פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:37 pm

מאסן אנקעטע אשכולות זענען שוין דא, אבער א פרעדיקשן אשכול נאכנישט. דער אשכול וועט ספעציעל זיין געאייגענט יעדער זאל פרעדיקטן א פארקעסט אויפן די וואלן אויסגאנג, וואס איז אין קנאפע 10 וואכן ארום.

געווענדליכע פרעדיקשענס זענען געבויעט אויף אנקעטעס. וואס מיינט, אז די פארקעסט טוישט זיך כסדר, פונקט ווי די אנקעטעס. איך קוק דאס אן ווי איינער זאל פאראויסזאגן א שיינע וועטער אויפן ערשטן טאג סוכות הבעל״ט, ווייל היינט רעגנט נישט.

אבער הויפטזיכטליך איז נישט דאס מיין פראבלעם מיט אנקעטעס, ווי יעדער ווייסט, בין איך סתם אזוי א אנקעטעס כופר. עס איז דא א אויבן אויף בליק, אויף ענגליש רופט זיך עס ״די ביג פיקטשער״. נישט אלעמאל איז זיך דער ״ביג פיקטשער״ סותר מיט די אנקעטעס, אין פאקט זענען אנקעטעס ע״פ רוב יא אין ליניע מיט מצב. אבער אין 2016 ובפרט יעצט אין 2020, איז עס געפערליך. (אין 2016 איז דער תירוץ געווען אז פולסטערס האבן פארזעהן די סטעיט ביי סטעיט מאפע, היי יאר וועט זיין א פרישע תירוץ אויפן פארקריפלטער פארקעסט. קען נישט זיין?)

עס איז פארהאן ריזענעבל פאקטארן וואס שפילט עכט א ראלע אין די וואלן. אנקעטעס זענען ״נישט״ קיין ריזענבל פאקטאר, הגם עס קען צומאל יא ענטוזיאייזן יענע זייט, עכ״פ אויף חי׳ שעה. און עדוואס אראפשלעפן דער צד שכנגד. דאס איז אבער בלויז א ספייס צו די זיפ.

אין קורצן מיין נקודה, לדוגמא אין 2016, די עדענטעפיקאציע פונעם מצב אויפן 2016 איז נישט ״די אנקעטעס״. ווייל אנקעטעס איז נישט די זאך וואס שלעפט די אויסגאנג אהין אדער צוריק. דער אויבן אויף בילד מיט וואס יעדער איז איינשטומיג, און וואס ווערט בעיסיקלי פארזיגלט אין די היסטאריע ביכער, וואס האט דאן פאסירט איז געווען אז עס איז געקומען א קריאזער ביזנעסמאן פו ניו יארק מיטן נאמען דאנאלד טראמפ, איינגעשלינגען 16 פארטיי עליטע און אנגענומענע קאנדידאטן, און דערנאך באזיגט דעם לאנגע רייכע יארן ערפארענער פאלאטישן הילערי קלינטאן.

ביי די יעצטיגע וואלן האט זיך דאס נישט געטוישט. מ׳האט דעם זעלבן קאנדידאט, יעצט דער פרעזידענט, וואס האט זינט דאן איינגענומען מערערע שליסלעך צו די יעצטיגע וואלן (ווי כ׳וועל שוין אויסשמועסן). ומצד שני האט מען דעם זעלבן עסטעבלישמעט קאנדידאט, אן אלטן 80 יעריגער זרח, וואס האט נישט און לויפט נישט אויף קיין שום מעסידזש מער ווי זיין פארגייער קלינטאן, אבער שטייט יא מיט א פארטיי אויב נישט מער צוטיילט ווי פיר יאר צוריק, ווען די פראגרעסיוו׳ס האבן זיך נאר אנגעהויבן אויפהייבן דעם קאפ.

טראמפ ריפאבליקען 2016/2020

טראמפ האט דורכאויס זיין ערשטע פיר יאר אויפגעפיקט שווערע מילאנען פרישע שטיצער ביי זיין פארטיי.

טראמפ איז פיר יאר צוריק געווען טאטאל אפגעפרעגט (שיין גערעדט) ביי די ריפאבליקאנע עסטעבלישמענט. דער דעמאלטס׳דיגער קאנגרעס ספיקער פאול רייען (איינער געדענקט אים נאך?) איז אים געשטאנען אין וועג (אויך שיין גערעדט) פונעם טאג וואס טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט, ביז זיין לעצטן טאג אין קאנגרעס נאך די מידטורם. (איינער קען זיך פארשטעלן פעלאוסי איז אויף מעסער שטעך מיט דזשאו ביידען?).

ריינס פריבוס, איז געווען ממש דער חוזק פון שטאט ביים שלום מאכן מיטן מצב אז טראמפ איז דער ריפאבליקאנער נאמאני, זייענדיג דער דעמאטלס׳דיגע RNC פארזיצער. דער וואשינגטאן הויפט בלא-בלא-מאן לינזי גרעהם האט ביז אביסל ווייניגער ווי 2 יאר צוריק נישט געהאט קיין איין גוט ווארט אויף טראמפ. צו פארשטיין ווי מ׳האלט יעצט, איז לינזי גרעהם פון טראמפ׳ס גרעסטע לעקער׳ס.

אריין צום וואלן טאג אין 2016 איז טראמפ געגאנגען מיט א ״טראמפ באזע״, היינט (האט ער) [איז עס] ״א פארטיי״. נאך פיר שטארקע יאר, ווי טראמפ האט דעליווערט הויפענעס סחורה פאר די רעכטע, סיי אויף פאלעסי (טרעיד, טעקס קאטס, דזשודישערי, אימיגראציע) און סיי אויף קאנטער דעפענס קעגן די לינקע, האט טראמפ די שטיצע פון דער גאנצע ריפאבליקאנע פארטיי, פון עקסטרעים רעכט ביז אינדערמיט. (מיט די אויסנאם פון די עסטעבלישמעט טאטעס ממש, מיט ראמני, דזשאהן מ׳קעינס אלמנה און דזשאהן קעיסיק).

קאראנע וויירוס:

לדעתי האט טראמפ דער עדווענטידזש אויף די אישו לגבי געווינען די וואלן, פאר עטליכע סיבות. לאו דוקא פאר זיין גוטע לידערשיפ פון דעי וואן און דורכאויס די פענדעמיע, ווייל דארט איז ער דירעקט שוואך געווען. (הגם יעדער קען עדמידטן אז קיינער וואלט נישט געווען בעסער, כ׳רעד נישט בעסער אין עפראוועל רעיטינג, נאר אינעם וויירוס אויסשפיל דירעקט. והא ראי׳ ענדראו קאמאו האט דאס ארגסטע וויירוס אויסשפיל געגענט אין די וועלט, און שטייט גאר גוט אין קאוויד עפראוועל רעיטינג׳ס). אבער עז אוו טאדעי איז דער וויירוס מער א ״קולטור״ ווי א ״פענדעמיע״. , וואס איז בכלליות צעטיילט צווישן די רעכטע און לינקע.

די ביידען קאמפיין און דעמעקראטן בכלל פראבירן מיט אלע כוחות אויסצוציען דעם וויירוס פיבער ביז די וואלן, סימפילי ווייל דארט האבן זיי א סאפט ספאט אויף טראמפ. וואס זיי כאפן אבער נישט איז, אין די טאג פון די וואלן וועלן זיין הונדערטער טויזענטער לינקע וואס וועלן זיך צוריקהאלטן פון ארויסגיין שטומען ווייל ס׳איז דא א וויירוס, בעת וואס הונדערטער טויזענטער רעכטע וועלן דוקא יא ארויסגיין, להוציא מלבן. (די דעמעקראטן האבן טאקע א שטארקע עדווענטידזש אין מעיל אין וואוטינג, ס׳וועט אבער נישט אנפילן דעם חלל וואס דאס נישט ארויסגיין שטומען צוליב דער וויירוס וועט [קען] זיי אנמאכן.)

צווייטענס, ווי שרעקעדיג דער מציאות פון 200 טויזענט אמעריקאנע קאוויד-טויטע הערט זיך נאר, זענען מענטשן פעד-אפ פון די לאקדאונס. אמעריקאנע בירגער האבן נאכאלטס - ספעציעל שוין נאך אזויפיל שווערע חדשים - מער אינטערעסן פאר זייער עקאנאמיע, און בכלל סאסייעטי.. ווי מיטלייד פאר די וואס זענען געשטארבן בעיקר ביז 3 חדשים צוריק ווען דער וויירוס איז טאקע געווען אגרעסיוו. און ווען ביידען קומט ארויף (נעכטן) זאגן אז ווען ער איז ווען יעצט פרעזידענט וואלט ער היינט טאטאל פארשפארט דאס לאנד, זאל ער וויסן אז שאפט ער זיך פראבלעמען צום שטום בודקע, אפילו סייענטיפיש/פאליטיש איז ער מעגליך גערעכט.

עס זענען דא נאך פארשידענע זאכן וואס קענען אינטערשטרייכן פארוואס די אנקעטעס זאלן נישט זיין אויף די רעלסן, ווי למשל די לעצטיגע איבערקערענישן און בל״מ באוועגונג, אבער דאס זענען ממש די הויפט זאכן פון א בכלליות׳דיגער בליק.

אשע״כ איז מיין פרעדיקשן עז פאלאוס.

ס׳גייט זיין א רעלאטיוו שוואכע טורן אוט ביי די וואלן, דהיינו, נישט צופיל מער ווי אין 2016, אויב בכלל מער. הגם ס׳איז שווער צו וויסן וויפיל מעיל-אין בעלאטס ס׳וועט זיין, אבער ווי געזאגט וועט עס נישט אנפילן דעם חלל וואס דער ווירוס וועט [קען] אוועקנעמען פון צווישן די לינקע.

טראמפ וועט געווינען אלע סווינג שטאטן וואס ער האט געווינען אין 2016, הגם אין פענסעלוועניע אין מישיגען שטייט ער ממש ביים עדזש, וועט ער אבער אויפפיקן לכה״פ עטליכע אנדערע שטעט.

טראמפ וועט געווינען די פאפולער וואוט׳ס מיט לכה״פ 1 פונקט, א שיפט פון ארום 4 פונקטן אין פיר יאר.


כ׳בעט יעדעם איינעם, מ׳זאל מיר פליז נישט צו שטארק שלאגן אויב שטעלט זיך מיין פארקעסט ארויס צו זיין נישט ריכטיג. (און נישט ריכטיג איז טייטש בלויז אויב טראמפ פארלירט. אויב געווינט ער מיט 12 עלעקטראלס, און פארלירט די פאפולער וואוטס מיט די זעלבע 3 פונקטן ווי אין 2016.. וועל איך נאכאלטס זיין גערעכט).

יעדער איז מכובד אריינצוקומען מיט זיין פארקעסט, גאוינג פאוערד נענטער צו די וואלן מעג מען טוישן פארקעסט אויב יסודות׳דיג האבן זיך זאכן געטוישט (לאפיקו אנקעטעס). א טאג נאך די וואלן וועט מען ווידער ארויפברענגען דעם אשכול ווי מ׳וועט אנהויבן איבערלייגן דעם ציבור.
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:48 pm

קיין פארקעסט האב איך נאך נישט.

און ווישפול טינקינג איז א געוואלדיגע זאך.

איז אבער דא אפאר טעותים/שקרים דא, וואס איך נעם רשות אויסצוקלארן.


1) די דעמאקראטן זענען היינט קלאר מער פאראייניגט ווי פיר יאר צוריק, ווען די פראגרעסיוון זענען געווען עכט אנגעווייטאגט אויף הילערי.

2) לינדזי גרעהעם לעקט שוין היינט טראמפ פיל ווייניגער, נאך וואס ער האט שוין געווינען די רעפאבליקאנער פריימערי, און שטעלט זיך יעצט פאר די אלגעמיינע וויילער. ער איז נישט דער איינציגסטער, בען סעס, אדם קיזינגער.

3) על פי פשטות וועט זיין א משונה'דיגע שטארקע טוירנאוט, אזוי ווי מען זעהט קלאר אין די רעזולטאטן פון אלע פריימעריס דאס יאר. נישט אנקעטעס, רעזולטאטן.

4) כנאמבער 3, לויט די פריימעריס איז מעיל אין בעלאטס אסאך מער ווי גענוג צו דעקן דאס וואס דער ציבור האט מורא צו שטימען ביי מעיל.

5) אין פאקט האבן גאר אסאך רעפאליקאנער גוים אויך מורא פון קאוויד, א שטייגער ווי מען האט קלאר געזען אין אקלעהאמע, איך זאג דאס בנוגע רעפאליקאנער אין פערסאן טוירנאוט, און בנוגע וואס ביי אידן ברעכט מען שוין חדשים לאנג פון די איינצוימונגען.

6) אין אנדערע שטאטן, איז "יעצט" דער וויירוס די מערסטע אגרעסיוו, אבער לאמיר טאקע האפן אז ביז די וואלן זאל עס שוין לאנג זיין אויסגעוועפט.

און יעצט סתם אויסצוקלארן, וועלכע כאטש עטליכע אנדערע שטעט וועט טראמפ געווינען, חוץ אנהאלטן אלע 30 פון 2016?
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:57 pm

דאס אז די דעמעקראטן זענען מער פאראייניגט מיט די פראגרעסיוו׳ס.. דאס איז דיין ווישפול טינקינג. און מיט לינזי גרעהם ווייסעך נישט וואס דו זאגט, אבער איך האב געניצט זיין נאמען ס״ה פאר א משל, צו אילעסטירירן וואספארא ווייטע וועג טראמפ איז געגאנגען במשך די לעצטע פיר יאר.

צו דיין לעצטע שורה.. כ׳ווייס נישט. אבער פונקט ווי פארשטייסט אז מישיגען, פענסעלוועניע זענען געווען א טאטאלע סופרייז.. קען איך דיר נישט זאגן וואג וועט זיין דער סופרייז יעצט.

אבער פון נעוואדע למשל וועל איך נישט זיין סופרייזד.
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:02 pm

מיין ווישפול טינקינג איז דאס
l7030.png
l7030.png (118.3 KiB) געזעהן 1505 מאל


דאס אז די דעמאקראטן זענען פיל מער פאראייניגט קען מען זעהן - אויך אויב מען גלייבט לגמרי נישט די אנקעטעס - פון בערני סאנדערס'ס רעדעס אינטערוויוס און אויפטריטן.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:03 pm

אוממעגליך צו פרעדיקטען!!!...

אויב ביידען באקומט נישט קיין קעראונע ביז נאוועמבער דאן איז ער די פעיווארט צו געוואונען, מאכטס ענק אלע גרייט פאר: ברעיקינג ניוז זשאו ביידען זשאסט וואן וויסקאנסען ענד איז פראזשעקטעד טו בי די 46טה פרעזידענט אוף די יונייטעד סטעיטס.

אפילו אויב טראמפ געוואונט יא דאן ווייס מיר שוין אז טראמפ געוואונט נישט גרויס, זיכער נישט קיין מאיאראטעט וויילער אפשר קוים מיט איין עלעקטאר מער אדער א סאליד דראמא ווי למשל א סופרים קאורט מעלדטדאון צו א ערענסטע קאנגרעס דעבאקעל, אזוי וועט ער פאר אייביג בלייבען א שוואכע געוואונער וואס געט אים א שוואכע מאכט.

עס ליגט אין טראמפס הענט צו טוישען די שלעכטע מצב ער איז אין און צוריק דרייען זיינע נאמבערס כאטש אין די שטאטען וואס קען אים געבן די געוואונס.

גראדע איז שוין היינט געגאנגען מכות צווישען א ביידען עדווייזער וואס האט געזאגט אז עס איז נישט דא צופיהל אפשענס וואס ביידען קען טוהן צו דעליווערן זיינע פלענער מיט אזא מאגערע פעדעראלע ספענדינג עבילעטי און קארטעז האט שוין צוריק געשאסען אז די פלענער וואס זי האט אין קאנגרעס ריקווייערד מעיזשאר אינוועסטמענטס (ספענדינג) פון קאנגרעס, סאו אויב דאס היצט אינטער דאן איז ביידען און אביסעל טראבעל און עס זעהט נישט אויס ווי ער האט די שטארקייט דאס צו סעטלען.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:09 pm

איך פרעדיקט אז טראמפ וועט געווינען די וואלן

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:14 pm

זייער שיינע אנאליז טשאדי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11531
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:17 pm

איך פרעדיקט נישט.


אין די אלע אנקעטע חשבונות און פלפולים בין איך נישט באהאוונט. סאו געבויעט אויף דעם קען איך זיכער נישט פרעדיקטן.

און אויסצורעכענען כל מיני טעאריע'ס לכאן ולכאן, קען איך זיצן א גאנצן ליבן טאג און טעאריזירן כל מיני צדדים, ויוכלו הזמן והם לא יוכלו...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

דרימליינער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך דרימליינער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:09 pm

זייער שיינע אנאליז האסט אבער פארזען איין גרויסע זאך. די מאס פון האס וואס ס'איז דא אויף טראמפ פון די דעמאקראטן און אסאך אינדעפענדעטס איז אבנארמאל און דאס קען ארויסברענגען סאך מער וויילער ווי דו האפסט.
מיין פרעדיקשען איז אז ס'איז נאך צי פרי צו פרעדיקטען.

לעב און שטרעב
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך לעב און שטרעב » זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:34 pm

איך פרעדיקט אזא אויסגאנג:
Capture.JPG
Capture.JPG (85.96 KiB) געזעהן 1266 מאל

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:36 pm

נישט אייוועלט פרעדיקט, איינער פרעדיקט זיין ווישפול טינקינג, יכול להיות אז ער גייט געווינען אבער עס אוו נאו איטס ווישפול טינקינג

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך בבקשה » זונטאג אוגוסט 23, 2020 8:14 pm

מיין געס, באזירט אויף וואס מיין געפיל זאגט מיר בנוגע די אנקעטעס וואס איך זעה איז אזוי, ביידען געווינט פאפולער וואוט מיט צעווישן 5 און 10 פערצענט, ביידען געווינט ווירדזשיניע, פענסעלוועניע, וויסקאנסין און מישיגען( מינאסאטע אויך), טראמפ געווינט פלארידע טעקסעס געארגיע און אהייאו, אריזאנע און נארט קאריליינע זענען טאס אפס

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג אוגוסט 23, 2020 8:35 pm

דרימליינער האט געשריבן:זייער שיינע אנאליז האסט אבער פארזען איין גרויסע זאך. די מאס פון האס וואס ס'איז דא אויף טראמפ פון די דעמאקראטן און אסאך אינדעפענדעטס איז אבנארמאל און דאס קען ארויסברענגען סאך מער וויילער ווי דו האפסט.
מיין פרעדיקשען איז אז ס'איז נאך צי פרי צו פרעדיקטען.

טענק יו טשאדעלע, האסט מיר דערקוויקט דאס הארץ.

@דרימליינער, זאלסט אודאי אויך נישט דיסקאונטען די שוידערליכע האס וואס די טראמפ רעכטע האבן אויף די לינקע, פאר די שענדליכע רדיפות וואס מ'האט דעם פרעזידענט אויסגעטיילט פון דעם טאג וואס ער האט אריינגעטרעטן אין אפיס.

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך באטעמטקייטן » זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:07 pm

דערמאנט אייך נאר וויאזוי סהאט אויסגעקוקט און 16. און קוקטס ווער עס זיצט איצטערט און אוועל אפיס....
טעמו וראו. כי...

דאס לעבן איז ווי א פיענא. ווייסע שטיקלעך און אזוי אויך שווארצע. אבער אז מען ווייסט וויאזוי צו שפילן. שפילט זיך א הערליכע ליד.

דרימליינער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך דרימליינער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:17 pm

גערעכט. אבער ער האט אויסגערעכנט אלע "ריזענבעל פאקטארן" האב איך געוואלט דערמאנען נאך א שטארק ריזענבעל פאקטאר

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:30 pm

דרימליינער האט געשריבן:גערעכט. אבער ער האט אויסגערעכנט אלע "ריזענבעל פאקטארן" האב איך געוואלט דערמאנען נאך א שטארק ריזענבעל פאקטאר


ער איז אפשר מער פאר׳האסט ביי די דעמעקראטן ווי פיר יאר צוריק, אבער די ס״ה אנטי טראמפ׳ערס איז שטארק איינגעשרינקן זינט דעמאטלס.

צוריק פיר יאר צוריק האט ער געהאט שונאים אויף ביידע זייטן, יעצט נישט. פיר יאר צוריק האט קיינער נישט געחולמט אז ער קען עכט זיין א לעגעטימער פרעזידענט, יעצט ווייסט עס יעדער, אפילו די דעמעקראטן.

און בכלל איז ״האסע״ נישט קיין פאקטאר צו ״געווינען״. ו׳2016 יוכיח. צו געווינען ברויכמען האבן ״שטיצער״.
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

דרימליינער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך דרימליינער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:43 pm

פשוטע האס אפשר נישט אבער שטארקע האס קען יא זיין א פאקטאר. און די האס איז שוין נישט אזא בלינדע האס ווי 2016 ס'איז שוין געבויעט אויף מעשים
אבער עניוועיס האסטו געבויעט א שטארקע קעיס לטובת אונזער יר"ה

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך שאשא » זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:46 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
דרימליינער האט געשריבן:גערעכט. אבער ער האט אויסגערעכנט אלע "ריזענבעל פאקטארן" האב איך געוואלט דערמאנען נאך א שטארק ריזענבעל פאקטאר


ער איז אפשר מער פאר׳האסט ביי די דעמעקראטן ווי פיר יאר צוריק, אבער די ס״ה אנטי טראמפ׳ערס איז שטארק איינגעשרינקן זינט דעמאטלס.

צוריק פיר יאר צוריק האט ער געהאט שונאים אויף ביידע זייטן, יעצט נישט. פיר יאר צוריק האט קיינער נישט געחולמט אז ער קען עכט זיין א לעגעטימער פרעזידענט, יעצט ווייסט עס יעדער, אפילו די דעמעקראטן.אין ממילה גייען זיי מער ארויס קומען

און בכלל איז ״האסע״ נישט קיין פאקטאר צו ״געווינען״. ו׳2016 יוכיח. צו געווינען ברויכמען האבן ״שטיצער״. ער האט געבויט זיין קאמפיין אויף האסע אין 2016
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:50 pm

שאשא האט געשריבן:ער האט געבויט זיין קאמפיין אויף האסע אין 2016


איר זענט שאָשאָ.

טראמפ האט געבויעט זיין באזע אויף:

!!!JOBS, JOBS, JOBS

!!!WALL, WALL, WALL
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך שאשא » זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:52 pm

האסע אנטעקעגן די איסטעבלישמינט
האסע אנטקעגען אימליגאלע אימעגרענטס
האסע אנטעקגען זיין איינגענע פארטיי
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11531
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:12 pm

ער האט נישט געבויעט זיין קאמפיין אויף האסע, פינטעלע.

ער האט געבויעט זיין קאמפיין אויף ברייטע, בולדאוזער, אוט אויף די נארם קאמפיין פארשפרעכונגען און אויף זיין 'ארגינעלע' שפראך און 'פלעינע' וועג פון באהאנדלען זאכן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:15 pm

טשאדעלע! שפתיים ישק! פון דיין פענע צו גאט'ס אויגן..

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:25 pm

:roll: :roll:

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך שאשא » זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:31 pm

האלצשטיין האט געשריבן::roll: :roll:

דאס איז דיין פרעדיקשען ?
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענטליכע 2020 וואלן - אייוועלט פרעדיקטעט

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:27 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
שאשא האט געשריבן:ער האט געבויט זיין קאמפיין אויף האסע אין 2016


איר זענט שאָשאָ.

טראמפ האט געבויעט זיין באזע אויף:

!!!JOBS, JOBS, JOBS

!!!WALL, WALL, WALL

קאן זיין, אבער געווינען האט ער, ווייל דער עולם וועם ער האט געדארפט האבן האט אים ווייניגער געהאסט ווי הילערי.

עס איז נישט געווען דייקא א מאנגל אין דזשאבס יעמאלט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, אהרן הלוי, אן א נאמען, בארג, בענקעל, בעקעלע.הפוכה, לפנות בוקר, פארפלאנטערט און 54 געסט