דרייוון א קאר מיט א העלמעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

דרייוון א קאר מיט א העלמעט

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:23 pm

כהאב געהערט שמועסן וועגן א געזעץ פארשלאג אין ניו יארק צו מוזן דרייוון א קאר מיט א העלמעט. איז וואר?
איינער מיט מער דיטעילס?

#שאפינג-בעג-העלמעט-וואס-נאך-איז-נייעס?
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:54 pm

זייער אינטערעסאנט אז מען האט זיך קודם גענומען צו די קאר דרייווערס. ענדערש וואלט מען געדארפט פארלאנגן אלע מענטשן וואס גייען אויפן גאס זאלן טראגן א העלמעט ווייל אפשר גייט א קאר אין זיי אריינקראכן, דער קאר דרייווער איז דאך באשיצט אין זיין קאר משא״כ דער נעבעכדיגער פיס גייער, סא מען דארף זיי באהיטן...
איך טראכט יעצט בשעת׳ן שרייבן די שירות אז כ׳האב אסאך א בעסערע געדאנק.
יעדע מענטש זאל דארפן ארומגיין אויפן גאס מיט אזא ״געיט אויף רעדער״ ארום זיך, פארשטייט זיך דאס איז א חוץ דעם העלמעט.. מיר זארגן זיך פשוט אז דער מין אנושי זאל נישט אויסגעראטן ווערן.. אינדענדזשערט ספישיס..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24944
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:55 pm

א פאפירענע העלמעט?..

ווייל פלאסטיק און פאוים איז שוין פארבאטן..
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:57 pm

איך מיין אז זיי זאלן אנטון פאר אלע חיות און עופות העלמעטס און אזוי וועלן זיי דורכלעבן קלימאט קריזיסן און מיר וועלן קענען נוצן בעגס ווי מענטשן.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט.

programmer
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am

תגובהדורך programmer » דינסטאג ינואר 28, 2020 4:02 pm

אפשר זאל מען נאר מעגן גיין אויפן גאס מיט א העלמעט?
זוכט איר א לעזונג? דריקט דא

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג ינואר 28, 2020 4:09 pm

ס'האלט למעשה אין ערגעץ נישט אזא 'געזעץ', נאר א חלום. אבער די בהמות האבן שוין באוויזן אויסצופירן ענליכע בייזע חלומות.

A report from Streetsblog followed up that question with a more interesting conundrum: would Cuomo support legislation mandating helmet use by car drivers?

"I'm thinking," replied Cuomo.

After a long pause, he continued: “I don’t know enough. I’d like to see the data.”

The outlet suggested this measure as 650 people were killed inside cars and trucks last year while traveling through New York. The majority of these, as studies have shown, can be cited to head trauma.

In 2019, New York City alone experienced 218 traffic deaths, of which 121 were pedestrians and 28 were cyclists. Studies by the Center for Disease Control show traffic accidents are one of the leading causes of traumatic brain injuries in the United States, making up at least one-quarter of all cases. The statistics do not differentiate between in-vehicle and out-of-vehicle accidents.

The safety designed to protect the driver and passengers of a vehicle is significantly more refined than it was 30 years ago. In fact, to combat the sub-par safety standards in the 1980s, an Australian company actually designed and marketed helmets to be worn while driving. But with the addition of modern technology designed specifically for vehicle occupant safety, this product seems a bit outdated—not to mention the issue of fitting into a low-clearance vehicle with an extra few inches of padded material atop your skull.

It's not clear if Cuomo will take any action on these statistics, though it can seem perplexing from an outside perspective to see the governor even considering helmet mandates for car passengers. Realistically, it's difficult to see any legal standing behind the mandate.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דינסטאג ינואר 28, 2020 4:25 pm

דערווייל איז נאכנישט דא אזא געזעץ פארשלאג. די שמועה שטאמט פון דאס וואס א ריפארטער האט געפרעגט פון מר קאומא וואס ער זאגט צו אזא געדאנק, האט ער זיך צוגעכאפט דערצו און גענטפערט אז ער קוקט אריין דערין.
Streetsblog recently asked Gov. Andrew Cuomo “if he might consider helmet mandates for car drivers, given that vast numbers of car drivers who in fatal crashes die as a result of head trauma, as opposed to bicyclists, who are often killed in ways that would render a helmet useless.”

