שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובהדורך אשר בחר בנו » זונטאג דעצמבער 15, 2019 4:57 pm

לעיקוואד האט געשריבן:
נאר_דאס_נישט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ווי ס'האלט יעצט. פארוואס האבן זיי געצילט דירקעט די גראסערי - שול ?
און פון וואו האבן זיי בכלל געוויסט אז דארט איז דא א אידישע גראסערי ?
דאכט זיך כ'האב געהערט אויף קולמא אז זיי זענען שוין געווען באזוכן די פלאץ. איז דאס ריכטיג ??

אלס א חלק פון די "שווארצע איזראלעיט גרופע" האבן זיי פיינט אונז די פרומע אידן.
איין סערטש אויף גוגל מעפס איז גענוג.


אגב, האב איך געהערט א טעאריע אז די מעיאר האט פשוט געוואלט אנזייען שרעק ביי די אידן דארט, מיטן זיין די ערשטע צו מעלדן אז ס'איז געווען אן אנטיסימיטישע אטאקע.


פארוואס פונקטליך זאל דער מעיאר וועלן אנזייען שרעק, האט ער עפעס קעגן די פרומע אידן? .


איך האלט אז עס נישט דא קיין ממשות און דעם, און עס איז נאריש צו זאגן אז דע מעיאר האט געוואלט אנזייען שרעק ביי די אידן.

אבער דאכט זיך אז קיין גרויסע אוהב ישראל איז ער נישט. און ער האט ביז דערווייל נישט ארויסגעהלפען דעם ישוב. (מילד געזאגט)

ער איז דער וואס האט נישט ערלויבט צו גדינדערן די הצלה און דזשערסי סיטי, אן אומדערהערטע שריט!

אזוי אויך האט ער דעם זומער ארויסגעטרעטן א קעגן די אידן ווען מען האט געדארפט זיין הילף איבער אן אנטסעמיטשע מאווי וואס מען האט פילמירט און די געגנט מיט האקן קרייצען

עס איז דא א גאנצע ליסט אבער יעצט איז נישט דע צייט פאר דעם.

אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

תגובהדורך אוסף החסיל » זונטאג דעצמבער 15, 2019 5:27 pm

blue moon האט געשריבן:די לעגענדע פון די שטמאטע אויפן קעמערע, קוקט אויס ווי געבראטענע שטותים.
אויב זיי האבן געוואלט אז די קעמרע זאל נישט רעקארדירן, יאגט מען אריין איין בוילעט און די קעמרע, און עס איז דערנאך דערמיט.

קולע אל השערה.

פשוט א שאד צו נוצן אזא גלייכע טענה אפצו-ווארפן הוילע פאנטאזיעס....

אביונה
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג דעצמבער 15, 2019 5:58 pm

דעם שבת ביים טיש, האמיר כמנהגי געלערנט ספה"ק נועם אלימלך, האב איך מיך אנגעשטויסן אין דעם שטיקל, עה"פ ויקח מן הבא בידו מנחה:

ויקח מן הבא בידו מנחה (לב, יד). יש לרמז היות שמנחה התגברות הדינים רחמנא ליצלן וצדיק כאשר צריך להציל עצמו מאיזה רשע אשר קם עליו אזי משרה עליו הדינים היוצאים בעת מנחה: ולזה אליהו גם כן עשה נקמה בנביאי הבעל בזמן ההוא, וזה היה גם כן כוונת יעקב במנחתו להשרות הדינים על עשו לבלתי יוכל לעשות לו רע ולא זה בלבד היה כונתו כי אם גם שמנחה, היא אותיות מנוחה, והיא אותיות מחנה שיהיו מחנות וכתות מלאכים מסייעים אותו להצילו מיד עשו אחיו ויהיו לו מנוחה ממנו: וזהו ויקח מן הבא בידו מנחה, פירוש מכל מה שבידו, פירוש בכחו ורשותו לרמוז במנחה את הכל כיוון בה ובזה הצליח נגדו, עכלה"ק.

ס'יז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק, די שרעקליכע פאסירונג וואס האט טאקע פאסירט בעלות המנחה!!
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג דעצמבער 15, 2019 6:11 pm

הגה"צ אב"ד סאטמאר וומס"ב ביי ניחום אבילים אצל משפחות פערענץ
107740609_116077.jpg
107740609_116077.jpg (157.3 KiB) געזעהן 5045 מאל

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » זונטאג דעצמבער 15, 2019 6:13 pm

סקולען לעיקוואד חיזוק שמועס אין זשערסי סיטי יעצט
צוגעלייגטע
Screenshot_20191215-180725_WhatsApp.jpg
Screenshot_20191215-180725_WhatsApp.jpg (510.2 KiB) געזעהן 5029 מאל

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » זונטאג דעצמבער 15, 2019 6:53 pm

א חיזוק דרשה פאר די נשים
צוגעלייגטע
20191215_184744.jpg
20191215_184744.jpg (620.51 KiB) געזעהן 4700 מאל

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 15, 2019 7:00 pm

יואלי קאכט האט געשריבן:א חיזוק דרשה פאר די נשים

..
dddd.JPG
dddd.JPG (81.2 KiB) געזעהן 4624 מאל

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג דעצמבער 15, 2019 8:49 pm

סענאטאר שומער ביי ניחום אבלים ביי משפחת דייטש
צוגעלייגטע
IMG_20191215_204731.jpg
IMG_20191215_204731.jpg (128.63 KiB) געזעהן 3962 מאל

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג דעצמבער 15, 2019 9:00 pm

blue moon האט געשריבן:די לעגענדע פון די שטמאטע אויפן קעמערע, קוקט אויס ווי געבראטענע שטותים.
אויב זיי האבן געוואלט אז די קעמרע זאל נישט רעקארדירן, יאגט מען אריין איין בוילעט און די קעמרע, און עס איז דערנאך דערמיט.

איך גלייב יא.
לא עבידי אינשי דמשקרי במילתא דעבידא לגלויי
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג דעצמבער 15, 2019 9:09 pm

שטומפיג האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:די לעגענדע פון די שטמאטע אויפן קעמערע, קוקט אויס ווי געבראטענע שטותים.
אויב זיי האבן געוואלט אז די קעמרע זאל נישט רעקארדירן, יאגט מען אריין איין בוילעט און די קעמרע, און עס איז דערנאך דערמיט.

איך גלייב יא.
לא עבידי אינשי דמשקרי במילתא דעבידא לגלויי

לאל

וועלקאם טו ריעל לייף
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ס'איז א סוד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:47 pm
לאקאציע: איך מעג נישט אויסזאגן

תגובהדורך ס'איז א סוד » זונטאג דעצמבער 15, 2019 9:25 pm

בעל דעת האט געשריבן:אנטשאלדיג במחכ"ת! האבענדיג שייכות מיטן געשעפט, איז די ווידיא פין אינעווייניג אין די געשעפט נאך נישט געארבערט, איז ביטע סטאפ מיט די נאן סענס

אויף קולמו זאגט איינער פון חסד של אמת אז די פאליס האט זיי געוויזן א קליפ פון 20 סקונדעס פון אין די געשעפט
א סוד פאר גאנץ בראד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג דעצמבער 15, 2019 10:00 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:שעות? פון די ראדיא קוקט אויס אז 1 אזייגער רעדן זיי שוין פון די דעכער.

מ'קען נאך יעצט איבער הערן די ראדיא? אויב יא, וואו?


moishy56 האט געשריבן:7.
קען מען איבערהערן די ג'רזי סיטי פאליצי דיספעטשינג
https://www.dropbox.com/sh/63i6e0r3z3gn ... wbIYa?dl=0

Working
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » זונטאג דעצמבער 15, 2019 10:48 pm

ס'איז א סוד האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:אנטשאלדיג במחכ"ת! האבענדיג שייכות מיטן געשעפט, איז די ווידיא פין אינעווייניג אין די געשעפט נאך נישט געארבערט, איז ביטע סטאפ מיט די נאן סענס

אויף קולמו זאגט איינער פון חסד של אמת אז די פאליס האט זיי געוויזן א קליפ פון 20 סקונדעס פון אין די געשעפט


יעך האב גערעד צו א חש"א מעמבער וואס האט געזען די ווידיא.

נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » זונטאג דעצמבער 15, 2019 10:53 pm

שטומפיג האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:די לעגענדע פון די שטמאטע אויפן קעמערע, קוקט אויס ווי געבראטענע שטותים.
אויב זיי האבן געוואלט אז די קעמרע זאל נישט רעקארדירן, יאגט מען אריין איין בוילעט און די קעמרע, און עס איז דערנאך דערמיט.

איך גלייב יא.
לא עבידי אינשי דמשקרי במילתא דעבידא לגלויי

@בלויע דאס איז בכלל נישט קיין טענה, אויף מענטשן וואס האבן זיך גרייט געווען מפקיר צו זיין זייער לעבן נאר צו קענען הרג'נען מענטשן פאר גארנישט און פאר נישט (ניטאמאל קיין נקמה). קען מען נישט פרעגן קיין קשיא "פארוואס זיי האבן נישט גענוצט זייער שכל"...
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג דעצמבער 15, 2019 11:11 pm

Working האט געשריבן:
ס'איז א סוד האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:אנטשאלדיג במחכ"ת! האבענדיג שייכות מיטן געשעפט, איז די ווידיא פין אינעווייניג אין די געשעפט נאך נישט געארבערט, איז ביטע סטאפ מיט די נאן סענס

אויף קולמו זאגט איינער פון חסד של אמת אז די פאליס האט זיי געוויזן א קליפ פון 20 סקונדעס פון אין די געשעפט


יעך האב גערעד צו א חש"א מעמבער וואס האט געזען די ווידיא.



@בעל דעת, אדער זאגט ער עס נאך בשם א שקרן, אדער.....

100% דא פון אינעווייניג.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 1:51 am

איך בין נייגעריג אויב איך בין דער איינציגסטער וואס האט האט אויפגעפאסט פון די אלע ווידעאוס דער מלמד הרב ראטה,
לע"ד קומט זיך אים ריכטיג די טיטל מלמד מומחה, אן אמת'ער איבערגעגעבענער ווארימער מלמד מיט א עכטע פארצייטישע סאטמארע חסידישע חן, און לאמיר נישט פארגעסן ער איז געזעצן אין חדר מיט 30 40 יונגלעך אויף זיין אחריות אן קיין שום השגה וואס פונקטליך גייט דארט פאר אינדערויסן, איין זאך האט ער געוויסט אז דארט טוט זיך אפ א שלאכט פעלד, און ווער ווייסט ווער ס'איז נעקסט?.....
דאס בארואיגן די קינדער בשעת ווען די אייגענע קישקעס דרייען זיך איבער פאר שרעק, די אחריות פון יעדע קינד,די קידוש השם פארנט פון די פאליס. לע"ד קומט עם א מעדאל

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 1:59 am

ברענגסט ארויס זייער א שטארקע נקודה,
די סיבה וואס מ'רעדט נישט דא דערפון איז ווייל יעדער זעהט עס און יעדער באווינדערט עס, יעדער קוקט אים שטארק ארויף, יעדער האלט אים פאר א מומחה ומחנך גדול,
ס'איז ביי יעדן א דבר פשוט מאוד אז מ'פילט נישט בכלל אז מ'דארף עס אויסשמוסען.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 2:09 am

שויתי ה' לנגדי תמיד

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 7:53 am

Goodmorning האט געשריבן:https://www.nytimes.com/2019/12/15/nyregion/jersey-city-shooting-terrorism.html

מען קען עס נישט ליינען נאר אויב מען באצאלט, ביטע קאפי ענט פעסט.
ישר כח

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:14 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:פרישע ווידיאו פון די אטאקע

https://www.dropbox.com/s/vpd1t6tqu46xl ... 6.mp4?dl=0

מיין גרויס חכמה זאגט מיר נאכן גוט באטראכטן דעם ווידיא, אז דאס וואס דער רוצח גייט קודם צו לינקס איז בכלל נישט צו די חדר טיר, נישט אפילו צו די פריוואטע טיר, נאר צו די פענסטער פון די גראסרי.

אויף דעם ווידיא זעהט מען קלאר די באקסעס פון די סיידוואק, דער יונגל וואס שטייט ביי די חדר טיר קומט אויס גאנצע צוויי באקסעס אפגערוקט פון וואו דער רוצח איז געווען אפילו אין אנהייב.
דערנאך זעהט מען דער רוצח זיך רוקן צו רעכטס סך הכל איין קעסטעלע אויפן סיידוואק, דאס מיינט אז ער האט זיך גערוקט מיט א קארגע פוס, נישט מער.

דאס שטימט שטארק מיט וואס ר' חיים דייטש פארציילט אז זיי זענען שוין געשאסן געווארן נאך ווען די רוצחים זענען געווען אינדרויסן.

בכלל טראכט איך צוליב אסאך סתירות, אז די רוצחים האבן נישט געהאט קיין עכטע קלארע סטראטעגיע, נאר א בערך'דיגע.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:19 am

מעשה נורא :lol: :lol: :lol:
צוגעלייגטע
IMG-20191216-WA0016.jpg
IMG-20191216-WA0016.jpg (224.82 KiB) געזעהן 1365 מאל

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:25 am

זיי זנען בפשטות געקומען צו דעם "דזשואיש סענטער", אדער כלשונם של השכנים די "דזשו ספאט", ער האט לכאורה נישט געהאט קיין שום פריוואטע חשבון מיט'ן גראסערי.

די סברא זאגט אז ער האט געמיינט די שול בנין, ווי נאר ער האט געזען אידן אין געשעפט פונדרויסן, האט ער תיכף אנגעהויבן שיסן אהין, אדער האט ער געוואלט די געשעפט מסדר זיין אונטערוועגנס דורך דעם גרויסן פענסטער, זעענדיג ווי דער עולם אין גראסערי אנטלויפט צו די בעק, איז ער אריינגעלאפן אינעווייניג, עס קען געמאלט זיין אז ער האט געמיינט אז דער "דזשואיש סענטער" איז איין אפענע פלאץ און ווען ער גייט אין סטאר איז ער שוין אין די סענטער, מעגליך אז ער האט נאר געוואלט פונדרויסן רח"ל אראפשיסן אלע פון געשעפט דורכ'ן פענסטער, און גיין צום נעקסטן בנין, אבער מן השמים האט מען אים געווינקן, בלייב דא וואו דו ביסט.

#אלעס בלויז השערות

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:25 am

משהלע, דער לאקס האט זיך געטוישט דעם נאמען צו לעבל? אדער איז ער גאר געווען דארט א רואה ואינו נראה?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:30 am

משהלע האט געשריבן:מעשה נורא :lol: :lol: :lol:

ווער איז די בעת דמיון?
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג דעצמבער 16, 2019 9:33 am

משהלע האט געשריבן:מעשה נורא :lol: :lol: :lol:

אפאר טעג נאכן אטאקע ווערט געבוירען א נייע אוד מוצל מאש??!!

די איזרעילי צייטונגען פון דערוייטענס וועלן גלייבן די מעשיות..
אבער פאר די אמעריקאנר יודן קען מען נישט פארקויפן אזעלכע מעשיות..
--

ער האט געהייסען די יונגל אנטלויפן?
סאיז דאך דא א video ווי מזעהט אז סאיז שקר!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, אור, אינטערסאנטע איד, אן א נאמען, יאנקי, יש ברירה, ממש אזוי, משה בן יעקב, נייע שטאט, סארקאזי און 80 געסט