלע זאכן איז ער גרייט צו העלפן גאנץ אמעריקע. און בכלל, אפשר גאר וועט טראמפ יא געווינען אדער גנב'נען די וואלן אויף עפעס אן אופן. און אין גוטן מיט די לאקאלע רעגירונג וואס פלעגן זיין אין גוטן מיט די קאמיוניטי - דעבלאזיא און קואמא די גרעסטע אידן פריינט אין א לאנגע צייט כאטש ביז קאוויד - האט מען זיך שוין עניוועי צוקריגט, לפענ"ד בעיקר ווייל אונזער עולם האט זײ פיינט פארן זיין קעגן דעם פרעזידענט.


3) איך שטיץ אים טאקע יא, אבער ער דארף נישט מיין וואויט, נישט אין ניו יארק, און נישט נאציאנאל, וכנ"ל. און בכלל ווייסט ער נישט וואס די ווארט נקמה טייטשט, ווי מען זעהט אז ער האט גאר גענומען העריס פאר וויצע.


4) איך וועל שטארק הנאה פון א ביידן פרעזידענטשאפט, ווי אויך וואס די ליבעראלן וועלן זיך לכאורה היפש צולאזן און אוינען אביסעלע די רעכטע. עס וועט מיר שטארק שטערן א טראמפ געווינס, אבער למעשה איז מען שוין ליידער צוגעוואוינט די לעצטע פיר יאר.


5) אחדות, נארמאלקייט, אחריות.


6) מעגליך דער וואוילסטער מענטש צו לויפן פאר דעם אפיס, מיט אסאך עקספעריענס און קוואליפיקאציעס.


7) היי ענערדזשי, אבער טו מאטש פאר מיר.


-------

נכתב בצידו, געפעלט מיר די נישט חס ושלום אלץ ציונות...
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:27 am

1 טראמפ

2 ווייל ער וויל יעדער זאל זיין א סוקסעס אין מאכן אפאר דאללער.

3 ווייל ער וויל ארויף ברענגן די רייטס פון מענטשן וואס פרעדיגען ליידיגשאפט.

4 איך גיי זיין זייער העפי ווען טראמפ געווינט. און דער זעלבער צייט גיי איך ווילן מיט שפירן די צער וואס די אנדערע האבן ווען זייערס א קאנדידאט פארלירט.

5 איך האב אינזין טראמפ, זיין לאנגע ווארימע קאוט, און זיינע זיידענע הענטשעך.

6 איך גלייך זייער זשאו ביידן זין גלעזער.

7 איך וויל זייער שטארק טראמפ זאל ווייטער קעמפן פאר די פובליק! און נישט פאר א רייט ווייל דו בין א פרוי אדער ארגער דערפון. דו ווילסט מאכן אפאר דאללער, דו ווילסט ענזשויען לייף.. גאו אהעד, קענסטעך מאכן קאלערדיגע האר. אבער איך קוק דיר נישט מער ארויף יעצט..
דיד יו סעי סמאַרט?

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:29 am

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?
טראמפ

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?
ווייל ער איז נישט דיפלאמאטיש. ער טוהט וואס ער האלט פאר ריכטיג, טראץ וואס עס קוקט נישט אייביג אויס איידל

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?
ווייל אין מיינע אויגען וועט ער נישט פירען דאס לאנד לויט זיין פארשטאנד, נאר וואס אנדערע וועלן אים הייסן

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?
באדערן, אןו צומארגענס זאגען דעם שלא עשני גוי מיט כוונה

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?
פינאציעלע אנגעלעגנהייטן. אויסערן פאליסיס. אויסרוימען שמוץ אין די פאליטישע קארידארען

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?
ער ווייסט אז ער ברויך דערויסענדיגע הילף און איז גרייט אויסצוהערן אנדערע

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?
ליינט אויבן ביי מיינע כוונות ביים וועלן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך יש בו » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 1:41 am

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

1) שוין געשטומט פאר פרעזידענט טראמפ

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?

2) ווייל זיין קאנדידאטור שטייט פאר פרא רעליגיע, פרא פרידעם, פרא לייף, פרא אידן, פרא אקאנעמי, פרא קאממען סענס, אמעריקע פירסט, פארעין פאליסיס, ווי אויך פארשטייט ער זייער גוט צו די פראבלעמען פון די לינקע/מידיע/עסטעבלישמענט און ער טוט זאכן צו ברענגען אווערנעס פארן פאלק איבער דעם

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?

