בד"ה: הגאון הצדיק המקובל רבי חזקיהו אלכסנדר סנדר יצחק ארלנגר זצוק"ל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

בד"ה: הגאון הצדיק המקובל רבי חזקיהו אלכסנדר סנדר יצחק ארלנגר זצוק"ל

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 8:25 am

אין ב"ב איז נסתלק אין די לעצטע שעה הגה"צ המקובל חו"פ רבי סנדר ערלאנגער זצוק"ל
בן הגה"צ המפורסם המקובל רבי חיים אריה מלוגאנו זצוק"ל
חתן הגה"צ רבי אלעזר צדוק טורצ'ין זצ"ל

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 8:27 am

בד"ה
געווען פון די גרויסע משפיעים אין א"י, און פון די גרעסטע לוחמי מלחמות ה'.
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 8:28 am

א דמות פון א עובד ה' בכל רמ"ח ושס"ה
צדיק נשגב, ת"ח מופלג בכל חלקי התורה
יגע בתורה ובדקדוקי מצוות
חסידא ופרישא
רבים נאותו לאורו הבהיר

לוחם מלחמות ה' בעוז ובתעצומות

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 8:29 am

ezgif-2-7029b3adcd74.jpg
ezgif-2-7029b3adcd74.jpg (88.33 KiB) געזעהן 2492 מאל
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 8:30 am

ארום 70 יאהר אלט
אין די לעצטע יאהרן האט ער געליטן שווערע יסורי גו"נ

פאר אביסל מער פון 25 יאהר בערך, איז ער געוועהן שווער נישט געזונט, אין דעמאלטס נאך תפילות רבים אין שינוי השם בתוספת שמו חזקיהו, איז ער ניצול געווארן ממוות לחיים.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 8:47 am

האט ער נאך געשוויסטער אויסער זיין ברודער הגאון הגדול רבי מיכאל ישראל מאיר ערלאנגער לרפו"ש פון לונדון?
זה הקטן גדול יהי'

לעילא ולעילא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

הער איז משפחה

תגובהדורך לעילא ולעילא » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:16 am

פון יבלחט"א הגה"צ ר' יצחק משה שליט"א ?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:19 am

לעילא ולעילא האט געשריבן:פון יבלחט"א הגה"צ ר' יצחק משה שליט"א ?

כ'מיין אז ערשטע קאזינס.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5774
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:20 am

היטשינער האט געשריבן:בד"ה
געווען פון די גרויסע משפיעים אין א"י, און פון די גרעסטע לוחמי מלחמות ה'.

וואס מיינסטי מיט "לוחם מלחמות ה'"? דערצייל אביסול מער איבער די נפטר

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:23 am

פאר זיין חתונה איז זיין כלה אריין צום סטייפלער זצ"ל פרעגן אויב זי זאלן טון דעם שידוך, ווייל ער האט נישט קיין פינגערס. זיין טאטע האט געהאט אזא מאל מאשין אין שטוב לצורך פרנסה און איינמאל זענען זיינע פינגערס פון איין האנט אראפגעקומען ל"ע.

האט דער סטייפלער געענטפערט: צו לערנען תורה דארף מען נישט קיין פינגערס! וכך הוה. די שידוך איז געווארן און ער האט ממשיך געווען בתורה ועבודה.

ער איז פאר א תקופה געווען ר"י סאטמאר ירושלים. איך בין איינמאל געווען ביי אים א של"ש, די פייערדיגע אדון עולם און אנא בכוח ליגט מיר נאך אין די ביינער...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:24 am

דריידל האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:בד"ה
געווען פון די גרויסע משפיעים אין א"י, און פון די גרעסטע לוחמי מלחמות ה'.

וואס מיינסטי מיט "לוחם מלחמות ה'"? דערצייל אביסול מער איבער די נפטר

א שטארקע קנאי געווען. ביי יעדן הפגנה קעגן חפירת קברים איז ער געקומען, און עס איז אים בכלל נישט אנגעקומען לייכט.

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:33 am

בדה

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:36 am

ברוך דיין האמת
סוף מעשה במחשבה תחילה.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:40 am

זיינע קינדער
ר' שמשון רפאל - בני ברק
ר' חיים ארי' - בני ברק

חתנו
ר' ברים - בני ברק

ווער נאך?

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:28 am

שמן זית האט געשריבן:זיינע קינדער
ר' שמשון רפאל - בני ברק
ר' חיים ארי' - בני ברק

חתנו
ר' ברים - בני ברק

ווער נאך?

