רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!
משטייט יעצט אין די שעות נאך די שרעקליכע טראגעדיע פון דזשערסי סיטי, די פאקטן זענען קלאר, אנטיסימיטישע רוצחים זענען געקומען הארגענען אידן, חסדי השם אז סאיז זיי נישט געלונגען צו רצחנען מער קרבנות אבער א נפש אחת איז שוין גענוג, סלאזט זיך נישט טראכטן וואס דא וואלט ווען פאסירט אויב סגעלונגט זיי ווען אריינצוגין אינעם דערנעבדיגן ביהמ״ד פול מיט תינוקות של בית רבן
אין די לעצטע יארן זענען פארגעקומען צענדליגער מאסן שיסעריי איבער גאנץ אמעריקא, א גרויס חלק אין סקולס וכו׳ ווי מהאט געטארגעט קינדער אדער אין פלעצער ווי סאיז געווען א שטיקל עולם און די מציאות ווייזט אז סקומט היינט אן גרינג פאר א משוגענעם רוצח זיך איינצוהאנדלן military grade weapons
2019 אליין האלט שוין ביי +35 mass shooting incidents (פיר טויטע אדער מער) און 200 קרבנות
רבותי, ממוז זיך נעמען ערנסט רעדן וועגן סעקיוריטי!
אונזערע שולן, בתי מדרשים, חדרים און סקולס זענען געפערליך נישט פראטעקטעד, ווילאנג מהאט דאס נישט געפילט אויף די אייגענע הויט האט מען געקענט אוועקוקן און איגנארן דעם אמת אבער יעצט טאר מען מער נישט, נאך אזא אטאקע איז ליידער א שאלה פון צייט ביז די נעקסטער קאפיקעט רשע וועט אפירקומען ח״ו און אוודאי הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל אבער ממוז נעמען די זאך ערנסט צו פריווענטן אומזיסטיגע קרבנות
ועשית מעקה לגגך!
סאיז נישט גענוג צו האבן א סעקיוריטי גארד א יוקל וואס האט קוים געווער און אוודאי נישט געווער וואס קען זיך קעגנשטעלן high powered firearms וכדומה, יעדע קלאס צימער מוז האבן בולעט פרוף טירן און א lockdown mechanism פאר כל צרה שלא תבוא, יעדע סקול מוז פלאנירן בעסיק escape routes און פאליסיס וויאזוי צו דיעלן מיט אן אטאקע אינצידענט און שטעלן מענטשן וואס פארשטייען און זענען אין טשארדזש
רוב בתי מדרשים און שולן האבן נישט קיין געהעריגע עמערדזשענסי עקזיטס, אפילו אין א פאל פון פייער ח״ו איז געפערליך מסוכן און סאיז נישטא ווי צו לויפן געהעריג, ווער רעדט נאך אויב סהאנדלט זיך פון מאסן מערדער וואס קענען אריינקומען פונעם מעין ענטרעס און האלטן האסטעדזש דעם גאנצן בנין השם ישמרנו
לא עת לחשות!
סקולס און קאלעדזשעס איבער גאנץ אמעריקא שטאפירן זיך אויס מיט סעיפטי טעכנאלאגיע צו מינימיזירן קרבנות, ממוז שוין יעצט אננעמען אז סקען ליידער געשען ביי אונז און ממוז זיך גרייטן ווי סדארף צו זיין צו פארמיידן אומגליקן און נישט ח״ו זיין צועקים לשעבר

- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2295
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
- בארואיגט-אייך
- שר האלף
- תגובות: 1274
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
עירמאנט'ער האט געשריבן:"נאך אזא אטאקע איז ליידער א שאלה פון צייט"....
חס ושלום צו שרייבן אזאלכע ווערטער. אל תפתח פה.
ביסט 100 און 1 פראצענט גערעכט מיט דיין פארשלאג, אבער ביטע אונז קענען אזאנא ווערטער נישט פארנעמן.
שומר ישראל שמור שארית ישראל.
מע מיז נישט קענען פארנעמען מעדעצין, אבער מע מיז עס טרינקען!
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים

מיטהאלדינדיג די דראמא איז מיין איך קלאר אז סעקיוריטי מיט הייס געווער זענען גארנישט ווערט קעגן א מערדער מיט א גאן, 50 העווי געפאנצערטע פאליציי מיט מאשין געווער, געטרעינט פאר א שלאכט זאנע, ציטערן פון צוויי טויטע טעראריסטן, וכש"כ לעבעדיגע.
א סעקיוריטי גארד ביי די טיהר איז גארנישט ווערט וכ"ש ווען ער איז אין א בודקע ביי די קארנער, פאר א מערדער וואס קימט על עסקי נפשות נעמט עס בערך א סקונדע צו ארלעדיגן דעם סעקיוריטי גארד, און אפילו ווען נישט, ווען מען שיסט מיט הייס געווער איז דער ערשטער צו אנטלויפן די גארד.
אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.

עס איז זיכער אמת וואס דממה שרייבט, ווען א טערעריסט ובפרט אז זיי קומען מער ווי איינער , איז שווער האבן עפעס צו אפהאלטן.
אבער פונדעסטוועגן קאן א סקיורעטי גארד אדער אנדערע סעקיוריטי מיטלען שווערער מאכן פאר א אריינברעכער,
און יעדער סקונדע קאן מאכן א חילוק פון חיים ומות רח"ל
ספציעל אין א סקול דארף זיין סקיוריטי מיטלען , און וואס צו טאן ביי לאק דאון אז עס זאל געטאן ווערן אהן פחדים.

- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- Borough Park
- שר האלף
- תגובות: 1532
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 440
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
- לאקאציע: נישט ביי זיך
Borough Park האט געשריבן:לב בשר האט געשריבן:Borough Park האט געשריבן:סעקיוריטי מיינט מען נישט א בשר ודם מען דארף מאכן א דיפענס מיט תורה וגמילת חסדים
לאז אפן דיין הויז ביינאכט...
זאג די מיך א שלאס העלפ ווען א גנב וויל אריין קומען אין דיין הויז?
זאג די מיר א גנב גייט ענדערש צי א אויפגעשפארטע קאר אדער א ציגעשפארטע?
- Borough Park
- שר האלף
- תגובות: 1532
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm
עם הארץ האט געשריבן:Borough Park האט געשריבן:לב בשר האט געשריבן:Borough Park האט געשריבן:סעקיוריטי מיינט מען נישט א בשר ודם מען דארף מאכן א דיפענס מיט תורה וגמילת חסדים
לאז אפן דיין הויז ביינאכט...
זאג די מיך א שלאס העלפ ווען א גנב וויל אריין קומען אין דיין הויז?
זאג די מיר א גנב גייט ענדערש צי א אויפגעשפארטע קאר אדער א ציגעשפארטע?
ס׳ווענדט זיך וואס ס׳ליגט אינעווייניג
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
#1 never quit
#2 always remember rule #1
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
אמת אז א גארד קעגן שווער באוואפנטע "היי פאוער" גאן'ס (צו באקומען איבעראל א דאנק מיטש מעקאנעל) האט נישט די בעסטע שאנסן, אבער דער פאקט אז עס איז דא סעקיוריטי דארט איז געווענליך גענוג דער מערדער זאל ענדערש זוכן אנדערע לאקאציעס מיט ווייניגער סעקיוריטי.
האפנטליך וועט יעצט מארגארעטן קענען דורכפירן א געזעץ אראפ צו נעמען די מיליטערישע סטיל וואפן פון די גאסן (כמעט אלע מאסן שיסערייען נוצן די סארט) און פארלאנגען בעקגראונד טשעקס - 97 פראצענט אמעריקע וויל עס חוץ מיטש מעקאנעל און זיינע חברים.
עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין אין פאליטישע דיסקוסיעס און פארטייאישע דעבאטעס, גאן קאנטראל א.א.וו.דא רעדט מען פון בלויז צוויי קאמאן סענס געזעצן וואס ממש גאנץ אמעריקע איז מסכים דערצו. אפשר אזוי ווי ס'איז געלונגען צו ברעכן דעם פאליטישן גרידלאק אויף פריזאן רעפארם קען דאס אויך געלונגען