3) עיין ערך צוויי, דער קענגנער איז פאר די אלע זאכן פונקט קאפויער,

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?

4) מאף איך קיין מאנסי...

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?

5) אז דעם אייבערשטן'ס נאמען זאל גרויס ווערן, און אז מער אידן זאלן קענען איינהאלטן די תורה אן קיין שטערונגען, און אז איך און די גאנצע אמעריקאנע פאלק זאלן קענען געניסן פון די מעלות וואס איך האב געשריבן ביי נאמבער 2 און ביי נאמבער 7

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?

6) ער איז שוין צו אלט צו פאקעסן שטארק אויף זיינע שיטות, ממילא טראגט דאס נישט אסאך געוויכט

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?

7) טשיינע דיעל, נארט קאריע, אראפברענגען די פאוער פון די דעמאקראטן/פעיק ניוז מידיע/סאושיל מידיע וכדו'
וואס איז לדעתי איז זייער יעצטיגע אומבארעניצטע פאוער א נציאנאלע זיכערהייט עמערזשענסי
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 2:05 am

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

    טראמפ


פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?

    ער איז איינער וואס ניצט קאמען סענס און פייט פאר זאכען וואס ער זאגט אז ער גייט טוהן.
    ווערט נישט פארקויפט פאר די מידיע און פייט זיי ביז העל
    נייגט נישט קיין אויער פאר די הויכגעשפראצטע קאלעדזש עדיוקעט סייענס ווייל אזוי ווילן זיי מיינט נישט אז מען דארף אזוי טוהן. (להבדיל זאג מיר איין מענטש וואס בויעט א הויז און קומט נאך יעדע פיצי פרט וואס איז פארלאנגט), דיע זאכען הייבן נאר קאסטען און מאכן ארעם דער באפעלקערונג
    שטיצט רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן
    איז פאר פריוואטע סקול טשוס
    ברענגט שלום און רואיגקייט אויף דער וועלט (האט גופא אז ער ווערט נישט פארלוירן פאר דער מערב וועלט, צייגט דאס)
    האט נישט מורא צי ווארפן ווען ער זייט אז איינער ארבעט נישט מיט אדער ארבעט אקעגען זיין אגענדע


פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?

    ווייל ער האט נישט די אלע מעלות, + וואס איך האלט אז ער וועט נישט פירן סייווי ער לאזט זיך פירן ער איז נאר דער מייקראפון

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?

    שויתי ה' לנגדי תמיד הן לטב ולמוטב


וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?

    איך דין נישט די אמעריקאנער רעליגיע און האב גארנישט אינזין חוץ פון מיין רעליגיע און מיין טאש
    קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?
    ער פאלגט און טוט וואס מ'הייסט איהם.


אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?

    העלט קעיר, ח"ו זאל נישט ווערן יוניווערסל
    טעקס
    ריפורמען די וועג ווי אזוי פראגראמען ארבעט (אזוי אז איינער וואס מאכט געלט זאל מאכן מער ווי איינער וואס מאכט נישט)
    אינפסטרוקטשער
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

בפשיטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך בפשיטות » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 2:14 am

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?
דאנעלד דשעי טראמפ

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?
ווייל ער גלייבט אז יש מנהיג לבירה, אין רעליגיע איז ביי איהם א עכטע זאך

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?
ווייל ער לויפט אויפן דעמאקראטישען טיקעט

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?
געוואונס: דאנקען דעם אייבערשטען אז זיין וועט גרויס ווערן פאר נאך פיר יאר
פארלוסט: מחזק זיין מיט אמונה ובטחון אז עס גייט בעזהשי"ת נישט ארויסקומען קיין שלעכטס פאר קיין שום אידיש קינד

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?
1) הכרת הטוב 2) דעקט אויף די ריכטיגע פרצוף פון די מידיע 3) נאך א וואוט קעגן די דעמאקראטן ליבעראלן סאושעליסטן פראגרעסיווען ובכל שמותיהם הנרדפים

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?
סוכ"ס איז ער ער גאנץ א מעסיגע דעמאקראט (דאס איז א מעלה אויפן קאנדידאט זעלבסט ולא יותר)

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?
איך בין זייער צופרידן פון אלע זיינע פאלעסיס אין פון אלעס וואס ער האט געטוהן די לעצטע פיר יאר

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 4:14 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

טראמפ

סדר'ל אוי ביסטו זיס!!! יעדער שורה דיינע איז ווערד א נעשכול פאר זיך...

