טראמפ׳ס סטעיט אוו די יוניען אדרעס - 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

טראמפ׳ס סטעיט אוו די יוניען אדרעס - 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

הויז ספיקער נעסטי פאלעסי האט איינגעלאדענט טראמפ צו געבן זיין ״צושטאנד פון לאנד״ רעדע אויף דינסטאג Feb 4 2020, וואס קומט אויס דינסטאג בשלח.

פאריאר איז די סטעיט אוו די יוניען אדרעס געווען נאך א בלוטיגע געשלעג צווישן טראמפ אין פעלאוסי.. נאכדעם וואס טראמפ האט מיט ציין און נעגל געקעמפט צו באקומען געלט פארן וואנט אינעם באדזשעט, און האט אריינגעפירט דעם רעגירונג אין א היסטאריש פארצויגענע שאטדאון. פעלאוסי האט זיך נוקם געווען מיטן מיטן אפשטופן די סאד״י אדרעס.. צו צייגן מאכט.. גענוי ווי די אונפישטמעמט יעצט. טראמפ האט דאם צוריק געענפערט מיט א פיינעם נקמה פארציע און אפגעקענסלט איר טריפ וואס זי האט געזאלט מאכן קיין אפגאניסטאן, האלטנדיג ממש ביפארן אויפשטייגן אויפן פליגער. ס׳איז געווען א מיסע פלאפ פאר איר, אירע משורתים און קאנגרעסיאלע נאכשלעפער.

דאס יאר וועט די רעדע ווארשיינדליך פארקומען הארט נאך די סענאט טרייעל.. אויס ס׳וועט זיין בכלל. טראמפ איז א מעכטיגע בעל דרשן, און זיינע רעדעס זענען די מעין סארס צו ענטוזיאייזירן זיין באזע.
רשעות קאלטע סעלצער
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

איין יאר האט ער אראפ געריסען די מאסקע פון די צפון קאריע פירער אין אויפגעשטעלט א מענטש וואס איז אנטלאפען מיט קראטשעס פון דארט, אין ער האט זייער פארשעמט דעם קליינעם רינדעכיגען פרעה בפני כל עם ועדה, א שטיק צייט נאכדעם האט זיך מייק פאמפעי געטראפען מיטן פירער בשתיקה.
איין יאר האט ער פארפירט וועגען די אפיוד קריזעס אין געזאגט אז ער גייט ברענגען א ענד דערצו, ווי סהאלט ווייס איך נישט.

איין יאר האט ער פארפירט וועגען די וואנט אין געשריגען אז ער גייט עס ענדיגען אין ער ברויך אפאר טאלער דערפאר, ביי סאן דיעגא איז שוין טאקע דא זיין וואנט, ווי אויך איז דא אין די קאסע עטליכע ביליאן, (וואס ער האט ציגענומען פון אוקריינע ?) אין יעצט דארף מען אריינקיקען אין די יו עס עם סי עי זען צי ער האט אריינגערוקט דארט אפאר שורות אז סזאל קומען עפעס פון מעקיקא ?

איין יאר האט ער פארפירט וועגען קריימס אין וויילענס אין די שווארצע קאמיונעטיס, אין אויך געזאגט אז ער מאכט א פיאריאטעט די הימל שרייענדע מעדעצין פרייזען וואס ער האט טאקע שפעטער מסדר געווען.

איין יאר האט ער געזאגט אז ער גייט נעמען א סוף צי די רוסישע מאכיניזאציעס וועגען די נוקלאר אפמאך וואס מיסטער גארבאטשאוו (פון די וואנט) האט פארשפראכען פאר מיסטער רעיגען, און געזאגט אז טאמער בערעל פוטין האלט נישט ביים איינהאלטען קיין ווארט וואס שטייט אין די אפמאך ציט ער זיך ארויס פון די אפמאך (אוי ראשע קאלאאזשען) אין שפעטער האט ער טאקע געהאלטען ווארט אין ארויסגעצויגען טראץ די סטראשענוקעס פון פוטין אז סאיז אויס וועלט אין וויל אז נאר אמעריקע זאל נישט בויען קיין נוקעלארע משחיתים אין ער זאל יא בויען אזוי ווי ביז יעצט (אונטער אבאמא קלינטאן אין בוש)
אבער טראמפ לאכט זיך אויס אין יעדע שטיק צייט "קאללאברירט "ער ווייטער מיט רוסלאנד אין בויעט אויף מער אין מער אמעריקאנע נוקלארע זאפאסען אין גיסט אריין שווערע געלטער וואס ער גנבט מסתמה פון די לינקע קאליזשעס פון על שארפעטען -ודומה לו- ארגענעזאציעס פון יאסער אראפאט אין פון לבנון) אין זאגט פאר פוטינן חבר קום צירוק ווען די פארשטייסט אידיש עלמיר מאכען א דיעל

שוין לאמיר זען וואס ער גייט רעדען היי יאר
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

@טשאדעלע במחילות כבודך אבער דאס איז זייער אוממענטשליך!

ס'דא א גאנצע אשכול צו זעען צו ס'יא געווען א פלאפ צו נישט...
אבער עפענען א נייעס אשכול מיט אריינלייגן דיין פאליטישע מיינונג ווי ס'איז א פאקט פאסט נישט פאר דיר..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

Bobby Pelosi's letter
אטעטשמענטס
72227.jpeg
72227.jpeg (8.45 KiB) געזען 5026 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הויז ספיקער נעסטי פאלעסי האט איינגעלאדענט טראמפ צו געבן זיין ״צושטאנד פון לאנד״ רעדע אויף דינסטאג Feb 4 2020, וואס קומט אויס דינסטאג בשלח.
.......
דאס יאר וועט די רעדע ווארשיינדליך פארקומען הארט נאך די סענאט טרייעל.. אויס ס׳וועט זיין בכלל. טראמפ איז א מעכטיגע בעל דרשן, און זיינע רעדעס זענען די מעין סארס צו ענטוזיאייזירן זיין באזע.


אינטערסאנט אז פעלאוסי האט נאך א צד אז טראמפ וועט נאך זיין פרעזידענט יענע דאטום... ער וועט שוין דאן לאנג זיין רימאווד דורוך'ן סענאט!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

חברה סטעי טונד סקומט עפעס א גוטע דרשה

בדוו וועלעכע קאליר קליידונג גייען די דעמאקראטן קומען פאריאר איז געווען ווייס פאריגע וואך ביי די אימפיטשמענט וואוט איז געווען שווארץ זיי דארפן אויפקומען מיט עפעס א איידיע
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

how about peach?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Peach is the president's color
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זאל טראמפ רעדן פון אומפיטשמענט ביי די סטעיט אוף די יוניאן אדער נישט?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:@טשאדעלע במחילות כבודך אבער דאס איז זייער אוממענטשליך!

ס'דא א גאנצע אשכול צו זעען צו ס'יא געווען א פלאפ צו נישט...
אבער עפענען א נייעס אשכול מיט אריינלייגן דיין פאליטישע מיינונג ווי ס'איז א פאקט פאסט נישט פאר דיר..



וואס עקזעקטלי איז דיין פראבלעם? וואסערע אשכול איז שוין דא? איז דא א צווייטע אשכול איבער די סטעיט אוו די יוניען?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הויז ספיקער נעסטי פאלעסי האט איינגעלאדענט טראמפ צו געבן זיין ״צושטאנד פון לאנד״ רעדע אויף דינסטאג Feb 4 2020, וואס קומט אויס דינסטאג בשלח.


וואו, איין! טאג נאך די אייאווע קאוקאסעס! דירעקט?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך מיין, עס איז נאר מיין עסאמפשן, אז עס גייט נישט אז פעלאוסי געבט זיך א מאך אפ א דאטום, און טראמפ קומט ווי א שעפסעלע.

