די חילוק צווישן א caucus און א primary

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

די חילוק צווישן א caucus און א primary

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

מיסטער טורקס אין זיין שמועס אויף קול מבשר, מאכט ער ליצי ליצנות פון די caucus געדאנק. ער זאגט אז עס ווערט זיכער געפעלשט און ס'ממש א ליצנות.
מה פשט אז מען נוצט אזא סיסטעם?

און בכלל, וואלט איינער געקענט אראפלייגן פונקטליך קלאר און דייטליך די פראסעס פון א caucus, און פון א primary, בבקשה.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

הויעך האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אויף די חילוק פון א caucus און א primary

כגלייב אז צווישען די פילע בלעטער פון די פריימערי אשכולות פון די פארגאנגענע יארן איז עס שוין אויסגעשמוסט געווארן אפאר מאל, אבער אויב סאיז דא א אשכול דערויף ווייס איך נישט.

כוועל דיר פרובירען דא מסביר זיין וואס איך פארשטיי, און אויב זאג איך עפעס wראנג זאל מען מיר פארעכטען.

פריימעריס איז דאך פשוט, מגייט שטימען, סאיז דא סטעיטס ווי יעדער קען שטימען אין פריימעריס און סאיז דא סטעיטס ווי למשל דא ביי אונז אין ניו יארק וואס נאר די פון די פארטיי קענען שטימען, למשל נאר א דעמאקראט קען וואויטען אין די דעמאקראטישע פריימעריס און נאר א רעפאבליקען קען וואויטען אין די רעפאבליקען פריימעריס, סאיז דא סטעיטס וואס זענען ווינער טעיק אלל דהיינו אויב האסטו די מערסטע שטימען אין די סטעיט אפילו 1 וואויט מער קריגסטו אלע דעלעגאטן וואס די סטעיט פארמאגט און סאיז דא סטעיטס וואס צוטיילען די דעלעגאטן לויט וויפיל פארצענט האסט געווינען.

קאקועס דא ווערט עס קאמפלעצירט, מקומט זיך צוזאם און די וואל ערטער און דאכצעך מיר אז סאיז דא פארשטייער פון די קאמפיינען וואס רעדן און פרובירן איבערצייגען צו וואויטען פאר זייער קאנדידאט, יעדער וואויט און די ערשטע רינדע פאר זייער קאנדידאט, דערנאך ציילט מען אויפן פלאץ די וואויטס און ווער סהאט ווייניגער ווי א געוויסע פארצענט פאלט ארויס, למשל אויב די לימיט איז 15 פארצענט און ביידען באקומט 20 פארצענט סענדערס 20 פארצענט בוטידזשעזש 20 פארצענט יענג 15 פארצענט ווארען 10 פארצענט קאלבעטשאר 10 פארצענט און בלומבערג 5 פארצענט, אויטאמאטיש פאלן בלומבערג קאלבעטשאר און ווארען ארויס, און מוואויט איבער, און די קאמפיין פארשטייער פרובירן איבערצוצייגען די שטיצער פון די קאנדידאטען וואס זענען ארויסגעפאלן זאלן שטימען פאר זייער קאנדידאט, יעצט נאכן 2טע מאל וואויטען זעהט מען ווער סהאט געווינען די דיסטריקט, דערנאך צוטיילעט מען די דעלעגאטן לויט וויפיל דיסטריקט מהאט געווינען.


כהאף אז יעצט פארשטייסטו שוין די חילוק, און כהאף אז כהאב געשריעבן די אמת ווייל סאיז אביסעל קאמפלעצירט, און ביטע מיך אויפמערקזאם מאכן אויב סארבעט אנדערש
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”