אינטערסאנט נאר אז דיין שרעקעדיגע חתימה מיט וואס דו דרייסטעך שוין די לעצטע פאר וואכן איז קיינמאל נישט דערמאנט געווארן, ויש ליישב.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
די תגובה איז איבערגעקוקט געווארן צוויי מאל מחמת חששא דחקבקוקו. מיר באקוקן די ספעלינג און באזיפן די תוכן.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 4:20 am

לכאורה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אל מעלות כבוד חבירי וידידי,

אין דעם פאבליק אינטערוויו געבן מיר דא דעם כבוד פאר די חשובע אייוועלט שרייבער אריין צוקומען אין דעם אשכול און אראפלייגען בטוב טעם ודעת אייער געשעצטע מיינונג איבער די נושא פון די בעפארשטייענדע וואלען אין קורצען:

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

דזשאסעף ר. ביידען (וואס שטייט טאקע די ר. פאר? וואסא חילוק, די ביידען ווייס איך אויך נישט פאר וואס עס שטייט) ראבינעט , קרעדיט וויקי


דיין האס (מיט אן א') איז ציקער זיס אויב דאס איז מעגליך.
אבער דיין סיבה פארן וועלן פאר ביידן איז אומפארשטענדליך. נ"י גייט ער דאך סייווי מאכן לדבריך, און אים זיכסטו נישט גרויס צו מאכן ווייל דו האלסט אים פאר אן אפגעוועטשטע אלטערס'היים זיידע. נו קענסטו דאך איינשפארן די טירחא אינגאנצען און בלייבן אינדערהיים?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
די תגובה איז איבערגעקוקט געווארן צוויי מאל מחמת חששא דחקבקוקו. מיר באקוקן די ספעלינג און באזיפן די תוכן.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:48 am

מטעמים האט געשריבן:אל מעלות כבוד חבירי וידידי,

אין דעם פאבליק אינטערוויו געבן מיר דא דעם כבוד פאר די חשובע אייוועלט שרייבער אריין צוקומען אין דעם אשכול און אראפלייגען בטוב טעם ודעת אייער געשעצטע מיינונג איבער די נושא פון די בעפארשטייענדע וואלען אין קורצען:

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

פרעזידענט טראמפ

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?

ווייל איך זע היינט אז די עסקנים פון מיין קהילה אינדראסירן אים

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?

ווייל ער איז נישט אינדראסירט געווארן דורך מיין קהילה. און טראץ וואס איך האב מיין אייגענע מיינונג אויף יעדע זאך, ווייס איך אבער אז פאליטיק איז זייער א האקאלע אישו, ממילא פארלאז איך מיר אויף די עסקנים פון מיין קהילה מיט בלינדע אויגן ביי די דאזיגע ענינים

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?

איך וועל זיין זייער רואיג און פריילעך סיי ווער עס געווינט

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?

אז די אידישע בלאק וואוט זאל זיין דאס שטערקסטע וואס שייך, און אויפטון דאס וואס די עסקנים האפן עס זאל אויפטון

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?

איך הארעב נישט קיין קעגנערישע קאנדידאט אין דער פארמעסט. אבער אויב דער פראגע מיינט טראמפ צוליב מיין פריוואטע מיינונג, איז ער א געוואלדיגע אוהב היימישע אידן, און אוהב ישראל, איז נישט קיין פליטיקאנט, און האט נישט מורא צו זאגן דעם אמת אויך ווען עס איז נ ישט פאליטיקל קארעקט

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?

ווייטער העלפן היימישע אידן
—-
א דאנק פארען נעמען די מיה און מיט טיילען מיט אונז אייער מיינונג!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2378
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:00 am

1 - ווארשיינליך טראמפ
2 - פדיון שבויים - רעליגיע 
3 - איך האב גארנישט קעגן ביידען, אבער איך קען נישט דערליידן זיינע ליבעראלע שטיצער און די פעיק מידיא.
4 - איך האב נישט קיין פראבלעם אז ביידען געווינט. אדרבא, עס וועט ברענגען רואיגקייט אין לאנד.
5 - פאמיליע ווירדן - רעליגיע רעכטן - מיטל קלאס 
6 - ביידען האט אסאך מעלות, פיל מער ווי טראמפ
7 - העלפן מער די מיטל קלאס - אויף דעם איז ביידען בעסער.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:20 am

פער בריסטאו האט געשריבן:1 טראמפ

2 ווייל ער וויל יעדער זאל זיין א סוקסעס אין מאכן אפאר דאללער.