המשפיע הר"ר יחזקאל.

אבל בעולם המוסר: המשפיע הגה"צ רבי סנדר ארלנגר זצ"ל

ברוך דיין האמת: מבית החולים מעייני הישועה בבני ברק מגיעה הידיעה המרה והקשה בפטירתו של הגאון הצדיק רבי סנדר ארלנגר זצ"ל, שנודע כמשפיע רוחני בעל קנה מידה עצום וכאיש מוסר בקרב הציבור החרדי שרבים היו נוהרים לדרשותיו
ברוך דיין האמת: מבית החולים מעייני הישועה בבני ברק מגיעה הידיעה המרה והקשה בפטירתו של הגאון הצדיק רבי סנדר ארלנגר זצ"ל לאחר יסורים קשים ומרים.
הגאון הצדיק רבי סנדר ארלנגר זצ"ל היה נודע במשך עשרות שנים כמשפיע רוחני בעל קנה מידה עצום וכאיש מוסר בקרב הציבור החרדי, במשך חייו רבים היו נוהרים לדרשותיו אשר היו נודעים בייחודם.
לפני מספר שנים התגלה קריש דם במוחו של המנוח זצ"ל והוא נאלץ לעבור ניתוח קשה ומורכב שבחסדי שמים עבר בהצלחה, אך מני אז סבל מיסורים קשים ומרים וקבלם באהבה ובצידוק הדין.
השבוע חלה התדרדרות חמורה במצבו ובעקבות כך הוא פונה לבית החולים 'מעייני הישועה' שם נאבקו הרופאים בכדי להציל את חייו, ברכוזי התורה והמוסר נאמרו פרקי תהילים לרפואתו אך היום נגזרה הגזירה והוא השיב את נשמתו הטהורה ליוצרו. תנצב"ה.

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:48 am

חבל על דאבדין
א אמתע יגע בכל חלקי התורה. איך האב געהערט אליין עדות פון איינע א גרויסע ת"ח, אז ביי ר' סנדר איז גאנץ ד' חלקי שו"ע מונח בקופסא, אבער נישט נאר בקיאות'דיק, נאר מיט די גאנצע עיון.
ער האט געפלאגט טעג אין נעכט געשוויצט אויף די הייליגע תורה. און צו דעם, אויך בחלק הנסתר, מיט זעלטענע ברייטע ידיעות אין הבנה בכתבי האר"י הק' והמקובלים. געלערנט בחברותא מיט הגה"ק רי"א ווינטרוב זצוק"ל.
נאכדערצו זיין ברען אין קאך ביים דאווענען אדער יעדע דבר שבקדושה, אזא דביקות.
זיינע זעלטענע שמירת עיניים, חד בדרא.
א פרומער, און א מדקדק נורא במצוות, א חזונאישניק.
זיין פלאג אין חסדים, נאכגעגאנגען אין יעדע לוי' אין בני ברק נאך געלט, זיין מעורר דיגע קול "צדקה תציל ממות" קלינגט נאך. יעדע סליחות טעג, געדרייט אין די בתי מדרשים נאך געלט.

נאך זיין ביטערע מחלה פאר ארום 25 יאהר איז פנים חדשות באו לכאן, אסאך שוואכער געוועהן, אבער גארנישט נאכגעלאזט פון זיין יגיעה בכל חלקי התורה, און עבודת השם.

אין זיינע פייערדיגע דרשות האט ער שטארק מעורר געוועהן אנקעגן פרצות הזמן, בעיקר אויף די וואס גייען נאך מיט די גויאישע וועגן, גויאישע מאדעס, מאדערנע זאכן, צייטונגען מיט מאגאזינען. האט ער געאקכט פארן אייבערשטן.

ער אליין האט געזאגט אויף זיך אז ער איז נישט קיין חסיד, נאר א בן תורה. געלערנט אין פאנעוועז', סיי אין ישיבה סיי אין כולל. געדאוונט געווענליך אין ישיבת גאון יעקב נעבן זיין דירה אין רח' נחמיה אין בני ברק. נישט געגאנגען מיט בגדי שיראין פון חסידים. אבער יא געגאנגען מיט א גארטל ביים דאוונען.
אין די שפעטעדיגע יאהרן ער איז געצויגן נעבן שכונת נדבורנה, געווארן נאנט מיט נדבורנה רבי זצ"ל, אין אויך דארטן געדאוונט.
זיינע קינדער זענען שוין מער חסידיש, גייען מיט שטריימלאך.

