בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאלט
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:48 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך קאלט » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:01 pm

אפענע וועלט האט געשריבן:האסט פארפאסט, המוריד דמעות על אדם כשר הקב''ה סופרן ומניחן בבית גנזיו

ר' יואל גוטמאן האט ארויסגעברעגט בכה תבכה בלילה, א דאפעלטע בכיה, על עסקי לילה, אויף די אלע שואלים וואס ער פלעגט ענטפערן ביינאכט, עס האט דערמאנט אז איינמאל איז רי''א אוועקגעפארן פאר אפאר וואכן ערשט דעמאלטס האט מען געזען וואספארא איבערקערעניש עס איז געווען, וויפיל שאלות ער פלעגט אלס ענטפערן
אויך האט ער געזאגט הצדיק אבד, פארוואס, ווייל ואין איש שם על לב, מ'האט נאכנישט זיך אויפגעוועקט תשובה צו טוען.

זיין ברידער רח''צ האט ארויסגעברענגט וויפיל יסורי הנפש ער איז אלס דורכגעגאנגען, וויפיל מ'האט נישט אנערקענט זיין עבודה און יגיעה אויפצושטעלן תלמידים און העלפן אידן, נישט געהאט קיינמאל קיין רואיקייט, ביז די לעצטע פאר יאר וואס מ'האט זיך צוזאמענגענומען און ארויסגעהאלפן און יעצט האמיר אים שוין נישט.
געבעטן מחילה אויף וואס מ'האט נישט אנערקענט זיין יגיעה און עבודה''ק.

לענ''ד, זייט ר' מאיר יעקב מויזקאפף זצ''ל האט קר''י נאכנישט פארלוירן אזא אבידה.

הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א האט אויך ארויסגעברענגט בתוך דבריו איבער דעם וואס ער פלעגט ענטפערן די שאלות ביינאכט.

מרן רבינו שליט"א האט געזאגט כל העוסק בתורה בלילה הקדוש ברוך הוא מושך עליו חוט של חסד ביום, און ער קען משפיע זיין חסד אויף די וועלט... און ער האט אים געבעטן צו זיין א מליץ יושר, ווער נאך ווייסט אזוי גוט וואס די מגיפה מיינט ווי איינער וואס האט דאס אליינס מיטגעמאכט ל"ע.

זיין חשוב'ער פאטער הרה"ח ר' יושע האט מיט אזא שטארקייט מקבל געווען באהבה בבחינת וידום אהרן (דאכט זיך אז ער האט אפילו דערמאנט די ווערטער), און מיט א מורא'דיגע אמונה זיך געשטארקט.

די הארץ איז צוגאנגען ווען זיינע חשוב'ע קינדער האבן זיך געזעגנט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:06 pm

ווער איז דער הרב ר' יואל גוטמאן?
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:08 pm

ברוך דיין האמת

ליידער אויסגעמעקט יעצט זיין נאמבער און נאך 2 חשובע אידן מיט וועם מיר זענען געווען בקשר און זענען שוין ליידער נישט דא.

מ'רייסט שטיקער דא, א אינגער תלמוד חכם ומורה הוראה מובהק לרבים.

תנצב"ה
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:11 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווער איז דער הרב ר' יואל גוטמאן?


בן הגה"ח ר' פנחס ע"ה שהיום חל היארצייט הראשון שלו.

אגב די הונדערטער אידן אין שכונות ברך משה פרעגן נישט ווער ער איז, ער איז דער לאקאלע דיין אין די געגענט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך א גוטן יונה » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:27 pm

בס"ד
אהיימקומענדיג יעצט פונעם לויה פונעם רב זצ"ל, וועל איך מיך פרובירן צוזאם נעמען שרייבן אביסל דברי הערכה אויפן רב ז"ל.
די רב ז"ל נאך בימי נעוריו האט ער שוין געהאט א געוואלדיגע הערצה צו די תורה הקדושה ווי די טאטע להבלחט"א הרה"ח ר' יושע שליט"א – משב"ק, האט ארויסגעברענגט ביים הספד אז אין זיינע יונגע יארן איז ער שוין אויפגעשטאנען ביינאכט צו לערנען די תורה הק' און שוקד געווען בימי נעוריו על דלתי התורה, און ווי די ברודער הר"ר חיים הערש שליט"א האט געזאגט אז כל ימיו האט ער געהאט א שאיפה צו קענען אויסשטייגן אין תורה ועבודה, און דעס האט אים געשטיפט נאך בימי נעוריו לשקוד על דלתי התורה ביז ער איז אויסגעשטיגן אזא גרויסע מורה הוראה בישראל.
במשך די יארן איז די רב געווען א מגיד שיעור אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר, ווי אלע תלמידים קענען מעיד זיין אז די איבערגעגעבנקייט איז געווען אין לשער, מיט אזא נעימות און סבלנות, אלע זיינע תלמידים פלעגן קלעבן צו אים ווי א מאגענעט!!.. זיין דרך הלימוד איז געווען מיט אזא קלארקייט אין בהירות ווי זיין תלמיד די דיין הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א האט ארויסגעברענגט ביי די הספד, ווי מ'זעהט אין זיינע ספרים הלכה ברורה ווי קלאר ער האט געלערנט.
און די קליינע לעבן וואס די רב ז"ל האט געלעבט איז דאס געווען ממש מיט יסורי הנפש, וואס מ'קען נישט שרייבן אויפן פאפיר.. קיין פרנסה האט די רב נישט געהאט, אבער ס'איז נישט געווען אזא זאך ער זאל איינעם בא'עולה'ען, זיכער געמאכט יעדער ווערט באצאלט בזמנו.
מיט יעדעם וועם די רב האט נאר גערעדט איז דאס געווען מיט אזא נעימות און ליבלעכקייט, מיט אזא ווארימקייט און געטריישאפט, יעדעם פארגינען דעם שמייכל דעם סבר פנים יפות, אאאוווויי הייליגע באשעפער מי יתן לנו תמורתו...!! א ריכטיגע אבידה שאין לו תמורה...!!
ער פלעגט אויפהייבן די טעלפאון פונעם בית הוראה אין קרית יואל במשך פונעם נאכט, אלץ געווען גרייט געווען צו ענטפערן במשך די גאנצע נאכט, אזוי ווי מרן רבינו שליט"א, און הגה"צ די קר"י דיין שליט"א האבן ארויסגעברענגט ביים הספד מר, געהערט פון איינעם וואס איז ממש לעצטענס פערצופאל געווען דארט אינעם רב'ס ביהמ"ד איין צופרי (ארום 3:00 פארטאגס) ווען אינמיטען קומט אריין א יונגערמאן (וואס זיין טאטע איז נישט געזונט) מיט א הצלה מאן, און זיי קומען צום רב אנפרעגן א שאלה, די זאכן האבן זיך געמאכט אפט ביים רב ז"ל.
דאס איז אויסער דעם וואס ער האט גענטפערט במשך די טאג שאלות פאר אינגעלייט אין געשטעלט אסאך יונגעלייט אויף די פיס ממש, און אלעס מיט אזא רואיגקייט און געלאסנקייט און געדולד.. אויש.. אזאאא אבידה..
יעצט סוף ימיו האבן מענטשען אנגעהויבן צו אנערקענען זיין גדלות, און זיין גרויסקייט, און מ'האט אים אנגעהויבן צו שעצן אביסל, אבער נישט צולאנג האט מען פון הימל אזוי געוואלט... אוי טאטע אין הימל.. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די...
ער פלעגט דאווענען מיט אזא מתינות, סיי ביי זיך אין ביהמ"ד, סיי אין א אנדערע שוהל (ווי מ'האט נישט געדארפט ווארטן פאר אים..), ממש כעבדא קמיה מרא, כמונה מעות..
טרעף איך א יונגערמאן ביים לויה פרעג איך אים וואס ביזטו דא? ביזט זיין תלמיד? זאגט ער מיר ניין, ער לערנט יעדן פארטאגס און א כולל בוקר אין ביהמ"ד הלכה ברורה וואס ווערט אנגעפירט דורך די רב ז"ל'ס ברודער להבחל"ח הר"ר חיים הערש שליט"א, (פארדעם אליינס קומט זיך קרעדיט פארן רב...) און העולה על כולנה אז ער האט נישט געבעטן קיין דאלער פאר רענט פונעם כולל, טראץ וואס ער האט דאס געקענט ניצן..., לייגט מיר די יונגערמאן צו, אז פאריאר אלול ווען זיין ראה"כ ר' חיים הערש האט חתונה געמאכט האט מען געקויפט פאר הכרת הטוב פארן רב ז"ל א מתנה, און די רב איז געקומען צום שבע ברכות וואס די כולל האט געמאכט האט מען אים מכבד געווען צו רעדן האט ער זיך אויפגעשטעלט אין געזאגט אז ער פארשטייט נישט וואס מ'האט אים געקויפט די מתנה... ס'איז אים א זכיה אז מ'לערנט תורה ביי אים אין ביהמ"ד... דאס איז געווען זיין בליק אויף די הייליגע תורה, נישט געמיינט זיך נאר די הייליגע תורה און נאכמאל די הייליגע תורה, און נאכאמאל די הייליגע תורה, דאס איז געווען נעימת נפשו, און זיין שאיפה..
גמילת חסדים בלימוד התורה איז געווען עד להפליא, זיך אוועקגעגעבן פאר א צווייטן צו קענען לערנען מיט א צווייטן, און אז יענער זאל זיין קלאר מיט די לימוד, מיט אזא הסבר און טעם, ווי ר' אשר מאנן מו"ץ במירטל וומ"ס האט ארויסגעברענגט ביי זיין הספד אז יעדע מאל וואס ער האט גערעדט מיט אים אין לערנען האט ער אים גענטפערט מיט אזא שיינע הסבר און טעם.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז די זכות תהורה ועבודה וגמילת חסדים פונעם רב ז"ל זאל מגין זיין אויף אונז אלע, און ער זאל זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע, אלע תלמידים, מעריצים, בני משפחה, ס'זאל זיך שוין אפטוהן פון אונז די מכת המגיפה וגזירה קשה בביאת גואל צדק בב"א.

נ.ב. ביטע אנטשולדינגען אויב ס'איז נישט על הסדר אדער נישט קלאר, איך האב מיך פרובירט צו מצמצם זיין דאס מערסטע...
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

אוועטאר
א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך א גוטן יונה » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:28 pm

מטעמים האט געשריבן:פלעגט ער זיין אין מחנה בית רחל סוכות?


ניין ס'איז זיין ברודער להבחל"ח ר' חיים הערש
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג אפריל 27, 2020 11:08 pm

כא כא כא האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:ליינענדיג די אשכול איז מיר אויסגעקומען 2 נקודות

א) אויב האט איר א גוטע עקספיריענס מיט א מורה הוראה אלס א תמנע טוב מבעליו ביטע זייט מודיע פאר די חברים,

איך וואלט געשטעלט ר' יואל גוטמאן אלס נעקסט נאך עם מיט זיין צוגעלאזענקייט.

איך וועל נישט מעסטן, אבער איך האב אויך מורא'דיג הנאה געהאט פון הרב יואל, איך האב באמת נישט קיין ווערטער, א מורה הוראה מיט גאר גוטע קאנעקשן צו דאקטוירים וד"ל.

אגב, מעג שוין אויך ארויסגעברענגט ווערן, אז ווען איר זענט נהנה פון א רב מו"ץ וכדו' וואס האט אייך געהאלפן יותר מכפי יכולתו, איז נישט מער ווי נארמאל זיי צו געבן אביסל גרינס אויך מער מכפי יכולתו, איך זאג אייך צו אז עס וועט געניצט ווערן פאר גוטע זאכן, וכן אני נוהג.

אוועטאר
ציגרעטל
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 11:18 am
לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
פארבינד זיך:

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך ציגרעטל » דינסטאג אפריל 28, 2020 4:02 am

געווען פריער ביי א מסיבה, געזיצן דארט א עלטערער בחור און נישט אויפגעהערט צו קרעכצן איבער ר' יעקב אלעזר,
פרעג איך אים וואס ביסטו אזוי צוטראגן? האסטו עפעס געהאט מיט אים?

זאגט ער מיר גראדע האב איך נאך קיינמאל נישט גערעדט מיט אים פרעזענליך, אבער איך פלעג אסאך דאווענען מיט אים אין איין מנין אינדערוואכן שחרית אין ביהמ''ד הג' און ווען כ'בין אים אדורך געגאנגען פלעג ער שמייכלען צי מיר, כ'האב געפיעלט ער האט מיר ליעב!!

כ'שטיק מיך, העמיר ממשיך זיין בעז''ה
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך קברנה סובניון » דינסטאג אפריל 28, 2020 4:19 am

יעצט געהערט אז גלייך נאכן לויה איז געווען א שטורעמישע אסיפת עסקנים וויאזוי צו שטעלן אויף די פיס די אלמנה מיט די 3 יתומים.
ווי איך פארשטיי קומט א קאמפיין

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך תג נוצער » דינסטאג אפריל 28, 2020 6:51 am

א גוטן יונה האט געשריבן:בס"ד
אהיימקומענדיג יעצט פונעם לויה פונעם רב זצ"ל, וועל איך מיך פרובירן צוזאם נעמען שרייבן אביסל דברי הערכה אויפן רב ז"ל.
די רב ז"ל נאך בימי נעוריו האט ער שוין געהאט א געוואלדיגע הערצה צו די תורה הקדושה ווי די טאטע להבלחט"א הרה"ח ר' יושע שליט"א – משב"ק, האט ארויסגעברענגט ביים הספד אז אין זיינע יונגע יארן איז ער שוין אויפגעשטאנען ביינאכט צו לערנען די תורה הק' און שוקד געווען בימי נעוריו על דלתי התורה, און ווי די ברודער הר"ר חיים הערש שליט"א האט געזאגט אז כל ימיו האט ער געהאט א שאיפה צו קענען אויסשטייגן אין תורה ועבודה, און דעס האט אים געשטיפט נאך בימי נעוריו לשקוד על דלתי התורה ביז ער איז אויסגעשטיגן אזא גרויסע מורה הוראה בישראל.
במשך די יארן איז די רב געווען א מגיד שיעור אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר, ווי אלע תלמידים קענען מעיד זיין אז די איבערגעגעבנקייט איז געווען אין לשער, מיט אזא נעימות און סבלנות, אלע זיינע תלמידים פלעגן קלעבן צו אים ווי א מאגענעט!!.. זיין דרך הלימוד איז געווען מיט אזא קלארקייט אין בהירות ווי זיין תלמיד די דיין הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א האט ארויסגעברענגט ביי די הספד, ווי מ'זעהט אין זיינע ספרים הלכה ברורה ווי קלאר ער האט געלערנט.
און די קליינע לעבן וואס די רב ז"ל האט געלעבט איז דאס געווען ממש מיט יסורי הנפש, וואס מ'קען נישט שרייבן אויפן פאפיר.. קיין פרנסה האט די רב נישט געהאט, אבער ס'איז נישט געווען אזא זאך ער זאל איינעם בא'עולה'ען, זיכער געמאכט יעדער ווערט באצאלט בזמנו.
מיט יעדעם וועם די רב האט נאר גערעדט איז דאס געווען מיט אזא נעימות און ליבלעכקייט, מיט אזא ווארימקייט און געטריישאפט, יעדעם פארגינען דעם שמייכל דעם סבר פנים יפות, אאאוווויי הייליגע באשעפער מי יתן לנו תמורתו...!! א ריכטיגע אבידה שאין לו תמורה...!!
ער פלעגט אויפהייבן די טעלפאון פונעם בית הוראה אין קרית יואל במשך פונעם נאכט, אלץ געווען גרייט געווען צו ענטפערן במשך די גאנצע נאכט, אזוי ווי מרן רבינו שליט"א, און הגה"צ די קר"י דיין שליט"א האבן ארויסגעברענגט ביים הספד מר, געהערט פון איינעם וואס איז ממש לעצטענס פערצופאל געווען דארט אינעם רב'ס ביהמ"ד איין צופרי (ארום 3:00 פארטאגס) ווען אינמיטען קומט אריין א יונגערמאן (וואס זיין טאטע איז נישט געזונט) מיט א הצלה מאן, און זיי קומען צום רב אנפרעגן א שאלה, די זאכן האבן זיך געמאכט אפט ביים רב ז"ל.
דאס איז אויסער דעם וואס ער האט גענטפערט במשך די טאג שאלות פאר אינגעלייט אין געשטעלט אסאך יונגעלייט אויף די פיס ממש, און אלעס מיט אזא רואיגקייט און געלאסנקייט און געדולד.. אויש.. אזאאא אבידה..
יעצט סוף ימיו האבן מענטשען אנגעהויבן צו אנערקענען זיין גדלות, און זיין גרויסקייט, און מ'האט אים אנגעהויבן צו שעצן אביסל, אבער נישט צולאנג האט מען פון הימל אזוי געוואלט... אוי טאטע אין הימל.. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די...
ער פלעגט דאווענען מיט אזא מתינות, סיי ביי זיך אין ביהמ"ד, סיי אין א אנדערע שוהל (ווי מ'האט נישט געדארפט ווארטן פאר אים..), ממש כעבדא קמיה מרא, כמונה מעות..
טרעף איך א יונגערמאן ביים לויה פרעג איך אים וואס ביזטו דא? ביזט זיין תלמיד? זאגט ער מיר ניין, ער לערנט יעדן פארטאגס און א כולל בוקר אין ביהמ"ד הלכה ברורה וואס ווערט אנגעפירט דורך די רב ז"ל'ס ברודער להבחל"ח הר"ר חיים הערש שליט"א, (פארדעם אליינס קומט זיך קרעדיט פארן רב...) און העולה על כולנה אז ער האט נישט געבעטן קיין דאלער פאר רענט פונעם כולל, טראץ וואס ער האט דאס געקענט ניצן..., לייגט מיר די יונגערמאן צו, אז פאריאר אלול ווען זיין ראה"כ ר' חיים הערש האט חתונה געמאכט האט מען געקויפט פאר הכרת הטוב פארן רב ז"ל א מתנה, און די רב איז געקומען צום שבע ברכות וואס די כולל האט געמאכט האט מען אים מכבד געווען צו רעדן האט ער זיך אויפגעשטעלט אין געזאגט אז ער פארשטייט נישט וואס מ'האט אים געקויפט די מתנה... ס'איז אים א זכיה אז מ'לערנט תורה ביי אים אין ביהמ"ד... דאס איז געווען זיין בליק אויף די הייליגע תורה, נישט געמיינט זיך נאר די הייליגע תורה און נאכמאל די הייליגע תורה, און נאכאמאל די הייליגע תורה, דאס איז געווען נעימת נפשו, און זיין שאיפה..
גמילת חסדים בלימוד התורה איז געווען עד להפליא, זיך אוועקגעגעבן פאר א צווייטן צו קענען לערנען מיט א צווייטן, און אז יענער זאל זיין קלאר מיט די לימוד, מיט אזא הסבר און טעם, ווי ר' אשר מאנן מו"ץ במירטל וומ"ס האט ארויסגעברענגט ביי זיין הספד אז יעדע מאל וואס ער האט גערעדט מיט אים אין לערנען האט ער אים גענטפערט מיט אזא שיינע הסבר און טעם.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז די זכות תהורה ועבודה וגמילת חסדים פונעם רב ז"ל זאל מגין זיין אויף אונז אלע, און ער זאל זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע, אלע תלמידים, מעריצים, בני משפחה, ס'זאל זיך שוין אפטוהן פון אונז די מכת המגיפה וגזירה קשה בביאת גואל צדק בב"א.

נ.ב. ביטע אנטשולדינגען אויב ס'איז נישט על הסדר אדער נישט קלאר, איך האב מיך פרובירט צו מצמצם זיין דאס מערסטע...

בד"ה, א געוואלדיגע אבידה
איך ליין דא די הערכה אויפן נפטר, דאס איז שוין געשריבן פון די וואס האבן אים געקענט נאר פון די ס' יארן וואס דעמאלטס איז ער געווען אין די ישיבה גדולה
איך געדענק אים מער פון די נ' יארן ווען ער איז געווען א מגי"ש אין ישיבה קטנה (ווייניגער ווי 10 יאר נאך זיין חתונה), ווען איך בין אריין אין ישיבה קטנה האט יעדער געוואלט אנקומען אין זיין כתה, ווייל ער האט גע'שמ'ט אלס דער בעסטער מגי"ש
מצד אחד האט ער געהאט געוואלדיגע השלמות, און מצד שני א רך הלבב, וואס דאס האט צומאל גורם געווען אז מ'האט זיך ארומגעווארפן מיט אים, איינגעשטעלטע וואס האבן מורא געהאט אז ער שטעלט זיי אין שאטן, ער האט אבער מיט קיינעם נישט געפירט קיין מחלוקה
א שטיק צייט איז ער אויך געשטאנען בראש פון די ישיבה כתר תורה אין מאנסי ווי ער האט אסאך בחורים אויפגעהויבן מבירא עמיקתא

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע, ומבור גלות דלינו והעלינו לנצח על מלאכת בית ה'

בונם שארף
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 5:42 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך בונם שארף » דינסטאג אפריל 28, 2020 7:54 am

איך האב געלערנט ביי אים אין די נ יארן אין סניף לצעירים. זיין איבערגעגעבנקייט צו די תלמידים איז געווען אין לשער. ער איז אייביג געווען די ערשטע אויף זיין פלאץ אין בית מדרש אין געלערנט אפילו די בית המדרש איז געווען ליידיג צי ווייל מען האט געגעסן מיטאג אדער בין הסדרים. ער האט אלס מחזק געווען בחורים וואס קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי. ער פלעגט זיי רופן אין לערנען מיט זיי מיט אזא רואיקייט און געדולד. ער האט באמת געזיכט אז יעדער זאל שטייגן.

באמת אן אבידה.

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג אפריל 28, 2020 9:54 am

Banner Ad  - Logo.jpg
Banner Ad - Logo.jpg (203.72 KiB) געזעהן 2962 מאל

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:02 am

קברנה סובניון האט געשריבן:יעצט געהערט אז גלייך נאכן לויה איז געווען א שטורעמישע אסיפת עסקנים וויאזוי צו שטעלן אויף די פיס די אלמנה מיט די 3 יתומים.
ווי איך פארשטיי קומט א קאמפיין


ר' שמואל קרויס האט עס שוין דערמאנט אין זיין הספד.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך העלאו » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:48 am

אחת ואחת האט געשריבן:
קברנה סובניון האט געשריבן:יעצט געהערט אז גלייך נאכן לויה איז געווען א שטורעמישע אסיפת עסקנים וויאזוי צו שטעלן אויף די פיס די אלמנה מיט די 3 יתומים.
ווי איך פארשטיי קומט א קאמפיין


ר' שמואל קרויס האט עס שוין דערמאנט אין זיין הספד.

איך זעה אויבען א טעלפאון נומבער אבער האט איינער א לינק ווי מען קען געבן יישר כח

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג אפריל 28, 2020 11:37 am

מיט ציטערדי'גע הענט שרייב איך די ווערטער "זצ"ל" אויף מורי ורבי אלופי ומיודעי להבלחט"א ר' יעקב אלעזר ז"ל,

עס לאזט זיך שווער גלייבן אז מ'שרייבט שוין יעצט אויף אים לאחר פטירתו,

ער איז נישט געווען מיין מגיד שיעור, אין די יארן וואס איך האב געלערנט אין ישיבה קטנה/גדולה איז ער שוין נישט געווען איינגעשטעלט, כ'האב מיר באקאנט געמאכט מיט אים בשנת תשס"ז, בעת ווען איך בין געווען א חתן נישט מער געדאכט, און ער איז געווען א מדריך פאר חתנים,

כ'האב דעמאלט געהערט פון עטליכע פון מיינע חבירים, אז ער לערנט זייער קלאר אויס די הלכות פון יו"ד חלק ב', האב איך דעמאלט געבעטן מיין טאטע אז איך וויל גיין צו אים, און ער האט מיר באוויליגט, א דאנק אים, געדענק איך די הלכות ב"ה עד היום הזה, כאטש וואס עס איז מיר ליידער נאך נישט אויסקומען צו לערנען די הלכות אינעווייניג אין שולחן ערוך,

נאך די חתונה ווען איך בין איבערגעגאנגן די הלכות מיט הרה"ג ר' משה ראזענפפעלד מו"ץ בקיט"ל ד'סאטמאר וומ"ס, האט ער באוואונדערט די קלארקייט פון די אינגעלייט וואס האבן געלעדנט די הלכות ביי ר' יעקב אלעזר ע"ה,

פון דעמאלט עד היום הזה, ווען איך בין געווען אין שטאט קרית יואל, איז ער געווען ביי מיר מורי הוראה #2 נאך הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א, נאר ר' געציל פסק'ט שנעלער ווי די מוח קען פארנעמען, אויב האב איך געוואלט דורך שמועסן א הלכה על בוריו, און ארויס האבן קלאר את המעשה אשר יעשון, איז ר' יעקב אלעזר ע"ה געווען מיין איינציגסטע אדרעס,

אוי, מי יתן לנו תמורתו, איך ווייס נישט באמת צו וועם זיך צו ווענדן, די קומענדיגע מאל עס מאכן זיך אזעלכע שאלות,

אפשר ר' יוסף משה שטויבער איז מעין דמעין,

יותר ממה שכתבתי לפניכם יש כאן אבל אין הזמן סובלו,

זכותו הגדול יגן עלינו, ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, עליה השלם כל הקרבנות כולם, שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות

אבדזשעקטיוו
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:07 pm

זייער ווייטאגליך!
אזויווי הגה"צ הדומ"ץ שליט"א האט דערמאנט ביים הספד די גרויסע חשובות פון מוריד דמעות זיין על אדם כשר, האב איך שוין אויסגענוצט
די געלעגנהייט אויך מכוון צו זיין אויף די פילע צענדיגער צדיקים און ת"ח וואס זענען ליידער נעדר געווארען לעצטענס, וואס כ'האב נישט זוכה געווען צו קענען.

דעם נפטר ז"ל'ס שמייכל האט געגעבן דעם געפיעל ווי כאילו איך בין עפעס א קרוב מיט אים, אדער גאר א תומך
געווען א געוואלדיגער שפל ברך און גארנישט פארלאנגט

אזוי אויך איז כדאי צו דערמאנען זיינע הארציגע\הערליכע תפילות און די ימים נוראים און ביהמ"ד ויואל משה קאזניץ פאר די לעצטע 19 יאר
ווי ער האט געדאווענט מיט א געוואלדיגן נעימות. ספעציעל באקאנט איז געווען די הנני העני ממעש וואס פיל האבן מיטגעהאלטן אפילו מהאט נישט מיטגעדאוונט דארטן
כאטש דאס אלעס קומט נישט צו, צו די אויבנדערמאנטע מעלות פון קלארקייט ביים לערנען, און זיך מבטל פארן יחיד ווי פארן ציבור בעניני לימוד און הוראה, זיין א מנהיג פארן חסידי'שע חבורה (כלשון רבינו שליט"א), געט דאס כאטש צו צום גאנצען בילד פונעם חשוב'ן נפטר ז"ל, און וואס מיר דארפן עקסטער באוויינען פארן נישט מעריך זיין כראוי
און לאמיר האפן אז ער וועט אויספירן זיין שליחות און מושך זיין א חוט של חסד אויף די גאנצע שטאט בפרט און כלל ישראל
לעצט פאראכטן דורך אבדזשעקטיוו אום דינסטאג אפריל 28, 2020 3:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אבדזשעקטיוו
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: פארשידענס וועגן א מו"ץ

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:25 pm

לגבי דיינים איז כדאי צו באטאנען, אז ס'ווענט זיך לויטן געברויך\"געפיעל" פונעם מענטש
אלע דיינים און קרית יואל זענען זייער צוגעלאזען צו שואלים
ס'איז אבער דא דיינים וואס ס'קלעבען זיך צו זיי מער חסידישע (כנאקיש בלע"ז) יונגעלייט, און ס'דא צו וועם ס'קלעבן ערענסטע בעה"בתים
אזוי אויך איז דא דיינים וואס זענען מער געאייגנט ארויפצוברענגען יונגע יונגעלייט צו ווערן מער ערענסטער וכו', וואס דאס איז לאוו דווקא לגבי שאלות, נאר דורך מיטהאלטן א שיעור
יום ביומו

נ"ב סוואלט טאקע געווען א תועלת צו עפענען א נייעם אשכול אויסצושמיסן די ענינים. און מיטלייגן דארטן

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:32 pm

בד"ה, פארלאזט עטליכע טרערעלעך אויף דעם עמוד ההוראה

willibugy
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך willibugy » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:40 pm

בונם שארף האט געשריבן:איך האב געלערנט ביי אים אין די נ יארן אין סניף לצעירים. זיין איבערגעגעבנקייט צו די תלמידים איז געווען אין לשער. ער איז אייביג געווען די ערשטע אויף זיין פלאץ אין בית מדרש אין געלערנט אפילו די בית המדרש איז געווען ליידיג צי ווייל מען האט געגעסן מיטאג אדער בין הסדרים. ער האט אלס מחזק געווען בחורים וואס קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי. ער פלעגט זיי רופן אין לערנען מיט זיי מיט אזא רואיקייט און געדולד. ער האט באמת געזיכט אז יעדער זאל שטייגן.

באמת אן אבידה.

אז מרעדט שוין פון יענע זיסע יארן דערמאן איך מיך יעצט ווי נאכמיטאג איז דער נפטר זצ"ל געזיצן ביי איין זייט בית מדרש חבורת יורה דעה און ר' פנחס דוד שווארץ זצ"ל הלכות שבת די אנדערע זייט, זיי זענען ליידער ביידע שוין נישט דא, והחי יתן אל לבו מנעמט צו די שענסטע ליידער
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג אפריל 28, 2020 2:58 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:ליינענדיג די אשכול איז מיר אויסגעקומען 2 נקודות

א) אויב האט איר א גוטע עקספיריענס מיט א מורה הוראה אלס א תמנע טוב מבעליו ביטע זייט מודיע פאר די חברים,

איך וואלט געשטעלט ר' יואל גוטמאן אלס נעקסט נאך עם מיט זיין צוגעלאזענקייט.

איך וועל נישט מעסטן, אבער איך האב אויך מורא'דיג הנאה געהאט פון הרב יואל, איך האב באמת נישט קיין ווערטער, א מורה הוראה מיט גאר גוטע קאנעקשן צו דאקטוירים וד"ל.

אגב, מעג שוין אויך ארויסגעברענגט ווערן, אז ווען איר זענט נהנה פון א רב מו"ץ וכדו' וואס האט אייך געהאלפן יותר מכפי יכולתו, איז נישט מער ווי נארמאל זיי צו געבן אביסל גרינס אויך מער מכפי יכולתו, איך זאג אייך צו אז עס וועט געניצט ווערן פאר גוטע זאכן, וכן אני נוהג.


עס איז אזוי אמת. מען מיינט אז יעדער דיין ומורה צדק האט אטאמאטיש געלט. עס איז בכלל נישט אזוי, א אינגערמאן א מורה הוראה האט זיך מיר אמאל אויסגערעדט, אז כבוד האט ער אין גרויסן, אבער קיין פרוטה צו די נשמה האט ער נישט, ער באקומט פאר זיין זשאב כמעט גארנישט, און א זייטיגע פרנסה קען ער נישט טוהן אפילו אויב ער וויל, ער איז עמוס איבער'ן קאפ מיט שאלות און מיט לערנען.

אז מען ניצט זיי דארף מען זיי אריינווארפן אפאר טאלער פון צייט צו צייט, אדער אפילו בקביעות.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג אפריל 28, 2020 2:59 pm

willibugy האט געשריבן:
בונם שארף האט געשריבן:איך האב געלערנט ביי אים אין די נ יארן אין סניף לצעירים. זיין איבערגעגעבנקייט צו די תלמידים איז געווען אין לשער. ער איז אייביג געווען די ערשטע אויף זיין פלאץ אין בית מדרש אין געלערנט אפילו די בית המדרש איז געווען ליידיג צי ווייל מען האט געגעסן מיטאג אדער בין הסדרים. ער האט אלס מחזק געווען בחורים וואס קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי. ער פלעגט זיי רופן אין לערנען מיט זיי מיט אזא רואיקייט און געדולד. ער האט באמת געזיכט אז יעדער זאל שטייגן.

באמת אן אבידה.

אז מרעדט שוין פון יענע זיסע יארן דערמאן איך מיך יעצט ווי נאכמיטאג איז דער נפטר זצ"ל געזיצן ביי איין זייט בית מדרש חבורת יורה דעה און ר' פנחס דוד שווארץ זצ"ל הלכות שבת די אנדערע זייט, זיי זענען ליידער ביידע שוין נישט דא, והחי יתן אל לבו מנעמט צו די שענסטע ליידער

ר' פנחס דוד איז געווען פאר די יונגערע כתה אין ר' יעקב אלעזר פאר די עלטערע
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג אפריל 28, 2020 3:04 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
אגב, מעג שוין אויך ארויסגעברענגט ווערן, אז ווען איר זענט נהנה פון א רב מו"ץ וכדו' וואס האט אייך געהאלפן יותר מכפי יכולתו, איז נישט מער ווי נארמאל זיי צו געבן אביסל גרינס אויך מער מכפי יכולתו, איך זאג אייך צו אז עס וועט געניצט ווערן פאר גוטע זאכן, וכן אני נוהג.


עס איז אזוי אמת. מען מיינט אז יעדער דיין ומורה צדק האט אטאמאטיש געלט. עס איז בכלל נישט אזוי, א אינגערמאן א מורה הוראה האט זיך מיר אמאל אויסגערעדט, אז כבוד האט ער אין גרויסן, אבער קיין פרוטה צו די נשמה האט ער נישט, ער באקומט פאר זיין זשאב כמעט גארנישט, און א זייטיגע פרנסה קען ער נישט טוהן אפילו אויב ער וויל, ער איז עמוס איבער'ן קאפ מיט שאלות און מיט לערנען.

אז מען ניצט זיי דארף מען זיי אריינווארפן אפאר טאלער פון צייט צו צייט, אדער אפילו בקביעות.

אמת ובפרט ביי א שמחה אין פאר יו"ט אין אוודאי איז כדאי ווי מער בדרך כבוד. לדוגמא ביים קויפן ד מינים אפילו סאיז דא דארט א דיין אופן פלאץ גיי אויך צי דיין פערזענדליכע דיין. וכן מכירת חמץ ווי סאיז שייך. משלוח מנות. רח"ש ערב יוה"ק. וכו...
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך גליטשעדיג » דינסטאג אפריל 28, 2020 4:31 pm

דודי ירד לגנו ללקוט שושנים
דער צער איז אזוי שארף, און דער ווייטאג איז אזוי טיף, מען שנייד פון אונז שטיקער!
געהאט די זכיה כמה פעמים נהנה צו זיין פון דעם חשוב'ן רב דורך אנפרעגן שאלות, יעדעס מאל האט ער געענטפערט מיט אזא ליבליכקייט ובסבר פנים יפות, און נאך צוגעגעבן א עצה טובה, מי יתן לנו תמורתו?!

אן עקסטער צער איז צו הערן וויפיל ער האט זיך געמוטשעט אנצוגיין, און הערשט יעצט כאפט מען זיך ווי ווייט מען האט נישט געהאט קיין שכל מחשיב צו זיין אזא אוצר וואס מיר האבן פארמאגט.

חומר למחשבה: אפשר וויל מען אונז טאקע אויפוועקן פון הימל אז מען זאל מער מחשיב זיין רבנים, דיינים, ראשי ישיבות, תלמידי חכמים, יראי השם, וואס געבן זיך אוועק פאר'ן ציבור און זענען זיך ממית באהלי של תורה, און נישט מענטשן וואס זענען מצליח בעניני עולם הזה אדער זענען באשאנקען מיט טאלאנטן ווי זינגען טאנצן אדער סיי וואס.

ס'איז א פחד וויפיל ראשי בני ישראל מיר האבן שוין פארלוירן אין די קורצע צייט. ס'איז דאך באקאנט דער אור החיים הקדוש אנהייב פרשת כי תשא את ראש בני ישראל, אז יעדער איז מחויב תשובה צו טאן צו ער האט נישט גורם געווען דערצו.

לאמיר זיך פארנעמען מחשיב צו זיין רבנים.
און לאמיר טאקע ארויסווייזן כבוד התורה, אז די אלמנה מיט די יתומים זאלן כאטש האבן א שפע, און זיך אנרופן מיט סכומים הגונים.

פראבירט
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:23 am

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך פראבירט » מיטוואך אפריל 29, 2020 2:45 am

ניחום אבלים
ניחום אבלים הגרי''א מענדלאוויטש.jpg
ניחום אבלים הגרי''א מענדלאוויטש.jpg (162.5 KiB) געזעהן 1246 מאל

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: בד"ה הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, אב"ד ומח"ס הלכה ברורה

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך אפריל 29, 2020 10:14 am

פראבירט האט געשריבן:ניחום אבלים
ניחום אבלים הגרי''א מענדלאוויטש.jpg

איך מיין אז משב"ק דארף שטיין גלייך נאך יושע, ווייל אזוי ווי די צעטל איז יעצט קען מען מיינען אז משב"ק גייט ארויף אויף ר' יעקב אלעזר ז"ל
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חלה לכבוד שבת און 18 געסט