דיין פערטע פוינט איז אויך די סיבה פארוואס מ'טוט נישט די פשוט'ע יושר'דיגסטע וועג אין א עלעקטאראלע שטימען סיסטעם, אז די עלעקטאראלע שטימען ווערן אויסגעטיילט פראפארציאנאל לויט וויפיל פראצענט מ'האט באקומען אין די סטעיט.צל עובר האט געשריבן:כמה תשובות בדבר.
קודם כל, אזוי איז איינגעפירט צו נוצן דעם עלעקטארל קאלעדזש, און מען טוישט נישט קיין זאכן דאהי ווייל עפעס אנדערש מאכט מער סענס, מער יושר איז ווען צו נוצן די פאפולער וואויט. (נאך 2022 זעהט אויס אז א נאן טראמפ רעפאבליקאנער האט בערך אזא שאנס פאר די פאפולער וואויט ווי דעם עלעקטארל קאלעדזש.)
צווייטנס, קאנגרעס דיסטריקטן קענען זיין דזשערימענדערט, וואס מאכט די גאנצע זאך לעכערליך. (מעין און נעבראסקא זענען גראדע נישט דזשערימענדערט.) ראמני וואלט באזיגט אבאמע אויף אזא סיסטעם, נעמענדיג א שווערע רוב עלעקטארל שטימען פון אהייא און פענסילוועניע.
דריטענס, מען וועט נישט אנקוקן אסאך סטעיט'ס וואס מען קוקט יא אן היינטיגע צייטן.. צום ביישפיל דזשארדזשיע האט נישט קיין איין איינציגע סווינג דיסטריקטן, וועט עס האבן די זעלבע עלעקטראראלע וועליו ווי אזא סטעיט ווי נעוואדע, א פערטל די סייז פון דזשארדזשיע, וואס האט אויך נישט קיין קאמפעטעטיוו דיסטריקטן, און מען וועט זיך אין ביידע סטעיטס נאר פארמעסטן פאר די צוויי סטעיטווייד עלעקטארל שטימען, וכן וויסקאנסין. דער גאנצער פארמעסט וועט בעיקר זיין אין געוויסע דיסטריקטן אין קאליפארניע, פענסילוועניע, מישיגן, אריזאנע און אהייא. פלאס נאך געציילטע צעווארפן אין גאנצן לאנד. עס איז דא לכאורה ווייניגער מענטשן אין סווינג דיסטריקטן ווי אין סווינג סטעיטס לעת.
פערטענס, רויטע און בלויע סטעיטס ווילן דאס נישט איינפירן, פשוט ווייל זיי גייען נישט אוועקגעבן פרי עלעקטארל שטימען פאר די אנדערע זייט. סווינג סטעיטס ווילןן דאס נישט איינפירן, ווייל עס וואלט זיי געמאכט פיל ווייניגער רעלעוואנט.
אגב דו רעדסט פון "טוישן", די יעצטיגע סיסטעם איז נישט אייביג געווען נאר מ'האט עס געטוישט אין יענע דירעקציע, הגם ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס (יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט איינטיילן א געווינס צווישן מער ווי איין קאנדידאט פראפארציאנאל ווייל די איידיע פון אן עקזעקיוטיוו איז אז ס'איז איינער, אבער אויב די פארמעסט איז נישט פאר עקזעקיוטיוו נאר פאר די פוינטס וואס מ'גייט אריינלייגן אינעם נאציאנאלן שיסל צו ערוויילן אן עקזעקיוטיוו, מאכט נישט קיין טראפ סענס אז מ'זאל נישט גיין פראפארציאנאל), נאר לכאורה איז די אויבנדערמאנטע וואס האט געפירט דערצו, דאס הייסט אז סטעיט רעגירונגען (וואס ווערן געווענליך געפירט דורך די שטערקערע פארטיי אין די סטעיט) האבן געווענליך א נגיעה אז דער וואס געווינט די סטעיט זאל באקומען אלע עלעקטאראלע שטימען פון די סטעיט.
אין אנדערע ווערטער, די קאנסטיטוציענאלע רעכט וואס די סטעיטס האבן צו טוהן מיט די עלעקטאראלע שטימען ככל העולה על רוחם, האט דירעקט געפירט דערצו אז די מינדערהייט זאל נישט האבן קיין ווארט אין פרעזידענטליכע וואלן.