3 ווייל ער וויל ארויף ברענגן די רייטס פון מענטשן וואס פרעדיגען ליידיגשאפט.

4 איך גיי זיין זייער העפי ווען טראמפ געווינט. און דער זעלבער צייט גיי איך ווילן מיט שפירן די צער וואס די אנדערע האבן ווען זייערס א קאנדידאט פארלירט.

5 איך האב אינזין טראמפ, זיין לאנגע ווארימע קאוט, און זיינע זיידענע הענטשעך.

6 איך גלייך זייער זשאו ביידן זין גלעזער.

7 איך וויל זייער שטארק טראמפ זאל ווייטער קעמפן פאר די פובליק! און נישט פאר א רייט ווייל דו בין א פרוי אדער ארגער דערפון. דו ווילסט מאכן אפאר דאללער, דו ווילסט ענזשויען לייף.. גאו אהעד, קענסטעך מאכן קאלערדיגע האר. אבער איך קוק דיר נישט מער ארויף יעצט..

:lol: :lol: :lol:
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:24 am

מטעמים האט געשריבן:אל מעלות כבוד חבירי וידידי,

אין דעם פאבליק אינטערוויו געבן מיר דא דעם כבוד פאר די חשובע אייוועלט שרייבער אריין צוקומען אין דעם אשכול און אראפלייגען בטוב טעם ודעת אייער געשעצטע מיינונג איבער די נושא פון די בעפארשטייענדע וואלען אין קורצען:

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?

איך פלאן נישט צו שטימען, ווייל איך בין נישט רעגיסטרירט. אבער שטיצן שטיץ איך פרעזידענט דאנעלד דזשעי טראמפ.
פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?
וויבאלד ער האט זייער א פראגמאטישער קאממאן סענס צוגאנג צו אישו'ס. ווי אויך אדרעסירט ער די אישו'ס וואס דער אמעריקאנער עמך וויל זיי זאלן ווערן געלעזט. ווי אויך ווייל ער איז א מענטש וואס האט זייער ברייטע שטארקע פלייצעס און איז גרייט אינטערצונעמען זאכן סיי וואס זענען קאנטרעווערסיאל און סיי וואס זענען שווער, כדי צו צו דערגרייכן זיינע פראמיסעס פאר די אמעריקאנער בירגער.
פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?
איינס, ווייל אויב שטיץ טראמפ פארוואס זאל איך שטיצן זיין קעגנער? צוויי, זיין קעגנער איז דע מאוסט אנפיט פערסאן צו זיצן אויפ'ן העכסטן אמט אין די וועלט, דער איז נישט מיט אונז, איך ווייס נישט וועלכע נאמען דאס האט אבער עפעס איז מיט דעם מענטש. דאס לאנד גייט פשוט נישט האבן קיין פירער, און אויב יא א פירער וועלן עס זיין די סארט מענטשן וואס ווילן צעגרינד לייגן די אמעריקאנער קולטור, ווירדן און עקאנאמיע.
וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?
צו זיין געוואונס וועל איך זעלבסט פארשטענדליך זיין זייער היי. צו זיין פארלוסט וועל איך פון איין זייט זיין רואיג, נאך אלעם ביידען איז א רואיגער מענטש און די אנגעצויגנקייט אין לאנד וועט אביסל נאכלאזן. פארשטייט זיך דאס אלעס איז נאר אויב עס וועלן נישט אויסברעכט אומרוען אויף אויסגאנג פון די וואלן, אויב יא, דאן איז דאס א נייע מסכת.

פון די אנדערע זייט וועל איך שפירן ווי דאס לאנד איז ווידער אויפ'ן וועג אראפ פון שיפן דעם עזזאל בארג, נאכ'ן גיין אויפ'ן וועג ארויף פאר פיר יאר.
וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?
אזוי ווי איך וואוט נישט האב איך נישט אינזין גארנישט. אבער אויב וואלט ווען געקענט וואוטן, וואלט מיין כוונה געווען, אינטערנאציאנאלע טרעיד, רעגולאציעס און פארעין פאליסי. און גאנץ צו לעצט אויך רעליגיע פרייהייט.
קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?
יא. ביידען איז בטבע זייער א פיינער און א געשמאקער אנגענעמער מענטש. ווי אויך אז ער האט זייער א סך בא'טעמ'טע און קלוגע שטיצער דא אויפ'ן וועלטל.
אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?
די אויבנדערמאנטע אישו'ס, פלאס קאנטראלירן ספענדינג און פארקלענערן גאווערמענט אגענטורן לויט א קאממאן סענס מהלך, נישט לויט וויפיל מענטשן זוכן דזשאב'ס.
—-
א דאנק פארען נעמען די מיה און מיט טיילען מיט אונז אייער מיינונג!

יישר!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:27 am

@אסדר: :lol: :lol: :lol:
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:43 am

אל מעלות כבוד חבירי וידידי,

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?
פרעזידענט דאנאלד טראמפ.

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?
ער איז א מענטש וואס זוכט תכלית, ער טוט און רועט נישט איין, עפעס גוט מוז דאך ארויסקומען.

זיין עקאנאמישע מהלך/שיטה, פרא ביזנעס, יעדער זאל מאכן געלט אנשטאט זיצן אויף רעגירונג פראגראמען.

זיין אויסערן פאליסי מהלך, בעיקר בנוגע איראן און טשיינע, נאט״א און פאריז אפמאך.

זיין רעספעקט פאר רעליגיע ובפרט היימישע אידן.

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?
אלץ א שות״מ, קען איך נישט וואוטען פאר א ליבעראלע טיקעט.

גייט פארלענגערן לאקדאון.

גייט זיין ביזי מיט ענווייראמענט, אנשטאט עקאנאמי.

גייט סאפארטן ראיאטן אנשטאט פאליציי.

גייט ארויפלייגן טויזנטער מענטשן אויף רעגירונג פראגאמען, אנשטאט זיי שיקן ארבעטן.

גייט געבן שטייער צאלער געלט פאר אומלעגאלע אימיגראנטן.

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?
ס׳גייט מיר געבן א שטאך, אבער איך גלייב אז וואס די אויבעשטער טוט איז גוט.

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?
רעליגיע/מאראל,
עקאנאמי,
קאראנע.

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?
ביידען פערזענליך האט סך מער מעלות ווי טראמפ,
אויף פאליסי האלט איך שטארק מיט אים וועגן גאן קאנטראל.

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?
די אישוס וואס כ׳האב אינזין ביים וואוטען.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: אייער מיינונג איבער די בעפאר שטייענדע וואלען (נישט קיין דעבאטעס)

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 11:16 am

פארוועם פלאנט איר צו שטומען?
טראמפ'נען

פארוואס שטיצט איר די קאנדידאט?
אוטסיידער, טאלק ענד עקשאן. ער גלייבט נישט און גלאבעל ווארמינג.

פארוואס שטיצט איר נישט זיין קעגנער?
47 יאר א פאליטישען, טאלק אנלי נאו עקשאן.
א ליגענער פון די ערשטע קלאס, (לייג עס אויף דיין וועבסייט...............טראמפ האט האט מען נאך נישט געכאפט ביי אזא גוטס אפילו ער זאגט ליגענט א גאנצן טאג)

וויאזוי וועט איר אויפנעמען אייער קאנדידאטס געוואונס/פארלוסט?
אז ער געווינט אידעך גוט, אז נישט איז אויך גוט, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.

וואס איז די דריי הויפט אישוס וואס איר האט אינזין ביים וואוטען?
פרא ביזנעס קעפיטיליזעם. ענדיגן אויסדרעינען די מאראסט. פדיון שביום

קענט איר שרייבען איין מעלה אויף די קעגנערישע קאנדידאט?
א געפאלישטע פאליטישען.

אויב אייער קאנדידאט געוואונט וואספארא פאליסיס ווילט איר אים זעהן פאוקעסד אויף?
צירוק ברענגן דשאבס קיין אמעריקא.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, police, איך הער נישט, בן איש חי, בענקעל, הירשל ציג, חבצלת השרון, יאנקעל פעדראטשיק, מנלן, נא_שכל, קיטשי, שופר, שטיל, שפיצער, שקר_הדייעט און 54 געסט