טראמפ'ס אנטווארט צום מידיא - כ'האב נישט געשפילט גאלף היינט!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך ינואר 01, 2020 7:07 pm

Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:פון וואו ווייסט מען אז עס קומט פון איראן?

(אויסער וואס טראמפ זאגט, וואס מוז נאכנישט מיינען אז עס איז אמת)


איך ווייס נישט פון פרוף אז איראן האט זיי דא געשיקט, אבער דאס איז זיכער אז די חברה דארט זענען חיזבאלא עפעליעטעד מיליצן.

און יעי, דער קלאון קען שיקן טוויטס!

סעפטעמבער 11, 2012. די אמעריקאנער קאנסולאט אין בענגאזי, ליביע, איז נארוואס געקומען אונטער אטאקע פון א טעראריסטישע, אל קאידא אפיליאירטע גרופע. די גרופע האט באוויזן איינצונעמען די קאמפלעקס און אומברענגען פיר אמעריקאנער, אריינגערעכנט דער אמבאסאדאר.
דער פרעזידענט און זיין שטאב נוצט אויס די טאג און די קומענדיגע טעג אויסצופלאנען וויאזוי מען גייט איינרעדן דאס פאלק אז דאס איז געווען א ספאנטאנע פראטעסט. קיין הילף איז נישט געשיקט געווארן כאטש די CIA האט געהאט אגענטן אין א קאמפלעקס געציילטע מייל אוועק, און צום פאלק זאגט מעו בלויז איין זאך: סיז געווען א ספאנטאנע פראטעסט אין רעזאלט פון א ווידעאו און דער פראדוצירער דערפון וועט שטרענג באשטראפט ווערן.
(און ער איז טאקע באשטראפט געווארן דורך די אבאמא רעזשים, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.)

-------

דעצעמבער 31, 2019. די אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק ווערט איבערגעפאלן דורך פראטעסטירער, גאנץ ווארשיינליך אויך מיטגלידער פון אן איראנער מיליצע.
דער פרעזידענט שיקט אריבער עטליכע הונדערט מארינען און אפאטשי העליקאפטערס צום אמבאסאדע, און שטעלט נאך עטליכע טויזנט טרופן אויף סטענדביי אויב עס וועט זיך אויספעלן. במשכ'ן טאג האלט ער דאס פאלק אינפארמירט דורך טוויטער איבער די אנטוויקלונגען, בארואיגט זיי אז יעדער איז סעיף און מעלדט איין די שריט וואס זענען גענומען געווארן.

------

צל עובר'ס רעאקציע:

אבאמא איז א היראו, דער קלאון טראמפ קען שיקן טוויטס!

אבער נישט פארגעסן, סיניש אז דו ביסט בלינד און טויב פון שנאה, טראמפ קען פשוט נישט הענדלען גארנישט אין די וועלט ריכטיג.

;l;p- ;l;p- ;l;p- גאר גוט געזאגט!

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך ינואר 01, 2020 7:19 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס איז א חילוק אויב ער האט געשפילט, אדער בלויז אהינגעגאנגען?

הממ.. וואס טאקע? ווער קען געסן די חילוק צווישן האלטן א מיטינג אויף א גאלף קאורס און שפילן גאלף?

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך ינואר 01, 2020 7:20 pm

Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואס איז א חילוק אויב ער האט געשפילט, אדער בלויז אהינגעגאנגען?

הממ.. וואס טאקע? ווער קען געסן די חילוק צווישן האלטן א מיטינג אויף א גאלף קאורס און שפילן גאלף?

;l;p-
געוואלט פרעגן די זעלבע כ'האב אבער נישט געזען פא וועם.... וואס האט ער געטון דארט ווען ער איזאהין געגאנגען ?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 01, 2020 7:25 pm

ווען ער שפילט בפועל האלט ער אויך מיטונגען, אזוי ווי אבאמע פלעגט טון.

וואס ער האט דארט געטון? פרעג אים.

בד"וו, מצידי מעג ער שפילן גאלף אן א מיטונגען און קלאצן א גאנצן טאג, נאך אלעם געטרוי איך מער מארק עספער און מייק פאמפעיא ווי דאנעלד טראמפ.

נאר וואס דען, ער פלעגט אראפרייסן אבאמע זייער שטארק אויף דעם.
20200101_193409.jpg
20200101_193409.jpg (30.06 KiB) געזעהן 487 מאל


אמר"ש
20200101_193401.jpg
20200101_193401.jpg (21.73 KiB) געזעהן 487 מאל
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:06 pm

בקיצור הוא אשר דברנו דאס איז א קלאסישע דוגמא ווי אזוי די מידיע דרייט דעם עולם א קאפ נעמען א נייעס און מאכן עס אויסזעין ווי אזוי זיי ווילן און אקעגן דעם איז טראמפ ארויסגעגאנגען און מיט רעכט און פון די עפיזאד איז הכלל כולו יצא ווי אזוי עס ווערט אראפגעלייגט נארישע קליינע נייעסלעך פון טראמפ

בנוגע טראמפ ארויסטריט קעגן אבאמא קומט דא לגמרי נישט אריין

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג ינואר 03, 2020 4:23 am

צל עובר האט געשריבן:טראמפ זאגט אז נישט, קיינער האט נאכנישט געזאגט אז יא.

אנטשולדיגט מיר זייער, אבער דו זעלבסט האסט געשריבן אז ער האט געשפילט גאלף. האסט עס טאקע נישט געשריבן בפירוש, אבער דאס איז געווען די קאנטעקסט פונ'ם שמועס. לאמיר עס אהערברענגען. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א תגובה פון אהבת השם וואס ברענגט א טוויט פון - להבדיל - דער פרעזידענט יר"ה:

20191231_180051.jpg
20191231_180051.jpg (99.48 KiB) געזעהן 387 מאל

לאמיר עס איבערגיין אין אידיש: טראמפ טענה'ט אז די מידיע האט באריכטעט אז ער האט געשפילט גאלף, און עס איז נישט ריכטיג.

שרייבט אויף דעם ידידינו האהוב ר' צל עובר:
צל עובר האט געשריבן:און יעי, דער קלאון קען שיקן טוויטס!

ווען ער איז קלאר געווען אין זיין גאלף פלאץ פאר קרוב צו א שעה, אבער טענה'ט גרינגערהייט פעיק ניוז, וויסנדיג אז זיינע קעלבער וועלן זיך פרייען מיט זיין אטאקע אויף די מידיע.


סאו דו טענה'סט אז עכט איז עס נישט פעיק ניוז (ד.ה. ער האט יא געשפילט גאלף), נאר טראמפ האט געוואוסט אז זיינע שטיצער (קעלבער אין דיין איידעלע שפראך) וועלן אפקויפן זיין ליגנט אז ער האט נישט געשפילט קיין גאלף, און נישט גלייבן די הייליגע מידיע.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג ינואר 03, 2020 4:46 am

די פוינט דא איז נישט צו דער פרעזידענט האט געשפילט גאלף, צו ער איז נאר געווען ביים גאלף קאורס... די פינטל איז צו דער פרעזידענט טוט זיין דזשאב צו נישט, ווען אבאמא האט נישט געטון וואס עס האט אויסגעפעלט צו טון ביי סיי וואספארא קריזיס ברענגט מען עס ארויס מיטן אנווייזן אז ער האט געשפילט גאלף אין די צייט וואס די לאנד האט אים געדארפט, און ווען טראמפ טוט דאס איז ער די זעלבע פארברעכער ווי אבאמא, אבער אויב האט ער יא געטון זיין דזשאב, קרוב צו טויזענט טרופן אראפגעשיקט צו באשיצן די אמבאסאדע, און יעצט ווייס מיר שוין אז ער האט געארבעט אויף די אקציע צו אומברענגען דעם איראנער גענעראל, מעג ער גיין כאפן א ציגרעטל צו קומען צו זיך, און אז ער רייכערט נישט און גיין גאלפן איז זיין ציגרעטל זאלער עס טון געזונטערהייט, וועם גייט אן וואס ער טוט אויב די ארבעט פארן לאנד ווערט געטון...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט