שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

תגובהדורך סעלצער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:56 pm

אפאר איינצעלהייטן ווער ס'קען ביטע איסקלארן
1)ווי איז די חדר העכער די סטאר אדער העכער די שול? אויב העכער די שול סא וואס איז העכער די סטאר און צו ווי פירט די זייטיגע טיר?
2)אויב ס'העכער די סטאר מיינט דאס אז די רוצחים זענען פארביי די אלע שטאקן פונעם חדר און ארויף אויפ'ן דאך? (לויט ווי ס'געווען באריכטעט)
3)איז די גלאז פון די טיר אראפ גקומען פון די קוילן פון אנפאנג?
4)ווען האט מען געהארגעט די רוצחים?
5)ווי אזוי האט די פאליציי ציגעלאזט אז שטיינמעץ זאל ציגיין ממש ביזן טיר פון די בעק בערך א שעה נאכדעם וואס די שיסעריי האט זיך אנגעפאנגן? זענען נישט געווען דארט פאליציי?! דעמאלטס פארוואס זענען נישט די רוצחים פון דארט ארויסגעלאפן?
ביטע ענטפערט נאר פאקטן נישט קיין השערות, ייש"כ למפרע

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:56 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:Van updated with ballistic panels.

וואףףף!!!!! די חברה האבן געהאט שרעקעדיגע פלענער, ה"י


ווי אזוי טוהט מען דאס אן קיין פרעמדע הילף? זיי האבן געארבייט ״אליין״

עס מיינט זיי האבן געפלאנט צו שיסן פון די ווען אן ווערן געשאסן
העבר אין, העתיד עדיין, ההווה כהרף עין.... דאגה מנין???

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:57 pm

די בעק טיר פון גראסערי איז געווען אפען די גאנצע צייט און די נס איז אז זיי זענין נישט ארויס פון דארט צום שוהל וכדומה נאר זענין געבליבן אין גראסערי

אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

קִרְעוּ לְבַבְכֶם

תגובהדורך אוסף החסיל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:57 pm

יעצט גענדיגט אויסהערן די הארץ רייסענדע הספדים,
רבותי! ווי קען מען גיין ווייטער???

גלייבט מיר טייערע אידן, מיט פארטרערטע אויגן גיסט זיך מיר ארויס דאס פאלגענדע:


לבינו נשפכות כמים,
נשארנו בפיק ברכים,
ברפיון ידים,
ממה שראינו בעינים,
ושמענו באזנים,
אוי כי לקינו בכפליים,

בכינו ויללנו פעמים,
על הרוגי גרינוויל וחלליהם,
הנאהבים והנעימים בחייהם,
פערענץ ודייטש למשפחותיהם,
נפלו לפני בני עוולה בני חם ומצרים,
רוצחים ארורים שפלים וטמאים,
שונאינו נשאו ראשיהם,
ובדבר אשר זדו עליהם,
ובשנאה כבושה בליביהם,
לא שעו לצעקותיהם,
הרגום בדמי ימיהם,
לא הגיעו אפילו לחצי שנותיהם,
הוי אבינו בשמים,
האם תכפר על דמיהם,
אנא, נקום לעינינו נקמיהם,
רחם על עמך מרודפיהם,


מכאן נביע לקרוביהם,
ייטיב ה' ולא יוסיף עוד ליסריהם,
ימחה ה' דמעה מעל פניהם,
כימות ענותיהם ינחמיהם,
בתוך שאר עם ישראל אחיהם,
עדי נשוב יחד שבטי ישראל לירושלים.

על החתום: כלל ישראל בהמוניהם.
לעצט פאראכטן דורך אוסף החסיל אום זונטאג דעצמבער 15, 2019 5:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:58 pm

וועו האבן זיי געגנבעט די ווען ?

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:59 pm

צווייפעל האט געשריבן:אזא מאסיווע אטאקע פלאן אן קיין קלארע מעסעדזש פארוואס זיי טוען עס ? האבן זיי עפעס געשריגן ?

קוקט אויס ווי א טרוקענע גזירה פון הימל.

די שלאפסט ?

זיי האבן געלאזט א צעטעלע אין די ווען אז זיי טיען עס וועגן זייער גלויבן און זי האבן פיינט ווען זיי האבן פיינט און זיי האבן געפיינט סיי לאו ענפארסמענט און אידן השם ישמרנו

ססגונא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:17 pm

תגובהדורך ססגונא » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:59 pm

dovidal האט געשריבן:די בעק טיר פון גראסערי איז געווען אפען די גאנצע צייט און די נס איז אז זיי זענין נישט ארויס פון דארט צום שוהל וכדומה נאר זענין געבליבן אין גראסערי

והאנשים אשר פתח הביתה הכו בסנורים

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:00 pm

ציגעלע האט געשריבן:זעה איך יעצט א באריכט פין א פרישע שיסעריי אין די געגנט ר"ל איינער מיט אינפא?

איינער האט געהערט דערוועגן?

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:00 pm

פרעזידענט האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:Van updated with ballistic panels.

וואףףף!!!!! די חברה האבן געהאט שרעקעדיגע פלענער, ה"י


ווי אזוי טוהט מען דאס אן קיין פרעמדע הילף? זיי האבן געארבייט ״אליין״

עס מיינט זיי האבן געפלאנט צו שיסן פון די ווען אן ווערן געשאסן

אביונה האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:Van updated with ballistic panels.

וואףףף!!!!! די חברה האבן געהאט שרעקעדיגע פלענער, ה"י

קענט מיר אפשר מסביר זיין, וואס איז דאס ballistic panels

זיי האבן געבולעט פרופט די גאנצע ווען

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:01 pm

צווייפעל האט געשריבן:אזא מאסיווע אטאקע פלאן אן קיין קלארע מעסעדזש פארוואס זיי טוען עס ? האבן זיי עפעס געשריגן ?

קוקט אויס ווי א טרוקענע גזירה פון הימל.

איינער האט שוין יא געברענגט אויבן מהאט געפונען א קוויטעל אין טראק
על "טעם וריח" אין להתווכח

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:01 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:ווען זיי האבן געזעהן אז זיי האבן שוין אטאקירט יעדעם אינעם געשעפט, פארוואס זענען זיי נישט געלאפן ווייטער ארויף צו די חדר ר"ל ווי עס איז לכאורה געווען זייער פלאן?
וואס האבן זיי געטון 20 מינוט אין א ליידיגע געשעפט?ו'

די פאליציי איז בחסדי השם תיכף געווען אויף די סצענע, און זיי בלאקירט פון ארויסגיין פון די געשעפט און גיין ווייטער.

כ'פארשטיי נישט וואס איר רעדט. די געשאסענע זענען שוין געשאסן געווארן נאך פאר די רוצחים זענען אריין אין געשעפט. לאמיר זאגן זיי האבן געדארפט האבן נאך א האלבער מינוט צוצוענדיגן אין געשעפט, די פאליציי זענען דאך געקומען צו לויפן א גאס אוועק, וואס געדויערט לכה"פ א מינוט, און זיי האבן דאך תיכף באשאסן די פאליס, און די אנדערע פאליס האט דאך געדויערט אפאר מינוט אנצוקומען, טא, פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען וווייטער?

דער טראק וואס איז אריינגעפארן אין סטאר, איז געווען מיט'ן ציל צו הרג'ענען די רוצחים?, און פ"וו האט זיך אויסגעפעלט אריינצופארן? מ'קען דאך הרגענען פון דרויסן אויכעט?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

ססגונא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:17 pm

תגובהדורך ססגונא » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:02 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:Van updated with ballistic panels.

וואףףף!!!!! די חברה האבן געהאט שרעקעדיגע פלענער, ה"י


ווי אזוי טוהט מען דאס אן קיין פרעמדע הילף? זיי האבן געארבייט ״אליין״

עס מיינט זיי האבן געפלאנט צו שיסן פון די ווען אן ווערן געשאסן

אביונה האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:Van updated with ballistic panels.

וואףףף!!!!! די חברה האבן געהאט שרעקעדיגע פלענער, ה"י

קענט מיר אפשר מסביר זיין, וואס איז דאס ballistic panels

זיי האבן געבולעט פרופט די גאנצע ווען

וואס האבן זיי פין די ווען אויב זיי קומען ארויס

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:03 pm

ולא מיין האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:ווען זיי האבן געזעהן אז זיי האבן שוין אטאקירט יעדעם אינעם געשעפט, פארוואס זענען זיי נישט געלאפן ווייטער ארויף צו די חדר ר"ל ווי עס איז לכאורה געווען זייער פלאן?
וואס האבן זיי געטון 20 מינוט אין א ליידיגע געשעפט?ו'

די פאליציי איז בחסדי השם תיכף געווען אויף די סצענע, און זיי בלאקירט פון ארויסגיין פון די געשעפט און גיין ווייטער.

