שטעכעריי אין שטוב פון אדמו"ר מקאסאן פארשעי, מוצ"ש חנוכה תש"פ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי שהוא
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 29, 2019 12:27 pm

תגובהדורך מי שהוא » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:31 pm

ווער נאך האט גערעדט דארט?

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:45 pm

האט מען שוין אפיציעל פארבינדען די צווי שטעכערייען אין מאנסי ??

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג ינואר 13, 2020 12:49 pm

פרייזן האט געשריבן:
Capture.PNG

ונהפוך הוא !!! אנשטאט די גזירה מיר זאלען לערנין איבער די גוים וועלין זיי להבדיל לערנין איבער יודען

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג ינואר 13, 2020 2:13 pm

איז איינער דא געווען ביי די דרשות התעוררות נעכטן נאכט? וועלכע נושאים האט מען מעורר געווען?

אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מאנטאג ינואר 13, 2020 2:45 pm

אלס יושב ראש האט געדינט ר' משה אהרן שטויבערפון מאנסי
דערנאך האט גערעדט הגה"צ רבי אהרן זילבערשטיין שליט"א דומ"ץ צעהלים
הגאון הגדול רבי משה גרין שליט"א ראש ישיבה ד'מאנסי
כ"ק אדמו"ר מ'פארשעי שליט"א
הגה"צ רבי זלמן לייב פיליפף שליט"א

דער פארשעיער רבי האט ארויסגעברענגט אז בעצם רעדט ער קיינמאל נישט אינדרויסן פון מאנסי אבער דא האט ער גאמאכט אן אויסנאם,

ער האט שטארק ארומגערעדט איבער די ניסים וואס האט פאסירט ביי אים אינדערהיים,

אויך האט ער ארויסגעברענגט די מהלך וויאזוי מען דארף צוגיין ביים רעדן מיט די גוים, ווען מ'בעט זיי אז זיי זאלן צושטעלן מער סעקיורטי וכדומה, סזאל זיין באופן בקשה ובתחנונים נישט באופן פארלאנגן, אבער ווען סקומט צו עניני דת זאל עס יא זיין מיט א שטארקייט,

און האט געווייטאגט אויף דעם וואס די היינטיגע פאליטישנס און ווארטזאגערס טוען פונקט דאס פארקערטע,

ער האט זייער אפגעווארפן די וואס רעדן פון זיך אליין באוואפענען,

אויך האט ער זייער געווייטאגט אויף דעם וואס די פאליטישנס היינט פרעגן נישט קיין רבנים וואס צו טוען, נאר זיי מיט די צייטונג שרייבער באשליסן וויאזוי מדארף צוגיין און אויף וואספארא מהלך, אן קיין שום דעת תורה.
לעצט פאראכטן דורך פעטער יעקל אום מאנטאג ינואר 13, 2020 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מאנטאג ינואר 13, 2020 2:48 pm

הגה"צ רבי זלמן לייב פיליפ האט ארומגערעדט אויף דעם וואס מאיז אלעמעל פארנומען מיט די נייעס מלעבט מיט דעם און מנעמט די השפעות און די השקפות פון אלע נייעס קוועלער,
אויך האט ער מעורר געועון קעגן די וואס גייען פארדאמען אנטסימיטיזעם צוזאמען מיט די ציונים

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג ינואר 13, 2020 3:08 pm

פעטער יעקל האט געשריבן:הגה"צ רבי זלמן לייב פיליפ האט ארומגערעדט אויף דעם וואס מאיז אלעמעל פארנומען מיט די נייעס מלעבט מיט דעם און מנעמט די השפעות און די השקפות פון אלע נייעס קוועלער,
אויך האט ער מעורר געועון קעגן די וואס גייען פארדאמען אנטסימיטיזעם צוזאמען מיט די ציונים

דאס איז א בלבול וואס איז געווארן פארשפרייט דורך אנשי נגיעה לעצטנס, אבער דער נקודה איז אמת, ואכמ"ל.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג ינואר 13, 2020 3:09 pm

ווער גייט קענען לייענען די לייסענס פלעיט ריעדערס? די סטעיט פאליציי?