“I’m thinking,” the governor said after a long pause. “I don’t know enough. I’d like to see the data.”
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » דינסטאג ינואר 28, 2020 4:27 pm

עס ווערט מער אין מער משיגע
דייט מען צו פלארדע ?
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דינסטאג ינואר 28, 2020 4:36 pm

ס'זעהט אויס אז נוי יארק זוכט א וועג פטור צו ווערן פון אירע איינוואוינער,
סאו פאר, מאכן זיי א סופער דזשאב.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג ינואר 28, 2020 4:37 pm

וואס האט ער ראנג געענטפערט?

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דינסטאג ינואר 28, 2020 4:39 pm

מ'דארף אלע ליבעראלן אנטוען העלמעטס אפשר וועט עס אויסגראדן זייער קרומע קעפ
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דינסטאג ינואר 28, 2020 5:40 pm

אַ געשעפט האָב איך............

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 28, 2020 5:43 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:מ'דארף אלע ליבעראלן אנטוען העלמעטס אפשר וועט עס אויסגראדן זייער קרומע קעפ

נע וועסט סתם מער פארשטעקן דאס ביסל קאפ וואס זיי האבן יא..
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג ינואר 28, 2020 8:24 pm

מען דארף אנדרייען עפעס אן איפיטשמענט דארט העלן זיי נישט האבן אזויפיל צייט...

דיע צודרייטע האבן צופיל איבריגע צייט.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג ינואר 28, 2020 8:38 pm

נאו וועי!
פראבירט אייך אויסמשל'ן פארן קיין קנאדע מיט א העלמעט... זיך אנלענען אויפן חבר כאפן א דרימעל וועט שוין נישט דורך גיין אהן קיין מחאות
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג ינואר 28, 2020 8:45 pm

ס'דא א 'גרינגע' סאלושען.
מוועט גיין איינקויפן מיט פאפירענע/פלאקסענע בעגס, און מגייט רייטן אויף פערד-און-וואגן אנע העלמעט...

די שטאט מאכט דא א גזירה נגד הטעכנאלאגיע... נעקסט קומען די סמארטפאונס...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דינסטאג ינואר 28, 2020 9:03 pm

.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג ינואר 28, 2020 10:36 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:כהאב געהערט שמועסן וועגן א געזעץ פארשלאג אין ניו יארק צו מוזן דרייוון א קאר מיט א העלמעט. איז וואר?
איינער מיט מער דיטעילס?

#שאפינג-בעג-העלמעט-וואס-נאך-איז-נייעס?

דו דארפסט פארשטיין, זייט די בעיל רעפארם איז די סעיפטי אין די סטעיט דראסטיש געפאלן, דארף מען זוכן מיטלען עס צוריק צו הייבן...

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג ינואר 28, 2020 10:41 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'דא א 'גרינגע' סאלושען.
מוועט גיין איינקויפן מיט פאפירענע/פלאקסענע בעגס, און מגייט רייטן אויף פערד-און-וואגן אנע העלמעט...

די שטאט מאכט דא א גזירה נגד הטעכנאלאגיע... נעקסט קומען די סמארטפאונס...

נאופ! נישט גוט!
רייטן אויף פערד??!! חלילה!


אפשר אקערן מיט בעטערי טרעקטארס.... גראדע כהאב איינס פון אלס קינד אויב קען עס בייהילפיג זיין..
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום מיטוואך ינואר 29, 2020 12:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Programming
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דינסטאג ינואר 28, 2020 11:06 pm

זייער אינטערעסאנט אז אידן וואס זענען מצווה אויף ונשמרתם מאוד לנפשותיכם זאלן נישט האבן דעם געפיל וואס גוים האבן פאר סעיפטי. 'אפילו דער גוי פארשטייט' פלעגט דער מנהל אין ישיבה שרייען.

איז א העלמעט מער מאדנע און אומבאקוועם ווי סיעט בעלטס? אדער מסתמא וואלט דער זעלבער אשכול פאסירט ווען מען שלאגט ווען היינט פאר סיעטבעלטס. קען זיין די זיידע'ס פון די שרייבער דא האבן גענוי די זעלבע רעאגירט אין מקוה ווען מען האט גערעדט פון די נייע 'סיעטבעלט' גזירה.אדער מעגליך אז זיי האבן יא געקענט טראכטן גראד.

דער שכל הישר זאגט אז אויב די דאטא וואלט געוויזן אז העלמעט'ס ראטעוועט לעבנס, וואלט מען עס ווען געדארפט צו טון. פארשטייט זיך אז עס דארף זיין במדה ובמשקל, שכרה כנגד הפסדה א.א.וו. אבער עס איז נישט א זאך צו חוזק מאכן פון.

