טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך נקדימון » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 6:00 pm

ברעיקינג: די ניו יארק טיימס האט באוויזן צו לייגן א האנט אויף דאנאלד טראמפ'ס טעקס ריטורנס פון עטליכע צענדליגע יארן.

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך נקדימון » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 6:01 pm

עס שטעלט זיך ארויס אז פרעזידענט טראמפ האט געצאלט גאנצע 750 דאללער פעדערעל אינקאם טעקס די יאר ער האט געוואונען די פרעזידענטסי און 750 דאללער די יאר דערויף.

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך נקדימון » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 6:02 pm

מער דעטאלן נאך יום טוב.

א פרייליכן יום טוב, א גרינגער פאסט און א גמר חתימה טובה

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך הויעך » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 8:45 pm

א גוט יום טוב און א גוט קוויטעל
קען מען זעהן די טעקס ריטורן? איזעס באמת פאבליק? אדער נאר די ניו יארק טיימס האט עס?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 8:48 pm

טראמפ האט גענומען א $72.9 מיליאן טעקס ריפאנד אין 2010, און נישט געצאלט גארנישט אין פעדעראלע שטייערן אין צען פון די לעצטע פופצן יאר.

אין 2016 און 2017 האט ער, ווי א טראל, געצאלט גאנצע $750 שטייער. ווארשיינליך צו קענען זאגן אז ער צאלט יא שטייער...

וואס איז די געזעץ ווען אנשטאט צאלן 20% פעדעראלע שטייער, ווי אבאמא, אדער גארנישט, ווי האלב אמעריקאנער וואס זענען שוואכערע פארדינער, באקומט מען א זיבציג מיליאן דאלער טעקס ריטורן שפילנדיג אלס א מולטי ביליאנער?
צוגעלייגטע
Screenshot_20200928-204233__01.jpg
Screenshot_20200928-204233__01.jpg (190.17 KiB) געזעהן 2193 מאל
Screenshot_20200928-204249__01.jpg
Screenshot_20200928-204249__01.jpg (120.5 KiB) געזעהן 2193 מאל
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 8:52 pm

זיבציג טויזנט דידאקשן פאר זיין האר, $95,000 פאר איוואנקע'ס...


There's another massive revelation in the NYT's tax returns story: Trump wrote off $26 million in unexplained "consulting fees" between 2010 and 2018, with almost $750,000 apparently going to his daughter Ivanka in one disclosure | Analysis by @CillizzaCNN https://t.co/TVO9xgIr89
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך בסד » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 8:53 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ האט גענומען א $72.9 מיליאן טעקס ריפאנד אין 2010, און נישט געצאלט גארנישט אין פעדעראלע שטייערן אין צען פון די לעצטע פופצן יאר.

אין 2016 און 2017 האט ער, ווי א טראל, געצאלט גאנצע $750 שטייער. ווארשיינליך צו קענען זאגן אז ער צאלט יא שטייער...

וואס איז די געזעץ ווען אנשטאט צאלן 20% פעדעראלע שטייער, ווי אבאמא, אדער גארנישט, ווי האלב אמעריקאנער וואס זענען שוואכערע פארדינער, באקומט מען א זיבציג מיליאן דאלער טעקס ריטורן שפילנדיג אלס א מולטי ביליאנער?

א גוט יום טוב.
אונז זאלן אלע האבן געפויעלט אלעס גוטס.

איך וואלט נישט צופיל געבויט אויף די רעפארט. וד"ל.
לאמיר ציווארטען.

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך rutledge » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 8:58 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:זיבציג טויזנט דידאקשן פאר זיין האר, $95,000 פאר איוואנקע'ס...


There's another massive revelation in the NYT's tax returns story: Trump wrote off $26 million in unexplained "consulting fees" between 2010 and 2018, with almost $750,000 apparently going to his daughter Ivanka in one disclosure | Analysis by @CillizzaCNN https://t.co/TVO9xgIr89

די irs האט נישט קיין פראבלעם דערמיט איי געס.. סא וואס זאגסטי מיר אז ער האט א גוטע אקאונטענד?

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך sheetrock » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:02 pm

הויעך האט געשריבן:א גוט יום טוב און א גוט קוויטעל
קען מען זעהן די טעקס ריטורן? איזעס באמת פאבליק? אדער נאר די ניו יארק טיימס האט עס?

דעי חברה געבן איבער אז ס'איז פעיק ניוז
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך בסד » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:05 pm

נישט קיין חילוק וואס דארט שטייט, ווייסט די IRS אויך וואס דארט שטייט. איך מיין זיי האבן א קאפי...
אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן, איז די קשיא אויף די אייערעס.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:11 pm

נקדימון האט געשריבן:ברעיקינג: די ניו יארק טיימס האט באוויזן צו לייגן א האנט אויף דאנאלד טראמפ'ס טעקס ריטורנס פון עטליכע צענדליגע יארן.

יישר כוח פאר די באריכט,
וועלכע נאגאטיווע נייעס איז דא אקעגן טראמפ, אדער גייט קומען, ער זאל דארפן ליעקן די טעקס ריטורנס? ( דאס איז די איינציגסטער סיבה וואס איך קען טראכטן, אז פונקט יעצט ליעקט עס, נאכן עס באווייזן צו באהאלטן אזוי לאנג)
ספענט 40$ און באקומט 40$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:18 pm

נישטא קיין שום פראוד. זשאסט ענאדער סקעם אינטער צו רייסן דעם פרעזידענט!
דיד יו סעי סמאַרט?

Haklal
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך Haklal » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:26 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:נישטא קיין שום פראוד. זשאסט ענאדער סקעם אינטער צו רייסן דעם פרעזידענט!

נישט פראוד נאר עס איז זייער נישט באטעמט אז דער גרויסער מיליאנער זאל נישט צאלן גארנישט בעת ווען די וואס מאכן אויף דורכצולעבן דעם טאג צאלן אוועק 30%

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:26 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ האט גענומען א $72.9 מיליאן טעקס ריפאנד אין 2010, און נישט געצאלט גארנישט אין פעדעראלע שטייערן אין צען פון די לעצטע פופצן יאר.

אין 2016 און 2017 האט ער, ווי א טראל, געצאלט גאנצע $750 שטייער. ווארשיינליך צו קענען זאגן אז ער צאלט יא שטייער...

וואס איז די געזעץ ווען אנשטאט צאלן 20% פעדעראלע שטייער, ווי אבאמא, אדער גארנישט, ווי האלב אמעריקאנער וואס זענען שוואכערע פארדינער, באקומט מען א זיבציג מיליאן דאלער טעקס ריטורן שפילנדיג אלס א מולטי ביליאנער?

איך האב געמיינט אז די מענטש האט נישט קיין פעני צי די נשמה און איז א געמאכטע ביליאנער.. 72 מיליאן דאלער נאר פאר א טעקס ריפאנד? בלויז פון 2010? הלואי אויף אלע אידישע קינדער אזא ריפאנד אין 5 יאר

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:31 pm

פון ווי ליעקט אזוי פריוואטע טעקס ריטורען? קען מען שוין טאקע נישט טראסטען א גאווערמענט עיזשענסי? אה אפשר איז עס געווען זשוליאן אסאנזש, אין די גאווערמענט איז גארנישט שולדיג אין די ליעק.

אדער איז עס פלעין נישט אמת?

דרך אגב פוטין און ערדואן האט זייער ליב געהאט צי באשולדיגען זייערע פאליטישע אפאנענטען אין? שטייער פראוד!!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך הויעך » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:37 pm

נישט קיין חילוק וואס סשטייט אין די טעקס ריטורן איזעס נישט קיין טעקס פראוד, חוץ אויב ער האט געשריעבן אפענע ליגענטס פאר די אייארעס, מקען סך הכול זעהן ווי גוט ער האט געשפיעלט די סיסטעם מיט אלע לעגאלע לאאפהאוילס, כגלייב נישט אז דאס וועט טוישען אפילו איין וואויט לטב או למוטב,

סתם נויז
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6053
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:40 pm

ס'קוקט אויס ווי די עולם כאפט עפעס נישט דא..
קיינער האט קיינמאל גע'טענה'ט (עט ליעסט לויט וואס איך האב געהערט) אז טראמפ האט בא'גנב'ט די IRS, נאר מ'האט געוואלט זעען די ריטוירנס טאקע פאר דעם וואס די NYT האט דיסקאווערט, אז ער האט (ווי יעדע כיטרע ביליאנער) געצאלט גארנישט אין טעקס, און דאס איז זייער זייער זיייער נישט גוט פאר א פרעזידענט, אפילו מ'קען אים נישט 'ארעסטירן' פאר דעם, און כ'מיין יעדער פארשטייט עס.


איך רעד נאר לויט דאס וואס די NYT שרייבט, אויב דאס עצם דיסקאווערי איז אמת, ווייסעך נישט.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך הויעך » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:42 pm

אפישעלי האט מען געוואלט זעהן די טעקס ריטורן צו זעהן צו ער איז טאקע אזא ביליאנער ווי ער זאגט ער איז, (וואס באמת קען מען דאס נישט זעהן אויף א טעקס ריטורן אבער סאחילוק?)
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:48 pm

בנוגע זיין נישט צאלן שטייערען, די סיבה פארוואס ער האט נישט געצאלט שטייערען איז ווייל ער האט ריפארטעד א פארלוסט (די טיימס זאגט אז סאיז געווען גרויסע פארלוסטן), טאמער האט ער טאקע געהאט א פארלוסט, צו סאיז פאלשע פארלוסטן ווייס איך נישט

די חידושים פון די טיימס זענען אזוי.

10 פון די לעצטע 15 יאר האט טראמפ ריפארטעד א פארלוסט
א חלק פון די פארלוסטן איז צו פארדאנקען $26 מיליאן דאללער פאר "קאנסולטינג"
750 טויזנט פון די 26 מיליאן איז געגאנגען פאר איוואנקע

2010 האט ער ריפארטעד א פארלוסט און אז ער האט באצאלט $72.9 מיליאן שטייערען, פארדעם האט ער באקומען די ריפאנד, די IRS האט עם געאודיטעד און זיי טענהן אז ער איז שולדיג פאר 2010 $100 מיליאן דאלער שטייער, און ער שלאגט זיך נאך ארום מיט די IRS אויף די $100 מיליאן דאלער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 9:58 pm

Screenshot 2020-09-29 025549.jpg
Screenshot 2020-09-29 025549.jpg (67.62 KiB) געזעהן 1647 מאל
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:02 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
Screenshot 2020-09-29 025549.jpg

גאנץ גוט,
אלעקסיי וואס האלסטו סגייט קלעבען אויף אים?
אדער ביי אים אין די סטעיזש מאכט דעס שוין נישט אויס

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6053
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:03 pm

די פרעזידענט האט זיך שוין געלאזט הערן, קוקט אויס ווי ס'איז עכט, ווייל ער האט נישט געשריגן "פעיק טעקס ריטורנס"...
ער האט זיך אבער יא פארענטפערט "איך האב געצאלט מיליאנען אין טעקס, און איך בין בארעכטיגט ווי יעדעם איינעם צו טעקס קרעדיטס".
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:23 pm

בכדי צו עפענען א פעדעראלע אדער לאקאלע אינוועסטיגעישאן דארף מען האבן א צוקער שטריק אויף וואס עס צו בויען
האבן די סטעיט און די טשורטש געמאכט א דיעל (דהיינו, די "מידיע" און די "דיעפ סטעיט"), איך באריכט און דו אינוועסטיגעיט...
איי מיט וועלכע רעכט רודפסטו דיין אפאנענט? וואס הייסט וואס, סזענען דאך דא פול מיט מידיע באריכטן איבער אפענע קארופציע!!....

והיינו טעמה דקאלוזשן דעלוזשן, והיינו טעמה דטעקס פראוד (פיוטשער) אינוועסטיגעישאן..

און ווער סהאט אויגן זעהט דאס אלעס, די מידיע טיילט פשוט אויס פרי טיקעטס פאר די קרימינאלע אינטעלידזשענס אגענטורן

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:30 pm

בבקשה האט געשריבן:בנוגע זיין נישט צאלן שטייערען, די סיבה פארוואס ער האט נישט געצאלט שטייערען איז ווייל ער האט ריפארטעד א פארלוסט (די טיימס זאגט אז סאיז געווען גרויסע פארלוסטן), טאמער האט ער טאקע געהאט א פארלוסט, צו סאיז פאלשע פארלוסטן ווייס איך נישט

די חידושים פון די טיימס זענען אזוי.

10 פון די לעצטע 15 יאר האט טראמפ ריפארטעד א פארלוסט
א חלק פון די פארלוסטן איז צו פארדאנקען $26 מיליאן דאללער פאר "קאנסולטינג"
750 טויזנט פון די 26 מיליאן איז געגאנגען פאר איוואנקע

2010 האט ער ריפארטעד א פארלוסט און אז ער האט באצאלט $72.9 מיליאן שטייערען, פארדעם האט ער באקומען די ריפאנד, די IRS האט עם געאודיטעד און זיי טענהן אז ער איז שולדיג פאר 2010 $100 מיליאן דאלער שטייער, און ער שלאגט זיך נאך ארום מיט די IRS אויף די $100 מיליאן דאלער

ווי איך פארשטיי איז די הונדערט מיליאן די $72.9 מיליאן מיט צען יאר צינזן.

אויב וואונדערט מען זיך פארוואס די איי אר עס אודיט נישט שווינדלערישע מולטי מיליאנערן און ביליאנערן, איז ווייל די איי אר עס האט נישט די געלט און פערסאנאל זיך צו נעמען צו די פעטע פישלעך וואס זיצן אויף ביליאנען.
Screenshot_20200928-220831.jpg
Screenshot_20200928-220831.jpg (327.56 KiB) געזעהן 1396 מאל

פאקטיש טוט די איי אר עס אודיטן געגנטער מיט ארעמע פארדינער וואס באקומען אן earned income tax credit, וואס האבן אפשר האבן געשווינדלט מיט א טויזנטער אדער צען, אויף א העכערע ראטע ווי זיי אודיטן די רייכסטע קאונטיס. קוקנדיג אויפן מאפע זעט מען אז די ארעמע קאונטיס אין די סאוט, באוואוינט מיט די ארעמסטע אמעריקאנער, מערסטנס שווארצע, די דרום קאונטיס אין טעקסאס, באוואוינט מיט היספאנישע, און נעיטיוו אמעריקאנער אויף רעזערוואציעס אין סאוט דעקאטע, ווערן געאודיט אויף א סאך א העכערע ראטע ווי די רייכסטע קאונטיס.
https://www.propublica.org/article/irs- ... ssion=true
פארוואס האט די איי אר עס נישט קיין געלט? דאס איז א רעפובליקאנער פראגראם אנגעהויבן אין 2011...
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

Programming
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: טראמפ'ס טעקס ריטורנס איז פאבליק.

תגובהדורך Programming » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:30 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:פון ווי ליעקט אזוי פריוואטע טעקס ריטורען? קען מען שוין טאקע נישט טראסטען א גאווערמענט עיזשענסי? אה אפשר איז עס געווען זשוליאן אסאנזש, אין די גאווערמענט איז גארנישט שולדיג אין די ליעק.

אדער איז עס פלעין נישט אמת?

דרך אגב פוטין און ערדואן האט זייער ליב געהאט צי באשולדיגען זייערע פאליטישע אפאנענטען אין? שטייער פראוד!!


די דאקומענטן ליגן שוין פאר לאנגע יארן אפן פארן פובליק אין די קאנגרעשענעל לייברערי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 17 געסט