מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

ר' בעריש'ל איך גלייך נישט זיך אן צוריפן אין קיין טענה'רייען אבער איך וויל פארשטיין, הכל מודים אז עס איז דא מער גרויזאמע פארברעכנס ביי די שווארצע ווי ביי די ווייסע, א"כ איז פשוט אז ווען אן אפיציר דערנענטערט זיך צו א שווארצן האט ער מער מורא וואס דאס איז גורם ער זאל זיך באנוצן מיט מער מאכט, וואו קומט דא אריין ראסיזעם?

איבער הויפט ביי די מעשה פון דעם פארברעכער פלויד וואס קיינער וויל נישט רעדן פון זיין פארגאנגענהייט, ער האט שוין פארברענגט יארן אין תפיסה פאר ווילדע איבערפעלער און רויבערייען, ער איז געוועהן א באקאנטער צרה לייט פאר די פאליציי און ס'איז מסתבר אז די אפיצירן האבן באמת מורא געהאט פון איהם, און לויט זיין היסטארי איז אויך מעגליך אז אויב די אפיצירן וואלטן נישט געטוהן דאס וואס זיי האבן געטוהן וואלט ער זייי ווילד איבערגעפאלן.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

בעריש'ל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:ברעיקינג: די פאליציי האט באשטעטיגט אז דער באקאנטער מאן מיטן שירעם וואס האט געבראכן פענסטער בשעת א פרידליכער בלמ פראטעסט איז א ווייסע סופרעמעסי עקסטרעמיסט, וואס האט געוואלט שטעלן בלמ אין א שווארצע ליכט.

https://m.startribune.com/police-umbrel ... 571932272/

אקעי..
די בלעק לייווס מעטער זענען מוראדיג/געוואלדיג/הייליג וכו' וגו'

וואס אויף די וועלט דארף די פאליציי טון מיט די אנארכיסטן זיי אפצושטעלן?

ארעסטירן געזעצליך יעדער וואס טוט א קריים.

און אויב שטעלן געוויסע א ווידערשטאנד דאן וואס דארף די פאליציי צו טון?

איך האב דיר יעצט געברענגט א הייסע לעבעדיגע ביישפיל פון א ווייסע אנארכיסט, וואס דארף יעצט פאליציי טוען מיט די גאנצע ווייסע מאוומענט?

זינט ווען ווערט א ביישפיל פארוואנדלט אין א מאוומענט????

(זאג מיר נישט אז דו האלטסט אז די לעצטיגע אנארכיע איז א ווייסע קאנספיראציע)
-----------

יעצט צוריק צו אונזער ענין,

וואס דארף די פאליציי טון צו די לעצטיגע געוואלטאטן?
און וואס פונקטליך דארפן זיי צו טון ווען זיי באגעגענען זיך מיט גאר א שטארקע רעזיסטענס ביים ארעסטירן א כוליגאן?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

בעריש'ל האט געשריבן:א ריכטיג ראסיסטישע סטעיטמענט! ביסט מודה אז א אומבאוואפנטער מאן איז געהרגעט אומשולדיג? קומט אויס אז 124 חברה זענען טויט צוליב ווייל אנדערע שווארצע באגיין פארברעכנס.

און פאר דער וואס זאגט אז ווייסע ווערן אויך געהרגעט, שווארצע זענען 13 פראצענט פון אמעריקא, לויט דעם חשבון דארף ווען זיין 720 ווייסע אומבאוואפנטע הריגות.

אומבאוואפנט מיינט נאכנישט אומשולדיג אדער אומשעדליך!

איך האב מער מורא פון אן אומבאוואפנטער שווארצער ווי פון א ווייסער מיט אן אויסגעשטרעקטער גאן. פאקט!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

בעריש'ל האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
שאשא האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
שאשא האט געשריבן:זיי זענען א קלענער פראצענט

ער ברענגט דאך דא אראפ געוויסע נומערן.

אבער פראצענטאל זענען זיי מער

אה גוט, סוי יעצט דארף מען זעהן די פראצענטן פון פארברעכן ביי ביידע לאגערן.

