זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יולי 13, 2020 12:31 pm

א זעלטענע ערשיינונג שפילט זיך אפ אין די הימלען העכער די צפון זייט פון די וועלט, מיט די אנקום פון א גרויסע קאמעט.

א קאמעט איז א שטיין, געווענליך עטליכע מייל גרויס, וועלכע פליט ארום אין ספעיס, און באשטייט פון אייזיגע מאטריאל. ווען די שטיין קומט נאענט צו די זון וועט זיך טיילן דערפון אויפלאזן און אוועקפאלן פונעם קאמעט (צומאל וועט עס גענצליך צופאלן אבער דאס האט נישט פאסירט אין דעם פאל) און דאס וועט שאפן די ליכטיגע וויידל וועלכע וועט זיך נאכשלעפן נאכן שטיין פון אונטן.

די יעצטיגע קאמעט, גערופן נעאווייס (אויף די ראשי תיבות פון די טעלעסקאפ וועלכע האט עס די ערשטע באמערקט) קען יעצט געזען ווערן אין די פארטאגס שעה'ן, אומגעפער אכציג מינוט בעפאר זריחה. עס צו טרעפן דארף מען קוקן אין ריכטונג פון צפון-מזרח, עס שטייט יעצט בערך צען מעלות העכער די האריזאנט (די ברייט פון א פויסט איז אומגעפער צען מעלות, טא אויב מען שטרעקט אויס די האנט און מען האלט עס אויף ארויף צום הימל, וועט די קאמעט געזען ווערן איין פויסט העכער די צפון מזרח האריזאנט) און עס פארמאגט א וויידל פון 4-5 מעלות לאנג (אומגעפער צען מאל די גרויסקייט פון די לבנה) אבער עס ווערט כסדר גרעסער.

אין די קומענדיגע עטליכע טעג וועט די קאמעט געזען ווערן נידריגער און נידריג ער אויפ'ן האריזאנט, ביז יולי אכצן ווען עס וועט זיין בלויז פינף דעגרי העכער דעם האריזאנט. אבער אלץ נידריגער עס גייט אין די פארטאגס שעה'ן, אלץ העכער וועט עס קענען געזען ווערן אנפאנג נאכט. אנגעהויבן יולי צוועלף האט עס שוין געקענט געזען ווערן פינף דעגרי העכער די צפון/צפון-מערב האריזאנט (עס קריכט ארויף אונטער די ביג דיפער/גרויסע בער) אכציג מינוט נאך די שקיעה. יולי פערצן וועט עס שוין זיין צען מעלות הויעך, און יולי 19 צוואנציג מעלות הויעך. עס וועט קומען די נענטסטע צו אונזער וועלט יולי 22 (64.3 מיליאן מייל) הגם עס וועט מער נישט זיין אזוי ליכטיג (צווישן צוויי און דריי מעגנעטוט, אומגעפער די זעלבע ליכטיג ווי די כוכב הצפוני פאלאריס) ווייל עס גייט יעצט ווייטער און ווייטער פון די זון. פון דעמאלטס וועט עס צוביסלעך פארשוואונדן ווערן צו די אויסערליכע גרעניצן פון די סאלאר סיסטעם.

די קאמעט ווערט געזען העכער מאנהעטן יולי צען פארטאגס
EclzKmBXoAcInz3.jpg
EclzKmBXoAcInz3.jpg (221.03 KiB) געזעהן 2358 מאל


די מאפע וואו די קאמעט וועט געזען ווערן אין אווענט פון די קומענדיגע טעג
EcnCk6GUMAAkMfv.jpg
EcnCk6GUMAAkMfv.jpg (82.46 KiB) געזעהן 2358 מאל

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יולי 13, 2020 12:32 pm

א ריזיגן דאנק פארן קלארן באריכט און שיינע בילדער!!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יולי 13, 2020 12:39 pm

איך זעה יעצט אז @סופער-סטאר האט שוין באריכטעט איבער דעם קאמעט, נישט באמערקט...

viewtopic.php?p=2278769#p2278769

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 15, 2020 2:14 pm

האמער נעכטן געהאט די געלענהייט עס צו זען די ערטשע מאל (בערך א שעה א האלב נאך די שקיעה) גאר אינטערעסאנט געווען.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יולי 15, 2020 2:28 pm

יש ברירה האט געשריבן:האמער נעכטן געהאט די געלענהייט עס צו זען די ערטשע מאל (בערך א שעה א האלב נאך די שקיעה) גאר אינטערעסאנט געווען.

מקענעס זעהן אין אפסטעיט אויך?

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 15, 2020 2:30 pm

זיכער

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יוד אלף » מיטוואך יולי 15, 2020 2:36 pm

יש ברירה האט געשריבן:א זעלטענע ערשיינונג שפילט זיך אפ אין די הימלען העכער די צפון זייט פון די וועלט, מיט די אנקום פון א גרויסע קאמעט.



דארף מען מאכן א ברכה ווען מען זעהט דאס?

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 15, 2020 2:46 pm

בין נישט קיין דיין...

רמב"ם הלכות ברכות

פרק י', הלכה י"ד: על הרוחות שנשבו בזעף ועל הברקים ועל הרעמים ועל קול ההברה שתשמע בארץ כמו ריחיים גדולים ועל האור שבאויר שיראו כאלו הם כוכבים נופלים ורצים ממקום למקום או כמו כוכבים שיש להם זנב על כל אחד מאלו מברך ברוך שכחו וגבורתו מלא עולם ואם רצה מברך עושה בראשית.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך גרשון » מיטוואך יולי 15, 2020 3:55 pm

יש ברירה האט געשריבן:

כ'פארשטיי נישט, מ'טרעפט עס אויף צפון-מזרח סיי צופרי און סיי אין אוונט? ווי אזוי איז דאס מעגליך?

פון ווען ביז ווען קען מען עס זען אויפדערנאכט?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יולי 15, 2020 4:27 pm

יש ברירה האט געשריבן:זיכער

אקעי, ווי דארף מען קוקן, נארט סאוט איסט וועסט?

באדראג-קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » מיטוואך יולי 15, 2020 4:29 pm

יוד אלף האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:א זעלטענע ערשיינונג שפילט זיך אפ אין די הימלען העכער די צפון זייט פון די וועלט, מיט די אנקום פון א גרויסע קאמעט.



דארף מען מאכן א ברכה ווען מען זעהט דאס?
from sefaria
אורח חיים רכ״ז:א

ברכת הזיקים. ובו ג סעיפים:
על הזיקים והוא כמין כוכב היורה כחץ באורך השמים ממקום למקום ונמשך אורו כשבט ועל רעדת הארץ ועל הברקים ועל הרעמים ועל רוחות שנשבו בזעף על כל אחד מאלו אומר בא"י אמ"ה עושה מעשה בראשית ואם ירצה יאמר בא"י אמ"ה שכחו וגבורתו מלא עולם:

ברכות נ״ח ב

עַל הַזִּיקִין: מַאי זִיקִין? אָמַר שְׁמוּאֵל: כּוֹכְבָא דְּשָׁבֵיט. וְאָמַר שְׁמוּאֵל: נְהִירִין לִי שְׁבִילֵי דִשְׁמַיָּא כִּשְׁבִילֵי דִנְהַרְדָּעָא, לְבַר מִכּוֹכְבָא דְּשָׁבֵיט דְּלָא יָדַעְנָא מַאי נִיהוּ. וּגְמִירִי דְּלָא עָבַר כִּסְלָא, וְאִי עָבַר כִּסְלָא — חָרֵב עָלְמָא. וְהָא קָא חָזֵינַן דְּעָבַר! — זִיוֵיהּ הוּא דְּעָבַר, וּמִתְחֲזֵי כִּדְעָבַר אִיהוּ. רַב הוּנָא בְּרֵיהּ דְּרַב יְהוֹשֻׁעַ אָמַר: וִילוֹן הוּא דְּמִקְּרַע, דְּמִגַּלְגַּל וּמִחֲזֵי נְהוֹרָא דְרָקִיעַ. רַב אָשֵׁי אָמַר: כּוֹכְבָא הוּא דְּעָקַר מֵהַאי גִּיסָא דְכִסְלָא וְחָזֵי לֵיהּ חַבְרֵיהּ מֵהַךְ גִּיסָא, וּמִיבְּעִית, וּמִחֲזֵי כְּמַאן דְּעָבַר.

We learned in the mishna that over zikin, one recites: Whose strength and power fill the world. The Gemara asks: What are zikin? Shmuel said: A comet. Shmuel also said: The paths of the sky are as clear to me as the paths of my city, Neharde’a, except for comets, that I do not know what they are. And we learn through tradition that a comet does not pass the Orion constellation, and if it does pass Orion, the world will be destroyed. The Gemara asks: Don’t we see that comets pass Orion? The Gemara rejects this: The aura of the comet passes Orion and it appears as though the comet itself passes. Rav Huna, son of Rav Yehoshua, said a different answer: It is merely that vilon, one of the firmaments, rips and furls and the light of the next firmament is seen, and this appears like a comet. Rav Ashi said another explanation: It is not a comet that passes Orion, but a star that is uprooted from one side of Orion, and another star, from the other side of Orion, sees it and gets startled and shudders, and appears as if it is passing.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך יולי 15, 2020 4:30 pm

מען האט געוויסט אז דער קאמעט גייט זיין?
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

באדראג-קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » מיטוואך יולי 15, 2020 4:38 pm

NASA האט עס באמערקט און מערץ די יאהר אז עס לויפט אין ריכטונג פון אונזער וועלט

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 15, 2020 4:42 pm

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:א זעלטענע ערשיינונג שפילט זיך אפ אין די הימלען העכער די צפון זייט פון די וועלט, מיט די אנקום פון א גרויסע קאמעט.



דארף מען מאכן א ברכה ווען מען זעהט דאס?
from sefaria
אורח חיים רכ״ז:א

ברכת הזיקים. ובו ג סעיפים:
על הזיקים והוא כמין כוכב היורה כחץ באורך השמים ממקום למקום ונמשך אורו כשבט ועל רעדת הארץ ועל הברקים ועל הרעמים ועל רוחות שנשבו בזעף על כל אחד מאלו אומר בא"י אמ"ה עושה מעשה בראשית ואם ירצה יאמר בא"י אמ"ה שכחו וגבורתו מלא עולם:

ברכות נ״ח ב

עַל הַזִּיקִין: מַאי זִיקִין? אָמַר שְׁמוּאֵל: כּוֹכְבָא דְּשָׁבֵיט. וְאָמַר שְׁמוּאֵל: נְהִירִין לִי שְׁבִילֵי דִשְׁמַיָּא כִּשְׁבִילֵי דִנְהַרְדָּעָא, לְבַר מִכּוֹכְבָא דְּשָׁבֵיט דְּלָא יָדַעְנָא מַאי נִיהוּ. וּגְמִירִי דְּלָא עָבַר כִּסְלָא, וְאִי עָבַר כִּסְלָא — חָרֵב עָלְמָא. וְהָא קָא חָזֵינַן דְּעָבַר! — זִיוֵיהּ הוּא דְּעָבַר, וּמִתְחֲזֵי כִּדְעָבַר אִיהוּ. רַב הוּנָא בְּרֵיהּ דְּרַב יְהוֹשֻׁעַ אָמַר: וִילוֹן הוּא דְּמִקְּרַע, דְּמִגַּלְגַּל וּמִחֲזֵי נְהוֹרָא דְרָקִיעַ. רַב אָשֵׁי אָמַר: כּוֹכְבָא הוּא דְּעָקַר מֵהַאי גִּיסָא דְכִסְלָא וְחָזֵי לֵיהּ חַבְרֵיהּ מֵהַךְ גִּיסָא, וּמִיבְּעִית, וּמִחֲזֵי כְּמַאן דְּעָבַר.

We learned in the mishna that over zikin, one recites: Whose strength and power fill the world. The Gemara asks: What are zikin? Shmuel said: A comet. Shmuel also said: The paths of the sky are as clear to me as the paths of my city, Neharde’a, except for comets, that I do not know what they are. And we learn through tradition that a comet does not pass the Orion constellation, and if it does pass Orion, the world will be destroyed. The Gemara asks: Don’t we see that comets pass Orion? The Gemara rejects this: The aura of the comet passes Orion and it appears as though the comet itself passes. Rav Huna, son of Rav Yehoshua, said a different answer: It is merely that vilon, one of the firmaments, rips and furls and the light of the next firmament is seen, and this appears like a comet. Rav Ashi said another explanation: It is not a comet that passes Orion, but a star that is uprooted from one side of Orion, and another star, from the other side of Orion, sees it and gets startled and shudders, and appears as if it is passing.

איך האב געברענגט די רמב"ם ווייל פון מחבר קען מען אפשר זאגן אז ער רעדט פון א שוטינג סטאר און נישט פון א קאמעט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7908
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:29 am

א ריזיגער יישר כח כבוד הרב יש ברירה.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, וואס איז געווען זיין רוט ביז יעצט, אז ער סירקולט ארום אונזער וועלט? און וואס האט אים אוועקגעדרייט פון זיין רוט?..

מיין שאלה אין אנדערע ווערטער.. עס קומט זיכער פון ווייט ערגעץ אינעם האריזאנט. עפעס האט אים געגעבן א שטופ וואס האט אים געמאכט אנקומען צו די שכינות פון אונזער ארביט. אבער וואס האט אים אפגעשטעלט פון פליען ווייטער אוועק אינעם סאולער סיסטעם?
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך א פיינע מענטש » דאנארשטאג יולי 16, 2020 8:55 am

קען איינער אנווייזן ווי און ווען מען וועט עס קענען זעהן היינט נאכט ?

באדראג-קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » דאנארשטאג יולי 16, 2020 12:42 pm

א פיינע מענטש האט געשריבן:קען איינער אנווייזן ווי און ווען מען וועט עס קענען זעהן היינט נאכט ?

אויף די רעכטע זייט פון די גרופע שטערענ'ס (וואס מ'פלעגט רופן אין חדר ''די שעף לעפעל'')
download.jpg
download.jpg (3.12 KiB) געזעהן 1283 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:28 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ריזיגער יישר כח כבוד הרב יש ברירה.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, וואס איז געווען זיין רוט ביז יעצט, אז ער סירקולט ארום אונזער וועלט? און וואס האט אים אוועקגעדרייט פון זיין רוט?..

מיין שאלה אין אנדערע ווערטער.. עס קומט זיכער פון ווייט ערגעץ אינעם האריזאנט. עפעס האט אים געגעבן א שטופ וואס האט אים געמאכט אנקומען צו די שכינות פון אונזער ארביט. אבער וואס האט אים אפגעשטעלט פון פליען ווייטער אוועק אינעם סאולער סיסטעם?

ער סירקעלט נישט אונזער וועלט, ער גייט זיך אויף זיין גאנג, די סאלער סיסטעם איז אימיטן זיין גאנג, און ער גייט טאקע אוועקפליען ווייטער. טעארעטיש וואלט עס צוריקגעקומען א צווייטע מאל אין 6800 יאר ארום.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:29 pm

א פיינע מענטש האט געשריבן:קען איינער אנווייזן ווי און ווען מען וועט עס קענען זעהן היינט נאכט ?

עס איז דא א גוטע עפפ ארויסצוהעלפן...

https://play.google.com/store/apps/deta ... k&hl=en_US

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:38 pm

ס׳גייט זיין פארוואלקענט היינט נאכט.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:44 pm

יש ברירה
האסטו באמערקט די וויידל מיט די נאקעטע אויגן?

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:45 pm

יא, היפש קלאר.

(איך בין אפסטעיט)

איך וויל מאכן א בילד אבער איך זוך נאך א היתר להלכה...

קליינע טאטע
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך קליינע טאטע » דאנארשטאג יולי 16, 2020 2:01 pm

אין שטאט קען מען עס אויך זעין? אדער די הימלען זענען צו ליכטיג?

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 2:08 pm

איך בין נישט דארט, אבער א מאגנעטוט 2 דארף מען צו קענען, אויסער, אפשר, אויב דו שטייסט ממש אין מאנהעטאן.

אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

Re: זעלטענע ערשיינונג: קאמעט ערשיינט אין די הימלען פונעם צפון העמיספער

תגובהדורך סעלצער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:14 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך וויל מאכן א בילד אבער איך זוך נאך א היתר להלכה...

איז דאס א הלכה'דיגע שאלה ?!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”