דממה דקה האט געשריבן:מיטהאלדינדיג די דראמא איז מיין איך קלאר אז סעקיוריטי מיט הייס געווער זענען גארנישט ווערט קעגן א מערדער מיט א גאן, 50 העווי געפאנצערטע פאליציי מיט מאשין געווער, געטרעינט פאר א שלאכט זאנע, ציטערן פון צוויי טויטע טעראריסטן, וכש"כ לעבעדיגע.
א סעקיוריטי גארד ביי די טיהר איז גארנישט ווערט וכ"ש ווען ער איז אין א בודקע ביי די קארנער, פאר א מערדער וואס קימט על עסקי נפשות נעמט עס בערך א סקונדע צו ארלעדיגן דעם סעקיוריטי גארד, און אפילו ווען נישט, ווען מען שיסט מיט הייס געווער איז דער ערשטער צו אנטלויפן די גארד.
אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
קודם, א סעקיוריטי גארד קוקט זיך אים און איז גרייט צו רופן פאליס יעדע רגע. סא, אפילו טאמער האט ער נישט קיין שום געווער קען די פאליס זיין דארט א מינוט צוויי פריער און דאס קען ראטעווען א געוואלד.
צווייטנס, ווען א פארברעכער זעהט אז ס'איז דא סעקיוריטי און ער ווייסט נישט וויפול נאך גארדס געפינען זיך אינעווייניג, טראכט ער צוויי מאל און וועט מעגליך זיכן א צווייט פלאץ.
דריטענס, נישט אלע מערדער קומען מיט מאשין גאנס. ווען א פארברעכער קומט מיט א פשוטע ביקס אדער א מעסער (ווי למשל הר נוף) וועט א וועכטער אים קענען ארלעדיגן.
גארנישט איז נישט פארזיכערט אבער מ'קען נישט אוועקמאכן די וויכטיקייט פון האבן א גארד.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 440
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
- לאקאציע: נישט ביי זיך
א) ווען א רוצח ווייסט אז עס איז דא געווער אויף די אנדערע זייט טראכט ער צווי מאל פאר ער נעמט עס פאר זיין ציל.
2) סעקיארעטי מיינט נישט נאר גארדס, עס פעלט אויס אלע טירן צום בנין זאלן זיין פארשאפרט איבערן טאג, נאר עפענען מיט א באזזער נאכען זען די קאמערע. א סיסטעם צו אפשפארן די טירן פון די זיכערע שטאקן און קלאסן. א פלאן וויאזוי זיך ציבאגיין על כל צרה שלא תבא

- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8684
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
אבשלום האט געשריבן:משטייט יעצט אין די שעות נאך די שרעקליכע טראגעדיע פון דזשערסי סיטי, די פאקטן זענען קלאר, אנטיסימיטישע רוצחים זענען געקומען הארגענען אידן, חסדי השם אז סאיז זיי נישט געלונגען צו רצחנען מער קרבנות אבער א נפש אחת איז שוין גענוג, סלאזט זיך נישט טראכטן וואס דא וואלט ווען פאסירט אויב סגעלונגט זיי ווען אריינצוגין אינעם דערנעבדיגן ביהמ״ד פול מיט תינוקות של בית רבן
אין די לעצטע יארן זענען פארגעקומען צענדליגער מאסן שיסעריי איבער גאנץ אמעריקא, א גרויס חלק אין סקולס וכו׳ ווי מהאט געטארגעט קינדער אדער אין פלעצער ווי סאיז געווען א שטיקל עולם און די מציאות ווייזט אז סקומט היינט אן גרינג פאר א משוגענעם רוצח זיך איינצוהאנדלן military grade weapons
2019 אליין האלט שוין ביי +35 mass shooting incidents (פיר טויטע אדער מער) און 200 קרבנות
רבותי, ממוז זיך נעמען ערנסט רעדן וועגן סעקיוריטי!
אונזערע שולן, בתי מדרשים, חדרים און סקולס זענען געפערליך נישט פראטעקטעד, ווילאנג מהאט דאס נישט געפילט אויף די אייגענע הויט האט מען געקענט אוועקוקן און איגנארן דעם אמת אבער יעצט טאר מען מער נישט, נאך אזא אטאקע איז ליידער א שאלה פון צייט ביז די נעקסטער קאפיקעט רשע וועט אפירקומען ח״ו און אוודאי הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל אבער ממוז נעמען די זאך ערנסט צו פריווענטן אומזיסטיגע קרבנות
ועשית מעקה לגגך!
סאיז נישט גענוג צו האבן א סעקיוריטי גארד א יוקל וואס האט קוים געווער און אוודאי נישט געווער וואס קען זיך קעגנשטעלן high powered firearms וכדומה, יעדע קלאס צימער מוז האבן בולעט פרוף טירן און א lockdown mechanism פאר כל צרה שלא תבוא, יעדע סקול מוז פלאנירן בעסיק escape routes און פאליסיס וויאזוי צו דיעלן מיט אן אטאקע אינצידענט און שטעלן מענטשן וואס פארשטייען און זענען אין טשארדזש
רוב בתי מדרשים און שולן האבן נישט קיין געהעריגע עמערדזשענסי עקזיטס, אפילו אין א פאל פון פייער ח״ו איז געפערליך מסוכן און סאיז נישטא ווי צו לויפן געהעריג, ווער רעדט נאך אויב סהאנדלט זיך פון מאסן מערדער וואס קענען אריינקומען פונעם מעין ענטרעס און האלטן האסטעדזש דעם גאנצן בנין השם ישמרנו
לא עת לחשות!
סקולס און קאלעדזשעס איבער גאנץ אמעריקא שטאפירן זיך אויס מיט סעיפטי טעכנאלאגיע צו מינימיזירן קרבנות, ממוז שוין יעצט אננעמען אז סקען ליידער געשען ביי אונז און ממוז זיך גרייטן ווי סדארף צו זיין צו פארמיידן אומגליקן און נישט ח״ו זיין צועקים לשעבר
100% גערעכט!!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
כמעט נישט דא וואס צו טיען בנוגע סעקיורעטי, מען קען נישט סעקיורען יעדע גראסערי, בוטשער, דעלי, רעסטעראונט, ביהמ"ד, חדר און סקול.
די גוי'שע פובליק סקול'ס האבן געהאט שיסערייען פאר אנדערע סיבות און יענטץ מאכט זיך נישט ביי אונז, אבער צו סעקיורען קעגן א טעראר אטאקע איז ניטאמאל שייך ביי די גוים.
בטח בשם ועשה טוב.

