lebediger berel האט געשריבן:צייט שטיפער האט געשריבן:טיפוקעל אשכול,
איינער זוכט פון הינטער די ערד ווי מען קען זיך עפעס אפרעדן, בשעת דער צווייטער ווערט שטארק נערוועז פון א קליין ווארט קריטיק.
אפשר טיילט מען אפ די לעצטע צוויי בלאט (אדער אריין שטעלן אין יומא דהילולא נייעס אשכול [אויב שוין דא אזאנס])?
דער אמת איז און ס'געהער נישט אין דעם אשכול, אבער דער "סטענדערדט" פליט ארויף פון יאר צו יאר,
וואס האט געהייסן מכובד און צוגעשטעלט זעקס זיבן יאר צוריק הייסט שוין היינט אומענטשליך, למשל אזא טרינקען טראק מיט קאפס וכו', היינט דארף מען באמת געבן "ספרינג וואסער" אז נישט האסטו יענעם נישט מכבד געווען, און כ'מיין נישט סקארקאסטיש, די זאכן טוישן זיך שנעל.
און די הנהלת החברה קדישא זענען אלד טיימערס וואס ריקן זיך נישט אזוי שנעל.
איך געדענק אין די בראשית יארן ס'יז געווען סאך ווייניגער ווי היינט און געהייסן שיין צוגעשטעלט. (כנ"ל גראדע געווען היימישע געפאקטע מזונות אין סענדוויטש בעגס)
און ערנסט גערעדט, אויב קוקט מען אויף כבוד הבריות וכבוד עצמו, דארף מען זיך באניצן מיט די סערוויסעס אין די מתיבתא זייט נישט ביי די טהרה שטיבל זייט. סאיז בלויז איין עקסטער שפאן און ס'איז ווערט. שוין צענדליגע יארן וואס כ'טו אזוי.
אז מ'רעד שוין יא וועגן סטאנדארט זיך הייבן
איך געדענק נאך נישט לאנג צוריק איז געווען 5 פעסער זיך צו וואשן די הענט און 3 פעסער צו טרינקען און 5 פארטעבאל ביה"כ אין וויזניץ ביי די סקולענע יוד"ל ער"ח אב