טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:54 am

אזוי ווי ס'קומט היינט א ביזי טאג אויף די זונטאג שאוס ווי ס'וועט זיכער זיין אסאך נייעס ארום דעם, לכאן ולכאן, איז כדאי א באזונדער אשכול ווי מזאל קענען ברענגען אלע סטעיטמענטס לפונדק אחד.

און יעצט צום קאנטראווערסיע גופא, בקיצור איבערצוגיין..

איז ארויסגעקומען אן עקספלאדירנדע באריכט אינעם אטלאנטיק נייעס קוואל וואס דעקט אויף גאר שאנדפולע קאמאנטארן פון טראמפ אויף אמעריקאנע וועטעראנען. איז דא אסאך סטעיטמענטס פון אים אינעם באריכט, טייל איז דא חילוקי דיעות, אנדערע ווערן יא קאלאבערירט, די קאמאנטארן וואס ווערן באשטעטיגט דורך יעדעם זענען ווי פאלגענד:

ביי איין שמועס אין באצוג צו וויעטנעם מלחמה וועטעראנען: "ס'איז געווען א סטופיד מלחמה, יעדער וואס איז געגאנגען איז א סאקער".

אין א צווייטע שמועס בנוגע די וועטעראנען: "וואס איז דא פאר זיי דערין, זיי מאכן נישט קיין געלט דערפון". "פארוואס זאל איינער זיך איינשטעלן דאס לעבן, נישט ווערד!".

בנוגע זיין יולי 4 פאראדע: "לייגטס נישט קיין פארוואונדעטע, ס'איז א שלעכטע אויסזעהן, אמעריקאנער האבן דאס נישט ליב".

בנוגע זשאן מעקעין, פלעגט ער שטענדיג זיך וואונדערן פריוואט, "וואס זעהן אים מענטשן אלס היראו??". ביים באגרעבעניש צערעמאניע האט ער נישט געלאזט נידערן די פענער, נאך א ביטערע קאמף אינערהאלבן ווייסן הויז האט ער זיך אונטערגעגעבן און געגעבן דעם אקעי.

דאס אלעס איז באשטעטיגט געווארן דורך די זעלבסטשטענדיגע רעפארטער ביי די ניו יארק טיימס, פאקס ניוז, עי. פי., וואשינגטאן פאוסט און רויטערס.

שטייצעך אז אזוינע קאמאנטארן ארויסצורינען איז גאר שטארק פארשעמנד פארן פרעזידענט וואס דארף צו זיין דער 'קאמאנדיר אין טשיעף' און אמעריקאנער פון אלע זייטן אויפן ספעקטרום האבן א גאר סענסעטיווע ספאט ווען ס'קומט צו סייווער וואס דערוואגט זיך טשעפען אמעריקאנער וועטעראנען. דאס איז ביי זיי ווי מ'רופט עס "דאס הייליגסטע".

טראמפ האט געכאפט די דעמעדזש וואס די פובליקאציע פון אזא באריכט קען ברענגען און די ווייסע הויז איז געווארן איינגעשפאנט לייק נעווער בעפאר מיטן ארומלויפן פארסאפעט דעם גאנצען וויקענד שארף אפלייקענען דעם גאנצן מעשה. לאנגיעריגע רעפארטער פארציילן אז זיי האבן נאך קייננאל נישט געזעהן די ווייסע הויז אזוי האסטיג ארומלויפן אויפן דעפענסיווע, אווי א רעסקיו אפאראציע.. סיי טראמפ און סיי דער פרעסע סעקרעטאר זענען געווען קענטליך גאר שטארק דעפענסיוו ווען סיי וועכע רעפארטער האט נאר אנגעהויבן פרעגן דערוועגן.

ביי אן איווענט אין אוועל אפיס ווען א רעפארטער האט געלאזט פאלן א פראגע דערוועגן האט אים טראמפ אנגעקוקט דערשראקן און שווייגענד און די שטאב האט יעדעם תיכף ארויסגעטריבן.. ביים פרעסע קאנפערענץ ווי דער פרעסע סעקרעטאר האט געלאזט הערן זייער שארפע דענייעל האט זי אבער ארויסגעפיצט פון צימער בעפארן ענטפערן עני פראגעס! א גענצליך אומדערהערטע זאך שטייצעך פאר א פרעסע סעקרעטאר וואס איז געמאכט צו ענטפערן די פראגעס פון די "פרעסע"..

עקסטער ציפעדיג איז פאר טראמפ געווען די קאנפארמאציע פון פאקס ניוז, סיי אז דאס באפעסטיגט די מעשה אלס אמת און סיי אז דארט איז די באזע זיינע און ס'געווען גרויסע בושות. טראמפ האט תיכף אויפגעהויבן א ווייגעשריי אויף טוויטער אז מען דארף "פייערן" דעם פאקס ניוז קארעספאנדענט וואס האט עס באשטעטיגט...

דאס האט געשאפן א פארקערטע רעאקציע, א בעקלעש מצד די גאנצע פאקס ניוז אפאראציע וואס האבן זיך ארויסגעלאזט פארטיידיגן דעם נאציאנאלן זיכערהייט קארעספאנדעט וואס האט עס קאנפערמד, און אלע האבן נאר ווידערערווענט אז יענעמס רעפארטינג איז שטאנדהאפטיג און טראסטבאר..

שוין, וועלן מיר זעהן וואס די נאכפאלגנדע רעאקציעס וועלן זיין, שטייצעך אז ביידען קאפיטולירט שוין דערויף, ער האט געהאלטן א שארפע רעדע ווי ער האט גערעדט גאר שארף "דאס איז נישט אמעריקא, די וועטעראנען זענען אונער טייערסטע!", פון אסאך וועטעראנען הערט מען שטארקע באליידיגונג סטעיטמענטס, וועלן מיר זעהן וואס נאך ס'וועט קומען..
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:06 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ'ס דערנידערן מלחמה וועטעראנען קאנטראווערסיע

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:56 am

פאקס נייעס באשטעטיגונג.
צוגעלייגטע
Screenshot_20200906-102835_Twitter.jpg
Screenshot_20200906-102835_Twitter.jpg (274.98 KiB) געזעהן 1988 מאל
Screenshot_20200906-102857_Twitter.jpg
Screenshot_20200906-102857_Twitter.jpg (365.79 KiB) געזעהן 1988 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ'ס דערנידערן מלחמה וועטעראנען קאנטראווערסיע

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:01 am

הויעכפונקטן פון ביידען'ס נייע עד.
צוגעלייגטע
Screenshot_20200906-023306_Twitter.jpg
Screenshot_20200906-023306_Twitter.jpg (251.67 KiB) געזעהן 1955 מאל
20200906_110002.jpg
20200906_110002.jpg (255.05 KiB) געזעהן 1955 מאל
Screenshot_20200906-023410_Twitter.jpg
Screenshot_20200906-023410_Twitter.jpg (310.12 KiB) געזעהן 1955 מאל

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין שוך

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:02 pm

העט ווען די מידיא נישט געמאכט א בראטל פון יעדע שטות קעגן טראמפ, וואלט ווען דאס געווען סאך א גרעסערע אויפרייס

איך האלט גראדע אז ס'מאכט סענס ער האט עס געזאגט, און אויב האט ער עס טאקע געזאגט קומט זיך אים פעטש פאר דעם

טא בעד מידיא, מעות לא יוכל לתקן
בעסער ווי הונדערט פריינט, איז איין פריינט וואס וועט שטיין מיט דיר קעגן הונדערט פיינט

קרעדיט: מעלות

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טראמפ'ס דערנידערן מלחמה וועטעראנען קאנטראווערסיע

תגובהדורך פוילער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:11 pm

כאפצעם האט געשריבן:פאקס נייעס באשטעטיגונג.

וואס באשטעטיגן זיי???? די חלק פון די סעמעטערי און פראנקרייך? ניין!
דריי נישט קיין קאפ.
אגב פאקס ניוז אנדערע ריפארטער John Roberts באשטעטיגט פארקערט, איז אויב די ווילסט זיין פעיר ברענג פליז אלע ריפארטס נישט נאר וואס סשטופט דיין נערעטיוו, טענקס!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ'ס דערנידערן מלחמה וועטעראנען קאנטראווערסיע

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:09 pm

פוילער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:פאקס נייעס באשטעטיגונג.

וואס באשטעטיגן זיי???? די חלק פון די סעמעטערי און פראנקרייך? ניין!
דריי נישט קיין קאפ.
אגב פאקס ניוז אנדערע ריפארטער John Roberts באשטעטיגט פארקערט, איז אויב די ווילסט זיין פעיר ברענג פליז אלע ריפארטס נישט נאר וואס סשטופט דיין נערעטיוו, טענקס!

כ'מיין כאב געשריבן גענוג קלאר אז כ'ברענג דייקא די באריכטן וואס אלע באשטעטיגן טאקע יא.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:22 pm

איין מינוט... פאר די עלטערע פון אונז
קען זיך איינער דערמאנען ווער עס האט איבערגעדרייט גאנץ אמעריקע "קעגן" די וויעטנאם מלחמה? די ליבעראלן אדער די רעפובליקאנער?!
און אצינד גייען אט די היפאקריטן באשמוצן טראמפ פארוואס ער האט זיך ארויסגערעדט קעגן די וויעטנאם מלחמה
אמת, דאס ארויסרעדן קעגן געפאלענע סאלדאטן איז א שטארקע עוולה פון טראמפ

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טראמפ'ס דערנידערן מלחמה וועטעראנען קאנטראווערסיע

תגובהדורך פוילער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:28 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:פאקס נייעס באשטעטיגונג.

וואס באשטעטיגן זיי???? די חלק פון די סעמעטערי און פראנקרייך? ניין!
דריי נישט קיין קאפ.
אגב פאקס ניוז אנדערע ריפארטער John Roberts באשטעטיגט פארקערט, איז אויב די ווילסט זיין פעיר ברענג פליז אלע ריפארטס נישט נאר וואס סשטופט דיין נערעטיוו, טענקס!

כ'מיין כאב געשריבן גענוג קלאר אז כ'ברענג דייקא די באריכטן וואס אלע באשטעטיגן טאקע יא.

איך אפרישיעט די אויפריכטיקייט

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4293
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך הענדימען » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:57 pm

טראמפ רעדט ווי קינד. כמעט אייביג

אנשטאט זאגן אז איינער טשעפעט אים וועט ער זאגן קיינער פון מיין קלאס איז נישט מיין פרענד

סאו נישט אלעס וואס ער זאגט מיינט עפעס
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 2:09 pm

פערסאנעלי, איך בין שוין צוגעוואינט צו קוקו קאמענטארן פון אים, אבער דאס באזייטיגן געשעדיגטע סאלדאטן פון מארשירן ווייל זיי זענען נישט גענוג שיין איז נעקסט לעוול שרעקעדיג.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 2:13 pm

עמיצער קען אריינקומען מיט מער דעטאלן

ווען איז עס פארגעקומען?
ווען האט טראמפ נישט געלאזט לייגן פארוואונדעטע סאלדאטן אין א מארש?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 2:22 pm

זשאן ראבערטס קאנפערמד זיין קאלעגע זשענעפער גריפין'ס רעפארט, איבער די אויבנדערמאנטע האר אויפשטעלנדע קאמאנטארן.
צוגעלייגטע
Screenshot_20200906-142053_Twitter.jpg
Screenshot_20200906-142053_Twitter.jpg (307.58 KiB) געזעהן 1420 מאל

אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך אוסף החסיל » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 2:26 pm

כאפצעם האט געשריבן:פערסאנעלי, איך בין שוין צוגעוואינט צו קוקו קאמענטארן פון אים, אבער דאס באזייטיגן געשעדיגטע סאלדאטן פון מארשירן ווייל זיי זענען נישט גענוג שיין איז נעקסט לעוול שרעקעדיג.

נישט אזוי שרעקעדיג, ווייל קיינמאל נישט פאסירט.
דערמאנסט מיר פון אלס קינד ווען איך פלעג ציטערן פון דעם גרוי האריגען (פארכאפט אין נעץ) ביז מיין טאטע האט מיר ערקלערט אז ס'איז נאר א נאוועל...

ראש לימבא
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך ראש לימבא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 2:35 pm

וויכטיגע מעלדונג: ווער ס'מיינט אז די סקאנדאל גייט אונטערברענגן די שלי'מזל טראמפ, זאל ביטע איבערקוקן די עקסעס האליוואד טעיפ און דערנאך אפיר קראצן אויף וויקעפעדיע אווער ס'האט געווינען די 2016 אלעקשאנס. יש"כ.
שנהיה לראש ולא לזנב

געשמאקע קוקיס
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך געשמאקע קוקיס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 2:52 pm

יוסי געשטעטנער - אנאליז
א' נצבים פ'
[b]האט טראמפ טאקע אזוי גערעדט אויף טויטע סאלדאטן?
https://www.yiddish24.com/44/44/25336
לעצט פאראכטן דורך געשמאקע קוקיס אום דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 3:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 6:44 pm

בשיכות צום מדובר דא קומט יעצט ארויף אן אויפדעקונג אין א נייע בוך פארעפענטליכט דורך טראמפ'ס א שוועסטער קינד.

לויטן דעם אויפדעקונג האט דאנעלד טראמפ זשוניער זיך געוואלט איינשרייבן צו דינען אין די מיליטער. ווי נאר דער פאטער דאנעלד טראמפ סיניער איז געוואיר געווארן דערפון האט ער אים מודיע געווען אז אויב ער דערוואגט זיך צו גיין פאראויס מיט דעם פלאן שרייבט ער אים תיכף אויס פון די ירושה.

שטייצעך זשוניער האט ארויסגעטשיקענט און מער נישט פרובירט.

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4293
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך הענדימען » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:35 pm

כאפצעם האט געשריבן:פערסאנעלי, איך בין שוין צוגעוואינט צו קוקו קאמענטארן פון אים, אבער דאס באזייטיגן געשעדיגטע סאלדאטן פון מארשירן ווייל זיי זענען נישט גענוג שיין איז נעקסט לעוול שרעקעדיג.

איך בין מסכים מיט דיר. ווי פארשטענדליך. אויב ס'איז אמת
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:58 pm

שכח כאפצעם פאר דיין באריכט
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:14 pm

צום קעפל:

נישט אז איך קען אזוי פוהל היסטאריע... אבער גרדי דאס קען איך... און פאר די וואס קענען היסטאריא ווייסן אז די גאנצע לאנד איז געווען א קעגן די Vietnam war! אלזא בין איך פאלקאם מסכים מיט טראמפ! (אויב ער האט דאס געזאגט בנוגע די וויעטנאם מלחמה...) די אמעריקאנע סאלדאטען זענען געגאנגען אין מלחמה צים טויט פאר אפאר בלוט דארשטיגע פרעזידענט׳ען וואס זענען געווען הינגעריג פאר א נצחון מיט א לאנד וואס האט מלחמה געהאלטאן פון דזשאנגעלס... ביז נאך פוהלע פראטעסטען אין לאנד פון מיליאנע אמעריקאנע.. האבן זיי די אמעריקאנע פאלק אפ געשטעלט דעם נערישען מלחמה וואס האט סיי וויי נישט געקענט געווינען ווערן...

נוי צי א פרעזידענט דארף עס אפען זאגן? מסתמה נישט.. אבער גערעכט איז ער...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:45 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:צום קעפל:

נישט אז איך קען אזוי פוהל היסטאריע... אבער גרדי דאס קען איך... און פאר די וואס קענען היסטאריא ווייסן אז די גאנצע לאנד איז געווען א קעגן די Vietnam war! אלזא בין איך פאלקאם מסכים מיט טראמפ! (אויב ער האט דאס געזאגט בנוגע די וויעטנאם מלחמה...) די אמעריקאנע סאלדאטען זענען געגאנגען אין מלחמה צים טויט פאר אפאר בלוט דארשטיגע פרעזידענט׳ען וואס זענען געווען הינגעריג פאר א נצחון מיט א לאנד וואס האט מלחמה געהאלטאן פון דזשאנגעלס... ביז נאך פוהלע פראטעסטען אין לאנד פון מיליאנע אמעריקאנע.. האבן זיי די אמעריקאנע פאלק אפ געשטעלט דעם נערישען מלחמה וואס האט סיי וויי נישט געקענט געווינען ווערן...

נוי צי א פרעזידענט דארף עס אפען זאגן? מסתמה נישט.. אבער גערעכט איז ער...

דו מישט צווישן זיך אויסדרוקן אזוי אויף די מלחמה, ווערסוס זיך אויסדרוקן אזוי אויף די געפאלענע/וועטעראנען.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:03 pm

די האלטסט נישט אז at some point ווען די אמת האט אנגעפאנגען אלטס מער ארויס קומען וואלטן די סאלדאטען געדארפט אויפהערן צי גיין? איך מיין אז יא.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4293
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך הענדימען » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:20 pm

אין מיליטער קעמעניש אזוי זאגן איך האלט נישט פון די מלחמה סאו גיי איך נישט
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:14 pm

די דערמאנסט מיך וואס די דייטשן פון די לאגערען וואס האבן אנגעפירט מיט די מארדן פון אונזער אידישע ברידער וואס מען האט געכאפט נאכן קריג האבן גע׳טענה׳ט זאגענדיג: מיר האבן בלויז אויסגעפירט באפעלן, ימח שמם וזיכרם!

נישט אז איך בין מדמה סאלדאטען וואס זענען געגאנגען אין מיליטער אין וויעטנאם צי געהארגעט ווערן.. צי רוצחים דייטשען, אבער ביי וויעטנאם איינמאל די אמת איז ארויס געקומען וואלטן זיי לענ״ד געדארפט אפ זאגן אין נישט גיין אין מלחמה. איך מיין נאר צי מדמה די דייטשן מיט דעם נקידה אז מעו דארף פאלגן איז נישט אייביג א תרוץ. קען זיין די קענסט נישט די היסטאריא פון וויעטנאם.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:25 pm

הענדימען האט געשריבן:אין מיליטער קעמעניש אזוי זאגן איך האלט נישט פון די מלחמה סאו גיי איך נישט

איך מיין אפילו אז עס איז געווען א דרעפט דעמאלט. נישט אזוי?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: טראמפ'ס וועטעראנען דערנידערונג קאנטראווערסיע

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:30 pm

א געזוך אויף גוגל צייגט אז ס'איז געווען א טיילווייזע דרעפט ביי די וויעטנאמער קריג.

כ'בין טאקע נייגעריג וויאזוי אונז אידן האבן זיך ארויסגעדרייט ביי די קארעא און וויעטנאם קריג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”