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג ינואר 13, 2020 3:14 pm

די רוצח איז היינט געווען אין פעדעראל קאורט אין ווייט פלעינס ווי ער איז געווארן אנגעקלאגט אויף צען פעדעראלע קלאגעס וואס יעדע איינס קען אים גיבן לעבנסלענגליכע טורמע
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מאנטאג ינואר 13, 2020 3:17 pm

צדיקים האט געשריבן:היינט וועט זיין א דרשה אין וומ''ס לאור דעם מצב

כ''ק אדמו''ר שליט''א מפארשעי, צווישן די רעדנער'ס היינט נאכט א' שמות אין וומ''ס.JPG

ווער האט דאס פארריפן?

מי יעלה
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:26 am

תגובהדורך מי יעלה » מאנטאג ינואר 13, 2020 4:50 pm

ער מיינט צו זאגן ביי מסיבות און עצרת התעוררות אלס נואם הכבוד וכו'

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג ינואר 13, 2020 4:55 pm

ווער האט פאררופן די אסיפה? ווער האט עס ארגאניזירט?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

איך בין א יוד
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך בין א יוד » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:11 pm

Monsey stabbing suspect Grafton Thomas could face death penalty

גרעפטאן טאמעס דער געמיינער רוצח און אנטיסעמיט וועלכע האט דורכגעפירט די שטעכעריי אין פארשעי קען מעגליך אויסשטיין טויט-שטראף.

איך בין א יוד
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך בין א יוד » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:13 pm

היינט אין קארט
צוגעלייגטע
grafton-thomas-monsey-slashing.jpg
grafton-thomas-monsey-slashing.jpg (120.04 KiB) געזעהן 1444 מאל

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:18 pm

איך בין א יוד האט געשריבן:היינט אין קארט

ווער האט אפגעשניטן זיין סטיוואל האר ?
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:24 pm

מיללער האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
דער פארשעיער רבי האט ארויסגעברענגט אז בעצם רעדט ער קיינמאל נישט אינדרויסן פון מאנסי אבער דא האט ער גאמאכט אן אויסנאם.

עפעס זאגט איר נישט פונקטליך נאך, ווייל דער רבי שליט"א פון פארשעי איז הערשט געווען 'געפיטשערט' אויף א ווידעאו פרעזענטאציע פארנט פון 95 טויזנט באטייליגטע אין מעט לייף סטעדיום און נאך הונדערטער טויזנטער אידן איבער די וועלט.

ומאי שנא?

ויש ליישב בדוחק

ער האט געזאגט א דרשה דארטן? אדער איז ער סתם דארט געווען?
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:35 pm

שרייב האט געשריבן:
איך בין א יוד האט געשריבן:היינט אין קארט

ווער האט אפגעשניטן זיין סטיוואל האר ?

די מעלער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:30 pm

פעטער יעקל האט געשריבן:אלס יושב ראש האט געדינט ר' משה אהרן שטויבערפון מאנסי
דערנאך האט גערעדט הגה"צ רבי אהרן זילבערשטיין שליט"א דומ"ץ צעהלים
הגאון הגדול רבי משה גרין שליט"א ראש ישיבה ד'מאנסי
כ"ק אדמו"ר מ'פארשעי שליט"א
הגה"צ רבי זלמן לייב פיליפף שליט"א

דער פארשעיער רבי האט ארויסגעברענגט אז בעצם רעדט ער קיינמאל נישט אינדרויסן פון מאנסי אבער דא האט ער גאמאכט אן אויסנאם,

ער האט שטארק ארומגערעדט איבער די ניסים וואס האט פאסירט ביי אים אינדערהיים,

אויך האט ער ארויסגעברענגט די מהלך וויאזוי מען דארף צוגיין ביים רעדן מיט די גוים, ווען מ'בעט זיי אז זיי זאלן צושטעלן מער סעקיורטי וכדומה, סזאל זיין באופן בקשה ובתחנונים נישט באופן פארלאנגן, אבער ווען סקומט צו עניני דת זאל עס יא זיין מיט א שטארקייט,

און האט געווייטאגט אויף דעם וואס די היינטיגע פאליטישנס און ווארטזאגערס טוען פונקט דאס פארקערטע,

ער האט זייער אפגעווארפן די וואס רעדן פון זיך אליין באוואפענען,

אויך האט ער זייער געווייטאגט אויף דעם וואס די פאליטישנס היינט פרעגן נישט קיין רבנים וואס צו טוען, נאר זיי מיט די צייטונג שרייבער באשליסן וויאזוי מדארף צוגיין און אויף וואספארא מהלך, אן קיין שום דעת תורה.

א געוואלדיגער נקודה - הלואי ווען מ'קען ווען צאמנעמען די מאנסיער איינוואוינער און זיך אפטרייסלן פון די א"ג 'כלל טוער' און 'ווארט זאגער' וואס האבן גענומען א שפארבערישער צוגאנג אין די לעצטערע יארן, ועוד ידם נטוי' מיט שטריימל צערמאניעס וכדומה. 'וכסילים מתי תשכילו', ווען וועט מען שוין איינזען אז די וועג האט נאר געברענגט צרות פאר די אידישער מאנסי.

מ'וואלט געדארפט זיך צאמקלויבן אראפשיקן א דעלעגאציע צו די נישט אידישע שכינים, און זיך איינלעבן בשלום, אויף אויפ'ן חשבון פון אויפגעבן אפאר דעוועלעפמאנ'ס, און אויף אויפ'ן חשבון פון צאלן העכערע סקול טעקס. יא. דאס איז איז דער דרך הגלות, וכמבואר בספה"ק נועם אלימלך פ' ויגש, עיי"ש.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:49 pm

ולא מיין האט געשריבן:מ'וואלט געדארפט זיך צאמקלויבן אראפשיקן א דעלעגאציע צו די נישט אידישע שכינים, און זיך איינלעבן בשלום, אויף אויפ'ן חשבון פון אויפגעבן אפאר דעוועלעפמאנ'ס, און אויף אויפ'ן חשבון פון צאלן העכערע סקול טעקס. יא. דאס איז איז דער דרך הגלות, וכמבואר בספה"ק נועם אלימלך פ' ויגש, עיי"ש.

איך בין מיט דיר, און לאמיר דא צוזאמען שטעלן א שטיקעל ליסטע וואס מיר גייען רעדן מיט די גוים - די שכנים, ווען מען גייען אראפ גיין רעדן צו זיי.

1} מיר גייען אויפגעבן דעוועלעפמאנ'ס, סיי הייזער וואס איז שוין געבויעט, און סיי ווא סאיז נאך אין די פריע שטאפלען גייט מען אויפגעבן, די וואס איז נאך נישט געבויעט וועט מען נישט בויען, דאס וואס איז שוין געבויעט וועט מען איבער געבן אין א קארפ פאר די גוים.

2} מיר גייען אנהייבען צאלען מער טעקס, און אן קארגשאפט, זאל די גוי האבן וואס ער דארף.

3} אלע אידן וואס גייען זיך טרעפן אן א דירה ווי צו וואנען וויבאלד מען גייט מער נישט בויען גייט מען שיקען עקסלאסיוו צו א פלאטץ ווי עס איז נישט דא קיין גוים וואס האבן אונז פיינט, אפשר א עליה קיין אר"י?!, אופס..... דארט איז אויך דא גוים, ושעסטער, לעיקוואד, קר"י, איבערארל האט מען אונז פיינט... שאקס, לאמיר דינגען א קרוז שיף ווי מען גייט זיי פלאצירען.

4} די גוים האבן פיינע די שחיטה, מען גייט גיין וועשעטעריען! אראפ מיט די סקווירע און קר"י שחיטה, ועיין בספה"ק אז אויב איז עס נישט קיין פיקוח נפש מוז מען נישט עסן קיין פלייש.

5} די לעצטע פאר יאר איז יעדעס יאר דא פראטעסטען קעגן די מצה בעקערייען, מען נישט פסח עסן מצה, עיין ערך ליסקא רב, די זעלבע איז מיט די כפרות גייט מען פון היינט מאל אן דרייען מיט געלט, לעבן בשלום מיט די גוים איז וויכטיגער ווי א מנהג.

6} די גוים האבן פיינט גרויסע משפחות.

עס איז דא נאך זאכען וואס צוצילייגען, שרייב דו ווייטער, לאמיר גיט מיט א קאמפליט ליסט צום גוי, לאמיר אנקימען דארט מיט א געהעריגע פלאן, ואולי יחוס אז ער וועט אונז נישט פיינט האבן.

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:58 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:

קוקסט מיר אויס ווי יוס'לע גולם (להבחל"ח), ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט אנגעפילט זעק מיט פיש בעת מ'דארף ס"ה געציילטע פיש, איז ער געגאנגען און אויסגעגאסן אלע זעק צוריק אין ים אריין...
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3836
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג ינואר 13, 2020 7:09 pm

די גוים גייען טאקע אייביג האבן טענות. מען דארף אבער נישט אויפרעגן יעדע גוי פערזענליך מיט זאכן וואס רירן אים אן פריוואט. סאיז נישט אזא שווערע זאך צו פארשטייען
שויתי ה' לנגדי תמיד

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג ינואר 13, 2020 7:19 pm

איך ווייס נישט ווי אזוי יוסעלע גולם האט אויסגעזען, איך וויל אבער ענדערש האבן שנאת ישראל פון א גוי ווי שנאת ישראל פון א איד,

די שפראך דא אויף אייוועלט כאילו די איד היינט אין מאנסי איז שולדיג אינעם פראבלעם פון עשיו שונא ליעקב איז נישט אויסגעהאלטען.

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג ינואר 13, 2020 7:24 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי יוסעלע גולם האט אויסגעזען, איך וויל אבער ענדערש האבן שנאת ישראל פון א גוי ווי שנאת ישראל פון א איד,

די שפראך דא אויף אייוועלט כאילו די איד היינט אין מאנסי איז שולדיג אינעם פראבלעם פון עשיו שונא ליעקב איז נישט אויסגעהאלטען.

צו טון און צו שטיצן איז אויסגעהאלטן, נאר דאס זאגן איז נישט אויסגעהאלטן...
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

ברוכאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

תגובהדורך ברוכאוויטש » מאנטאג ינואר 13, 2020 7:27 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי יוסעלע גולם האט אויסגעזען, איך וויל אבער ענדערש האבן שנאת ישראל פון א גוי ווי שנאת ישראל פון א איד,

די שפראך דא אויף אייוועלט כאילו די איד היינט אין מאנסי איז שולדיג אינעם פראבלעם פון עשיו שונא ליעקב איז נישט אויסגעהאלטען.

ער זאגט נישט אז דאס איז די סיבה פארוואס דער גוי האט אונז פיינט, ער זאגט נאר אז דאס איז די סיבה פארוואס דער גוי ווייזט אזוי שטארק ארויס זיין שונאה מער ווי ער פלעגט דאס ארויס צו ווייזן אין די פארגאנכענהייט.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 13, 2020 7:45 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי יוסעלע גולם האט אויסגעזען, איך וויל אבער ענדערש האבן שנאת ישראל פון א גוי ווי שנאת ישראל פון א איד,

די שפראך דא אויף אייוועלט כאילו די איד היינט אין מאנסי איז שולדיג אינעם פראבלעם פון עשיו שונא ליעקב איז נישט אויסגעהאלטען.

ער איז נישט שולדיג אז עשו שונא ליעקב.
ער איז שולדיג די גוי ווייזט עס ארויס.

האקט...
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, DotBot, משה בן יעקב, צדיק בן צדיק און 19 געסט