איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע רעדע?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע פארציע?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 9:36 pm

100 פראצענט גערעכט
205
50%
גוט געזאגט, נאר צו שארף
100
25%
בכלל נישט גערעכט
101
25%
 
סך הכל שטימען: 406

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

אויף טוויטער איז דא טויזענטער טוויטס מיט נאצישע העצע אויפן ערגסטען פארנעם, עס גייט זיי נישט אן מיטן אוסרייד אז עס וויאלעט נישט זייערע סטענדערטס.

דאס זענען די היינטיגע פראגרעסיוו סושעל מידיע קאמפעניס.

מען דארף גרויס רחמים!
לעצט פארראכטן דורך ישוב הדעת אום דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 12:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

געשטימט אויף די ערשטע אפציע.

נישט אז איך האלט אז יאסי מעג אזוי אראפרייסן בלאזיאו'ן, און בכלל זיך מישן אין אלגעמיינע פאליטיק, אויף סאושעל מידיע.

עס קומט אים טאקע עקסטערע קרעדיט פארן נישט זיין פארכאפט אין די ציוני'סטישע משוגעת'ן, טראץ זיין זיין א רעפאבליקאנער טראמפיסט.
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז דאס »

וואס עפעס? האט געשריבן:די אלע וואס האקן , האבן נאכנישט געזעהן די פעיסבוק פעידש
נקודה

סמיר א חידוש אז זי האט נישט געוויסט דערפון
סאיז זיכער אגרויסע פלאטפארם פאר פאטענציאלע רציחה רח״ל

וויפיל מעמבערס האט די גראפ וויפיל בכלל ליינען דאס.?
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

ניוואדע איז ער גערעכט געווען!!
זאג וואס זענען די אלטערנעטיוו אפציעס?
דער יאסי איז פיינע נייעס, ער זאגט גוט און צום פינטל, סהאט זיך געלוינט די לעצטע צען יאר... ער רייבט זיך גוט אויס!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

Goodmorning האט געשריבן:ווער זאגט אז מען קען עפעס טון אויסער דינגען אייגענע פי.אר. פירמעס וואס זאלן שטילערהייט אינפארסירן די גרופעס, אריינווארפן פאזיטיוויטי, א.ד.ג. ארבעטן מיט רעפארטערס, אבער זיין מהלך זעט עפעס אויס צו ארבעטן פארקערט


כהאב פארפעלט צי זעען דע תגובה, לדעתי ליגט דא די גאנצע פוינט
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

eller האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין דאס איז א טוויט איבער די היינטיגע פרישע אטאקע אין קרוין הייטס פון אפאר טינקעלע פארברעכער..

Yossi Gestetner

Another attack on a Hasidic Jew by White Supremacists that @NYCMayor @BilldeBlasio keeps talking about.


אוי איז דאס גוט ;l;p-

נישט אז עס איז קלוג, נישט אז עס איז נישט קלוג אז א איד זאל דאס זאגן.... דאס לאז איך פאר אנדערע אידן צו זאגן
אבער דער ווארט כשלעצמו איז אייזן...
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

מחשב האט געשריבן:בעצם מישט ער צוזאם צוויי נקודות. איינס איז דער פראבלעם פון די אנליין סאושעל מידיא אקאונטס. און דאס צווייטע איז דאס באנעמונג פון די ערוויילטע פאליטישאנס.

אויף די ערשטע איז ער נישט מער ווי גערעכט מיט זיין ווייטאג, אבער דאס מוז גראדע יא גיין דורך לעגעסלאטיווע שריט. לגבי דאס צווייטע פראבלעם ווייס איך נישט וויפיל עס וועט העלפן ווען דאס וועט ווערן געלעזט. אודאי יעדע זאך העלפט, אבער כמדומה איז עס געווען די העצע וואס האט ארויפגעשיקט אומסימפאטישע ערוויילטע, און נישט די אומסימפאטישע ערוויילטע וועלכע האבן אויפגעפלאקערט די העצע.

לגבי די ערשטע פראבלעם קען ער און זאל ער שרייען וויפיל ער וויל, די צווייטע פראבלעם קען אבער נישט ווערן גלייזט דורך אזא רעטאריק, נאר עס ערגער מאכן.


ער רעדט דאך פון ערוועלטע וואס זענען א חלק פון יענער סאושל מידיע אקאונטס
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

קאניאק האט געשריבן:אויב האב איך זייער שטארק רחמנות אויף מיין חבר וואס דארף א אפען הארץ אפעראציע אין איך גיי אים אפרירען וויל סאיז נישטא קין צווייטער וואס וואלסטו געזאגט אויף מיר?


איך מעג ענטפערען? לאז איהם אויסגיין געזונטערהייט.
לויט אייער הבנה אין מדמה זיין מילתא למילתא, וואלט איך נישט מציע געווען פאר אייערע חבר זיך צו לאזן אפערירן ביי אייך. (אפילו ווען איהר האט ווען לייסנס.)
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

וואס עפעס? האט געשריבן:די אלע וואס האקן , האבן נאכנישט געזעהן די פעיסבוק פעידש
נקודה



אדער האבן זיי שוין צופיל געליינט, אז זיי קענען שוין אויך בארעדען די אידן און חסידים....
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

פאלעסיידס האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ווער זאגט אז מען קען עפעס טון אויסער דינגען אייגענע פי.אר. פירמעס וואס זאלן שטילערהייט אינפארסירן די גרופעס, אריינווארפן פאזיטיוויטי, א.ד.ג. ארבעטן מיט רעפארטערס, אבער זיין מהלך זעט עפעס אויס צו ארבעטן פארקערט


כהאב פארפעלט צי זעען דע תגובה, לדעתי ליגט דא די גאנצע פוינט


די שמועס צווישן די גרופע'ס וועט אויסזעהן ווי צווישן וויכי און צל.... קיינער גייט זיך נישט טוישן....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

דאס איז מיין מיינונג וואס עס שטייט אין די פאוסטער

אייביג געהאלטען אז אפשר א פאזיטיווע דעקונג און צאלן פאר פי אר אין די מידיע איז א גוטע זאך צו האבן א פאזיטיווע דעקונג , צוריקפייטען אין מאכן נויס איז נישט קיין מהלך , זייער שנאה איז וועגן זיי ווילן הישט די זאלסט זיין בעל הבית, ווי מער די פייטסט האבן זיי דיר מער פיינט

גראדע מאנכע זאגן א גוטע פונקט אז זיין רעדן איז נישט שלעכט אבער ער טאר עס ווען נישט פארשפרייטען , דאס טאר נישט גיין וויירעל און דאס גייט אים/אונז זיכער בעקפייערען גאראנטירט! איינער וואס איז דארט געווען זאגט מיר אז ארי פעלבערבוים וואס פארטרעט קרית יואל און בנציון ווידער האט אויך דארט גערעדט מיט באק ציין ,נאר קיינער האט נישט אפגעכאפט די ווידיא און זיכער געמאכט עס ארומצושיקן , דארט אין זאל איז לכאורה הישט קיין פראבלעם וואס ער האט געטין, מאכן נויס און טרומפייטערן אויף די גאס כוחי ועוצם ידי דאס ארבעט נישט און בעקפייערעט
אטעטשמענטס
Screenshot_20191231-060858_Adobe Acrobat-993x1334.jpg
Screenshot_20191231-060858_Adobe Acrobat-993x1334.jpg (490.64 KiB) געזען 1104 מאל
לעצט פארראכטן דורך יואלי קאכט אום דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 6:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

גראדע בין איך געווענליך פון די וואס קריטיקירן יוסי און אין די ערשטע מינוט ווען כהאב געהערט זיין אויסברוך האס איך געקלערט ביי מיר דיס איז טו מאטש, אבער איבער הערענדיג נאכאמאל וואס ער זאגט מוז איך זאגן יפה דברת!
אמת סאיז נישט פראפעשענאל אבער צומאל דארף מען נוצן דעי מיטל אויך,
ער ברענגט ארויס איין נקודה: איך ווייס אז ענק -פאליטישאנס- האבן אונז נישט פיינט אבער וויבאלד ענק שווייגן און לאזן די העצע אנגיין און טייל זענען גאר פאלאוערס פון די פב גרופע גיט אויס א לעגיטימע אויסרייד פאר די פארשוינען צו אנגיין ווייטער אומגעשטערט

זיין פוינט איבער יא אדער נישט קומען באזוכן אידישע צערעמאניעס איז געווען אז ווען א פאליטישאן וואלט ווען נאר איינמאל געטוויט א בילד ווי למשל ער באזוכט ביי א קמחא דפסחא פארטיילונג און ווי ער רימט אויס די חסד פון די האסידים וואלט עס שוין נישט געווען א שתיקה כהודאה צו די אלע וויסטע העצערייען

צום שלוס: ער האט פארגעווארפן די פאליטישאנס וועלכע האבן ארויפגעברענגט א פארשלאג צו מאגן בנוגע געזעצן איבער סאשעל מידיא קאנטראל, עטץ דארפסט נישט מאכן קיין נייע געזעצן, בלויז נוצט דעם זעלבע פלאטפארמע צו פארשפרייטן פאזיטיוו אויף כאסידים אויב ענק האלטן באמת אזוי
לעצט פארראכטן דורך קרייסלער אום דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די אלע וואס שרייען דא אז עס גייט בעקפייערן זאלן זיך ביטע מסביר זיין, ווייל עס זעהט מער אויס ווי זיי האבן דא געשאסן א סטעיטמענט, אבער קיינער האט נאך נישט מסביר געווען קיין דברים של טעם די פאזל וויאזוי די ווערטער פון יאסי קען גורם זיין סיי וועלכע פראבלעם.

