ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך חקירות ודרישות » זונטאג אוגוסט 09, 2020 12:18 pm

גיזוגט האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:ברוך דין האמת: הרב החסיד הישיש המרומם ר' משה יצחק לעווינגער זצ"ל משב"ק מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זצוק"ל זקן חסידי סאטמאר בארה"ק, נפטר בבית החולים שערי צדק בן 93.
יהא זכרו ברוך.

בד"ה
דע לווי' גייט יעצט ארויס פון שמגר ממש געציילטע מינוט"ן פאר ליכט צינדן
זייער א חשובער איד געוועהן
א עקסטרע זכות צו אוועק גיין פון דע וועלט ערב שבת און נקבר ווערן נאך פאר שבת


די צייט פלעגט ר' משה יצחק גיין יעדע וואך אין מקוה א פעציג מינוט פאר די שקיעה, אין די צייט האט מען אים געמאכט די טהרה
אין ירושלים איז דאס א גאנצע נושא ביי די חברה קדישא צו בעהערדיגן מתים די לעצטע מינוט פאר'ן זמן כניסת השבת אין צוריק קומען צופיס פון פעלד,
(זיי פלעגן דאס רופן א פאקן א טשאלנט)
אויכט איז דא איז ביי א זכיה צו באגראבן א גוף ווען עס איז נאך ווארעס, אין דאס הייסט דארט גרויסע זכיה, וואס שנעלער צו באגראבן
למעשה ר' משה יצחק איז אוועק ל"ע פינף אזייגער נאכמיטאג, אין 7:30 זענען שוין די חברה קדישא געווען צוריק אין ירושלים פינף מינוט פאר די שקיעה
די לויה איז ארויס פונקט 7:00 פון שאמגאר קיין הר הזיתים די טהרה האט געדויערט פון 6:45 ביז 7:00, זיי זענען שוין געלערנט אויף אזעלכע סארט לוויות
זריזין
פארן נפטר איז דאס זיכער א שנעלערע מנוחה
קוקט אויס ער האט געהאט א גרויסע זכות

חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך חקירות ודרישות » זונטאג אוגוסט 09, 2020 12:20 pm

א איד פון אמאל האט געשריבן:
נארגוטס האט געשריבן:
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:ברוך דין האמת: הרב החסיד הישיש המרומם ר' משה יצחק לעווינגער זצ"ל משב"ק מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זצוק"ל זקן חסידי סאטמאר בארה"ק, נפטר בבית החולים שערי צדק בן 93.
יהא זכרו ברוך.

ער האט א טאכטער אין מאנסי.
איינער מיט די איבריגע קינדער??

ר' יוסף אשר לעווינגער פון לאנדאן



בניו לאויש"ט:
ר' יוסף אשר (אשי) לאנדאן
ר' יודא הערש בני ברק
ר' ליפא
ר' יהושע
חתניו
ר' ... אבלס אנטווערפון
ר' יואליש וועבער
ר' צבי ארי׳ פרוזאנסקי אין מאנסי

איך האב אמאל געזעהן זיין הזמנה ער האט חתונה בערך תש"כ, עס איז נישט געווען קיין מחותנים פון קיין שום צד,
רבינו הקדוש מסאטמאר האט צוגעשטופ דעם שידוך בשנת תשי"ט (פארדעם איז ר' משה יצחק געווען אין וויליאמסבורג ביים רבין) ער איז מיטגעקומען מיט די נסיעה קיין אר"י מיטן רבין,
יעדעס יאר כ"ו אב פלעגט ער קומען קיין ניו יארק צום יארצייט, דאכט תשס"ט איז ער נאך אויכט געווען
כ'האב געהערט פון א אייניקל
דער איד איז געווען געזונט אין שטארק ביז א חודש צוריק ער פלעגט נאך יעדן טאג גיין דאווענען אין בית מדרש סאטמאר, ער געהאט א חולשה לעצטנס ער איז געגאנגען צו א דאקטער דער דאקטער האט אים גשיקט אין שפיטאל, ער האט אים געזאגט אז ער א אינפעקשן, אין דארף נעמען אנטיביאטיג דורכ'ן אדער,
אי שפיטאל האט מען אים גלייך געמאכט א 'קאראנא טעסט' אין אים פארשפארט, צוגעבונדן צום בעט, ואידך זיל גמור
(ער איז געווען אין שערי צדק שפיטאל די ערשטע צוויי וואכן איז ער נאך געווען אויף, ער שוין באקומען צוויי מאל אינצווישין א צעטיל אז ער קען ארויס גיין פון שפיטאל אין די לעצטע מינוט האט דאס א צווייטער דאקטער אפגעשטעל, אין צוויי וואכן נאכדעם האט מען אים שוין אריופגעלייט אויף א רעסטפירעטער, וכו')


ער האט דאכט זיך געהאט א שותפות פון האלב אין די גרויסע מצה בעקערי אין קוממיות
(בשעתו האט ער דאס אפגעקויפט פון אלמנת ר' ישראל מאיר עקשטיין ז"ל פון קוממיות)

קושטא
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך קושטא » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:28 pm

א איד פון אמאל האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:בד״ה הר״ר שלמה פעלבערבוים ז״ל מלמד מומחה בקרית יואל 69 יאר

רבו שלמדו תורה :-(


בד״ה

חשובער איד געווען

זיך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה די לעצטערע צייט

געווען א מלמד אין כתה ג יארן לאנג

ער פלעגט ארום גיין נאך געלט יעדן פרייטיג

חבל על דאבדין

וואס איז די טאטעס נאמען?


ר' גרשון, (פון סיגוט - גבעת שאול - ירושלים)
א איידעם דאכט זיך ר' עמרם נתן גרויז פון א"י

יישר כח.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג אוגוסט 09, 2020 2:16 pm

וועמענס לוי' קומט יעצט פאר ביים ביהמ"ד תפארת גדלי' אין מאנסי?

מיסתפינא
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך מיסתפינא » זונטאג אוגוסט 09, 2020 2:21 pm

צפרא טב האט געשריבן:
ליידער דער שפיטעלער דארטן איז א שטיקל חזרה פין דאהי.....
עס איז א גזירה מן השמים, מען קען דאס נישט פארשטיין...


אויכט איז ל"ע אוועק אין ירושלים א איד ר' נחמן פנחס יארבלום ז"ל ער איז געווען געזונט ער האט געכאפט שבת חזון פארטאגס א קלאפ אויפן וועג צום בית מדרש, ער האט זיך צובראכן די האנט
מ'האט אים גענומען אין שפיטאל, דארט פארשטייט זיך קאראנא ואידך.....
די קינדער זאגן אז עס איז קלאר ווען ער וואלט נישט אנגקומען אין שפיטאל, וואלט ער דאס דורך געלעבט, די עסן זענען געלעגן נעבן זיין בעט אומגערירט, ווייל ער האט נישט געקענט אויסשטערקן די האנט דאס צונעמען

דער עיקר פראבלעמען איז אין שערי צדק, אין הדסה העלפט אביסל יד אברהם פון העסקן ר' שמעון ברוין וויפיל זיין קענען
דריי שעה אין טאג האבן זיי דארטן וואלאנטירן וואס גייען אריין די קאראנא אפטיילונג, אבער זיי זאגן אז מ'יאגט נישט אן אבער בעסער וואו גארנישט
אבער אין שערי צדק קען מען גארניטש רורן, (בכלל זאגן די עסקנים א גאנץ יאר אז אין הדסה אפילו עס א יוני.. קען מען אסאך גרינגער רוקן זאכן משא"כ אין שערי האבן רוב עסקנים נישט קיין ווארט אפילו עס איז א פרומע שפיטאל)

וואס דו זאגסט איז שרעקליך, איך האף אז איהר זאגט עס מיט אחריות

אויב עס איז ריכטיג וואס דו פארציילסט, און בכלל אלע מעשיות וואס מען פארציילט דא איז עס א מצוה לפרסם.

אויב עס איז נישט ריכטיג איז עס שרעקליכע עוולה צי פארציילן, עס איז מונע פון אידן צי קריגן זייער מעדיצינשע באהאנדלונג

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך דריידל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:34 pm

