אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 דעבאטע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 9:50 pm

טראמפ
272
83%
ביידען
56
17%
 
סך הכול שטימען: 328

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:50 pm

ווער האט געוואונען די צווייטע דעבאטע?

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:59 pm

ביי מיר איז ביידען די געוואונער וויבאלד ער האט דורכגעלעבט די האנטער אישו

חוץ מזה איז טראמפ סליפי ביידען לעבט אריין

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8959
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:02 pm

טראמפ איז א האריבל דעבאטירער.
איך קען זיך נישט פארשטעלן וויאזוי א טראמפ - ווארען אדער טראמפ -בוטידזשעדזש דעבאטע וואלט אויסגעקוקט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:29 pm

טראמפ איז געווען נארמאל, ער האט גוט געזאגט זיינע ליגענטס און אנדערע ליינס.

ביידן איז געווען נאך אסאך אסאך קלארער און בעסער ווי די פאריגע, מעגליך אפילו בעסער ווי ביי זיינע אינטערוויוס און טאונהאלס. מעגליך ווייל טראמפ איז בלית ברירה געווען נארמאל און אים נישט צומישט דורך אריינהאקן א גאנצן צייט.


איך האלט אז ביידן האט געווינען,, ווייל...

ער איז געווען זייער זייער קלאר מיט זיינע פוינטס.
ער איז געווען בעסער ווי טראמפ.
ער האט גוט געהענדלט די האנטער שאלה.
א טיי איז אויך גוט פאר אים, טראמפ איז דער וואס דארף א געים טשעינדשער, נישט ביידן.


פון די אנדערע זייט איז טראמפ געווען זייער גוט, און בעצם איז ער פאריגע מאל אויך געווען גאנץ גוט, נאר עס איז בטל געווארן אין זיין עקטן ווי אצודרייטער.

די מאדערעיטער וואלט לכאורה געווען ערגער אדער בערך די זעלבע ווי וואלעס צוויי וואכן צוריק, און וואלעס וואלט לכאורה געווען בעסער אדער בערך די זעלבע היינט נאכט, ווייל טראמפ האט זייער שיין מיטגעארבעט, קודאס פרעזידענט טראמפ.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:34 pm

טראמפ האט געדארפט א געים טשעינדזשער מאמענט וואו ביידען קראכט אראפ, דאס פאסירט נישט. ווייט פון דעם

אור
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:41 pm

טראמפ איז געווען מער לעבעדיגער ווי פאריגע מאל, געענטפערט שארף

אוועטאר
milech fried
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך milech fried » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:41 pm

זעה איך די טראמפערס דא זענען נאר ביזי אז זי איז געווען בייעסד
איי טראמפ האט איר אזוי שיין אויסגערימט?
“A president cannot defend a nation if he is not held accountable to its laws.”
― DaShanne Stokes

profit
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2020 11:36 am

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך profit » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:43 pm

נישט פארגעסן ביידען האט זיך צוגעגערייט א גאנצע וואך פאר די דיבעט

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:43 pm

ערשטע מחשבות

ביידען האט געזיגט. לויט די סורקאמסטענסעס זיכער.

ער האט פיין דורכשווימען די האנטער סקאנדאל. דאס איז געווען מיין גרעסטע קאנסערן.

טראמפ האט געסטאפט די בליטיגונג אבער נישט קיין עכטע געים טשעינדזשער. דאס איז נישט גענוג פאר אים.

טראמפ האט אריינגערוקט אפאר גוטע אטאקע ליינס. אבער געווען מער אויף דעפענס דורכאויס די דעבאטע

טראמפ האט לכאורה געסקאורט ביי שווארצע און פארלוירן סובארבען פרויען בגדול

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:44 pm

milech fried האט געשריבן:זעה איך די טראמפערס דא זענען נאר ביזי אז זי איז געווען בייעסד
איי טראמפ האט איר אזוי שיין אויסגערימט?

ביז דעמאלטס איז זי געווען גוט גלייך נאכדעם איז זי געווארן בייעסד
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:44 pm

זייער א שטארקע דעבאטע געווען היינט. ביידע זענען זיי גוט געווען. דער געווינער איז קלאר טראמפ! ספעציעל פאר זיין רואיגע האנדלונג וואס דאס איז ממש געווען א WOW ווי אויך זיינע גוטע ליינס און זאכליכע ענטפערס, און פאר'ן נישט צופיל גריבלען אין די האנטער גארבידזש, עס קומט זיך אים א סך קרעדיט פאר'ן האבן שכל אזוי צו טון.

