אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלן דעמאקראטן טאקע אנפאקן דעם סופרים קאורט?

יא, זיי גייען זיך אפרעכענען
37
49%
ניין, זיי קענען נישט גיין אזוי ראדיקאל
39
51%
 
סך הכל שטימען: 76

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טוצעך טישן מיט בענק מיטן נייעם סופריעם קאורט זיץ וואס טראמפ פילט יעצט אן מיטן קאנסערוואטיווער בערעט אויפן ליבערלער גינזבורגס זיץ.

דעמאקראטן שווערן נקמה נאך וואס רעפובליקענס האבן זיי באגנב'ט א ריכטער אין 2016 ווען ס'איז געווען זייערס א פרעזידענט אויפן בענקל און רעפובליקענס האבן זיך פשוט אנטזאגט אים עס צו געבן.

ביז יעצט האט מען נאך הפנים געקענט הערן די טענות זייערע דעמאלטס, איבער "וואל יאר", "לאזן די וויילער רעדן", וכו' אבער יעצט אז זיי אליין צייגן שוין זייערע עכטע קאלירן, אצינד ביים גינזבורג זיץ, און נישט א יאר בעפאר וואלן, נאר טאקע געציילטע וואכן בעפאר די וואלן, און אייגענטליך אפילו "אינמיטן" די וואלן, זינט אין גאר אסאך סטעיטס שטימט מען שוין גאר. אשע"כ איז אצינד הוברר הדבר למפרע אז ס'איז טאקע געווען אן אפענע רויבעריי. פלעין און פשוט.

און דא קומט נאך צו די סימפל מציאות אז דער קאורט וועט אצינד ווערן -פאר די נעקסטע פאר דעקעידס- 6 רויטע קעגן בלויז 3 בלויע ריכטער, וואס איז ממש א געלעכטער אין א לאנד ווי די בלויע באפעלקערונג שטייגט איבער די רויטע מיט כמה וכמה מיליאנען, ווי איבערצייגט אין יעדע עלעקשאן אינעם לעצטן דעקעיד +.

לייג נאך צו אז די 3 לעצטע רויטע ריכטער זענען אריינגעשטעלט דורך איינער וואס רוב מענטשן האבן אייגענטליך געשטימט קעגן אים. און דא.. 3 סופריעם קאורט זיצן, ניש מיר נישדיר. מאכנדיג פוטין'ס דעמאקראטיע גלאנצעדיג דערקעגן.

איז פארשטייט דאך יעדער די אוטרעידזש ביי די דעמאקראטן, און ס'איז דעריבער פארהאן א שטארקע מעגליכקייט אז זיי וועלן זיך אפרעכענען. וויאזוי פונקטליך איז נאך דערווייל שפעקולאציעס, און ווי ווייט זיי וועלן גיין קען אויך יעדער פאר זיך חלומען. בינעך אבער נייגעריג וואס דער עולם האלט וועט טאקע פאסירן.

ס'דא וואס טענהן אז די דעמס גרייטן זיך צו א נקמה מיט א בלוטיגע פאסיג, דהיינו לאו דווקא בלויז מיטן סופריעם קאורט נאר מיטן אויסקוועטשן דעם גאנצן מיינדסעט און מאכן דערפון לעמאון זשוס. דאס הייסט אז דער מיינדסעט פון "עלעקשאנס האבן קאנסעקווענצן", "אראפ מיט די נארמס", וכו' וועלן זיי ניצן עד הסוף. אראפ מיטן סענאט פיליבאסטער, צולייגן פארטא ריקא און דיסי אלס שטאטן, אויסברייטערן דראמאטיש דעם סופריעם קאורט, יוניווערסל העלט קעיר, גאן קאנטראל, עבאלישן דעם עלעקטארעל קאלידזש, סיטיזענשיפ פאר די 11 מיליאן אימיגראנטן, וכו וכו'

איך זיך נישט יעצט אריינצוגיין אין אלעס, נאר בעיקר צום נושא היום וואס דאס איז די סופריעם קאורט. האלט איר דעמאקראטן וועלן טאקע האבן די גאטס און עקטשועלי נעמען דעם קאנטרעווערסיאלע שריט פון אויסברייטערן דעם קאורט, א זאך וואס אפילו די ליבעראלע סופריעם קאורט ריכטער זענען געווען דערקעגן?

לאזט אייך הערן.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

ריכטערן גינזבערג אליין איז געווען גאר שטארק דערקעגן!
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

די דעמס וואלטן און וועלן עס טוהן ווען זיי קענען אפגעזעהן פון וואס טראמפ טוט צי נישט
מודהאני
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:56 am

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודהאני »

די דעמס זענען שוין מיד פון טראמפס געווינסן.....
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

די דעמס טוהן אלעס וואס איז זיי מעגליך לויט די אומשטענדן אויסצופירן וואס זיי ווילן . זיי טוען געמיינע זאכן אויב עס פעלט אויס. איך האלט נישט אז טראמפ מיטן נעמען א ריכטער גייט זיין מאכן מער ראדיקאל
לעצט פארראכטן דורך פרוכט בוים אום זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 2:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

מודהאני האט געשריבן:די דעמס זענען שוין מיד פון טראמפס געווינסן.....

נו... וואסווילסטו טראמפ האט דאך אליין געזאגט, מיר גייען אזויפיל געווינען אז עטס וועט בעטען מיסטער פרעזידענט גענוג, נו די דעמס. זאגן עס שוין :lol:
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
מודהאני
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:56 am

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודהאני »

אביסל טיפער האט געשריבן:
מודהאני האט געשריבן:די דעמס זענען שוין מיד פון טראמפס געווינסן.....

נו... וואסווילסטו טראמפ האט דאך אליין געזאגט, מיר גייען אזויפיל געווינען אז עטס וועט בעטען מיסטער פרעזידענט גענוג, נו די דעמס. זאגן עס שוין :lol:

אקאראט פון דעם רעדט מען....
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז בכלל נישט ראדיקאל,, בסך הכל א געזעץ פון קאנגרעס אין די 1850'ער יארן, הפה שאסר הוא הפה שהתיר. עס וואלט ווען בעסער געווען ווען מען דארף נישט טון אזאלכע דראסטישע שריט, אבער וואס איז דא זיך צו פאפן? אויף די רעפובליקאנער זייט איז נישטא מיט וועמען צו גיין צום טיש, זיי מאכן ניטאמאל דעם אנשטעל, זיי זאגן און ווייזן קלאר פאר יעדן אז עס איז נישט קיין פעיר געים אין זייערע אויגן און זיי וועלן טון וואס אימער זיי קענען נאר ווען זיי קענען נאר, איז פאר וועמען פונקטליך ברויכן די דעמאקראטן אנהאלטן דעם אנשטעל כאילו מיר לעבן אין א דעמאקראטיע? זאל טאקע ג'יין מכות רצח, די דעמאקראטן זאלן צולייגן וויפיל ריכטער עס גייט און די נעקסטע מאל די רעפובליקאנער האבן די מעגליכקייט זאלן זיי עס טון, ביז ביידע וועלן מיד ווערן פון דעם שפיל און אדאפטירן א מער יושר'דיגער געריכט סיסטעם ווי דאס וואס האט אונז געגעבן בוש פאר פרעזידענט אויף פארטיי ליניעס.

דעט סעיד, האלט איך נישט אז די דעמאקראטן אין סענאט וועלן בפועל האבן די גאטס עס צו טון, ספעציעל מיט א ביידען פרעזידענסי. עס איז ערווארטעט שארפע דרשות און ווארענונגען איבער די דערקייקלונג פון די דעמאקראטיע, און ווען די דעמאקראטן וועלן פארלירן די מעגליכקייט צו טון עפעס און דער עקסטרעם ריכטער קאנסערוואטיווער סופרים קאורט וועט שניידן פון זיי לעבעדיגע שטיקער, וועלן זיי 'ריפלעקטן' און זאגן אוי מיר וואלטן עס ווען יא געדארפט טון
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@כאפצעם
דער עולם איז הינגעריג פאר אזא אשכול אזוי וואו די האסט געמאכט פון 9/11..
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

איך האב געשטימט אז ניין ,ווייל אזוי האף איך
הצלחה
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

סאיז קאמיש וויאזוי די צעלייגסט די דיקטאטארישע אמעריקא, מהאט שוין איבערגעקייעט די סאבזשעקט צוואנציג מאל

סאיז דיקטאטאריש נאר ווען די ליבס זענען אין די גלות רעגירונג

בקיצור די גאנצע הקדמה איז א צייט פארברעגעניש
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס ווענדט זיך מסתמא ווי אזוי דער געריכט וועט פסק'נען אויף ראו ווי וועיד און אבאמע קעיר.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

קרייסלער האט געשריבן:סאיז קאמיש וויאזוי די צעלייגסט די דיקטאטארישע אמעריקא, מהאט שוין איבערגעקייעט די סאבזשעקט צוואנציג מאל

סאיז דיקטאטאריש נאר ווען די ליבס זענען אין די גלות רעגירונג

בקיצור די גאנצע הקדמה איז א צייט פארברעגעניש

סארי כבין נישט אנגעקומען דורכצולייענען יענעם אשכול, כאב סתם געמאכט א ס"ה פונעם סיטואציע לויט ווי איך פארשטיי עס

קענסט טעקניקלי סקיפן די הקדמה און גיין גלייך צום אנקעטע
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

זעהער האט געשריבן:ריכטערן גינזבערג אליין איז געווען גאר שטארק דערקעגן!

אויך האט זי געוואלט אז מ'זאל נישט באשטימען קיינעם ביז ניאך די וואלן..
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

קרייסלער האט געשריבן:סאיז קאמיש וויאזוי די צעלייגסט די דיקטאטארישע אמעריקא, מהאט שוין איבערגעקייעט די סאבזשעקט צוואנציג מאל

סאיז דיקטאטאריש נאר ווען די ליבס זענען אין די גלות רעגירונג

בקיצור די גאנצע הקדמה איז א צייט פארברעגעניש

;l;p-
דעמאקראטיע מיינט נישט וואס כאפצעם מיינט אז עס איז
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

זיי גייען נישט ווייל אויב טראמפ פארלירט אין די דעמאקרטען געווינען אויך דעם סענאט גייען זייער נצחון זיין גענוג גרויס אז זיי גייען עס נישט זיכען צו טוען.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

די דעמאקרטאן גייען נקמה נעמען מיטן סטראשען אינו מכיר...

זיי גייען אפטוען דאס לענד אויף רוסיש, מסברינ'דיג אז היות די סופרים קאורט איז אזוי איבערוועגענד רעכט, הערן זיי אויף צו ברענגען קלאגעס צום געריכט!...

ולכל בני ישראל לא יחרץ געלט
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

כאפצעם, ;l;p- פארן הקדמה, גוט אראפגעלייגט.
ספעציעל די ליין "מאכנדיג פוטין'ס דעמאקראטיע גלאנצעדיג דערקעגן."

כ'קען נישט וועלן אויף קיין איינס, כ'האלט אז די דעמעקראטן גייען נישט האבן די גאטס צו פעקן די קארט (הגם, צולייגן דיסי אלס א סטעיט גייען זיי מסתם יא), אבער די צווייטע אפציע איז אויך נישט גוט, ווייל ס'נישט אז זיי "קענען נישט גיין אזוי ראדיקאל", זיי קענען עבסאלוטלי יא, און טעקניקלי איז נישטא קיין סיבה זיי זאלן זיך צוריקהאלטן, אבער כ'גלייב נישט זיי גייען האבן די גאטס.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

'קענען' איז נישט פשט אז לעגאל קענען זיי נישט, ס'איז מער אזא אויסדרוק ווי זיי 'קענען זיך נישט זעהן' טוהן אזא שרעקעדיגע זאך..
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

האלצשטיין האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:ריכטערן גינזבערג אליין איז געווען גאר שטארק דערקעגן!

אויך האט זי געוואלט אז מ'זאל נישט באשטימען קיינעם ביז ניאך די וואלן..

נו פארדעם איז דא אזא זאך ווי קאמפרעמייזען... מען טרעפט זיך אין א מיטל וועג.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מענשין זאגט פאר טעפער אז ער איז א ניין אויף פעקינג.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

צל עובר האט געשריבן:מענשין זאגט פאר טעפער אז ער איז א ניין אויף פעקינג.

ער וועט שוין לאנג נישט דארט זיין..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מענשין זאגט פאר טעפער אז ער איז א ניין אויף פעקינג.

ער וועט שוין לאנג נישט דארט זיין..

וואס הייסט?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

געשטימט יא.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנקעטע: סופרים קאורט פעקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מענטשין וועט זיין דער סוזען קאלענס, און סינעמע דער מארקאוסקי ביי די דעמאקראטן.

מ'גייט פון זיי הערן ביי יעדע גרויסע שטימע.. נישט אז זיי גייען נעסעסערעלי צום סוף נישט שטימען מיט שומער, אבער נויז וועלן זיי מאכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”