קאנסילמאן האט געשריבן:כמעט נישט דא וואס צו טיען בנוגע סעקיורעטי, מען קען נישט סעקיורען יעדע גראסערי, בוטשער, דעלי, רעסטעראונט, ביהמ"ד, חדר און סקול.
די גוי'שע פובליק סקול'ס האבן געהאט שיסערייען פאר אנדערע סיבות און יענטץ מאכט זיך נישט ביי אונז, אבער צו סעקיורען קעגן א טעראר אטאקע איז ניטאמאל שייך ביי די גוים.
בטח בשם ועשה טוב.
יעדער פארשטייט אז עפעס סעקיוריטי דארף זיין. קיינער גייט נישט איבערלאזן דריי יעריגע קינדער אליין אין א בנין. די שאלה איז נאר ווי ווייט מ'דארף גיין.
בנוגע סעקיורן יעדע שול/גראסערי וכדומה איז טאקע נישט שייך אבער טאמער וועלן זיין סעקיוריטי גארדס יעדע צוויי גאסן קען א שנעלע רעספאנס אפהאלטן א טראגעדיע
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3175
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
עם הארץ האט געשריבן:100% true.
בטחון קומט נאך השתדלות. מען דארף טוהן למעשה.
איך האב געהערט אמאל פון הרב מיילעך בידערמאן אז א איד דארף האבן השתדלות לויט ווי פול בטחון ער האט, למשל א מענטש האט 30% בטחון דארף ער האבן 70% השתדלות, די זעלבע איז פארקערט, אבער דאס איז זיכער אז די תכלית איז צו האבן 100% בטחון אן השתדלות.
לפנות בוקר
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 954
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am
דממה דקה האט געשריבן:מיטהאלדינדיג די דראמא איז מיין איך קלאר אז סעקיוריטי מיט הייס געווער זענען גארנישט ווערט קעגן א מערדער מיט א גאן, 50 העווי געפאנצערטע פאליציי מיט מאשין געווער, געטרעינט פאר א שלאכט זאנע, ציטערן פון צוויי טויטע טעראריסטן, וכש"כ לעבעדיגע.
א סעקיוריטי גארד ביי די טיהר איז גארנישט ווערט וכ"ש ווען ער איז אין א בודקע ביי די קארנער, פאר א מערדער וואס קימט על עסקי נפשות נעמט עס בערך א סקונדע צו ארלעדיגן דעם סעקיוריטי גארד, און אפילו ווען נישט, ווען מען שיסט מיט הייס געווער איז דער ערשטער צו אנטלויפן די גארד.
אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
די נקודה פון די סעקריורטי איז צו האלטן די טיר פון מוסדות שטענדיג פארשפארט. נאר דער גארד קען עס עפענען.
עושר וכבוד האט געשריבן:דממה דקה האט געשריבן:מיטהאלדינדיג די דראמא איז מיין איך קלאר אז סעקיוריטי מיט הייס געווער זענען גארנישט ווערט קעגן א מערדער מיט א גאן, 50 העווי געפאנצערטע פאליציי מיט מאשין געווער, געטרעינט פאר א שלאכט זאנע, ציטערן פון צוויי טויטע טעראריסטן, וכש"כ לעבעדיגע.
א סעקיוריטי גארד ביי די טיהר איז גארנישט ווערט וכ"ש ווען ער איז אין א בודקע ביי די קארנער, פאר א מערדער וואס קימט על עסקי נפשות נעמט עס בערך א סקונדע צו ארלעדיגן דעם סעקיוריטי גארד, און אפילו ווען נישט, ווען מען שיסט מיט הייס געווער איז דער ערשטער צו אנטלויפן די גארד.
אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
די נקודה פון די סעקריורטי איז צו האלטן די טיר פון מוסדות שטענדיג פארשפארט. נאר דער גארד קען עס עפענען.
סא די בודקעלעך ביי די קארנער האט נישט מיט סעקיוריטי.