נאר וואס דען, לאגיסטישע איינגעשטעלטע פון ביידע זייטן, ארבעטן אויס א פאסיגע צייט, און נאכדעם שיקט דער/די ספיקער דעם הזמנה בריוו, און דער/די פרעזידענט זאגט הננו.

אזוי האב איך פאריאר פארשטאנען פון די אהין און צוריק נאך פאר דעם דיחוי, און פון נאכדעם.

עס איז בדרך כלל דינסטאג סוף יאנואר, זעהט אויס אז מען וויל עס מאיזה סיבה נישט מאכן דעמאלטס.

קען זיין אז מען האלט אז דעמאלטס וועט מען מסתמא נאך האלטן אינמיטן דעם פראצעס, און א וואך שפעטער ענדערש נישט. נאך א וואך שפעטער איז אומפאסיג, ווייל דעמאלטס איז ניו העמשיר.

אדער איז דא א אנדערע אבסטיקל סוף יאנואר.
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

צל עובר האט געשריבן:איך מיין, עס איז נאר מיין עסאמפשן, אז עס גייט נישט אז פעלאוסי געבט זיך א מאך אפ א דאטום, און טראמפ קומט ווי א שעפסעלע.

נאר וואס דען, לאגיסטישע איינגעשטעלטע פון ביידע זייטן, ארבעטן אויס א פאסיגע צייט, און נאכדעם שיקט דער/די ספיקער דעם הזמנה בריוו, און דער/די פרעזידענט זאגט הננו.

אזוי האב איך פאריאר פארשטאנען פון די אהין און צוריק נאך פאר דעם דיחוי, און פון נאכדעם.

עס איז בדרך כלל דינסטאג סוף יאנואר, זעהט אויס אז מען וויל עס מאיזה סיבה נישט מאכן דעמאלטס.

קען זיין אז מען האלט אז דעמאלטס וועט מען מסתמא נאך האלטן אינמיטן דעם פראצעס, און א וואך שפעטער ענדערש נישט. נאך א וואך שפעטער איז אומפאסיג, ווייל דעמאלטס איז ניו העמשיר.

אדער איז דא א אנדערע אבסטיקל סוף יאנואר.


געווענדלעך איז עס די לעצטע דינסטאג אין יאנואר אבער באבי איז בעה"ב אין קאנגרעס אין זי קען אפמאכן ווען זי וויל. זי דארף בכלל נישט אין רעכענט זיך בכלל נישט מיט ביידע פארטייען.
פארוואס היי יאר האט זי אפגעמאכט פעברעוואר דעם 4טע איז דאס וואס ווילן זאגן וועגן אהייא קאקאס אז פאר איר איז בעסער מזאל נישט רעדען ווער סהאט געוואנען די סטעיט (אדער יא אדער ניין)
דאס איז זיכער אז סהאט א סיבה סאיז נישט א פערצופאל
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:@טשאדעלע במחילות כבודך אבער דאס איז זייער אוממענטשליך!

ס'דא א גאנצע אשכול צו זעען צו ס'יא געווען א פלאפ צו נישט...
אבער עפענען א נייעס אשכול מיט אריינלייגן דיין פאליטישע מיינונג ווי ס'איז א פאקט פאסט נישט פאר דיר..



וואס עקזעקטלי איז דיין פראבלעם? וואסערע אשכול איז שוין דא? איז דא א צווייטע אשכול איבער די סטעיט אוו די יוניען?


וויכי, ביי דיר איז דריי פינטלעך נארמאלע שפראך, ביי א צווייטן איזעס סארקאסטיש... :grin:
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

דגל יהודה האט געשריבן:
פארוואס היי יאר האט זי אפגעמאכט פעברעוואר דעם 4טע איז דאס וואס ווילן זאגן וועגן אהייא קאקאס אז פאר איר איז בעסער מזאל נישט רעדען ווער סהאט געוואנען די סטעיט (אדער יא אדער ניין)


אדער מ'זאל ווייניגער רעדן פון די סאטי.