דאס איז א גוי'אישער (איך טרוי זיך צו זאגן 'קאנסערוואטיווער' ווייל דאס איז דער קאנסעפציע אין די גאס; ליבעראלן זענען נערוון קריכער וואס זענען ביזי א גאנצן טאג פארריכטן די וועלטס פראבלעמען, בעת קאנסערוואטיוון ווילן פשוט לעבן דעם טאג רואיג אן קיין דאגות) מהלך המחשבה פון 'אכול ושתו כי מחר נמות' און האק מיר נישט אין קאפ אריין. אונז אידן זענען בעסער פון דעם. מיר דארפן באמת אריין טראכטן פארוואס א פארשלאג צו ראטעווען לעבנס ברענגט אויף אזאלכע רעאקציעס ווי דאס וואס מיר זעהן דא.

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג ינואר 28, 2020 11:32 pm

Programming האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט אז אידן וואס זענען מצווה אויף ונשמרתם מאוד לנפשותיכם זאלן נישט האבן דעם געפיל וואס גוים האבן פאר סעיפטי. 'אפילו דער גוי פארשטייט' פלעגט דער מנהל אין ישיבה שרייען.

איז א העלמעט מער מאדנע און אומבאקוועם ווי סיעט בעלטס? אדער מסתמא וואלט דער זעלבער אשכול פאסירט ווען מען שלאגט ווען היינט פאר סיעטבעלטס. קען זיין די זיידע'ס פון די שרייבער דא האבן גענוי די זעלבע רעאגירט אין מקוה ווען מען האט גערעדט פון די נייע 'סיעטבעלט' גזירה.אדער מעגליך אז זיי האבן יא געקענט טראכטן גראד.

דער שכל הישר זאגט אז אויב די דאטא וואלט געוויזן אז העלמעט'ס ראטעוועט לעבנס, וואלט מען עס ווען געדארפט צו טון. פארשטייט זיך אז עס דארף זיין במדה ובמשקל, שכרה כנגד הפסדה א.א.וו. אבער עס איז נישט א זאך צו חוזק מאכן פון.

דאס איז א גוי'אישער (איך טרוי זיך צו זאגן 'קאנסערוואטיווער' ווייל דאס איז דער קאנסעפציע אין די גאס; ליבעראלן זענען נערוון קריכער וואס זענען ביזי א גאנצן טאג פארריכטן די וועלטס פראבלעמען, בעת קאנסערוואטיוון ווילן פשוט לעבן דעם טאג רואיג אן קיין דאגות) מהלך המחשבה פון 'אכול ושתו כי מחר נמות' און האק מיר נישט אין קאפ אריין. אונז אידן זענען בעסער פון דעם. מיר דארפן באמת אריין טראכטן פארוואס א פארשלאג צו ראטעווען לעבנס ברענגט אויף אזאלכע רעאקציעס ווי דאס וואס מיר זעהן דא.

דברים כדרבונות


Programming האט געשריבן:מיר דארפן באמת אריין טראכטן פארוואס א פארשלאג צו ראטעווען לעבנס ברענגט אויף אזאלכע רעאקציעס ווי דאס וואס מיר זעהן דא.

ווייל מיר זענען שוין צו לאנג אין דעם באקוועמען גלות אמעריקא
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

סקאראמוטשי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » דינסטאג ינואר 28, 2020 11:49 pm

אלס אידן דארפן מיר אפשר "אנטון" די העלמעט אלס ונשמרתם, העמיר דאס לאזן פאר די רבנים צו פסק'נען. די רעדע דא איז איבער "מאכן א געזעץ" דערויף, און דאס איז טויט פאריקט. יא, סיעט בעלטס איז אויך, צווינגסט א מענטש זיך צו האלטן סעיף.

קענסט פארבאטן צו פראדוצירן קארס אנע סיעט בעלטס און פלאץ פאר א העלמעט, אבער מיר צווינגען עס אנצוטאן?!
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים

בען שפירא
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:50 am

תגובהדורך בען שפירא » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:02 am

.
לעצט פאראכטן דורך בען שפירא אום דאנארשטאג ינואר 30, 2020 4:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:14 am

Programming האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט אז אידן וואס זענען מצווה אויף ונשמרתם מאוד לנפשותיכם זאלן נישט האבן דעם געפיל וואס גוים האבן פאר סעיפטי. 'אפילו דער גוי פארשטייט' פלעגט דער מנהל אין ישיבה שרייען.