א ריכטיג ראסיסטישע סטעיטמענט! ביסט מודה אז א אומבאוואפנטער מאן איז געהרגעט אומשולדיג? קומט אויס אז 124 חברה זענען טויט צוליב ווייל אנדערע שווארצע באגיין פארברעכנס.

און פאר דער וואס זאגט אז ווייסע ווערן אויך געהרגעט, שווארצע זענען 13 פראצענט פון אמעריקא, לויט דעם חשבון דארף ווען זיין 720 ווייסע אומבאוואפנטע הריגות.

בערישעל ווייסע זענען נישט די אנדערע 87%
ביסט אף מיט די נומבערס
אז יענער קען קענסטו אויך
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:א ריכטיג ראסיסטישע סטעיטמענט! ביסט מודה אז א אומבאוואפנטער מאן איז געהרגעט אומשולדיג? קומט אויס אז 124 חברה זענען טויט צוליב ווייל אנדערע שווארצע באגיין פארברעכנס.

און פאר דער וואס זאגט אז ווייסע ווערן אויך געהרגעט, שווארצע זענען 13 פראצענט פון אמעריקא, לויט דעם חשבון דארף ווען זיין 720 ווייסע אומבאוואפנטע הריגות.

אומבאוואפנט מיינט נאכנישט אומשולדיג אדער אומשעדליך!

איך האב מער מורא פון אן אומבאוואפנטער שווארצער ווי פון א ווייסער מיט אן אויסגעשטרעקטער גאן. פאקט!

זאג עס נישט, דו צעשטורעמסט בערישלס איידעלע געפילן.

בכלל דארפסטו וויסן, אז גארנישט איז נישט קאנקרעט, אלעס איז סובדזשעקטיוו און אויב יענער "פילט" אז דאס וואס איר זאגט טוט אים וויי, דאן האט איר יענעם טעכניש וויי געטון...

בקיצור, גארנישט פון די שווארצע קען זיין שלעכט!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

פרוביר אויך האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
שאשא האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:ער ברענגט דאך דא אראפ געוויסע נומערן.

אבער פראצענטאל זענען זיי מער

אה גוט, סוי יעצט דארף מען זעהן די פראצענטן פון פארברעכן ביי ביידע לאגערן.

א ריכטיג ראסיסטישע סטעיטמענט! ביסט מודה אז א אומבאוואפנטער מאן איז געהרגעט אומשולדיג? קומט אויס אז 124 חברה זענען טויט צוליב ווייל אנדערע שווארצע באגיין פארברעכנס.

און פאר דער וואס זאגט אז ווייסע ווערן אויך געהרגעט, שווארצע זענען 13 פראצענט פון אמעריקא, לויט דעם חשבון דארף ווען זיין 720 ווייסע אומבאוואפנטע הריגות.

בערישעל ווייסע זענען נישט די אנדערע 87%
ביסט אף מיט די נומבערס

גערעכט, אבער נאכאלץ איז עס צופיל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

הענדימען האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:נו, אפשר דארף מען זיי נאכמאכן? קריים איז נישט ערגער אין יוראפ ווי דא.

נשמת השכל האט שוין געענטפערט און איך וועל מפרש זיין

ווען איינער רופט פאליציי אין לאנדאן אז איינער ברעכט זיך אריין אין זיין הויז קומען זיי נישט! אזוי האב איך געהערט פון אסאך לאנדאנער אידן

אסאך פון אונזערע חברים דא זענען גענוג אלט צו געדענקען וויאזוי בלומבערג האט געשניטן קריים דורך סטאפן די ריפארטס. איך אליינס האב מיטגעהאלטן וויאזוי אפאר אידן וגם אני בתוכם האבן פרובירט צו מאכן א ריפארט און זיי האבן זיך ארויסגעדרייעט מיט גראבע ליגענטס

סאו קריים איז בכלל נישט בעסער דארט

דאס איז אגב אויך אן ענטפער אויף די טענה אז די פאליציי דארט האט נישט קיין גאנס איז א ראי' אז מ'קען

אין געוויסע אייראפעאישע לענדער איז טאקע דא ווייניג קריים (כ'מיין שוועדן) אבער דאס האט מיט'ן פאלק. לויט די שוועדישע אימיגראציע רעקארדס זענען אפריקאנער געווען 2.8% פון זייער פאפולאציע אין יארע 09

עס מאכט אבער נישט קיין סענס אז עס איז דא סאך מער קריים אין אייראפע ווי דא, איך געדענק נישט בלומבערג, אבער ווען דעבלאזיא שניידט קריים דורך שניידן רעפארטס, בלייבט אבער מערדערייען וואס מען קען נישט באהאלטן און מארד סטאטיסטיקס גייט טאקע כסדר ארויף, משא''כ אין יוראפ איז
מארד סאך סאך נידריגער ווי דא.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובה דורך הענדימען »

בעריש'ל האט געשריבן:גערעכט, אבער נאכאלץ איז עס צופיל.

האסט געזען דאס?
ברוכאוויטש האט געשריבן:ר' בעריש'ל איך גלייך נישט זיך אן צוריפן אין קיין טענה'רייען אבער איך וויל פארשטיין, הכל מודים אז עס איז דא מער גרויזאמע פארברעכנס ביי די שווארצע ווי ביי די ווייסע, א"כ איז פשוט אז ווען אן אפיציר דערנענטערט זיך צו א שווארצן האט ער מער מורא וואס דאס איז גורם ער זאל זיך באנוצן מיט מער מאכט, וואו קומט דא אריין ראסיזעם?

איבער הויפט ביי די מעשה פון דעם פארברעכער פלויד וואס קיינער וויל נישט רעדן פון זיין פארגאנגענהייט, ער האט שוין פארברענגט יארן אין תפיסה פאר ווילדע איבערפעלער און רויבערייען, ער איז געוועהן א באקאנטער צרה לייט פאר די פאליציי און ס'איז מסתבר אז די אפיצירן האבן באמת מורא געהאט פון איהם, און לויט זיין היסטארי איז אויך מעגליך אז אויב די אפיצירן וואלטן נישט געטוהן דאס וואס זיי האבן געטוהן וואלט ער זייי ווילד איבערגעפאלן.

וואס איז דיין ענטפער?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

יואל שרייבער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:נו, אפשר דארף מען זיי נאכמאכן? קריים איז נישט ערגער אין יוראפ ווי דא.

נשמת השכל האט שוין געענטפערט און איך וועל מפרש זיין

ווען איינער רופט פאליציי אין לאנדאן אז איינער ברעכט זיך אריין אין זיין הויז קומען זיי נישט! אזוי האב איך געהערט פון אסאך לאנדאנער אידן

אסאך פון אונזערע חברים דא זענען גענוג אלט צו געדענקען וויאזוי בלומבערג האט געשניטן קריים דורך סטאפן די ריפארטס. איך אליינס האב מיטגעהאלטן וויאזוי אפאר אידן וגם אני בתוכם האבן פרובירט צו מאכן א ריפארט און זיי האבן זיך ארויסגעדרייעט מיט גראבע ליגענטס

סאו קריים איז בכלל נישט בעסער דארט

דאס איז אגב אויך אן ענטפער אויף די טענה אז די פאליציי דארט האט נישט קיין גאנס איז א ראי' אז מ'קען

אין געוויסע אייראפעאישע לענדער איז טאקע דא ווייניג קריים (כ'מיין שוועדן) אבער דאס האט מיט'ן פאלק. לויט די שוועדישע אימיגראציע רעקארדס זענען אפריקאנער געווען 2.8% פון זייער פאפולאציע אין יארע 09

עס מאכט אבער נישט קיין סענס אז עס איז דא סאך מער קריים אין אייראפע ווי דא, איך געדענק נישט בלומבערג, אבער ווען דעבלאזיא שניידט קריים דורך שניידן רעפארטס, בלייבט אבער מערדערייען וואס מען קען נישט באהאלטן און מארד סטאטיסטיקס גייט טאקע כסדר ארויף, משא''כ אין יוראפ איז
מארד סאך סאך נידריגער ווי דא.

יעדע פלאטץ האט זיך זיינע עדווענטידזשעס און דיס-עדווענטידזשעס, מקען נישט צושטעלן איין לאנד צום צווייטן, פינטל.

(אגב, די נקודה האלט איך אויכעט בנוגעה ישיבות, צב"ש ווי סאטמאר וויל נאכמאכן בעלזא פון ארה"ק.. און די א"ג אויפגעקלערטע ווילן נאכמאכן די ליטווישע ישיבה סיסטעם מיטן שיקן די קינדער קיין מיר וכו')
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שיעלע בהמה האט געשריבן:בכלל דארפסטו וויסן, אז גארנישט איז נישט קאנקרעט, אלעס איז סובדזשעקטיוו און אויב יענער "פילט" אז דאס וואס איר זאגט טוט אים וויי, דאן האט איר יענעם טעכניש וויי געטון...

בקיצור, גארנישט פון די שווארצע קען זיין שלעכט!

טאמער פארשטיי איך גוט וואס דו מיינסט, האסטו יעצט בארירט דעם עיקר יסוד פון זייער פראבלעם

אויב קענסטו, ביטע ברייטער עס אויס. איך גיי מסתמא נישט האבן קיין צייט דערפאר היינט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

הענדימען האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:בכלל דארפסטו וויסן, אז גארנישט איז נישט קאנקרעט, אלעס איז סובדזשעקטיוו און אויב יענער "פילט" אז דאס וואס איר זאגט טוט אים וויי, דאן האט איר יענעם טעכניש וויי געטון...

בקיצור, גארנישט פון די שווארצע קען זיין שלעכט!

טאמער פארשטיי איך גוט וואס דו מיינסט, האסטו יעצט בארירט דעם עיקר יסוד פון זייער פראבלעם

אויב קענסטו, ביטע ברייטער עס אויס. איך גיי מסתמא נישט האבן קיין צייט דערפאר היינט

איך אויכעט נישט, אי"ה עוד חזון
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

בעריש'ל האט געשריבן:אגב אויב איז דאס לאנד אזוי צובראכן אונטער טראמפ דארף מען טאקע א טשעינזש.

נע, בעריש'ל האלט און איין סאגן אז סגייט גארנישט פאר....

מען האט געשאסן אפאר מענטשן, אבער סאיז ווייטע שטיל.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פון דיבלאזיא איז נישט קיין ראי' ווייל ער באקעמפט די פאליציי אנשטאט קריים

מסתמא זענען מערדערייען טאקע ווייניגער. בלומבערג האט טאקע אנפאנג געהאט דעם פראבלעם אז מערדערייען זענען ארויף בשעת אנדערע קריים איז "אראפ"
אגב. אויב געדענק איך גוט האט ער אויך געטוישט קלאסיפיקאציעס פון געוויסע קריימס צו ווייזן אז ווילדע קריימס איז אראפ

נוצן גרויסע קריימס אלץ אן ראי' אויף קליינע איז נאר גוט ווען ס'איז נאטורליך נישט ווען מ'באקעמפט נאר גרויסע און איגנארירט אינגאנצן קליינע

א קליינע עכט ראסיסטישע פוינט. אין אנדערע לענדער איז מען זייער שטאלץ מיט די לאנד און קולטור און מ'זוכט נישט צו שטופן קיין נייע קולטורן. דא אין אמעריקע איז די ווילדע קולטור פון געוויסע גאר ארויפגעקוקט און איך גלויב שטארק אז אסאך קריים שטאמט פון דעם אבער יעדער איז בארעכטיגט מחולק צו זיין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:א ריכטיג ראסיסטישע סטעיטמענט! ביסט מודה אז א אומבאוואפנטער מאן איז געהרגעט אומשולדיג? קומט אויס אז 124 חברה זענען טויט צוליב ווייל אנדערע שווארצע באגיין פארברעכנס.

און פאר דער וואס זאגט אז ווייסע ווערן אויך געהרגעט, שווארצע זענען 13 פראצענט פון אמעריקא, לויט דעם חשבון דארף ווען זיין 720 ווייסע אומבאוואפנטע הריגות.

אומבאוואפנט מיינט נאכנישט אומשולדיג אדער אומשעדליך!

איך האב מער מורא פון אן אומבאוואפנטער שווארצער ווי פון א ווייסער מיט אן אויסגעשטרעקטער גאן. פאקט!

וואלסטו ווען געלאפן צו די נאציס אוועק פון א שווארצן אמעריקאנער באפרייער צוליב דיין ראסיזם.

דיין ביי שפיל פון אן אויסגעשטרעקטע גאן איז פשוט ראסיזם. נישט דא גענוג ווייסן שונאי ישראל.

יעדע מאל איך בין געווען אין שפיטאל זענען די טונקעלע נורסעס געווען צען מאל מער בייהילפיג ווי די ווייסע. איך ווייס נישט פארוואס.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

Goodmorning האט געשריבן:

איך וואלט עס נישט אנגערופן רעיסיזים נאר פשוטע דמיון. דער אייבישטער זאל העלפן דו זאלסט נישט אנקומען צו דעם, אבער עס איז ניטאמאל א שאלה צו וועם דו גייסט לויפן.
בנוגע שפיטעילער, עס איז נישט אייביג א כלל. (ווער עס זענען די טיפשים דארט איז גראדע יא א כלל אבער שוין...)
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

די חילוק פון יוראפ און אמעריקע, אין אמעריקע האט מען אויסגעריסן די משפחה לייפסטייל.
רוב פארברעכער קומען פון משפחות ווי עס איז נישט געווען קיין טאטע אין די פיקטשער פון דאס קינדס לעבן, און דאס איז נישט אזוי שטארק ביזדערווייל אין אייראפעישע מדינות אפילו ביי די מינאריטעט באפעלקערונג.
אין דעם איז שולדיג די סאסייעטי וואס האט צאמגעשמעלצט ליבעראליזם, ארויסנעמען גאט פון לעבן, פרייהייט, און קעפיטעליזם אין איין טאפ, מיט אזא טשאלענט איז ארויסגעקומען די חינוך וואס אן אמעריקע גוי האט ליידער. און איבערהויפט קלאפט עס אויס מער ביי שווארצע.
גענג קריימס און קאראפשען קומט מער פון אנדערע תוצאות, און דאס איז דא ביי אנדערע לענדער מער, איך רעד פון פעטי קריימס וואס אסאך פירן ליידער צו מער סיריעס קריימס, אויסגעפירט דורך איינצעלנע פארברעכער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א גרופּע אקטיוויסטן וועלכע זענען פארמישט אין די לעצטיגע "בלעק לייווס מעטער" ראיאטן האבן אריינגעגעבן א גאר מאדנע אנקלאגע אין די פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין סיאטעל.

די פינף אנקלאגער טענה'ן אז צוליב וואס די פּאליציי באגייט זיך מיט געוואלדטאטן, מיט נאגייקעס און טרערן גאז, זענען זיי געצווינגען צו קויפן פּאנצערס און אנדערע שוץ קליידונג, און דאס פארלעצט זייערע סיוויל רייטס. זיי זאגן אז זיי דארפן האבן די מעגליכקייט צו פּראטעסטירן אנדעם וואס זיי זאלן דארפן איינקויפן די אלע שוץ מעטאדן – הגם עס איז דא אן אנדערע אפּציע און דאס איז אז זיי זאלן זיך גיין אהיים, אבער פון דעם קלערן זיי נישט...

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

מסתם א אידישע קאפ לויער דאס אויסגעטראפן
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

סטיטשינער האט געשריבן: (ווער עס זענען די טיפשים דארט איז גראדע יא א כלל אבער שוין...)

איך ווייס נישט צו דו מיינסט די שווארצע, אין מיין עקספיריענס זענען די שווארצע דווקא מער ראפינירט, עס איז די ספאנישע וואס מען קען נישט רעדן מיט זיי, אבער עס האט מסתמא אויך צו טון וועגן די שפראך, ווידעראום ווייסע נוירסעס זענען דאך כמעט נישטא.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

יואל שרייבער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן: (ווער עס זענען די טיפשים דארט איז גראדע יא א כלל אבער שוין...)

איך ווייס נישט צו דו מיינסט די שווארצע, אין מיין עקספיריענס זענען די שווארצע דווקא מער ראפינירט, עס איז די ספאנישע וואס מען קען נישט רעדן מיט זיי, אבער עס האט מסתמא אויך צו טון וועגן די שפראך, ווידעראום ווייסע נוירסעס זענען דאך כמעט נישטא.

איך רעד נישט ריפינירט, איך רעד שכל. איך האב שוין אסאך מאל מיטגעהאלטן ווי די ווייסע קריצען זיך די ציין פון זייערע שלעמזאלישקייט אבער זיי קענען גארנישט זאגן אדער טוהן.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

און אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי ריזיגע שפיטעלער אין מאנהעטן (אויף די רגע געדענק איך די קינדער -נישט געבורט- אפטיילונג אין NYU) איז דא גאנצעטע שטאקן אן "קיין איין" טינקעלע נוירס נאר לויטער ווייסע? ס'פונקט אזוי געלונגען?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א פרישע געריכט דאקומענט דעקט אויף אז די ניו יארק פאליציי האט אריינגעשטעלט אינפרמענט'ס צווישן די פראטעסטירער דורכאויס די בי.על.עם. פראטעסטן.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פרישע געריכט דאקומענט דעקט אויף אז די ניו יארק פאליציי האט אריינגעשטעלט אינפרמענט'ס צווישן די פראטעסטירער דורכאויס די בי.על.עם. פראטעסטן.

און? זיי האבן עפעס געטוהן?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לעיקוואד האט געשריבן:די חילוק פון יוראפ און אמעריקע, אין אמעריקע האט מען אויסגעריסן די משפחה לייפסטייל.
רוב פארברעכער קומען פון משפחות ווי עס איז נישט געווען קיין טאטע אין די פיקטשער פון דאס קינדס לעבן, און דאס איז נישט אזוי שטארק ביזדערווייל אין אייראפעישע מדינות אפילו ביי די מינאריטעט באפעלקערונג.
אין דעם איז שולדיג די סאסייעטי וואס האט צאמגעשמעלצט ליבעראליזם, ארויסנעמען גאט פון לעבן, פרייהייט, און קעפיטעליזם אין איין טאפ, מיט אזא טשאלענט איז ארויסגעקומען די חינוך וואס אן אמעריקע גוי האט ליידער. און איבערהויפט קלאפט עס אויס מער ביי שווארצע.
גענג קריימס און קאראפשען קומט מער פון אנדערע תוצאות, און דאס איז דא ביי אנדערע לענדער מער, איך רעד פון פעטי קריימס וואס אסאך פירן ליידער צו מער סיריעס קריימס, אויסגעפירט דורך איינצעלנע פארברעכער.

גענג קריימס און קאראפשאן קומט פון לימיטן דאס קאפיטאליזעם און לאזן געוויסע (אויב נישט רוב) אינדוסטריעס ווערן רעגולירט (ליין = אוועקגענומען פונעם יחיד).

אויכעט דארף מען איינשטעלן א סיסטעם פון טשעקס און בעלענסעס אין די לאו אינפארסמענט (וואס מיר מעגן זיך אויכעט א שאקל גיבן אין דעם הינזיכט)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מער מינעאפּאליס וויילער האבן געזאגט אין א נייע אנקעטע אז די סיטי'ס פּאליציי קראפט זאל נישט ווערן רעדוצירט.

די נייע אנקעטע צייגט אז 44 פּראצענט רעאגירער האבן געזאגט אז זיי ווילן אז די סייז פון די פּאליציי דעפּארטמענט זאל נישט ווערן קלענער, און 40 פּראצענט האבן געזאגט אז יא. 16 פּראצענט האבן געזאגט אז זיי האבן נישט קיין מיינונג.

צווישן שווארצע איינוואוינער האבן 50 פּראצענט געזאגט אז מען זאל נישט רעדוצירן די סייז פונעם פּאליציי דעפּארטמענט און בלויז 35 פּראצענט שווארצע האבן געזאגט מען זאל עס יא רעדוצירן.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”