בדוו, אינטערעסאנט אז זי שיקט א הזמנה פאר א אימפיטשטן פרעזידענט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פארדינט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:@טשאדעלע במחילות כבודך אבער דאס איז זייער אוממענטשליך!

ס'דא א גאנצע אשכול צו זעען צו ס'יא געווען א פלאפ צו נישט...
אבער עפענען א נייעס אשכול מיט אריינלייגן דיין פאליטישע מיינונג ווי ס'איז א פאקט פאסט נישט פאר דיר..



וואס עקזעקטלי איז דיין פראבלעם? וואסערע אשכול איז שוין דא? איז דא א צווייטע אשכול איבער די סטעיט אוו די יוניען?


וויכי, ביי דיר איז דריי פינטלעך נארמאלע שפראך, ביי א צווייטן איזעס סארקאסטיש... :grin:



סינייעס...

אבער דאונט ווארי, ער איז סיריעס, פאר וואטעווער ריעזאן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

מטעמים האט געשריבן:זאל טראמפ רעדן פון אומפיטשמענט ביי די סטעיט אוף די יוניאן אדער נישט?


קומט נישט אין באטראכט. אזא רעדע איז נישט קיין קאמפיין אויפטריט, עס איז א "הודאה על העבר" (פאר זיך אליין... זיך קלאפן אין רוקן), און א פלאן אויף לעתיד.

העכסנס וועט ער אריינווארפן צווישן די שורות, אז דאס אלעס האט ער אויפגעטאן "טראץ די אלע שוועריקייטן וואס ער האט געדארפט דורכגיין" און שוין...
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

גראדע האבעך עס יא געמיינט ערנסט @וויכי..

טשאדעלע האט געשריבן אין זיין פתיחה אז לעצטע יאר איז געווען א פלאפ פאר פעלאוסי, וואס איבער דעם איז דא א גאנצע אשכול וואו מען דעבאטירט עס..

אבער עפענען א נייעס אשכול און שרייבן זיין פאליטישע אגענדע אלס א פאקט, פאסט נישט פאר אים....

ופשוט הוא....
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דער אשכול איז פארן היי יעריגן סטעיט אוו די יוניען אדרעס. איך גלייך נישט צו עפענען אשכולות מיט איין שורה, האבעך געמאכט א קורצע אריינפיר, מיטן דערמאנען אז פאריאר איז דער סטאד״י געווען נאך א בלוטיגן קאמפ צווישן פעלאוסי און טראמפ. פעלאוסי האט עס אפגערופן צוליב די שאטדאון און טראמפ האט זיך צוריק נוקם געווען מיטן קענסלען איר פליגער..

איך שרייב עס גענוי וויזוי ס׳האט פאסירט, אהנע שום זאלץ און פעפער.. הגם מ׳קען זעהן איך האלט אז טראמפ האט למעשה געגעבן דעם לעצטן פאטש. און במציאות איז דאס פאקטיש געווען די קעיס. די סטאד״י איז פארגעקומען, און פעלאוסי׳ס טריפ נישט.


יעדער ווייסט זייער גוט אז איך פארענפער זיך קיינמאל נישט, ספעציעל ווען איך ווייס פאר א פאקט אז דער וואס קריכט מיר ווייסט דעם אמת, אדער כאפט ער פשוט נישט אז ער איז א לנו. איך בין אבער זייער מיד יעצט, ווען איך בין מיד שטייט אויס פון מיר צו טוען פאני זאכן.

גוטע נאכט.
רשעות קאלטע סעלצער
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

אין אנדערע ווערטער:

איך האב נישט געשריבן די הקדמה נאר פלעין כדי שלא להשאיר הנייר חלק, און דעריבער האב איך אויך נישט בפירוש געשריבן אז טראמפ האט געווינען דעם פייט - וואס האט גראדע אזוי פאסירט, נאר ברמז קען מען אזוי פארשטיין ווייל דאס איז די פאקטישע מציאות.