אפטרופס
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

תגובהדורך אפטרופס » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 11:50 am

תורה תורה חגרי שק!
א שטארקע פארלוסט פאר די יהדות החרדית.

חקירות ודרישות
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

תגובהדורך חקירות ודרישות » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:13 pm

קול מבשר זאגט אז עס גייט ארויס פון אהל רחל סאטמאר ירושלים, וואס א שייכות האט דער נפטר מיט דעם בית מדרש

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:18 pm

חקירות ודרישות האט געשריבן:קול מבשר זאגט אז עס גייט ארויס פון אהל רחל סאטמאר ירושלים, וואס א שייכות האט דער נפטר מיט דעם בית מדרש

א. ער איז געוועהן א שטיק צייט א ר"י אין סאטמאר ירושלים.
ב. ער איז געוועהן א גאנצע סאטמארער. בשיטה. ווען דער סאטמארער רבי מהרי"י שליט"א געוועהן אין ב"ב עטליכע יאהרן צוריק ביי די מסיבת הנחת אבן הפינה ווער ס'געדענקט, האט ער גערעדט דארט א פייערדיגע דרשה, אויף די סאטמארע שיטה און אויף סאטמארער רב זי"ע, זאגענדיג אז קיינער אויך נישט אין זיין דור איז נישט געוועהן ביכולת חולק זיין אויף איהם!

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:25 pm

לכאורא קען מען זאגן אז לא הניח כמותו אין זיין טיפקייט און ברייטקייט אין יעדן הינזיכט. ער איז נישט געווען געבינדען צו קיין שום פארטיי. מכבד געווען איעדן יוד, און איז נישט נתפעל געווארן פון קיין שום מענטש אויב סאיז געווען קעגן די תורה. הי' איש קדוש. זיינע שמועסן זענן געווען יורדין חדרי בטן און האט איבערגעלאזט א טיפן רושם לנצח.

אפטרופס
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

תגובהדורך אפטרופס » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:33 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
חקירות ודרישות האט געשריבן:קול מבשר זאגט אז עס גייט ארויס פון אהל רחל סאטמאר ירושלים, וואס א שייכות האט דער נפטר מיט דעם בית מדרש

א. ער איז געוועהן א שטיק צייט א ר"י אין סאטמאר ירושלים.
ב. ער איז געוועהן א גאנצע סאטמארער. בשיטה. ווען דער סאטמארער רבי מהרי"י שליט"א געוועהן אין ב"ב עטליכע יאהרן צוריק ביי די מסיבת הנחת אבן הפינה ווער ס'געדענקט, האט ער גערעדט דארט א פייערדיגע דרשה, אויף די סאטמארע שיטה און אויף סאטמארער רב זי"ע, זאגענדיג אז קיינער אויך נישט אין זיין דור איז נישט געוועהן ביכולת חולק זיין אויף איהם!

געדענק איך אז ער האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה אלס נואם הכבוד ביים צענטראלע סעודת הודאה (מהרי"י) כ"א כסלו תשע"ד אין די נוא יארק סטעיט ארמארי אין וומס"ב.

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

תגובהדורך פליטה גדולה » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 1:19 pm

011.png
011.png (145.36 KiB) געזעהן 1483 מאל

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

קרוביו

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 1:23 pm

נאך א ברודער האט ער אין לונדון הגה"ח ר' אברהם יהושע שליט"א
און איין שוועסטער הרבנית שלעזינגער אשת הגאון ר' משה [ב"ר אליקים] שליט"א

ר' יצחק משה איז זיין קאזין.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

חקרן
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

תגובהדורך חקרן » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 2:34 pm

בנו המשפיע הגה''ח ר' נפתלי שיחי'
מחשובי חסידי חב''ד בבי''ש מנהל בית הספר לבנות חינוך ירושלים
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 2:39 pm

שמן זית האט געשריבן:זיינע קינדער
ר' שמשון רפאל - בני ברק
ר' חיים ארי' - בני ברק

חתנו
ר' ברים - בני ברק

ווער נאך?

בנו הרה"ג ר' יחזקאל משפיע בקהל תוא"י
בנו הרה"ח ר' ברוך יואל (מקורב בקהל זעמיגראד)
בנו הרה"ח ר' יונה

ווער נאך?
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Like news, אינטערסאנטע איד, בעל דמיון, בעסער אזוי, נאר חסרונות, פארדעם, פישל חיים, ר' יום טוב און 51 געסט