ביידען איז אויך זייער גוט געווען.

דער פארלירער איז די מאדערעיטער, עס איז ממש געווען א שרעק די בייעס!


קודאס מיסטער פרעזידענט!
לעצט פאראכטן דורך פעיק ניוז אום דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס׳וועט זיין בעסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:46 pm

הענדס דאון טראמפ האט געוואונען, זייער קלאר, רואיג, צום פוינט.

ביידען ווי הילערי, איבערגעדראשען צוגעגרייטע ליינס, געשמייכלט ווי ס׳פעלט נישט אויס, געוויסע צייטן זייער צומישט געוועהן.

טראמפ האט נישט אויפגעהערט צו האמערען און געוואלדיג גענאגלט די פוינט אז ביידען איז א טיפיקעל פאליטישאן, געוועהן אין פאוער פארעווער, אכט יאר וויצע, ווי איז ער דעמאלטס געוועהן?!?!
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

האמת הצפון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך האמת הצפון » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:47 pm

אייוועלט שרייבער האט געשריבן:
milech fried האט געשריבן:זעה איך די טראמפערס דא זענען נאר ביזי אז זי איז געווען בייעסד
איי טראמפ האט איר אזוי שיין אויסגערימט?

ביז דעמאלטס איז זי געווען גוט גלייך נאכדעם איז זי געווארן בייעסד

אויב מען מעג זאגן דאס אז זי איז א פרוי, איז די תירוץ דערויף, האט נישט קיין עכטע שטארקייט
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

SHULEM FRIEDMAN
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 4:09 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך SHULEM FRIEDMAN » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:48 pm

דער ביידען האט דאך געשאסען אזוינע ליגנטס איינס נאכען צווייטען אז מיין קאפ איז שיעור צוקראכט געווארען.

וואס איז ער דורכגעשווימען? אז ער שיסט א סטעיטמענט אז ס'שטותים???
די גאנצע לעפטאפ איז נאר ראשען קאלוזשען...
נישטא ווער זאל לאכן...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:48 pm

milech fried האט געשריבן:זעה איך די טראמפערס דא זענען נאר ביזי אז זי איז געווען בייעסד
איי טראמפ האט איר אזוי שיין אויסגערימט?

אז דו וועסט איבער קוקן די אפדעיטס וועסטו זען ווי ביז די מינוט וואס טראמפ האט איר קאמפלימענטירט האב איך געהאלטן אין איין שרייבן אז זי איז זייער גוט, און טראמפ האט אויך אזוי געהאלטן. גלייך דעם קאמפלימענט האבן זאכן אנגעהויבן פארן בארג אראפ. איך ווייס נישט אויב דאס האט שייכות.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

האמת הצפון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך האמת הצפון » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:49 pm

וואס איז די מעשה מיט די ריקארדינג, ווער איז גערעכט טראמפ אדער ביידן?
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:49 pm

וואס זאגן די אלגעמיינע אינסטענט אנקעטעס איבערן דעבאטע געווינס?
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

טאוסטעד
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:08 am

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך טאוסטעד » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:50 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:זייער א שטארקע דעבאטע געווען היינט. ביידע זענען זיי גוט געווען. דער געווינער איז קלאר טראמפ! ספעציעל פאר זיין רואיגע האנדלונג וואס דאס איז ממש געווען א WOW ווי אויך זיינע גוטע ליינס און זאכליכע ענטפערס, און פאר'ן נישט אריין גיין אין די האנטער גארבידזש, עס קומט זיך אים א סך קרעדיט פאר'ן האבן שכל אזוי צו טון.

ביידען איז אויך זייער גוט געווען.

דער פארלירער איז די מאדערעיטער, עס איז ממש געווען א שרעק די בייעס!


קודאס מיסטער פרעזידענט!

גענאגעלט!

ממש אויסגעכאפט מיינע ווערטער

איין זאך צוצולייגן
די מאדערעטאר האט געמאכט א סופער סופער דשאב פאר די ערשטע האלב דיבעיט
ביז די טראמפּ קאמפלימענט פון דארט און ווייטער איז זי געווען שלעכט אבער איך וואלט נישט געזאגט אז ממש א דיזעסטער

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:51 pm

יש בו האט געשריבן:וואס זאגן די אלגעמיינע אינסטענט אנקעטעס איבערן דעבאטע געווינס?

עס נעמט מסתמא א האלבע שעה/שעה ביז ס'קומט ארויס

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:52 pm

יאפ אין ערשטע האלב איז זי געווען סופער!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:53 pm

האלצשטיין האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:וואס זאגן די אלגעמיינע אינסטענט אנקעטעס איבערן דעבאטע געווינס?

עס נעמט מסתמא א האלבע שעה/שעה ביז ס'קומט ארויס

מ'קען עס נישט זעהן גראד?

זיי דארפן קודם וויסן וואס די ריזאלטס זענען?
וואס באהאלטן זיי?
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך פוילער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:55 pm

טראמפ דער קלארער זיגער!

די רעיס אישו האט ער גוט אויסגעניצט אריין צופליקן ביידן, און א צייט וואס טראמפ וואלט בפשטות געדארפט זיין וואנרעבל, אזוי ווי נקדימון זאגט ער האט זיכער געסקארט ביי די שווארצע.

דער ליין פון טראמפ פון ״וואס האסטו נישט אויסגעפירט זיינע אלע פלענער ווען די ביסט געווען און אפיס פאר נישט צו לאנג צירוק״ גייט בלייבן קלעבן אויף ביידן!

ביידן איז נישט געווען שלעכט אבער טראמפ איז געווען סאך בעסער! ער איז געווארן שטערקער פון מינוט צו מינוט!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:55 pm

פון שכנות'דיגן אשכול (די עקשען איז דא זעה איך..)
גראדע בין איך אימפרעסד מיט די דשאב וואס זי האט געטוהן.
זי איז טאקע געווארן שטארק בייעסד בערך א האלבע שעה אריין אין דיבעיט, אבער אין קאנטראסט צי פריעדיגע איז זי געווען גאר נוטראל...

ס'האט גאר שטארק ארויסגעשטארצט ווי זי האט כסדר אריינגעהאקט דעם פרעזידענט, און מער פון דעם נאך ליטטערלי א האלבע ווארט פון טראמפ האקט זי איבער "דשאו, יור ריספאנס"
אבער כ'בין היבש ציפרידן, מ'קען זיך נישט אפרעדן. די קאנדידאטן זענען מער ווייניגער געבליבן ריספעקטפול אדאנק איר נישט איבערציען דעם בייעסד שטריק.


געווינער איז טראמפ פאר די 2 סיבות
- ביידען האט נישט געזאגט גארנישט וואס זאל איבערצייגן א אומבאשלאסענעם וויילער וואס ער גייט אויפטוהן.
- די רעפיטינדע אטאקע פון טראמפ: "ווי ביזטו געווען אין די 8 יאר אין ווייסע הויז? פארוואס זאלסטו יעצט מער עפעס טוהן ווי דעמאלטס?" איז עפעס וואס קען רעדן צי וויילער.
- טראמפס קרימינעל דשאסטיס רעפארם ביל קעגן ביידענס 94' ביל איז ביידן געבליבן אנע זאכליכע ענטפער.
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:55 pm

יש בו האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:וואס זאגן די אלגעמיינע אינסטענט אנקעטעס איבערן דעבאטע געווינס?

עס נעמט מסתמא א האלבע שעה/שעה ביז ס'קומט ארויס

מ'קען עס נישט זעהן גראד?

זיי דארפן קודם וויסן וואס די ריזאלטס זענען?
וואס באהאלטן זיי?

עס נעמט פשוט צייט דער עולם שטימט און מסתמא איז דא א פראצעדור

די פאקס אנקעטע נאך די ערשטע דעבאטע וואס האט געויזן אז טראמפ האט געוואונען איז אויך נישט ארויסגעקומען תיכף ומיד

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: אנקעטע: ווער האט געוואונען די צווייטע 2020 פרעזידענטליכע דעבאטע?

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 10:56 pm

איך וואלט ציטיילט אישו ביי אישו
קאראונע, שווארצע, און ענוויראמענט איז טראמפ א געווינער.

(ביי די איבריגע האב איך געלערנט)
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”