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די דרשה פון יאסי זאל בעקפייערן? בעקפייערן פונקטליך פון וועלכע ריכטונג? וועלכע רואיגע גוי וואס איז ביז יעצט געווען פאזיטיוו אדער נייטראל קעגן אידן גייט יעצט ווערן אנגעפילט מיט האס? אדרבה, פונקט פארקערט, א נייטראלע גוי וואס ליינט אביסל אויף די אינטערנעט ווערט ממילא איבערגענומען פון די האס, און פון די יעצטיגע ספיטש פון יאסי וועט ער אנפאנגען צו טראכטן אז אדרבה אפשר זענען די אנטיסעמיטן נישט גערעכט.

מילא ווען איך טרעט ארויס קעגן פאליטישאנ'ס אן קיין שום סיבה, און מען זיכט אינטערצוהאקן דעם גוי, דעמאלס פארשטיי איך אז עס קען בעקפייערן, דא אבער האט ער גערעדט פון געוויסע נקודות וואס אפילו א דום-קאפ קען פארשטיין. ער האט סך הכל גערעדט אביסל היציג, און עס איז נישט דא קיין שום הסבר צו זאגן אז דאס קען בעקפייערן. אדרבה, א נערמאלע גוי גייט זיך אביסל יעצט אויפמאכן די קאפ.
לעצט פארראכטן דורך טראק דרייווער אום דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 6:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

משהלע האט געשריבן:אין טשעסטער האט מען איר אויפגעקלערט און זי איז אריינגעקומען זייער גוט אין קאורט. מען דארף איר האבן די זעלבע אין ראקלענד קאונטי.
וחפץ ה' בידו יצליח.

שעפעלע טשעסטער האט גארנישט מיט אויפגעקלערט ,טשעסטער רעדט מען פון געלט,מאני טאלקס אללוועיס, לאביעסטען האבן דאס דעליווערט
משא"כ סתם העיט גייט זיי נישט אן וועגן זיי האבן דיר פונקט אזוי פיינט, איינער מער און איינער ווייניגער ,זיי דארפן נאר דיין וואוט
לעצט פארראכטן דורך יואלי קאכט אום דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 6:54 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

Goodmorning האט געשריבן:יוסי קען נישט זיין אן עסקן, ווייל ער איז צו אקטיוו מיט אייגענע מיינונגען. ער איז נאך צו יונג, ער דארף ערשט זיצן פיר וואכן מיט אן עסקן פון פריערדיגען דור און אויך לערנען אידישע היסטאריע בעיון.

און ווי האבן זיך די עלטערע דור עסקנים געלערנט ?איך האב אסאך פארברענגט מיט וועטעראן עסקנים/פאליטאשענס , יוסי האט זיך נישט וואס צו שעמען פון זיי
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

יואלי קאכט האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:אין טשעסטער האט מען איר אויפגעקלערט און זי איז אריינגעקומען זייער גוט אין קאורט. מען דארף איר האבן די זעלבע אין ראקלענד קאונטי.
וחפץ ה' בידו יצליח.

שעפעלע טשעסטער האט גארנישט מיט אויפגעקלערט ,טשעסטער רעדט מען פון געלט,מאני טאלקס אללוועיס, לאביעסטען האבן דאס דעליווערט

תרגום?
(די מיזלס וואקסין אויכעט?)
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אויב איינער קען אויסקלארן אויב קלארסטאון גרעניצט זיך מיט גרינוואודלעיק.
#בשיטה נישט
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

נו שוין האט געשריבן:אויב איינער קען אויסקלארן אויב קלארסטאון גרעניצט זיך מיט גרינוואודלעיק.

It’s 31 miles away
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:א אמת'ע נקודה. איך ציטער אבער פון די שפראך, ווי @טשאדעלע זאגט אונז באפאלן נישט קיין פאליטשיאן'ס, אונז בעטן.

מיין בויך דרייט זיך צו הערן ווי אזוי ער שרייט אויף זיי, כאילו ער האלט פאר א אינגל אין חדר
תוצאותיו מי ישורנו

מדארף אויספראסקענען די אנטיסעמיטן ווי חסידישע אידן.......
די פאלעטישנס (די וואוילע...) דרייען סתם די קאפ און מדארף זיי גוט אויפשאקלען!!
יוסי איז אונזער איינציגסטע אמת'ע פארטרעטער!!

We are in gulis this is not how a yid talks
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

Goodmorning האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:יוסי קען נישט זיין אן עסקן, ווייל ער איז צו אקטיוו מיט אייגענע מיינונגען. ער איז נאך צו יונג, ער דארף ערשט זיצן פיר וואכן מיט אן עסקן פון פריערדיגען דור און אויך לערנען אידישע היסטאריע בעיון.

עגרי.
אבער עס איז מיר שוין אפאר מאל אויסגעקומען צו רעדן מיט יוסי וועגן די נושא, און עס איז זיכער אז ער מיינט גוט.
במילא שפיר איך אבעסעלע שלעכט אים אראפצורייסן. אבער... דאס איז די פרייז פון זיין א פאבליק פיגור...

איך בין 100 פראצענט אז ער מיינט גוט און ארבעט לטובת כלל ישראל. אבער ער מוז דערפאר ערשט אויפגעבן די רעכט פון זיין אקטיוו אויף סאשעל מידיע מיט זיינע פאליטישע מיינונגען. עס איז בכלל א סכנה פאר א איד צו נעמען א צד און פובליק. אלע גוים פון אלע זייטן דארפן וויסן אז מיר זענען געטריי וועמען מיר פילן איז גוט צו אונז, און שוין.

זיין עסקנות דארף אויך קומען באגלייט מיט א דת תורה אדער כאטש פון פריערדיגע עסקנים.

ער באקומט קרעדיט פארן ווילן העלפן, אבער עס איז א שאלה צו ער לייגט אונז נישט מער אין א סכנה.

סתם אזוי קומט זיך נישט קריטיק, אבער אין אזא צייט, אפשר דאך וועט ער עס דערהערן.

אין ווען העסקן ר' [יונה כהן ] שיקט א מעסעטש אז ער וואט פאר די סאלדאט פון איראק איז עס נישט זיין פליטישע מיינוג ?
צו קען ער יא זיין א עסקן ?
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

נו שוין האט געשריבן:אויב איינער קען אויסקלארן אויב קלארסטאון גרעניצט זיך מיט גרינוואודלעיק.

די פעידזש האט נאכפאלגער פון Greenwood Lake, Warwick, Monroe און פון ווי די ווילסט נאר נישט. דא נאמען קלארקסטאון איז ווייל די גרינדער זענען פון דארט.

(האסט עס גאנץ גוט געוואוסט...... )
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

פארווייטאגט האט געשריבן:
קאניאק האט געשריבן:אויב האב איך זייער שטארק רחמנות אויף מיין חבר וואס דארף א אפען הארץ אפעראציע אין איך גיי אים אפרירען וויל סאיז נישטא קין צווייטער וואס וואלסטו געזאגט אויף מיר?


איך מעג ענטפערען? לאז איהם אויסגיין געזונטערהייט.
לויט אייער הבנה אין מדמה זיין מילתא למילתא, וואלט איך נישט מציע געווען פאר אייערע חבר זיך צו לאזן אפערירן ביי אייך. (אפילו ווען איהר האט ווען לייסנס.)

זייער גיט גענטפערט! סאיז אפשר נישט 100% גלייך אבער די שפיץ כאפסטע,
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

פעטער שמואל האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אויב איינער קען אויסקלארן אויב קלארסטאון גרעניצט זיך מיט גרינוואודלעיק.

די פעידזש האט נאכפאלגער פון Greenwood Lake, Warwick, Monroe און פון ווי די ווילסט נאר נישט. דא נאמען קלארקסטאון איז ווייל די גרינדער זענען פון דארט.

(האסט עס גאנץ גוט געוואוסט...... )

ניין איך האב נישט געוואוסט, ווער האט געבינדן די שטעכער צו קלארקסטאון? וועלעכע אוטאריטעיט האט קאנפירמט די קאנעקשאן?

אגב, אין די שכינותדיגע אשכול ברויזט מען געפערליך אויף דעבלאזיאו פארן באשולדיגן טראמפ אין די שנאת ישראל, זעהט אויס געשטעטנער איז יא ענטייטלט צו ווייזן פינגערס.
#בשיטה נישט
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

איין זאך וואס מען דארף אנמערקן איז, אז אלע יארן פלעגן די גזירות קומען פון די הויכע פענסטער, כווייס נישט אויב איינער האט שימוש וויאזוי צו דיעלן מיטן סאציאלא מידיע אישו, וועטעראן עסקנים זיכער נישט, זיי ווייסן קוים וואס פעיסבוק מיינט.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך בין א קנאפאר חסיד פון יאסי'ן, אבער דא האט ער עס גענאגעלט. גוט ארויסגעברענגט די אלע שלייערס וואס מען ניצט, איז נישט מער ווי דאס. א שלייער פאר אנטעסמיטיזעם (עפ"ר), גוט ארויסגעברענגט אז די פאלעטישנס דארפן האבן א שייכות צום עולם. עס איז אסאך שווערער פיינט צו האבן איינעם וואס מען קען פון די נאנט.

איך זעה נישט דא קיין שום העצע, דוב הייקינד סטייל, וכדו'.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”