רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:57 am

לעצט פאראכטן דורך אלט מאנרא אום מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

great
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך great » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:57 am

מי כעמך האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:FWD:
איך בין בעצם זייער א נייגעריגער מענטש, איך ליג נישט אין פאליטיק, אבער יעצט פאר די פרעזידענט וואלן בין שטארק נייגעריג געווען ווער ס'גייט אריינקומען.

אזויווי די שטארקע ווינט אין די היימישע גאס בין איך שטארק צופרידן פונעם יעצטיגן פרעזידענט יר"ה, נאכדערצו מיט די אלע טובות וואס ער האט געטוהן פאר אידן, און איך פלאן בעז"ה ארויסצוגיין פאר אים אלס הכרת הטוב אליינס.

דאס האט מיך געמאכט נאכמער נייגעריג, און איך האב געזוכט רמזים פון הימל וואס ס'גייט זיך אויסלאזן למעשה, דא דארט האט מען געהערט ווי מענטשן זאגן פאר אהין און אהער, אבער מענטשן ביי אונז האבן מעורר געווען אז מ'רעדט נישט פון קיין היימישע מענטשן וואס זענען אינגאנצן מיט די שיטה וואס מ'האט אונז געלערנט אין סאטמאר, און אז זייער קאפ איז פארדרייט מיט אומריינע השקפות ווער ווייסט צו מ'קען זיי געטרויען.

און וועגן דעם האב איך געטראכט אז הלואי באקום איך עפעס א הערה פון הימל פון א "מקור מוסמך", א שטייגער ווי אז איך זאל טרעפן עפעס א רמז אינעם רבינ'ס ספרים, אדער אז איך זאל חלומ'ן עפעס. איך בין בעצם נישט פון די מענטשן וואס חלומ'ן אדער וואס גלייבן חלומות , אבער מיין נייגער איז באמת געווען שטארק.

דעם פרייטאג צונאכטס בין איך געגאנגען נאך די סעודה אין בית המדרש אריין, אין איך האב מיך אראפגעזעצט מיט א דברי יואל וועלנדיג לערנען א שטיקל אויף די פרשה.

איך האב געעפנט דעם דברי יואל, אבער אזויווי מיין חברותא איז נאכנישט דארט געווען האב איך אראפגעלייגט מיין קאפ אויפ'ן ספר, איינדרימלנדיג זע איך מיך אין א געפאקטע בית המדרש, ווי דער עולם שאקלט זיך ווי ביי א רבי'שע טיש, איך גיי אריין טיפער אין בית המדרש זע איך ווי די רבי זי"ע זיצט אויפ'ן אויבן אן!

פליצלונג הער איך נישט מער און נישט ווייניגער די באקאנטע שטימע פון ר' עזריאל גליק ז"ל ווי ער שרייט אויס "ס'זאל זיין שטיל די רבי גייט זאגן תורה!" איך שטיי מיט מיינע אויערן אפן צו הערן וואס די רבי גייט זאגן און די רבי הייבט אן מיט'ן פסוק אין פרשת מקץ (בראשית מ"ב ו') ויוסף הוא השליט הוא המשביר לכל עם הארץ וגו'.

די רבי האט זיך געשטעלט אויפ'ן כפל הלשון, ס'וואלט דאך געקענט שטיין "ויוסף השליט" וואס איז די איבריגע "הוא"? האט דער רבי געזאגט אז ס'איז דא אסאך תירוצים בדרך פשט רמז דרוש און סוד, יעצט וויל ער זאגן איינע פון די פילע פשטים בדרך סוד וואס איז נוגע אונזער מלכות של חסד!

און ער האט געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט וואס אונזער מלכות של חסד וועט זיין אין א שווערע מצב נאך א מגיפה און א הונגער, וועט דער אייבערשטער שיקן א פשוט'ע גוי וואס איז שוין אין די רעגירונג נאך מימינו (אזוי האט דער רבי געזאגט, איך פארשטיי עס נישט) וואס זיין נאמען איז יוסף בידן (דער רבי האט געזאגט ביידן מיט א צירי אזויווי אונז, אבער בשעת דער רבי האט עס געזאגט האב איך אין מיין קאפ געזען די ווארט ארויסגעשריבן מיט איין יוד), ער וועט געווינען מיט א עקסטערע סיעתא דשמיא ממש חוץ לדרך הטבע וואס דער אייבערשטער גרייט אן צו ראטעווען אונזער מלכות של חסד אין שווערע צייטן.

אויף דעם האט דער רבי געזאגט איז דא א רמז אין די פסוק, ווייל "הוא" במספר קטן איז זיין משפחה נאמען "בידן". "ויוסף הוא השליט - יוסף בידן וועט זיין דער שליט"

און דער רבי האט אויסגעפירט מיט א סימן צו זען אז אויב איינער קומט אריין מיט א עקסטערע סיעתא דשמיא די ראטעווען דאס לאנד פון א באלדיגע סכנה, אז ביי אזאלכע פעלער באקומט ער 26 פון די מדינות כנגד שם הוי"ה (צו ווייזן אויף אן עקסטערע שמירה עליונה וואס מיר האבן, כמובן - דאס האט דער רבי נישט געזאגט), און דאס איז נאר געשען צוויי מאל ביז היינט, איין מאל ווען אויף איין זייט איז געשטאנען א שד, און איין מאל ווען ס'געווען א סכנה פון אן דריטע וועלט קריג וואס דאס האט עס אפגעשטעלט, און יעצט גייט עס געשען נאכאמאל.


איך האב מיך אויפגעכאפט באגאסן מיט א קאלטע שווייס, און איך טראכט צו מיר "איז דעס געווען עכט"? "האב איך יעצט געהאט אזא אפענע גילו"? כ'האב עס נישט געקענט גלייבן, און נאכמער אינטרעסאנט איז געווען אז לויט די זייגער האט די גאנצע דרימל געדויערט נאר דריי מינוט!

אבער הערט וואס איך יעצט באמערקט: נישט מער און נישט ווייניגער, די בלאט און דברי יואל וואו איך בין איינגעשלאפן (דארט האט זיך עס אויפגעמישט פערצופאל - שוין גארנישט קיין צופאל..) איז געווען ממש אנהייב פרשת לך לך, (דף רי דברי יואל ח"א אויף בראשית), און נישט מער און נישט ווייניגער אויף יענעם זייט ברענגט די רבי דעם פסוק ויוסף הוא השליט פון פרשת מקץ!

אזויווי איך פלעג אלס לאכן ווען מענטשן פארציילן אזאלכע זאכן שעם איך מיך עס ארויסצוקומען מיט די מעשה ברבים, אבער זייט וויסן אז ס'איז עכט! כ'האב עס ממש געזען קלאר, און ס'קלינגט מיר נאך אין די אויערן!

וועגן דעם שיק איך אייך די מעשה און איר קענט עס מפרסם זיין לזיכוי הרבים.

הצלחה רבה.

איך גיי יעצט מקיים זיין די מצוה עשה דאורייתא פון כבוד רבי
די אלע אידן דא זאלן אויפהערן צו זאגן אזעלעכע לצנות אוף א צדיק ווי נעמט זיך די חוצפה און עזות השם ישמרנו
חוץ פון דעים איז די מעשה מופרך מעיקרו
1)א איד וואס שרייבט דא אויף אייוועלט קען בשום אופן זוכה זיין צו גילו רבינו לשמוע תורתו בשמים
2)זייט ווען איז די רבי מרמז רמזים אין די תורה עומד אדם על חזקתו
3)איר ווייסט אז די רבי אליין פלעגט שטענדיג זאגן פאר מענטשן לגבי תענית חלום אז ווער סקען 1 רגע מסיח זיין פונעם באשעפער איז זיינע חלומות שוא

איר זענט יא סאטמארע תלמידים נוצט אייערע שכל נישט לאזן זיך פארדרייען פון די אידן וואס האבן ארויס די דעת פונעם רבין

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:14 am

די מעשה ארום די נישט געשטויגענע מעשה איז געווען אזוי

איז אזוי נעכטן אינדערפרי האט א ניק מיר געשיקט א מעסעדזש אין אישי צו פרעגן אויב איך קען אים טון א טובה און ארויפלייגן א מעשה וואס ער האט געהאט און ער איז נישט אריין אין קיין שום דעטאלן האב איך אים געזאגט אז יא, פארוואס דען נישט טון א טובה פאר א צווייטן איד ער האט מיר אריינגעשיקט די מעשה און איך האב עס געגבן א לייען דורך שנעל, איך פרעג אים איז די מעשה אמת?? ענטפערט ער איר האלט אז איך וויל מאכן ליצנות פונעם עולם? אויב איר האט מורא ביטע שיק פאר א צווייטן צו פארשפריין די מעשה און איך ווייס אז נישט יעדער גייט עס גלייבן אבער דאך.. שוין האב איך עס ארויפגעלייגט אז ער בעט זאל זיין. גלייך דערנאך איז ער פארשוואונדן געווארן און אויפגעהערט צו ענטפערן..

עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך עפרות זהב » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:41 am

ת'הא ש'נת פ'רעזידענט א'חר

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:59 am

עפרות זהב האט געשריבן:ת'הא ש'נת פ'רעזידענט א'חר

ת'הא ש'נת פ'רעזידענט א'חד
ת'הא ש'נת א'ותו פ'רעזידענט


האלא אויף שטותים רעדן טויג איך בעסער..

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:05 pm

סופי תיבות
טראמ'פ פענ'ש אוי'פ צרו'ת

רויט
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך רויט » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:12 pm

ת'הא ש'נת פ'דיון עם א'חד

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 12:20 pm

ת'ראמפ ש'פאנט פ'אראויס א'מעריקא
ת'ראמפ ש'אפערט פ'אראויס א'מעריקא
ת'ראמפ א'נפירער פ'אראייניגטע ש'טאטן
ת'ראמפ פ'ירט א'מעריקא ש'טארק
ת'ראמפ פ'ענס ש'אפערן א'מעריקא
ת'ראמפ פ'אראייניגט א'מעריקא ש'נעל

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:29 pm

כ'לאך האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:FWD:


און ער האט געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט וואס אונזער מלכות של חסד וועט זיין אין א שווערע מצב נאך א מגיפה און א הונגער, וועט דער אייבערשטער שיקן א פשוט'ע גוי וואס איז שוין אין די רעגירונג נאך מימינו (אזוי האט דער רבי געזאגט, איך פארשטיי עס נישט) וואס זיין נאמען איז יוסף בידן (דער רבי האט געזאגט ביידן מיט א צירי אזויווי אונז, אבער בשעת דער רבי האט עס געזאגט האב איך אין מיין קאפ געזען די ווארט ארויסגעשריבן מיט איין יוד), ער וועט געווינען מיט א עקסטערע סיעתא דשמיא ממש חוץ לדרך הטבע וואס דער אייבערשטער גרייט אן צו ראטעווען אונזער מלכות של חסד אין שווערע צייטן.


הצלחה רבה.

אויב די דרימל האט נאר גענימען 3 מינוט מאך זיכער אז שבת וירא גייסטו שלאפן געהעריג אין בעט מיט דברי יואל אינטערן קישן ווייל ס׳קומט א לאנגע תורה


עס הערשט ליידער א מגיפה אבער עסען איז דא בשפע
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך באטעמטקייטן » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 7:23 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:ת'ראמפ ש'פאנט פ'אראויס א'מעריקא
ת'ראמפ ש'אפערט פ'אראויס א'מעריקא
ת'ראמפ א'נפירער פ'אראייניגטע ש'טאטן
ת'ראמפ פ'ירט א'מעריקא ש'טארק
ת'ראמפ פ'ענס ש'אפערן א'מעריקא
ת'ראמפ פ'אראייניגט א'מעריקא ש'נעל

עפעס שטימט נישט...
קומט נישט תראמפ מיט א ט?
טעמו וראו. כי...

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 7:21 am

אין די 'מאמענט' 4 יאר צוריק
איז דא א אינטערוויאו מיט ר' מאיר טורנהיים

viewtopic.php?p=1341848#p1341848

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 2:00 pm

moishy56 האט געשריבן:אין די 'מאמענט' 4 יאר צוריק
איז דא א אינטערוויאו מיט ר' מאיר טורנהיים

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p1341848

אבער אצינד איז הוברר הדבר אז די 'חיי שרה' אריינמישעכטס איז מסתם נישט קיין פערצופאל... ומי יבוא בסוד....
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 4:37 pm

באטעמטקייטן האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:ת'ראמפ ש'פאנט פ'אראויס א'מעריקא
ת'ראמפ ש'אפערט פ'אראויס א'מעריקא
ת'ראמפ א'נפירער פ'אראייניגטע ש'טאטן
ת'ראמפ פ'ירט א'מעריקא ש'טארק
ת'ראמפ פ'ענס ש'אפערן א'מעריקא
ת'ראמפ פ'אראייניגט א'מעריקא ש'נעל

עפעס שטימט נישט...
קומט נישט תראמפ מיט א ט?

אז עס שטימט נישט דער רמז וועט מען מוזן שטימען ביים שטים קאסטן (פאר ת'טראמפ)

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:45 pm

וואו איז די אשכול אריין אין פאברענגען???!!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 9:46 pm

ברעיקינג!
פרישע אינטערוויו אויף קולמע ביי1-1-4
מיט נייער פאראויס-זאגער זאגט פאר אז אים 2024 גייט טעד קרוז געווינען!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:52 pm

און פון די בוחר הויפטקווארטירן קומט אריין די נייעס אז אין 2036 גייט בערן טראמפ פ]ארלירן די פריימערי


[ער גייט לויפן אלס דעמאקראט קעגן ביידען- ביידען רופט די יאר אנשטאט צוויי טויזנט און זעקס און דרייסיג- "צוויי מיליאן און זעקס און דרייסיג ביליאן]
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 1:43 am

עפעס האט זיך דארט דער (ואת)חנן אויך אריינגעדרייט

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 9:32 am

מהרצ"פ אויף קול מבשר: 'איך האב א פילינג אז טראמפ גייט עס מאכן'
https://www.yiddish24.com/interviews/12/27757
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 10:46 am

וואס עפעס? האט געשריבן:ברעיקינג!
פרישע אינטערוויו אויף קולמע ביי1-1-4
מיט נייער פאראויס-זאגער זאגט פאר אז אים 2024 גייט טעד קרוז געווינען!

א פרייליכן פורים
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך באטעמטקייטן » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 3:52 pm

סקומט יעצט אן פון גאר קראנקע מקורות די האט נייעס אז עפעס א גראבע גראבע נביא האט פאראויס געזאגט אז איינער פון די דריי זאכן העלן פאסירן.
אדער וועט טראמפ געוואנען און סוועט געשעהן א ערדציטערניש.
אדער וועט טראמפ געוואנען און מוועט אים שיסן.
אדער וועט טראמפ געוואנען און מוועט אים נישט שיסן...
טעמו וראו. כי...

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 3:57 pm

אויף קולמע איז געווען א שמועס מיט איינער וואס טוט אין "בייבל קאודס" אנדערש וואו ראביי טורהיים. ער גייט מיט דעם וואס ער האט צוטיילט יעדע סדרה פאר אן אנדערע פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן. פרעזידענט טראמפ איז פרשת ואתחנן. און ער זאגט אז ער טרעפט א רמז אין די מפרשים אויף די כאראקטער פון דער וואס לויפט און פאר וועם עס שטימט פרעדיקט ער אז יענער גייט געווינען, ער זאגט אז ער האט פאראויסגעזאגט אבאמא'ס געווין, און 4 יאר צירוק א טראמפ'ס געווין, און יעצט זאגט ער פאר אויך א טראמפ'ס געווין. און אין 4 יאר ארום א "טעד קרוז" געווין.

שמעו ותחי נפשכם

https://www.yiddish24.com/interviews/12/27828

https://cloudfront.yiddish24.com/KM_N11 ... 934133.mp3
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
Rak Tov
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך Rak Tov » זונטאג נובעמבער 01, 2020 8:04 pm

המקובל הגאון ר' אוריאל בן נחבי פון בית שמש שליט"א האט היינט ביי של"ש
אינמיטן די תורה געהייסן אלע פרויען ארויסגיין (ביי די ספרדישע קומען די
פרויען צו של"ש) ער האט אנגעטון א טלית און געזאגט בזה"ל: פגיתי רבי בחלום לבש
בבגדי לבנים ושאלתי אותו על מה זכיתי לראות פני רבי? וענה בקול נמוכה, בני בני
באתי להגידך ותגיד לבני ישראל שביום השלישי יזרח מזלו של דנלד פן פרד וינצח את
יוסף הזקן וכתיל באופן חוץ לדרך הטבע! והוסיף כמה ר"ת ורמזים,

טראמפ המלך = 332
ינצח בפעם השני = 332

דנלד מאמעריקא = 654
מלך בשר ודם = 654

דנלד טראמפ נשיא = 892
יעריך ימים על ממלכתו = 892

ר' אוריאל האט ארומגערעדט בעניני קבלה און זיך ארויסגעלאזט אין טאנץ אויפן
באקנטען ספרדישע ניגון "אורך ימים"!




איז בכלל די אזא מקובל?
Multiple sources called this election differently

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג נובעמבער 01, 2020 8:10 pm

יעריך אדער יאריך?
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך באטעמטקייטן » זונטאג נובעמבער 01, 2020 8:20 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:יעריך אדער יאריך?

וואסא חילוק. דער עיקר אז ר' אויראל האט געטאנצן ביסעלע
טעמו וראו. כי...

masmid
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: רמזים און פאראויסזאגעכצער איבער די פרעזידענטליכע וואלן

תגובהדורך masmid » מאנטאג נובעמבער 02, 2020 11:12 am

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אויף קולמע איז געווען א שמועס מיט איינער וואס טוט אין "בייבל קאודס" אנדערש וואו ראביי טורהיים. ער גייט מיט דעם וואס ער האט צוטיילט יעדע סדרה פאר אן אנדערע פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן. פרעזידענט טראמפ איז פרשת ואתחנן. און ער זאגט אז ער טרעפט א רמז אין די מפרשים אויף די כאראקטער פון דער וואס לויפט און פאר וועם עס שטימט פרעדיקט ער אז יענער גייט געווינען, ער זאגט אז ער האט פאראויסגעזאגט אבאמא'ס געווין, און 4 יאר צירוק א טראמפ'ס געווין, און יעצט זאגט ער פאר אויך א טראמפ'ס געווין. און אין 4 יאר ארום א "טעד קרוז" געווין.

שמעו ותחי נפשכם

https://www.yiddish24.com/interviews/12/27828

https://cloudfront.yiddish24.com/KM_N11 ... 934133.mp3


איך זעה אז קולמע האט אראפגענומען די אינטערוויו.
איינער ווייסט וואס איז פשט?
איך בין א ''מתמיד'' זייטיגע צייטן פארברענג איך אויף ''אייוועלט''


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט