צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

זכרנו ימים מקדם פאר 4 יארע צוריק ווען מ'האמיר זיך געשעמט צו פארקויפן אז מיר שטיצן דעם מאדנעם רויטן, און אז מיר האבן אפילו א הוה אמינא אז ער וועט געווינען [טראץ אונזערע באהאלטענע האפענונגען]

דאן איז ווי א מלאך המושיע ערשינען איינער מיטן נאמען "פאליק", און געעפנט דעם "צענטראלע עלעקשאנס-פרא טראמפ אשכול".

מיר האבן געוויסט אז וואס ער פארקויפט איז נישט מער ווי פאלשע חלומות און דמיונות, און פארט האט עס אונז געשמעקט, אריינצוקומען און שעפן אביסל חיזוק.

הוי... פאליק'ל פאליק'ל וואו ביסטו,

היינט ווען מ'דארף נאכאלס חיזוק, און מיט די שוואכע אנקעטע נומערן נאך מער. עפענען מיר דעם אשכול פאר דעם צוועק: מי שיש לו איזה דבר וואס קען ברענגען עפעס גינסטיגע נייעס, אנאליזן, אבזערוואציעס, אויפפאסונגען, יבא הנה.

איך וועל מעתיק זיין וואס פאליק האט בשעתו געשריבן ביים עפענען דעם "צענטראלע עלעקשאנס-פרא טראמפ אשכול"

פאליק האט געשריבן:קודם וועל איך מקדים זיין וואס צווייפל האט געשרבן ווען ער האט געפענט די געלונגענע פריימערי רואיגע ווינקל אשכול וואס האט למעשה מצליח געווען מיט אריבער 80 בלעטער

"דיזע אשכול ווערט געעפנט מיט א ריין גוטע כוונה.

אין די גרויסע פריימערי אשכול, גייען פארשינדענע ניקס דורך א שווערע איבערגאנג, זיי מוזן איצט טראנספערמירן זייער שכל, זייערע בליקן, און זיך צוגעוויינען צום פריש אנטוויקלטן מציאות.

דעריבער בייזערן זיי זיך אויף יעדע קלייניקייט, ווי יענער אנגעווייטאגטער איד, וועלכער שרייט א גאנצן טאג, סאיז צו הייס, סאיז צו קאלט, מאך קלענער די עירקאנדישן, מאך גרעסער די ערקאנדישן, שטילער די מוזיק, העכער, נידעריגער, שרייען אויפן בעל תפלה, דאווען שטייטער, דאווען שנעלער, וועלכע ביישויער מיינען אז אט די קלייניקייטן זענען דאס וואס רייצן דעם אידנס קוריאזקייט.

נאדערווייל זענען דאס בלויז סימפטאמס פון אינערליכע אויפברויז, אמאל צוליב עפעס א איבערלעבעניש, אמאל צוליב א באגרעניצטקייט אין מח וכו'.

ע"כ, ביז אט די אלע חשוב'ע ניקס וועלן ענדיגן צו צוגעוואוינען זייערע טראכט אפאראטן צום נייעם וועטער, ווער דורך הילף, און ווער דורכן אייגענעם אמיון סיסטעם, איז מיר באקוועמער צו שטיין דא אין א זייט, א שטילע ווינקל, אויסלופטערן מיינע מחשבות, (עס איז שטארק נישט מענטשליך צו שטיין פארנט פון א צווייטן און באטראכטן אים בשעת'ן אריבערגיין פיזישע אדער גייסטישע טוישונגען, למשל בשעל'ן עסן, שלאפן, הוסן, איבלען, פארשעמט ווערן, ביי א קראנקן אין שפיטאל בשעת'ן וכו', א כעס אויסברוך וכדו').

ע"כ, וועלן מיר שטיין דא אין די זייט און שמועסן רואיגערהייט, און לאזן די אידן דארט צו זיך קומען, רואיגערהייט.

און אדרבה, טראכט, און שרייבט און לייגט צו אייערע געדאנקען." ע"כ לשונו הזהב

יעצט וועל איך אביסל מוסיף זיין מיט איין קליינע בקשה צו די אלע אנטי טראמפ'ס וואס גאנבענען זיך אריין דא!
יא די אשכול איז געפענט געווארן פאר טראמפ פראפעגאנדע און דא וועל מיר אויפרייסן ווען עס גייט גוט און ספינען ווען עס גייט נישט גוט און די אלע ווערטע נאכדעם וואס א משלנו זאגט עפעס ווי למשל משוגע, צודרייט, צופידלט, קליינע קינד, נורסערי, צושויבערט, פארהאסט, ראסיסט, צוטראמפ, פאריקט בלא בלא בלא בלא....... איז אין כאן מקומו. דא איז באתרא דמר און מען זאל האבען דרך ארץ

און איך וויל בעטן וותיק וחסיד: זיי ממשיך דא מיט א רואיקייט, עס איז דא צענדליגער ניקים און לייענער'ס וואס ווילן וויסן וואס טראמפ האט געזאגט און זיי ווילן לייענן זיינע טוויטס און די אויסצוגן פון זיין דרשה. ביטע ממשיך זיין און מוסיף זיין און לאזען דא הערען אלעס ארום אונזער קומענדיגער פרעזידענט אדונינו הגדול הקיסר "דאנאלד טראמפ" יר"ה

יישר כוחכם בתקוה להבנה
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

וזה החלי

דא וועט איר זען אז טראץ דעם וואס אין די נאציאנאלע אנקעטעס איז טראמפ זייער זייער ווייט, איז ער אבער אין פיל א בעסערע פאזיציע ווען עס קומט צו סטעיט ביי סטעיט

ער דארף נאך ארבעטן, אבער מ'קען זען א סיניריאו וואו ס'זאל געשען, און צו דעם קומט אויך צו דער אלעמאל פארזעענער פאקט אז טראמפ ווערט אונטערגעשאצט אין די אנקעטעס
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

און נישט פארגעסן אז אין זיין יעצטיגן צושטאנד איז זייער שווער צו גלייבן אז ער וועט נאך פאלן,

פון דא אין ווייטער גייט נאר ארויף
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

פראמינענטער שחור פון דא
אטעטשמענטס
20200717_172509.png
20200717_172509.png (494.48 KiB) געזען 58891 מאל
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח פאר'ן עפענען דיזן אשכול.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך גלייב אז נאך אזא קעראונע דיזעסטער וואלט יעדע פרעזידענט געהאט א שווערע צייט צו געוואונען ריעלעקשאן, טראמפ שטייט אין א געוואוסע זין בעסער ווי געראכטען.

2. אויב איז אמת אז מען וואוט בעיסד אן די עקאנאמיע דאן איז טראמפ איין פראצענט א חילוק פון ביידען און דאס דארף באזארגען די דעמאקראטען גאר שטארק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

א דאנק פארן עס עפענען,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

אביסל טיפער האט געשריבן:א דאנק פארן עס עפענען,
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איך מיין מען דארף נישט עפענען קיין פראו ביידען אשכול, דערווייל איז דער צענטראלער עלעקשן אשכול פראו ביידען... אויב די מצב וועט זיך טוישן וועט מען דארפן עפענען א פראו ביידען אשכול.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

איך אלץ א פראו טראמפ סופארטער פיעל איך אז ביז ווי לאנג טראמפ וועט נישט מאכן קיין ראליס איז זייער מעגליך אז ער וועט פארלירן. ביידן בענעפיט דא, ווען נישט קראונע איז ער אוט. קיינער זעט יעצט נישט זיינע ליידיגע ראליס, און מ’זעט נישט זיינע מיסטעיקס. אבער טראמפ ראליס זעט מען אויך נישט. איך האלט אז טראמפ האט געווינען אין ‘16 נאר וועגן זיינע ראליס וואס איז געווען פאן. טראמפ מוז זיך אינטערגארטלען דא..
אז איך רעדט שוין.. די אינטערוויא נעכטן מיט וואלעס איז יא געווען גוט, ער האט איהם געפרעגט שווערע שאלות און איהם נישט געלאזט גיין. מאך אזא אינטערוויא מיט ביידן, ס’וואלט געווען בושות.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
וויל נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל נישט »

קען איינער ברענגן די נעכטיגע איטערוואיוא?
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

פער בריסטאו האט געשריבן:איך אלץ א פראו טראמפ סופארטער פיעל איך אז ביז ווי לאנג טראמפ וועט נישט מאכן קיין ראליס איז זייער מעגליך אז ער וועט פארלירן. ביידן בענעפיט דא, ווען נישט קראונע איז ער אוט. קיינער זעט יעצט נישט זיינע ליידיגע ראליס, און מ’זעט נישט זיינע מיסטעיקס. אבער טראמפ ראליס זעט מען אויך נישט. איך האלט אז טראמפ האט געווינען אין ‘16 נאר וועגן זיינע ראליס וואס איז געווען פאן. טראמפ מוז זיך אינטערגארטלען דא..
אז איך רעדט שוין.. די אינטערוויא נעכטן מיט וואלעס איז יא געווען גוט, ער האט איהם געפרעגט שווערע שאלות און איהם נישט געלאזט גיין. מאך אזא אינטערוויא מיט ביידן, ס’וואלט געווען בושות.

וואלעס זאגט יעצט אז ער האלט אז ביידען דארף זיך אויך אראפזעצן צו אים פאר אזא אינטערוויו...

מיין פערזענליכע מיינוג: עס גייט געשען איין טאג.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

פער בריסטאו האט געשריבן:איך אלץ א פראו טראמפ סופארטער פיעל איך אז ביז ווי לאנג טראמפ וועט נישט מאכן קיין ראליס איז זייער מעגליך אז ער וועט פארלירן. ביידן בענעפיט דא, ווען נישט קראונע איז ער אוט. קיינער זעט יעצט נישט זיינע ליידיגע ראליס, און מ’זעט נישט זיינע מיסטעיקס. אבער טראמפ ראליס זעט מען אויך נישט. איך האלט אז טראמפ האט געווינען אין ‘16 נאר וועגן זיינע ראליס וואס איז געווען פאן. טראמפ מוז זיך אינטערגארטלען דא..
אז איך רעדט שוין.. די אינטערוויא נעכטן מיט וואלעס איז יא געווען גוט, ער האט איהם געפרעגט שווערע שאלות און איהם נישט געלאזט גיין. מאך אזא אינטערוויא מיט ביידן, ס’וואלט געווען בושות.

און אויך זענען פילע פון זיינע פאלויערס און הייסע שטיצער אראפגעטראסקעט פון טוויטער
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

האט שוין טראמפ געטוויט וועגן די נייע פרא טראמפ אשכול? :lol:
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

מטעמים האט געשריבן:2. אויב איז אמת אז מען וואוט בעיסד אן די עקאנאמיע דאן איז טראמפ איין פראצענט א חילוק פון ביידען און דאס דארף באזארגען די דעמאקראטען גאר שטארק.

די סיבה פארוואס מען וואוט בעיסד אויף די אקאנעמי איז ווייל מענטשן קוקן וואס עס טוט זיך ביי זיך, און אויב דאס איז די קעיס קען קאראנע זיין א גרויסע פראבלעים.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

להגדיל שמו האט געשריבן:

בפשטות איז קאראנא פערטיג ביז א חודש - וניו יארק יוכיח - ממילא גייט די אקאנעמי זיין די זאך
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...

די שאלה איז אויב די דעמעדזש איז דאון
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

עס אי זוכער אז די פואלס זענען אביסל מנאפעלירט
הצלחה
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:2. אויב איז אמת אז מען וואוט בעיסד אן די עקאנאמיע דאן איז טראמפ איין פראצענט א חילוק פון ביידען און דאס דארף באזארגען די דעמאקראטען גאר שטארק.

די סיבה פארוואס מען וואוט בעיסד אויף די אקאנעמי איז ווייל מענטשן קוקן וואס עס טוט זיך ביי זיך, און אויב דאס איז די קעיס קען קאראנע זיין א גרויסע פראבלעים.

בפשטות איז קאראנא פערטיג ביז א חודש - וניו יארק יוכיח - ממילא גייט די אקאנעמי זיין די זאך

נישט ווען די מידיע טרייט מיט אלע כוחות צו האלטן קאראנא אויפן אויבנאן, קוק אויף די נייעס, וועסט זען נאר שרעקעדיגע קעפלעך, דאס אז אמעריקא האט די "נידעריגסטע" טויט צאל פער קאפ פון די גאנצע וועלט וועסטו נישט טרעפען אין די נייעס.

דאס איז זייער סינגל איינציגסטע האפענונג! אנזייען שרעק,קלאוזדאונס,אנעפלוימענט, כולי האי ואולי וועלן זיי קענען עלעקטן דעם "דאמי"

טרומפ האט גוט געזאגט נעכטען פאר וואלעס, ווען מען זאל ווען נעמען ביידען פאר אזיין 1 שעה "בייעס" גרילינג, וואלט ביידען געליגען אויף די פלאר און געשריגען מאמי! מאמי! נעם מיך שוין אהיים פון דא...כ'מיין, עס איז פלעין אנבעליעוועבעל וואס ציפעדיג,בייעס, שלעכטיגקייט די אינטערוויא איז געווען, וויאזוי די פראגעס ווערן געפרעגט.

איז דא איינער וואס האלט אז ביידען קען ארוישלעפן די עקאנאמי אין יעצטיגן שווערן מצב? איך גלייב נישט איינער האלט אזוי
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

שאשא האט געשריבן:עס אי זוכער אז די פואלס זענען אביסל מנאפעלירט

אביסל אסאך....

א יעדע אנקעטע וואס ווערט גענומען - חוץ ווען א קאמפיין נעמט אליין אן אנקעטע צו וויסן ווי זיי שטייען - ווערט גענומען מיט א ציל אויפצוווייזן, אדער כדי צו טוישן די דעת הקהל צו די מיינונג וואס די אנקעטע נעמער וויל. דורכ'ן אויף ווייזן אז רוב מענטשן ווילן דאס, גייען נאך א גרויס חלק מענטשן - וואס ווילן זיין פון די ווינינג טיעם זיך צושטעלן.

ווען ס'איז נאך גענונג פרי פאר די וואלן, אז מ'קען נאך זאגן אז מענטשן האבן זיך געטוישט שפעטער, טרייעט מען צו מאכן די אנקעטעס אזוי צו שטיפן די אגענדעס.

למשל אויס וועלן די מענטשן/גרופע וואס מ'וויל פרעגן, אביסל סוויטשן די נומבערס, פרעגן די קשיות נאכן אויפרעגן די מענטשן, וכו'

(און די סטאדי אויף hydroxychloroquine יוכיח, וואס מ'האט געגעבן העכערע דאסעס, און געגעבן פאר שטערבליך קראנקע מענטשן, און אויך געגעבן אן די זיטראמעקס און זינק... אלעס אויף צו ווייזן אז ס'ארבייט נישט)
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

קאכעדיגע האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:2. אויב איז אמת אז מען וואוט בעיסד אן די עקאנאמיע דאן איז טראמפ איין פראצענט א חילוק פון ביידען און דאס דארף באזארגען די דעמאקראטען גאר שטארק.

די סיבה פארוואס מען וואוט בעיסד אויף די אקאנעמי איז ווייל מענטשן קוקן וואס עס טוט זיך ביי זיך, און אויב דאס איז די קעיס קען קאראנע זיין א גרויסע פראבלעים.

בפשטות איז קאראנא פערטיג ביז א חודש - וניו יארק יוכיח - ממילא גייט די אקאנעמי זיין די זאך

נישט ווען די מידיע טרייט מיט אלע כוחות צו האלטן קאראנא אויפן אויבנאן, קוק אויף די נייעס, וועסט זען נאר שרעקעדיגע קעפלעך, דאס אז אמעריקא האט די "נידעריגסטע" טויט צאל פער קאפ פון די גאנצע וועלט וועסטו נישט טרעפען אין די נייעס.

דאס איז זייער סינגל איינציגסטע האפענונג! אנזייען שרעק,קלאוזדאונס,אנעפלוימענט, כולי האי ואולי וועלן זיי קענען עלעקטן דעם "דאמי"

טרומפ האט גוט געזאגט נעכטען פאר וואלעס, ווען מען זאל ווען נעמען ביידען פאר אזיין 1 שעה "בייעס" גרילינג, וואלט ביידען געליגען אויף די פלאר און געשריגען מאמי! מאמי! נעם מיך שוין אהיים פון דא...כ'מיין, עס איז פלעין אנבעליעוועבעל וואס ציפעדיג,בייעס, שלעכטיגקייט די אינטערוויא איז געווען, וויאזוי די פראגעס ווערן געפרעגט.

איז דא איינער וואס האלט אז ביידען קען ארוישלעפן די עקאנאמי אין יעצטיגן שווערן מצב? איך גלייב נישט איינער האלט אזוי

איך האב געמיינט צו שרייבן אז אין א חודש ארום גייען מענטשן מער נישט שטארבן פון קאראנע...
וניו יארק יוכיח אז נאך די צוויי פיעק חדשים האט מען געסטאפ שטארבן, אפי' מ'איז געשטארבן די גאנצע צוויי חדשים צו מ'איז יא געווען קוואראנטינט צו נישט...
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

אויב טראמפ נעמט זיך צירוק צו קאראנע, ווי באריכטעט אויפן וועלטעל,
האט ער גאר גוטע שאנסען זיך ארויפצוכאפען,

אנהייב מיט זיינע פרעסע קאנפערענצען איז ער גאנץ גוט ארויפגעפארען,
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

א דאנק פארן עפענען די אשכול, עס איז אייביג געשמאק צו אריינקומען אין א פלאץ וואו יעדער ברענגט פאזיטיווע פאקטן פאר איין זייט...

זייער אסאך אנקעטעס פארציילן אלע סארט פאקטן און ציפערן, איך ווייס נישט וואס איז אמת און וואס נישט. דאס זענען די פאקטן וואס איך בין יא באקאנט מיט:

איך אליין האב געשטימט קלינטאן 4 יאר צוריק, און דאס יאר גייען מיר שטימען טראמפ. איך קען אידן און להבדיל גוים וואס האבן געשטימט טראמפ לעצטע מאל, און "זיי אלע" גייען נאכאלס פאר טראמפ.

אין אנדער ווערטער, גאר אסאך אלטע רעפאבליקאנער האבן נישט געקענט שטימען פאר טראמפ לעצטע מאל. אבער אין די לעצטע פיר יאר האבן זיי שלום געמאכט מיט זיינע חסרונות און אנערקענט זיינע מעלות. און די זעלבע צייט איז זיין ארגינעלע באזע גארנישט אפגעשוואכט, זיי אלע האלטן נאך פון אים גאר שטארק.

וואס וועט למעשה פאסירן? נעווער סעי נעווער.

---

די אלע חורבנות פון קאראונע און פראטעסטען האלט איך וועט זיין א טובה פאר טראמפ. זיין עיקר שטיצע באקומט ער ווייל די מצב איז צרות, און ער גייט מאכן סדר, מעיק אמעריקע גרעיט אגען. אויב וואלט ער אנגעהויבן צו זאגן קיעפ אמעריקע גרעיט, וואלטן געווען מענטשן וואס וואלטן געפרעגט, פאר מיר איז עס נאך נישט גוט? און אויב וואלט ער געזאגט מעיק אמעריקע גרעיט נאך 4 יאר זיין פרעזידענט, איז שווער, וואו ביסטו געווען ביז יעצט.

יעצט מיט די אלע פאסירונגען קען ער טענה'ן אז אמעריקע איז געגאנגען גאר גוט, און די דעמעקראטן האבן עס חרוב געמאכט מיט נישט פירן גוט קאראונע אין ניו יארק אא"וו, און די פראוטעסטן זענען אוודאי די שולד פון די דעמעקראטן. קען מען שרייען צוזאמען "מעיק אמעריקע גרעיט אגעין.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

10439.jpeg
10439.jpeg (81.93 KiB) געזען 58383 מאל
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Trump approves 175 federal agents to take control of Chicago
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”