בלאט 1 פון 5

דעיוויד בלעין פליהט אין די לופטן מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 12:52 pm
דורך רואיג!
דעוויד בלעין, א באקאנטע קונצלער, פלאנט א נסיעה וואס יעדע קינד חלומ'ט...

מיסטער בלעין האט שוין געטון כל'ערליי מאדנע קונצען דורך די יארן. צווישן אנדערע האט ער זיך באגראבן אונטער די ערד פאר א וואך, געשטאנען אין אן אייז קעסטעל פאר עטליכע טעג, און נאך.

יעצט איז זיין פלאן צו אנכאפן א בינטעל היליום באלאנען מיט זיין הענט, און אריבער פליען די האדסען ריווער. ער גייט נישט אנטון א פאראשוט, עס וועט ליגן אין איין פון די באלאנען אויב עס וועט זיך אויספעלן. עס איז געפלאנט פאר מאנטאג נעקסטע וואך, אויב די וועטער וועט ערלויבן.

איך ווייס נישט וואו פונקטלעך ער פלאנט צו ארויפגיין אין לאנדען, און אויב עס וועט זיין עפעס א וועג צו גיין זען. לאמיר האפן די אינפארמאציע קומט ארויס אין די קומענדיגע טעג.


David-Blaine-Hudson-River-Balloons.jpg
David-Blaine-Hudson-River-Balloons.jpg (13.83 KiB) געזען 3155 מאל


וואס האסטו געטראכט אלס קינד ווען דו האסט געהאלטן א באלאן אין דיין האנט?

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 12:53 pm
דורך גרויסע עם הארץ
איך האב גארנישט געטראכט, אבער כ'קוק ארויס פאר די סוקסעס פון די נסיעה.

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 12:57 pm
דורך זעמל מעל
וויפיל באלונען דארף זיין צו קענען האלטן א מענטש?

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 12:58 pm
דורך שיעלע בהמה
ווער קען זיך אנהאלטן מיט די האנט צו באלונען הויעך אין די לופטן? און אין קעיס עפעס גייט שלעכט וועט ער דען האבן צייט אנצוטון די פאראשוט?

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:00 pm
דורך שיעלע בהמה
זעמל מעל האט געשריבן:וויפיל באלונען דארף זיין צו קענען האלטן א מענטש?

כווייס נישט, ווילסט טרייען?

----

ערנסטערהייט גערעדט, סווענט זיך מן הסתם אין די גרויס פון די באלונען און אין די וואג פונעם מענטש

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:01 pm
דורך שטומפיג
פיינע נייעס,
איינער האט זיין נאמבער? אפשר קען ער מיטנעמען א פאסאנדזשיר?

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:01 pm
דורך רואיג!
זעמל מעל האט געשריבן:וויפיל באלונען דארף זיין צו קענען האלטן א מענטש?

מען דארף בערך 35 געווענליכע באלאנען פער פונט. אבער איך מיין ער גייט גיין מיט א גרעסערע סארט באלאן.

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:01 pm
דורך זארג נישט
ער וויל נאך טוהן קיוריעס דזארדז

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:03 pm
דורך רואיג!
שיעלע בהמה האט געשריבן:ווער קען זיך אנהאלטן מיט די האנט צו באלונען הויעך אין די לופטן? און אין קעיס עפעס גייט שלעכט וועט ער דען האבן צייט אנצוטון די פאראשוט?

אלעס וואס ער האט געטון ביז היינט איז יא נארמאל? וואס טוט מען נישט פאר פרנסה...

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:04 pm
דורך רואיג!
שטומפיג האט געשריבן:פיינע נייעס,
איינער האט זיין נאמבער? אפשר קען ער מיטנעמען א פאסאנדזשיר?

וועט זיין שנעלער ווי די ברידזש אדער טונעל...

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:04 pm
דורך שיעלע בהמה
רואיג! האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:ווער קען זיך אנהאלטן מיט די האנט צו באלונען הויעך אין די לופטן? און אין קעיס עפעס גייט שלעכט וועט ער דען האבן צייט אנצוטון די פאראשוט?

אלעס וואס ער האט געטון ביז היינט איז יא נארמאל? וואס טוט מען נישט פאר פרנסה...

פרנסה פאר א טויטער? אתמהה

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:05 pm
דורך שטומפיג
רואיג! האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:פיינע נייעס,
איינער האט זיין נאמבער? אפשר קען ער מיטנעמען א פאסאנדזשיר?

וועט זיין שנעלער ווי די ברידזש אדער טונעל...

דו רעדסט על הצד אז מ'מאכט דורך דעם גאנצן וועג, איא?

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:07 pm
דורך גליקליכע אינגערמאן
ער לעבט נאך??

כ'האב געמיינט ער איז שוין געשטארבן ביי איינע פון זיינע קונץ שטיקעס

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:14 pm
דורך רואיג!
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איך האב גארנישט געטראכט, אבער כ'קוק ארויס פאר די סוקסעס פון די נסיעה.

דו דארפסט ארבעטן אויף דיין כח הדמיון, איך קען דיר געבן לעסענס.

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:20 pm
דורך גרויסע עם הארץ
רואיג! האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איך האב גארנישט געטראכט, אבער כ'קוק ארויס פאר די סוקסעס פון די נסיעה.

דו דארפסט ארבעטן אויף דיין כח הדמיון, איך קען דיר געבן לעסענס.

קום אין אישי.

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 2:11 pm
דורך זארג נישט
עס דארף זיין א בעסערעס

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 2:20 pm
דורך האמת הצפון
וויאזוי גייט ער קאנטאלירן די באלאן?

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 2:44 pm
דורך רואיג!
האמת הצפון האט געשריבן:וויאזוי גייט ער קאנטאלירן די באלאן?

מען קען זיך קאנטראלירן מיט די ווינטען, אזויווי א לופט באלאן. און מיט די תנועות פון די גוף, אזויווי ווען מען טאנצט מיט א פאראשוט.

ער האט גענומען א לופט באלאן פיילאט סערטיפיקעט, און אויך א סקיידייווינג לעוועל D. (דאס איז די העכסטע לעוועל, מען דארף טאנצן 500 מאל).

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 2:45 pm
דורך דממה דקה
האמת הצפון האט געשריבן:וויאזוי גייט ער קאנטאלירן די באלאן?

וועט פאראויס קוקן ווי די ווינט בלאזט

ארויף איז פשוט, אראפ קראכט מען אפאר באלאנס

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 2:56 pm
דורך דממה דקה
איך האף ער האט אן א מאסק, און אז ער פליט נישט איבער בארא פארק- covid is still a risk :lol:

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:17 pm
דורך קאלערדיג
וויאזוי גייט ער מאכן געלט? ס'גייט קאסטן געלט צו זען?

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:22 pm
דורך רואיג!
קאלערדיג האט געשריבן:וויאזוי גייט ער מאכן געלט? ס'גייט קאסטן געלט צו זען?

טי. ווי.

קען זיין זיי וועלן האלטן בסוד די פונקטליכע לאקאציע אז דער עולם זאל זיך נישט צוזאמלויפן, בפרט בזמן הזה. ונזכה ונחי'.

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 6:19 pm
דורך שמואל בארג
מ'קען טשעקן וואטסעפפ אין די לופטן?

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 6:29 pm
דורך shalsheles
ער האט געטוויט:
This stunt has been 10 years in the making.
Let's turn worry into wonder and take magic to new heights.

Re: דעיוויד בלעין - אריבער די האדסען מיט היליום באלאנען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 6:51 pm
דורך כאפצעם
שוין א שטיק צייט צוריק געטוויט, כאב נישט געהערט פון אים זייט דעמאלטס. כאף ער'ט נישט באקומען קיין קאלטע פוס..