ואת"ל אז ס'איז נישט אזוי, בעצם האב איך וואס צו ענטפערן, נאר איך פארענטפער מיך קיינמאל נישט. און אפילו ווען יא, איז עס נאר ווייל איך בין טויט מיד.

גוטע נאכט.

גוט פארשטאנען טשאדי?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

מטעמים האט געשריבן:זאל טראמפ רעדן פון אומפיטשמענט ביי די סטעיט אוף די יוניאן אדער נישט?

צדדים?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשאדי, במציאות איז די מעשה נישט געווען אזוי ווי דו שרייבסט, נאר טראמפ האט זיך פיין צוקראצט דעמאלטס, און למעשה האט ער אויפגעגעבן דעם שאטדאון.

פעלאוסי האלט אין איין פארן אויף קאדע"ל נסיעות, און אויב דו רעכנסט אויף יענע תקופה דוקא, דעמאלטס איז קיין סאד"י אויך נישט געווען.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

א יעדע סטעיט אויף די יונאין דרשה איז אייגענארטיג און אינטערסאנט, כ"ש וכ"ש ווען טראמפ און פעלאוסי זענענן די צוויי הויפט שפילער אינעם דרשה, אבער היי יאר גייט עס זיין אויסנאם דראמא און אינטערסאנט, עס גייט פארקומען ביים הויך פונקט פון פעלאוסי'ס דורכפאל - טראמפ'ס געווינס איבער די דעמ'ס - בנוגע אימפיטשמענט.

עס גייט פארקומען א טאג בעפאר די היסטארישע וואט צו ריינוואשען טראמפ, און עטליכע טאג נאך מעקאנועל פאליטישע געווינס צו ענדיגן אימפיטשמענט.

גייט טראמפ רעדן פון אימפיטשמענט ביי זיין רעדע?
וועט פעלאוסי ארויסווייזען איר אויפברויז אויף טראמפ אזוי ווי פאר א יאר?
וועלן די דעמס ווייזען איינגעהאלטענקייט בשעת די רעדע, אדער פראטאסטירען?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מיט טראמפ קעמען זיך נישט אויסרעכענען, אויב ציהלט ער ארויסצוקומען הויעך דערפון, וועטער סטיקן צו אישוס... אבער אויב ווילער טשעפענען קענער ביטווין די ליינס זאגן למשל וויפיל ער טוט קעגן עלעקשן מעדלינג, אדער פאר בוירדן שעירינג, אויסראטען קאראפשן, און מאכן זיכער אז אמעריקאנע שטייערצאלער געלטער גייען אויף גוטע פלעצער וכד'...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

קאנסילמאן האט געשריבן:א יעדע סטעיט אויף די יונאין דרשה איז אייגענארטיג און אינטערסאנט, כ"ש וכ"ש ווען טראמפ און פעלאוסי זענענן די צוויי הויפט שפילער אינעם דרשה, אבער היי יאר גייט עס זיין אויסנאם דראמא און אינטערסאנט, עס גייט פארקומען ביים הויך פונקט פון פעלאוסי'ס דורכפאל - טראמפ'ס געווינס איבער די דעמ'ס - בנוגע אימפיטשמענט.

עס גייט פארקומען א טאג בעפאר די היסטארישע וואט צו ריינוואשען טראמפ, און עטליכע טאג נאך מעקאנועל פאליטישע געווינס צו ענדיגן אימפיטשמענט.

גייט טראמפ רעדן פון אימפיטשמענט ביי זיין רעדע?
וועט פעלאוסי ארויסווייזען איר אויפברויז אויף טראמפ אזוי ווי פאר א יאר?
וועלן די דעמס ווייזען איינגעהאלטענקייט בשעת די רעדע, אדער פראטאסטירען?

איינער חוץ @קאנסילמאן האט פאר א רגע געהאלטן אז טראמפ גייט נישט ריינגעוואשן ווערן אין דעם רעפאבליקאנע סענאט?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”