איז א העלמעט מער מאדנע און אומבאקוועם ווי סיעט בעלטס? אדער מסתמא וואלט דער זעלבער אשכול פאסירט ווען מען שלאגט ווען היינט פאר סיעטבעלטס. קען זיין די זיידע'ס פון די שרייבער דא האבן גענוי די זעלבע רעאגירט אין מקוה ווען מען האט גערעדט פון די נייע 'סיעטבעלט' גזירה.אדער מעגליך אז זיי האבן יא געקענט טראכטן גראד.

דער שכל הישר זאגט אז אויב די דאטא וואלט געוויזן אז העלמעט'ס ראטעוועט לעבנס, וואלט מען עס ווען געדארפט צו טון. פארשטייט זיך אז עס דארף זיין במדה ובמשקל, שכרה כנגד הפסדה א.א.וו. אבער עס איז נישט א זאך צו חוזק מאכן פון.

דאס איז א גוי'אישער (איך טרוי זיך צו זאגן 'קאנסערוואטיווער' ווייל דאס איז דער קאנסעפציע אין די גאס; ליבעראלן זענען נערוון קריכער וואס זענען ביזי א גאנצן טאג פארריכטן די וועלטס פראבלעמען, בעת קאנסערוואטיוון ווילן פשוט לעבן דעם טאג רואיג אן קיין דאגות) מהלך המחשבה פון 'אכול ושתו כי מחר נמות' און האק מיר נישט אין קאפ אריין. אונז אידן זענען בעסער פון דעם. מיר דארפן באמת אריין טראכטן פארוואס א פארשלאג צו ראטעווען לעבנס ברענגט אויף אזאלכע רעאקציעס ווי דאס וואס מיר זעהן דא.

קוק אהער, איך מיין אז די נעגעטיווע רעאקציע קומט פון דעם וואס מיר לאכן פון די ליבעראלע געדאנקן גאנג בכלל, וואס רעדט זיך איין אז זיי גייען עלימענירן אלע פראבלעמן וואס פלאגען די מענטשהייט זייט איר באשאף.
אפשר זענען זיי דא גערעכט (אפשר נישט...) אבער מיר שטעלן דאס צוזאם מיט פלעסטיק בעגס, דזשענדער, וכו' וכו'.
איז בלעים מיך נישט פארן קלערן אז דאס איז נאך א רינגעלע אין זייער לאנגע קייט פון שגעון.
צעקה בקול דממה דקה

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:32 am

Programming האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט אז אידן וואס זענען מצווה אויף ונשמרתם מאוד לנפשותיכם זאלן נישט האבן דעם געפיל וואס גוים האבן פאר סעיפטי. 'אפילו דער גוי פארשטייט' פלעגט דער מנהל אין ישיבה שרייען.

איז א העלמעט מער מאדנע און אומבאקוועם ווי סיעט בעלטס? אדער מסתמא וואלט דער זעלבער אשכול פאסירט ווען מען שלאגט ווען היינט פאר סיעטבעלטס. קען זיין די זיידע'ס פון די שרייבער דא האבן גענוי די זעלבע רעאגירט אין מקוה ווען מען האט גערעדט פון די נייע 'סיעטבעלט' גזירה.אדער מעגליך אז זיי האבן יא געקענט טראכטן גראד.

דער שכל הישר זאגט אז אויב די דאטא וואלט געוויזן אז העלמעט'ס ראטעוועט לעבנס, וואלט מען עס ווען געדארפט צו טון. פארשטייט זיך אז עס דארף זיין במדה ובמשקל, שכרה כנגד הפסדה א.א.וו. אבער עס איז נישט א זאך צו חוזק מאכן פון.

דאס איז א גוי'אישער (איך טרוי זיך צו זאגן 'קאנסערוואטיווער' ווייל דאס איז דער קאנסעפציע אין די גאס; ליבעראלן זענען נערוון קריכער וואס זענען ביזי א גאנצן טאג פארריכטן די וועלטס פראבלעמען, בעת קאנסערוואטיוון ווילן פשוט לעבן דעם טאג רואיג אן קיין דאגות) מהלך המחשבה פון 'אכול ושתו כי מחר נמות' און האק מיר נישט אין קאפ אריין. אונז אידן זענען בעסער פון דעם. מיר דארפן באמת אריין טראכטן פארוואס א פארשלאג צו ראטעווען לעבנס ברענגט אויף אזאלכע רעאקציעס ווי דאס וואס מיר זעהן דא.


מען מוז נישט צו קומען צו אזעלכע ראדיקאלע קריאזע זאכען פאר סעיפטי. מען קען מאכען גענוג און נאך אום מאדנע געדאנקען עס צו פארבעסערן, ווי למשל מאכען קארס מער סעיף.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט