אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

100 פראצענט א ווידער-געוויילטער! (בלויז פאר "פייערדיגע שטיצער"...)
34
16%
75 פראצענט
44
21%
50 = 50
43
21%
נישט מער ווי 25 פראצענט...
11
5%
ער וועט עס איבערלעבן אזויווי ביז יעצט!
39
19%
נישט אמת... זיין אפראוועל גייט בלויז ארויף!
6
3%
האט נישט קיין שום טשאנס, לויט ווי די מצב קוקט אויס.
11
5%
האט די זעלבע טשאנס ווי פאר 2 חדשים צוריק.
13
6%
ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין טשאנס!
2
1%
אנדערע (שמועס אויס...)
6
3%
 
סך הכל שטימען: 209

אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא בתרא »

גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב - לויט אונזער פליישיגע אויגן)

ביז בלויז צוויי חדשים צוריק מיין איך אז יעדער וואלט עס געגעבען לכה"פ %65 טשאנ"ס אז "נאך אלעם" וועט אונזער ירום הודו "זיכער" מאכען א צווייטע טערמין...

די עקאנאמיע האט געבאמט, ס'איז בלויז געוואקסען פון טאג צו טאג! די סטאק מארקעט האט זיך בלויז געהויבען! דיעלס זענען אויסגעארבעט געווארן מיט טשיינע (אין מיט צפון-קאריע?)! ארבעטס-ראטע, בלויז העכער און העכער! איבערגעלעבט האט ער עטליכע סקאנדאלען, אריינגערעכנט אימפיטשמענט, וועלכע אויך דעמאקראטען האבן געהאלטען אז ס'האט איהם בלויז בעסער געמאכט...

אבער, אין בלויז עטליכע טעג (אפשר וואכען?) האט זיך אלעס געטוישט... קאראנע האט זיך אנגערוקט, און די ציפערען האבן זיך דראמאטיש געטוישט. די פרעזידענט ווערט באשילדיגט און פארשפעטיגן מיט די רעאקציע (אן אריינגיין יא צו ניין), און די אפראוועל ראטע טראסקעט פון טאג צו טאג לויט רוב אנקעטעס. יש מנהיג לבירה...

אלזא, לאז הערן אייער מיינונג: וועט טראמפ איבערלעבן? אדער קוקט עס אויס אז בקרוב וועל מיר זיך קענען געזעגענען?... נו, לאזט הערן אייער מיינונג!
לעצט פארראכטן דורך תנא בתרא אום פרייטאג מאי 01, 2020 11:18 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8595
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

זעמער געווען די ערשטע צושטימען: "75 פראצענט"
רבי! פליז פאקעס...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

געשטימט האט די זעלבע טשאנס ווי פאר צוויי חדשים צוריק.

אויך האב איך געשטימט אויף 50-50, דאס איז געווען די נענטסטע צו די בערך 60%-65% טשענס צו פארלירן וואס איך קלער אז ער האט.
ביידען2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידען2020 »

געשטימט 50-50
טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"
ביידען, נאוועמבער 2019


46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!
אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא בתרא »

ביידען2020 האט געשריבן:געשטימט 50-50


נע, א שוואכע ביידען-2020 שטיצער...
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

געשטימט די זעלע ווי צוויי חודשים צוריק וואס דעמאלט האט ער געהאט א 80% צו געווינען!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

מיין אפציע איז נישט דא.

ביידן אדער עני אנדערע קאנדידאט גייט פארלירן צו טראמפ, ווייל דער טראמפ וכת דיליה וועלן נוצן נאכאמאל א כמו אוקריינא סקאנדאל, דזשאסטיס דעפ. ועוד דריידלעך. די צווייטע מאל וועלן זיי האבן מער הצלחה ווי דאס ערשטע מאל נאכדעם וואס קיינער פון די רעפובליקאנער האבן נישט די מוט זיך צו אויף צו שטעלן און אים האלט אקאנטעבעל פאר זיינע שטיק.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

כ'פארשטיי נישט פארוואס ביי די %100 שרייבט מען נאר פאר פייערדיגע טראמפ שטיטצער און ביי די אפציע אז ער האט נישט קיין שום שאנס שטייט נישט פאר פייערדיגע קעגנער (אדער: פאר די וואס האבן אזוי געהאלטן פאריגע מאל...)

יעצט צו מיין אויסוואל, כ'האב געדריקט אויף די 75 לטובתו, וואס דאס איז לדעתי אויב די וואלן קומען היינט פאר. פארוואס? ווייל די 'פאלס' זאגן אז דער עולם גליכנט אים יעצט מער ווי פריער, און דער עולם האלט אז זיין רעאקציע איז געווען גאנץ שטארק.

קען אבער אריבער גיין א שטיק צייט, און מ'וועט זיכן וועם צו בלעמען אויף די מצב, איז שטארק מסתבר אז די רוח וועט זיין אים צו בלעימן, און דאס זאל פארמינערן זיינע שאנסן.
חוץ אויב ס'וועט אים געלונגען גענוג שטארק אנצודרייען צו בלעימן טשיינע...

אגב סיי דער וואס זאגט אז ס'איז %100 אז ער גייט געוואונען, און סיי דער וואס זאגט אז ער האט נישט קיין שום שאנס איז א פשוטע נער! גארנישט איז נישט זיכער. (חוץ אויב איר זענט א בעל רוח הקודש)
למאי נפק"מ: און אויב ביסטו דער וואס האט אזוי געשריבן דאן זאלסטו ביטע וויסן אז דו ביסט בלינד.
כ'האב מיך ערלויבט צו גיין שארף ווייל קיינער אהאט נאך נישט געשריבן מיט זייער ניק אז זיי האבן אזוי געוועלט...

--
נאכן שרייבן מיינע שורות זע איך ווי @תנא בתרא שרייבט אז די פאלס זענען יעצט אראפ לטובותו, בינעך נייגעריג אויב ס'איז אמת, און אויב יא ביטע ברענגען.
איך האלט נאר מיט די נייעס פון אידישע קוועלער און דארט האב איך נאר געהערט (פאר א וואך צוויי צוריק) אז ס'איז ארויף, אבער אויב ס'נישט אמת קוק מיין אינטערשריפט...
לעצט פארראכטן דורך נקודהלע אום פרייטאג מאי 01, 2020 12:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

נקודהלע האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט פארוואס ביי די %100 שרייבט מען נאר פאר פייערדיגע טראמפ שטיטצער און ביי די אפציע אז ער האט נישט קיין שום שאנס שטייט נישט פאר פייערדיגע קעגנער (אדער: פאר די וואס האבן אזוי געהאלטן פאריגע מאל...)

יעצט צו מיין אויסוואל, כ'האב געדריקט אויף די 75 לטובתו, וואס דאס איז לדעתי אויב די וואלן קומען היינט פאר. פארוואס? ווייל די 'פאלס' זאגן אז דער עולם גליכנט אים יעצט מער ווי פריער, און דער עולם האלט אז זיין רעאקציע איז געווען גאנץ שטארק.

קען אבער אריבער גיין א שטיק צייט, און מ'וועט זיכן וועם צו בלעמען אויף די מצב, איז שטארק מסתבר אז די רוח וועט זיין אים צו בלעימן, און דאס זאל פארמינערן זיינע שאנסן.
חוץ אויב ס'וועט אים געלונגען גענוג שטארק אנצודרייען צו בלעימן טשיינע...

אגב סיי דער וואס זאגט אז ס'איז %100 אז ער גייט געוואונען, און סיי דער וואס זאגט אז ער האט נישט קיין שום שאנס איז א פשוטע נער! גארנישט איז נישט זיכער. (חוץ אויב איר זענט א בעל רוח הקודש)
למאי נפק"מ: און אויב ביסטו דער וואס האט אזוי געשריבן דאן זאלסטו ביטע וויסן אז דו ביסט בלינד.
כ'האב מיך ערלויבט צו גיין שארף ווייל קיינער אהאט נאך נישט געשריבן מיט זייער ניק אז זיי האבן אזוי געוועלט...

דו האלטסט נאך ביי די אנקעטעס פון איבער א חודש צוריק, אין די לעצטערע אנקעטעס סיי אקעגן ביידען, און סיי איבער זיין האנדלונג אויפן ווירוס איז דער מצב גאר ביטער.

נישט אז איך זאג אז אנעקעטעס 'יעצט' מיינט עפעס, נאר אז דו רעדסט וואס אנקעטעס ווייזן, דערצייל איך דיר די מציאות.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

עכט היימיש האט געשריבן:דו האלטסט נאך ביי די אנקעטעס פון איבער א חודש צוריק, אין די לעצטערע אנקעטעס סיי אקעגן ביידען, און סיי איבער זיין האנדלונג אויפן ווירוס איז דער מצב גאר ביטער.

נישט אז איך זאג אז אנעקעטעס 'יעצט' מיינט עפעס, נאר אז דו רעדסט וואס אנקעטעס ווייזן, דערצייל איך דיר די מציאות.

כזע יעצט, נאכן צולייגן צוויי שורות צו מיין שרייבעריי וואס דו שרייבסט, (גיב א קוק) כהאב נישט געוואוסט דערפון, ביטע צוצייגן ווי מ'קען זען די עווערידז פון זיינע אנקעטעס, און ווי ס'האט געהאלטן פאר דריי פיר חדשים צוריק, אדער ברענג מיר די נאמבערס...
ס'מאכט סענס אז איך בין בעקדעיטעד מיט די פאקטן לגבי די פאלס.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

לויט די יעצטיגע מצב האט ער נישט קיין שום שאנס לענ"ד.
די מתנה לייען נקמה וואס טשיינע האט אים געשיקט האט נישט געקענט זיין שטערקער.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

https://projects.fivethirtyeight.com/tr ... l-ratings/
@עכט, ער איז נידריגער ווי א וואך צוויי צוריק, אבער נישט געפערליך נידריג קעגן פריערדיגע צייטן
גיב א קוק אין פאקט איז ער העכער ווי אסאך מאל אין די לעצטע צוויי דריי חדשים, אבער ווי געשריבן הלאט איך אז דער עולם וועט אים צוביסלך מער בלעימן, חוץ אויב מ'טרעפט א צווייטן צו בלעימען, און טאקע דערפאר פארפירט ער אזוי קעגן כינע און די who
לעצט פארראכטן דורך נקודהלע אום פרייטאג מאי 01, 2020 12:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

eller האט געשריבן:לויט די יעצטיגע מצב האט ער נישט קיין שום שאנס לענ"ד.
די מתנה לייען נקמה וואס טשיינע האט אים געשיקט האט נישט געקענט זיין שטערקער.

איך בין ווייט נישט קיין טראמפ שטיצער, און גראדע שטיץ איך ביידען פון אנפאנג אן, אבער אין א געוויסע ארט אין מיין הארץ וויל איך אז טראמפ זאל געווינען ווידערוויילונג, טאקע פאר דעם, אז טשיינע זאל שפרינגען.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

עכט היימיש האט געשריבן:
eller האט געשריבן:לויט די יעצטיגע מצב האט ער נישט קיין שום שאנס לענ"ד.
די מתנה לייען נקמה וואס טשיינע האט אים געשיקט האט נישט געקענט זיין שטערקער.

איך בין ווייט נישט קיין טראמפ שטיצער, און גראדע שטיץ איך ביידען פון אנפאנג אן, אבער אין א געוויסע ארט אין מיין הארץ וויל איך אז טראמפ זאל געווינען ווידערוויילונג, טאקע פאר דעם, אז טשיינע זאל שפרינגען.

ווער וויל דען נישט.
מ'רעדט נאר וויאזוי אין פאקט ס'זעהט אויס.
אבער דער באשעפער וואס האט געמאכט אים פאר פרעזידענט שלא כדרך הטבע און אויך געמאכט דעם קאראנע, ער קען אויך מאכן אז טראמפ זאל נאכאמאל געווינען שלא כדרך הטבע...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

נקודהלע האט געשריבן:https://projects.fivethirtyeight.com/trump-approval-ratings/
@עכט, ער איז נידריגער ווי א וואך צוויי צוריק, אבער נישט געפערליך נידריג קעגן פריערדיגע צייטן
גיב א קוק אין פאקט איז ער העכער ווי אסאך מאל אין די לעצטע צוויי דריי חדשים, אבער ווי געשריבן הלאט איך אז דער עולם וועט אים צוביסלך מער בלעימן, חוץ אויב מ'טרעפט א צווייטן צו בלעימען, און טאקע דערפאר פארפירט ער אזוי קעגן כינע און די who

דארפסט קוקן דא די דריטע טשארט, עס גייט נאר אראפ און אראפ, ווען מיט א חודש צוריק האבן גאר רוב עפראווד.
https://projects.fivethirtyeight.com/coronavirus-polls/
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

נקודהלע האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט פארוואס ביי די %100 שרייבט מען נאר פאר פייערדיגע טראמפ שטיטצער און ביי די אפציע אז ער האט נישט קיין שום שאנס שטייט נישט פאר פייערדיגע קעגנער (אדער: פאר די וואס האבן אזוי געהאלטן פאריגע מאל...)

יעצט צו מיין אויסוואל, כ'האב געדריקט אויף די 75 לטובתו, וואס דאס איז לדעתי אויב די וואלן קומען היינט פאר. פארוואס? ווייל די 'פאלס' זאגן אז דער עולם גליכנט אים יעצט מער ווי פריער, און דער עולם האלט אז זיין רעאקציע איז געווען גאנץ שטארק.

קען אבער אריבער גיין א שטיק צייט, און מ'וועט זיכן וועם צו בלעמען אויף די מצב, איז שטארק מסתבר אז די רוח וועט זיין אים צו בלעימן, און דאס זאל פארמינערן זיינע שאנסן.
חוץ אויב ס'וועט אים געלונגען גענוג שטארק אנצודרייען צו בלעימן טשיינע...

אגב סיי דער וואס זאגט אז ס'איז %100 אז ער גייט געוואונען, און סיי דער וואס זאגט אז ער האט נישט קיין שום שאנס איז א פשוטע נער! גארנישט איז נישט זיכער. (חוץ אויב איר זענט א בעל רוח הקודש)
למאי נפק"מ: און אויב ביסטו דער וואס האט אזוי געשריבן דאן זאלסטו ביטע וויסן אז דו ביסט בלינד.
כ'האב מיך ערלויבט צו גיין שארף ווייל קיינער אהאט נאך נישט געשריבן מיט זייער ניק אז זיי האבן אזוי געוועלט...

די פראבלעם איז אז דער עולם וועהלט וואס מ וויל זאל געשען אוודאי גייט עס צו אביסל מיט פראצענטן ווייל נישט יעדער איז אינגאצן בלינד אבער מער ווייניגער גייט עס צו אויף אזא אופן
לגבי זיינע שאנסן איז זייער שווער פאראויס צו זאגן זיי ווייל זיינע קעגנער ווי אויך די ליבעראלע גובערנאטארן וואס ארבייטן מיט מיט איהם און לעקן זיך צו איהם יעצט גייען איהם דעמאלט אראפ רייסן ווי אויך גייט ער צוריק פייטן און קאמפעינען און ווייזן אז ער האט עס יא גוט געהאנדעלט
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

עכט היימיש האט געשריבן:
eller האט געשריבן:לויט די יעצטיגע מצב האט ער נישט קיין שום שאנס לענ"ד.
די מתנה לייען נקמה וואס טשיינע האט אים געשיקט האט נישט געקענט זיין שטערקער.

איך בין ווייט נישט קיין טראמפ שטיצער, און גראדע שטיץ איך ביידען פון אנפאנג אן, אבער אין א געוויסע ארט אין מיין הארץ וויל איך אז טראמפ זאל געווינען ווידערוויילונג, טאקע פאר דעם, אז טשיינע זאל שפרינגען.

און בכלל, זאגן אז ער האט נישט קיין 'שום' שאנס? כ'גיי דיר קיינמאל נישט קענען אפפרעגן אפי' אויב ער געוואונט, ווייל די וואלן איז נישט יעצט.
אבער ממילא ווען זיין עפראוול איז ביי %30 און ער האט א שטארקע קעגענער, הער איך. אבער מיט א @43 עפראוול, און גאנץ א שוואכע קעגענער. אפי' אויב דו האלסט אז ס'איז %90 פערסענט אז ער גייט פארלירן (אזוי ווי ני"ט ביום ה16 עלעקשאנס) האט ער נאך אלץ א שאנס... קענסט זאגן אז די מצב איז זייער שמאל.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

עכט היימיש האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:https://projects.fivethirtyeight.com/trump-approval-ratings/
@עכט, ער איז נידריגער ווי א וואך צוויי צוריק, אבער נישט געפערליך נידריג קעגן פריערדיגע צייטן
גיב א קוק אין פאקט איז ער העכער ווי אסאך מאל אין די לעצטע צוויי דריי חדשים, אבער ווי געשריבן הלאט איך אז דער עולם וועט אים צוביסלך מער בלעימן, חוץ אויב מ'טרעפט א צווייטן צו בלעימען, און טאקע דערפאר פארפירט ער אזוי קעגן כינע און די who

דארפסט קוקן דא די דריטע טשארט, עס גייט נאר אראפ און אראפ, ווען מיט א חודש צוריק האבן גאר רוב עפראווד.
https://projects.fivethirtyeight.com/coronavirus-polls/

קודם פארוואס איז נישט גוט זיין אווער אל עפראוול? אלעס ווערט דאך דארט אפגעשפיגלט.

אבער אפי' מיט דיין טשארט, איז ער אויך נישט משוגע שלעכט, בסך הכל 44.5% האלטן אז ער האט עס גוט געהאנדלט (יעצט הלאטן זיי אזוי, כ'האלט אז ס'וועט אראפ גיין, ווי געשריבן חוץ אויב כו') און נישט קיין גאנצע %50 אז נישט, כ'מיין אז טראמפ איז אין רוב מינע אנקעטעס נישט געשטאנען בעסער ווי דעם. (דאס איז אן צולייגן אז ס'האט זיך ארויסגעוויזן רוב מאל אז די אנקעטעס שאצן אים אינטער)
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

מיינע צוויי סענט...

אין פאליטיק איז יעדע זאך 50-50 - און זיכער לפי המצב.

עס גייט זיין א ברוטאלער פארמעסט וואס איז לכאורה נישט געווען אין די אמעריקאנער היסטאריע

פון איין זייט ביידען און מ. אבאמא - פון די אנדערע זייט טראמפ און נ. העילי.


עס גייט פליען מכות פון אלע זייטן.. טראמפ מיט ביידען און מ. אבאמא מיט נ. העילי.


זייער שווער פאראויס צו זאגן...
פון איין זייט האט ביידן די ענווענטידש וואס יעדער דאמעקראט האט אז די עלעקטארעלס זענען גענויגט צו די דעמעקראטס
אבער למעשה גייט טראמפ שרייען אז נאר ער קען איבערבויען אמעריקא און אז טשיינע וויל ביידען..


האלט אייך געשפאנט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

eller האט געשריבן:לויט די יעצטיגע מצב האט ער נישט קיין שום שאנס לענ"ד.
די מתנה לייען נקמה וואס טשיינע האט אים געשיקט האט נישט געקענט זיין שטערקער.

קענסט היסטאריע פון אמטירנדע פרעזידענטן וואס האבן פארלוירן? דו האלטסט אז ער שטייט יעצט שוואכער פון 2016? אדער ער שטייט שוואכער פון אבאמא 2012? כמעט נישט במציאות אז אן אלטער עסטעבלעשמענט קאנדידאט, די זעלבע סטייל ווי קלינטאן, זאל אים יעצט באזיגן.

אין 2016 האט ער נישט געהאט קיין שום עקספיריענס, ער האט אויסגעקוקט ווי א רויטער צוהיצטער קלאון, די רעפובליקאנער באזע איז נישט געווען פאראייניגט, אפי' בוש האט געשטימט קעגן אים, און דאך האט ער געוואונען.

משא"כ יעצט זענען די רעפובליקאנער פאראייניגט ווי קיינמאל בעפאר. די פארטיי געט אים מעכטיגע שטיצע, ועל כולם, ער איז א גוטע פרעזידענט וואס האט אויסגעפירט גאר אסאך.

אפי' אויב די וויירוס האט אים געגעבן א שטיקל פליק, האט ער גענוג צובאקומען די לעצטע 4 יאר, וואס געט אים א באקוועמע געווינס.

איך האב נישט קיין פראבלעם אז ביידן געווינט, אבער איך זע נישט וויאזוי ער גייט פארמעקן טראמפ'ס סופארט וואס איז נאר געוואקסן יעדן טאג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מיין אפציע איז נישט דא, זיינע שאנסן זענען קלאר שטארק אראפ ווי די פון פאר צוויי חדשים צוריק, איך ווייס אבער נישט וויפיל זיי זענען, מען קען זיך מיט אים נישט אויסרעכענען.

מיט וואס ער איז שוואכער פון 2016 איז אז דעאמלטס איז ער געווען ניי, און מענטשן האבן אים געזען ווי דער וואס גייט זיין דער וואס גייט פיקסן זאכן. למעשה יעצט האלט ער שוין נאכ'ן זיין פיר יאר פרעזידענט, אין געוויסע קעיסעס האט ער זיך ארויסגעשטעלט טאקע ארויסגעשטעלט אלס א גוטער פיקסער מען אבער אין געוויסע קעיסעס נישט, און טייל קעיסעס האט ער זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דער פארקערטער. דאס איז חוץ פון די פאקט אז מען קען אים שוין מען ווייסט שוין ווער ער איז, עס איז נישט אזוי עקסייטינג. סאו עס איז זייער שווער צו וויסן. נאך אלעם איז ער טראמפ, אנפרעדיקטעבל.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום פרייטאג מאי 01, 2020 2:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

טאנץ 2 האט געשריבן:מיינע צוויי סענט...

אין פאליטיק איז יעדע זאך 50-50 - און זיכער לפי המצב.

עס גייט זיין א ברוטאלער פארמעסט וואס איז לכאורה נישט געווען אין די אמעריקאנער היסטאריע

פון איין זייט ביידען און מ. אבאמא - פון די אנדערע זייט טראמפ און נ. העילי.


עס גייט פליען מכות פון אלע זייטן.. טראמפ מיט ביידען און מ. אבאמא מיט נ. העילי.


זייער שווער פאראויס צו זאגן...
פון איין זייט האט ביידן די ענווענטידש וואס יעדער דאמעקראט האט אז די עלעקטארעלס זענען גענויגט צו די דעמעקראטס
אבער למעשה גייט טראמפ שרייען אז נאר ער קען איבערבויען אמעריקא און אז טשיינע וויל ביידען..


האלט אייך געשפאנט

פאראויסזאגען ווייס פרעזידענטס איז זעט אויס גרינגער...
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ב שולם האט געשריבן:זעמער געווען די ערשטע צושטימען: "75 פראצענט"

גם אני, איך זעה נישט וואס די דעמ' ברענגען בעסערס.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווי עס זעהט דערווייל אויס: טראמפ גייט זיכער פארלירען ווייל ער גייט נישט האבען אזויפיהל שטומען ווי לעצטעס מאל, און דערווייל זעהט מיר אויס אז ביידען גייט נאך מער פארלירען ווייל ער גייט נישט אנציהען די קלינטאן נאמבערס און א ודאי נישט אבאמאס נאמבערס.

ווי עס שיינט ליגט די סוד אין וועלכע שטאטען ביידענס גאר שוואכע נאמבערס וועט נאך אלס זיין שטערקער ווי טראמפס נידריגע ציפערן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אנקעטע: גייט טראמפ געווינען ווידערוויילונג? (לויט ווי ס'קוקט אויס אין די יעצטיגע מצב...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מיינס א חבר האט אין 08' געשטימט פאר אבאמא, כאטש ער גלייכט אים נישט, בלויז "כדי צו זיין אויפן winning team"... (אזעלכע מענטשן האבן ליידער די רעכט צו וועלן...). אין 12' האט ער געטון די זעלבע.
אין 16' האט ער געוואוט פאר קלינטאן, מיטן זעלבן אויסרייד. אבער דאסמאל האט זיין פלאן נעבעך געפלאפּט. "מער גיי איך נישט צו קיין פרעזידענטליכע וואלן" - האט ער נאכדעם געשוימט איבער זיין דורכפאל וואס ער האט גענומען זייער פערזענליך...

==

איך האב געוואוט 50-50 שאנס. 1. ווייל אזוי בין איך נוטה לעת עתה. 2. כדי צו זיין גערעכט either way, ווי יענעמ'ס חכמה (אזעלכע מענטשן האבן ליידער די רעכט צו וועלן דא...).
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”