פאנדרעיזער האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:די מעשה מיט זיין שידוך איז אזוי: אין ירושלים איז געווען א איד רבי ברוך יודל בלויא (אבי הגרי"י בעל פתחי חושן), איין טאג איז ער ארויס אין גאס און געזען א מיידל זיצט אויף די זייט און וויינט, רבי יודל האט איר גפערעגט וואס איז האט זי געזאגט אז זי איז יעצט געקומען פון די לאגערן און זי האט נישט וואו צו זיין נאר אין א פרייער קיבוץ וואו מ'האט איר אריינגעשטעלט, רבי יודל האט איר געזאגט אז זי קען קומען צו אים אויף איין נאכט ווייל ער האט אין שטוב נאר 4 זין, די איין נאכט איז געווארן יארן, ווען דער רבי זיע"א איז געקומען קיין ירושלים האט מען אנגעטראגן דעם שידוך און ר' משה יצחק האט נישט געוואלט און איז צוריק געפארן מיט'ן רבין, נאך 4 יאר אין יאר תשי"ט ווען דער רבי איז געקומען האט מעו עס נאכאמאל אנגעטראגן און דער רבי האט אים געהייסן שליסן, ביז ווי לאנג ווילסטו זיצן האט אים דער רבי גפרעגט, און אזוי האט דער רבי זיע"א גחתמ'ט אויפן שטר תנאים מצד החתן צוזאמען מיט רבי יודל בלויא דער פאג"י ניק מצד הכלה.
רבי יודל האט אפילו איר מסדר געווען א ארבעט אין חינוך עצמאי אלע יארן האט זי דארט געארבעט.

איך האב געהערט פון אן אייניקל אז די סיבה פארוואס רמ''י האט נישט געוואלט די שידוך איז ווייל זי האט געארבייט אין חינוך עצמאי.

איך האב עס געהערט פון אים אליינס

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:43 pm

יציב פתגם האט געשריבן:וועמענס לוי' קומט יעצט פאר ביים ביהמ"ד תפארת גדלי' אין מאנסי?

ר' אליעזר פנחס הערצבערג ע''ה
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך היסטאריקער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:52 pm

דריידל האט געשריבן:
פאנדרעיזער האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:די מעשה מיט זיין שידוך איז אזוי: אין ירושלים איז געווען א איד רבי ברוך יודל בלויא (אבי הגרי"י בעל פתחי חושן), איין טאג איז ער ארויס אין גאס און געזען א מיידל זיצט אויף די זייט און וויינט, רבי יודל האט איר גפערעגט וואס איז האט זי געזאגט אז זי איז יעצט געקומען פון די לאגערן און זי האט נישט וואו צו זיין נאר אין א פרייער קיבוץ וואו מ'האט איר אריינגעשטעלט, רבי יודל האט איר געזאגט אז זי קען קומען צו אים אויף איין נאכט ווייל ער האט אין שטוב נאר 4 זין, די איין נאכט איז געווארן יארן, ווען דער רבי זיע"א איז געקומען קיין ירושלים האט מען אנגעטראגן דעם שידוך און ר' משה יצחק האט נישט געוואלט און איז צוריק געפארן מיט'ן רבין, נאך 4 יאר אין יאר תשי"ט ווען דער רבי איז געקומען האט מעו עס נאכאמאל אנגעטראגן און דער רבי האט אים געהייסן שליסן, ביז ווי לאנג ווילסטו זיצן האט אים דער רבי גפרעגט, און אזוי האט דער רבי זיע"א גחתמ'ט אויפן שטר תנאים מצד החתן צוזאמען מיט רבי יודל בלויא דער פאג"י ניק מצד הכלה.
רבי יודל האט אפילו איר מסדר געווען א ארבעט אין חינוך עצמאי אלע יארן האט זי דארט געארבעט.

איך האב געהערט פון אן אייניקל אז די סיבה פארוואס רמ''י האט נישט געוואלט די שידוך איז ווייל זי האט געארבייט אין חינוך עצמאי.

איך האב עס געהערט פון אים אליינס


איז זי נישט א טאכטער פון ווייסער רבי׳ן, שווער פון ר׳ משה ארי׳ מנאסאד ז"ל און הרב יונגרייז בן אב"ד פילעק?

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך פרעגער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:54 pm

מיסתפינא האט געשריבן:
צפרא טב האט געשריבן:
ליידער דער שפיטעלער דארטן איז א שטיקל חזרה פין דאהי.....
עס איז א גזירה מן השמים, מען קען דאס נישט פארשטיין...


דער עיקר פראבלעמען איז אין שערי צדק, אין הדסה העלפט אביסל יד אברהם פון העסקן ר' שמעון ברוין וויפיל זיין קענען
דריי שעה אין טאג האבן זיי דארטן וואלאנטירן וואס גייען אריין די קאראנא אפטיילונג, אבער זיי זאגן אז מ'יאגט נישט אן אבער בעסער וואו גארנישט
אבער אין שערי צדק קען מען גארניטש רורן, (בכלל זאגן די עסקנים א גאנץ יאר אז אין הדסה אפילו עס א יוני.. קען מען אסאך גרינגער רוקן זאכן משא"כ אין שערי האבן רוב עסקנים נישט קיין ווארט אפילו עס איז א פרומע שפיטאל)

וואס דו זאגסט איז שרעקליך, איך האף אז איהר זאגט עס מיט אחריות

אויב עס איז ריכטיג וואס דו פארציילסט, און בכלל אלע מעשיות וואס מען פארציילט דא איז עס א מצוה לפרסם.

אויב עס איז נישט ריכטיג איז עס שרעקליכע עוולה צי פארציילן, עס איז מונע פון אידן צי קריגן זייער מעדיצינשע באהאנדלונג


קודם כל אין שערי צדק איז פארהאן ר’ אלי פריד מחשובי חסידי סאטמאר וואס האט דארט אן אפענעם טיר שוין יאהרן לאנג און טוט פאר יודן פונקט ווי די עסקנים און ליעזאןס אין אנדערע שפיטעלער אין אר”י און איבער די וועלט. ריכטיג אז ער איז נישט אזוי מפורסם אין די צייטונגען און אינטערוויאס. ער איז פארט אן אלד טיימר און פארמאגט נישט קיין נאנ פראפיט ארגינייזעישאן

צווייטענס, איך בין געווען לעצטע וואך 2 טעג אין שערי צדק, ענד איי וואז ריעלי אינפרעסד, און דערווייל האב איך נאכנישט געהערט קיינעם זיך אפרעדן
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:58 pm

בלייב געזונט האט געשריבן:ברוך דין האמת: הרב החסיד הישיש המרומם ר' משה יצחק לעווינגער זצ"ל משב"ק מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זצוק"ל זקן חסידי סאטמאר בארה"ק, נפטר בבית החולים שערי צדק בן 93.
יהא זכרו ברוך.

ווערט געזעהן לינקס

אויפן אלטן ביה"ח אין צפת
IL 0084.jpg
IL 0084.jpg (66.57 KiB) געזעהן 2060 מאל

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך להודיע » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:07 pm

ליידער דער שפיטעלער דארטן איז א שטיקל חזרה פין דאהי.....
עס איז א גזירה מן השמים, מען קען דאס נישט פארשטיין...[/qte]


אלע דאקטורים און נורסעס פון איבער די גאנצע וועלט האבן זיך אפגעשמועסט דורך א טעלע קאנפרענץ צו אומברענגען דאס מענטשהייט ?

די פשוט'ע הסבר דערויף איז אז אין א צייט וואס עס בוזשעוועט א מגיפה רח"ל, ווערן שפיטעלער איבערגעשטרענגט, דאקטורים און נורסעס זענען אווערוועלמד, מענטשליכע לעבן'ס שפילן א קלענערע ראלע, און ליידער ווערן חולים נאכגעלאזט און נישט קעיר גענומען וואס ברענגט אויטאמאטיש ביטערע קאנסקעווענצן.

דערפאר שרייען אלע מעדיצינישע עקספערטן איבער די גאנצע וועלט, רעכט און לינק, אז מען זאל פרובירן צו אויספשרייטן דעם וויירוס אז עס זאל נישט כאפן יעדן אויף אמאל. כ'האב ערגעץ געזען אז אין ארץ ישראל זענען די שפיטעלער ביים שוועל פון ווערן איבערגעפולט השי"ת זאל האלטן די רעכטע האנט.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:11 pm

להודיע די תירוץ אויף דיין קשיא אין קורצן, איז אז דאקטוירים האבן סתם אזוי נישט קיין געדולד זיך צו פארענען דארט ווי [זיי האלטן] אז עס פעלט נישט אויס, ממילא יעצט איז דא א תירוץ ניצן זיי דאס גיט אויס.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

צפרא טב
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 6:56 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך צפרא טב » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:12 pm

פרעגער האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
צפרא טב האט געשריבן:
ליידער דער שפיטעלער דארטן איז א שטיקל חזרה פין דאהי.....
עס איז א גזירה מן השמים, מען קען דאס נישט פארשטיין...


דער עיקר פראבלעמען איז אין שערי צדק, אין הדסה העלפט אביסל יד אברהם פון העסקן ר' שמעון ברוין וויפיל זיין קענען
דריי שעה אין טאג האבן זיי דארטן וואלאנטירן וואס גייען אריין די קאראנא אפטיילונג, אבער זיי זאגן אז מ'יאגט נישט אן אבער בעסער וואו גארנישט
אבער אין שערי צדק קען מען גארניטש רורן, (בכלל זאגן די עסקנים א גאנץ יאר אז אין הדסה אפילו עס א יוני.. קען מען אסאך גרינגער רוקן זאכן משא"כ אין שערי האבן רוב עסקנים נישט קיין ווארט אפילו עס איז א פרומע שפיטאל)

וואס דו זאגסט איז שרעקליך, איך האף אז איהר זאגט עס מיט אחריות

אויב עס איז ריכטיג וואס דו פארציילסט, און בכלל אלע מעשיות וואס מען פארציילט דא איז עס א מצוה לפרסם.

אויב עס איז נישט ריכטיג איז עס שרעקליכע עוולה צי פארציילן, עס איז מונע פון אידן צי קריגן זייער מעדיצינשע באהאנדלונג


קודם כל אין שערי צדק איז פארהאן ר’ אלי פריד מחשובי חסידי סאטמאר וואס האט דארט אן אפענעם טיר שוין יאהרן לאנג און טוט פאר יודן פונקט ווי די עסקנים און ליעזאןס אין אנדערע שפיטעלער אין אר”י און איבער די וועלט. ריכטיג אז ער איז נישט אזוי מפורסם אין די צייטונגען און אינטערוויאס. ער איז פארט אן אלד טיימר און פארמאגט נישט קיין נאנ פראפיט ארגינייזעישאן

צווייטענס, איך בין געווען לעצטע וואך 2 טעג אין שערי צדק, ענד איי וואז ריעלי אינפרעסד, און דערווייל האב איך נאכנישט געהערט קיינעם זיך אפרעדן


פרעגט אייך נאך ביי נאך עסקנים אין ארץ ישראל, אין ביי די וואס טהון אין די נושא, אזוי האב איך געהערט פון א קראנטע מקור
פארשטייט זיך אויב עס איז נישט אמת, אדרבא ואדרבא
אבער אויב עס איז אמת דארף מען דאס וויסן, (דאס איז זיכער אז די וואלנטירן פון יד אברהם ביי די קאראנא אפציילונג זענען דא נאר אין הדסה אין נישט אין שערי צדק
די עסן שבת אין אויכט צוגעשטעלט נאר אין הדסה, ווייל שער צדק האט א הכשר פון העדה החרדית

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:16 pm

מיסתפינא האט געשריבן:
צפרא טב האט געשריבן:
ליידער דער שפיטעלער דארטן איז א שטיקל חזרה פין דאהי.....
עס איז א גזירה מן השמים, מען קען דאס נישט פארשטיין...


אויכט איז ל"ע אוועק אין ירושלים א איד ר' נחמן פנחס יארבלום ז"ל ער איז געווען געזונט ער האט געכאפט שבת חזון פארטאגס א קלאפ אויפן וועג צום בית מדרש, ער האט זיך צובראכן די האנט
מ'האט אים גענומען אין שפיטאל, דארט פארשטייט זיך קאראנא ואידך.....
די קינדער זאגן אז עס איז קלאר ווען ער וואלט נישט אנגקומען אין שפיטאל, וואלט ער דאס דורך געלעבט, די עסן זענען געלעגן נעבן זיין בעט אומגערירט, ווייל ער האט נישט געקענט אויסשטערקן די האנט דאס צונעמען

דער עיקר פראבלעמען איז אין שערי צדק, אין הדסה העלפט אביסל יד אברהם פון העסקן ר' שמעון ברוין וויפיל זיין קענען
דריי שעה אין טאג האבן זיי דארטן וואלאנטירן וואס גייען אריין די קאראנא אפטיילונג, אבער זיי זאגן אז מ'יאגט נישט אן אבער בעסער וואו גארנישט
אבער אין שערי צדק קען מען גארניטש רורן, (בכלל זאגן די עסקנים א גאנץ יאר אז אין הדסה אפילו עס א יוני.. קען מען אסאך גרינגער רוקן זאכן משא"כ אין שערי האבן רוב עסקנים נישט קיין ווארט אפילו עס איז א פרומע שפיטאל)

וואס דו זאגסט איז שרעקליך, איך האף אז איהר זאגט עס מיט אחריות

אויב עס איז ריכטיג וואס דו פארציילסט, און בכלל אלע מעשיות וואס מען פארציילט דא איז עס א מצוה לפרסם.

אויב עס איז נישט ריכטיג איז עס שרעקליכע עוולה צי פארציילן, עס איז מונע פון אידן צי קריגן זייער מעדיצינשע באהאנדלונג

איך ווייס אויף א פרוי פון א בעלזע משפחה וואס האט געהאט קורונה און זי איז אריבער עפעס אז זי האט נישט געקענט גרינג רוקן איהר האנט, און די שפיטאל האט פארשטייט זיך נישט אריינגלעזט משפחה, און אזוי האט זי געפאסט טאג נאך טאג ביז איינער האט רחמנות געהאט איר פיטערן די עסען אין מויל אריין.
ביז די משפחה האט זיך געוואנדן צו א עסקן [גראדע איינער מיט שייכות קיין מאכנובקא] און יענער האט געשריגן קולות וברקים אויפן שפיטאל ביז ער האט געפועלט אז איינער זאל קענען אריינגיין אין שפיטאל איר העלפן צו עסן.
ברוך השם אז די פרוי איז שוין געזונד דעווארן און נישט אויסגעגאנגען פאר הונגער.

א איד פון אמאל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך א איד פון אמאל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:26 pm

צפרא טב האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
צפרא טב האט געשריבן:
ליידער דער שפיטעלער דארטן איז א שטיקל חזרה פין דאהי.....
עס איז א גזירה מן השמים, מען קען דאס נישט פארשטיין...


א איד האט מיר נאכגעזאגט קראנט ממש פון איינעם וואס איז געווען מנחם אבל ביי משפחת אשכנזי זייער פאטער ר' שמואל איז ל"ע אוועק אין עלטער פון 98 יאר
האט דער זוהן ר' זאב געזאגט ביי די שבעה, אז ער נישט אוועק פון קאראנא, אבער ווער ער איז אנגעקומען אין שפיטאל, האט מען געזאגט אז מ'גייט טעסטן אויף קאראנא, אין עס וועט זיין תשובה ביז אכט שעה, למעשה ביז א האלבע שעה זענען זיי געקומען זאגן אז ער האט געטעסט פאזיטיוו, אין מ'דארף אים פארשפארן אין תפיסה אין קאראנע אפטיילונג, האט דער זוהן געשריגן וואס הייסט מ'האט דאך געזאגט אז עס נעמט 8 שעה, למעשה האבן אים זיי נישט אריינגעלייגט אין קאראנא אפטיילונג וועגן דעם, אבער ל"ע ער איז אוועק פון אנדער פראבלעם, (ווען נישט וואלט מען געזאגט)
מ'זאגט א שפריך ווארט אז דער מלאך המוות האט געפויעלט אז מ'וועט זאגן אז נישט ער האט געהארגעט
עס איז ליידער א גזירה מן השמים מ'דארף תשובה טהון נישט קיין חילוק פון וואס מ'שטארבט אבער מ'איז מעורר פון הימל צו תשובה
פארשטייט זיך מ'טאר זיך נישט אריינלייגן אין די הענט פון טוב שברופאים..., אין אזא מצב לכתחלה

מצד שני האב איך געהערט נאך א קראנטע מעשה פון ארץ ישראל, פון איינע פון די חשובע משפיעים א זקן וואס איז געקומען אין שפיטאל, אין מ'האט געזעהן אז ער קומט פון מאה שערים געגנט האט מען אים גלייך געוואלט לייגן אין קאראנע תפיסה אין שפיטאל, האט זיך דער חשובע'ר עסקן וואס איז געוען מיט אים געשטעלט אין געלייקנט אז די גאס איז נישט אין מאה שערים נאר אין א צווייטע געגנט איז אויכט דא אזא גאס, אזוי האט מען אים געזאגט אז מ'וועט אים קודם טעסטן, אין ביני לביני איז ער אנטלאפן פון שפיטאל

למסקנא מ'ווייסט נישט וואס איז ריכטיג קיינער הארגעט נישט בידיים, אבער אין אזעלכע צייטן דארף מען מער אכטונג געבן, עס איז קלאר אז עס איז דא א נאכלעסיגקייט אין שפיטאל,
אין אז קיינער קומט נישט צום חולה איז דאס אויכט גורם נישט גוטע זאכן, כיון שנתנה רשות למשחית,
וועגן דעם דארף מען תשובה טהון, וועט דער באשעפער העלפן, אין אלעס וועט זיין גוט.

מיסתפינא
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך מיסתפינא » זונטאג אוגוסט 09, 2020 4:44 pm

מען דארף פארשטיין
זייער א סך מענטשן אין ארץ ישראל טראגן יעצט די וויירוס, עס איז זייער פארשפרייט לצערינו, רובא דרובא פון זיי שפירן זיך ב"ה גוט, אבער אויב מחמת איזה טעם דארפן זיי אריין גיין אין שפיטאל, זאגט דער געזעץ אז מען דארף זיי טעסטן.
קען זיין אז יענער האלט שוין 2 חדשים נאכן זיך אנשטעקן, עס איז שוין לאנג נישט קאנטעיזשעס, אבער די רעזולטאט וועט זין פאזיטיוו, און דעמאלט דארף מען איהם אריין לייגען אין די קאראנע אפטיילונג.

בשבילי נברא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:26 pm

מה ידידות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:וועמענס לוי' קומט יעצט פאר ביים ביהמ"ד תפארת גדלי' אין מאנסי?

ר' אליעזר פנחס הערצבערג ע''ה

דאס איז די באקאנטע הרב הערצבערג וואס פלעגט אלע יארן שטארק מעורר זיין אויף רעדן אין ביהמ"ד?
---

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:30 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
מה ידידות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:וועמענס לוי' קומט יעצט פאר ביים ביהמ"ד תפארת גדלי' אין מאנסי?

ר' אליעזר פנחס הערצבערג ע''ה

דאס איז די באקאנטע הרב הערצבערג וואס פלעגט אלע יארן שטארק מעורר זיין אויף רעדן אין ביהמ"ד?

אדער גאר פון טינעק וועם הרב דרעזנער האט געברענגט צום שפאנוג פון כלל ישראל?

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך מים חיים » זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:59 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
מה ידידות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:וועמענס לוי' קומט יעצט פאר ביים ביהמ"ד תפארת גדלי' אין מאנסי?

ר' אליעזר פנחס הערצבערג ע''ה

דאס איז די באקאנטע הרב הערצבערג וואס פלעגט אלע יארן שטארק מעורר זיין אויף רעדן אין ביהמ"ד?

יא

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 6:12 pm

א איד פון אמאל האט געשריבן:יעדעס יאר כ"ו אב פלעגט ער קומען קיין ניו יארק צום יארצייט, דאכט תשס"ט איז ער נאך אויכט געווען

כ'מיין אז ער איז דא געווען תשע"ט, און ער האט גערעדט בבית רבינו זצ"ל 500 בעדפארד ביי די יארצייט סעודה, ר' משה שמואל האט אים געוואלט האבן דארט, ער זאל פונקטליך פארציילן וואו ס'זענען געווען די טירן און די שטיבלך אא"וו.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

פאנדרעיזער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 2:46 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך פאנדרעיזער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:04 pm

יא, ער איז געווען אין אמעריקע פאראיאר אויפ'ן יארצייט.

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך אידיש.טייפינג » זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:29 pm

ער האט נישט פארפאסט צו זיין ביים ציון הק' ביומא דהילולא
ער פלעגט זיך וואונדערן אז נישט יעדער קומט

בלייב געזונט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:16 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך בלייב געזונט » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:06 pm

א איד פון אמאל האט געשריבן:
נארגוטס האט געשריבן:
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:ברוך דין האמת: הרב החסיד הישיש המרומם ר' משה יצחק לעווינגער זצ"ל משב"ק מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זצוק"ל זקן חסידי סאטמאר בארה"ק, נפטר בבית החולים שערי צדק בן 93.
יהא זכרו ברוך.

ער האט א טאכטער אין מאנסי.
איינער מיט די איבריגע קינדער??

ר' יוסף אשר לעווינגער פון לאנדאן



בניו לאויש"ט:
ר' יוסף אשר (אשי) לאנדאן
ר' יודא הערש בני ברק
ר' ליפא
ר' יהושע
חתניו
ר' ... אבלס אנטווערפון
ר' יואליש וועבער
ר' צבי ארי׳ פרוזאנסקי אין מאנסי

איך האב אמאל געזעהן זיין הזמנה ער האט חתונה בערך תש"כ, עס איז נישט געווען קיין מחותנים פון קיין שום צד,
רבינו הקדוש מסאטמאר האט צוגעשטופ דעם שידוך בשנת תשי"ט (פארדעם איז ר' משה יצחק געווען אין וויליאמסבורג ביים רבין) ער איז מיטגעקומען מיט די נסיעה קיין אר"י מיטן רבין,
יעדעס יאר כ"ו אב פלעגט ער קומען קיין ניו יארק צום יארצייט, דאכט תשס"ט איז ער נאך אויכט געווען
כ'האב געהערט פון א אייניקל
דער איד איז געווען געזונט אין שטארק ביז א חודש צוריק ער פלעגט נאך יעדן טאג גיין דאווענען אין בית מדרש סאטמאר, ער געהאט א חולשה לעצטנס ער איז געגאנגען צו א דאקטער דער דאקטער האט אים גשיקט אין שפיטאל, ער האט אים געזאגט אז ער א אינפעקשן, אין דארף נעמען אנטיביאטיג דורכ'ן אדער,
אי שפיטאל האט מען אים גלייך געמאכט א 'קאראנא טעסט' אין אים פארשפארט, צוגעבונדן צום בעט, ואידך זיל גמור
(ער איז געווען אין שערי צדק שפיטאל די ערשטע צוויי וואכן איז ער נאך געווען אויף, ער שוין באקומען צוויי מאל אינצווישין א צעטיל אז ער קען ארויס גיין פון שפיטאל אין די לעצטע מינוט האט דאס א צווייטער דאקטער אפגעשטעל, אין צוויי וואכן נאכדעם האט מען אים שוין אריופגעלייט אויף א רעסטפירעטער, וכו')

ער איז נאך דא געווען פאראיאר
זייטס מיר און בלייבטס מיר געזונט!

גיזוגט
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2015 1:09 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך גיזוגט » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 3:07 am

ברוך דיין האמת
הרה"ח ר' אברהם (אבריימל) שטיינבערג ז"ל (74)
ער פלעגט זייער אסאך יאהר צו גרייטן פרישטיג'ס אין ביהמ"ד אהל רחל אין רחוב יואל
אין דע לעצטע אכט יאהר האט ער צוגעגרייט דע קאווע אין ביהמ"ד ויואל משה...
סאיז דא אסאך צו דערציילן פונעם, זייער א וואילער איד געוועהן.
פלעגט אויך נעמען אסאך ר' משה יצחק לעווינגער פון ביהמ"ד אהיים
הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו

אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 3:16 am

א איד פון אמאל האט געשריבן:
צפרא טב האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
צפרא טב האט געשריבן:



מצד שני האב איך געהערט נאך א קראנטע מעשה פון ארץ ישראל, פון איינע פון די חשובע משפיעים א זקן וואס איז געקומען אין שפיטאל, אין מ'האט געזעהן אז ער קומט פון מאה שערים געגנט האט מען אים גלייך געוואלט לייגן אין קאראנע תפיסה אין שפיטאל, האט זיך דער חשובע'ר עסקן וואס איז געוען מיט אים געשטעלט אין געלייקנט אז די גאס איז נישט אין מאה שערים נאר אין א צווייטע געגנט איז אויכט דא אזא גאס, אזוי האט מען אים געזאגט אז מ'וועט אים קודם טעסטן, אין ביני לביני איז ער אנטלאפן פון שפיטאל
.

מסתמא מיינסטו הגאון החסיד רבי יודל סלאנים שליט"א, די מעשה איז אזוי, רבי יודל איז אראפ געפאלן ערב תשעה באב אין שטוב (ביי זיין טאכטער וואו ער שטייט איין די לעצטע יארן) א אמבולנס האט אים אפגעפירט אין שפיטאל פרייטטיג י' באב האבן די שטאב געזאגט פאר די קינדער אז ער איז געטעסט פאזעטייו (חיובי) און דארף אריין גיין אין קורונה אפטיילונג, האבן די קינדער אים שיין ארויס געפירט פון שפיטאל אויפן ווילטשער, שבת נאכמיטאג י"א מנ"א איז ער שוין געווען אין סלאנימער שטיבל אין בית ישראל ביי של"ס, ווען ער בלייבט דארט'ן וואלט מסתמא שוין געווען דא א בילד פון אים.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, א_נייע_גרינער, בועז, בלא בלא בלא, בעקעלע.הפוכה, ברטם, גיטאריסט, האק א לעבן, היכלי, זזה, זיסע פיש, מיין שטעלונג, פארצייטיש, שפרינגען און 81 געסט