כ'פארשטיי נישט וואס איר רעדט. די געשאסענע זענען שוין געשאסן געווארן נאך פאר די רוצחים זענען אריין אין געשעפט. לאמיר זאגן זיי האבן געדארפט האבן נאך א האלבער מינוט צוצוענדיגן אין געשעפט, די פאליציי זענען דאך געקומען צו לויפן א גאס אוועק, וואס געדויערט לכה"פ א מינוט, און זיי האבן דאך תיכף באשאסן די פאליס, און די אנדערע פאליס האט דאך געדויערט אפאר מינוט אנצוקומען, טא, פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען וווייטער?

דער טראק וואס איז אריינגעפארן אין סטאר, איז געווען מיט'ן ציל צו הרג'ענען די רוצחים?, און פ"וו האט זיך אויסגעפעלט אריינצופארן? מ'קען דאך הרגענען פון דרויסן אויכעט?

די פאליציי האט די גאנצע צייט צוריק געשאסן און בלאקירט צו זיכער מאכן אז זיי קומען נישט ארויס פון געשעפט.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:03 pm

ססגונא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:די בעק טיר פון גראסערי איז געווען אפען די גאנצע צייט און די נס איז אז זיי זענין נישט ארויס פון דארט צום שוהל וכדומה נאר זענין געבליבן אין גראסערי

והאנשים אשר פתח הביתה הכו בסנורים

ואפילו בהסתרה, שבתוך הסתרה, בוואדאי גם שם...
די ווייטאג איז נאך זייער גרויס. נישט דא קיין ווערטער... דאך, האט מען געזעהן אזויפיהל ניסים... בדרך הטבע, האט דא געקענט זיין א ריזיגע שחיטה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:03 pm

https://www.dropbox.com/s/9ogc94a6a4i1a ... 3.mp4?dl=0

מי כעמך ישראל אידישע קינדער אפליפערענדיג מאכלי שבת פאר די צובראכנע תושבים

שכך krm פון בארא פארק

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:04 pm

הלשון האט געשריבן:די אחדות און אהבת ישראל וואס הערשט ביי אידישע קינדער - כי אנשים אחים אנחנו - האט זיך דערקענט אויף די פרייליכע פנימ'ער פון אינג און אלט ווען דער בעל הנס ר' חיים דייטש הי"ו, איז היינט ווידער געקומען דאווענען שחרית אין פאפא ביהמ"ד (ווי ער דאווענט יעדן טאג).

נאכ'ן אריינכאפן אין זיך צוויי הייסע קוילן, וואס די בארבארישע טעראריסטן האבן געצילט אויף איהם זייענדיג אין די דזשערסי סיטי גראסערי פארלאפענעם דינסטאג, איז בהשגחה עליונה געלונגען פאר ר' חיים זיך צו ראטעווען פון די גיהנם, און ארויסלויפן פון די אונטערשטע טיר.

א גרעסערע ציבור איז ספעציעל געקומען מיטהאלטן ביי קריאת התורה, ווי אזוי ר' חיים מאכט די ברכת הגומל בשם ומלכות, און דער ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן בשירה ורקידה "חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו".

עטליכע מתפללים האבן צוגעשטעלט לקח ומשקה, און מיט א זעלטענע התרגשות ושמחה האט מען זיך געוואונטשן לחיים טובים ולשלום, און מעתה ועד עולם זאל מען נאר זוכה זיין צו זעהן חסדים גלויים.

חיים דייטש - ברכת הגומל - דראפבאקס


google drive Please?

Thanks

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:04 pm

ערליכער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:אזא מאסיווע אטאקע פלאן אן קיין קלארע מעסעדזש פארוואס זיי טוען עס ? האבן זיי עפעס געשריגן ?

קוקט אויס ווי א טרוקענע גזירה פון הימל.

די שלאפסט ?

זיי האבן געלאזט א צעטעלע אין די ווען אז זיי טיען עס וועגן זייער גלויבן און זי האבן פיינט ווען זיי האבן פיינט און זיי האבן געפיינט סיי לאו ענפארסמענט און אידן השם ישמרנו
טעם וריח האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:אזא מאסיווע אטאקע פלאן אן קיין קלארע מעסעדזש פארוואס זיי טוען עס ? האבן זיי עפעס געשריגן ?

קוקט אויס ווי א טרוקענע גזירה פון הימל.

איינער האט שוין יא געברענגט אויבן מהאט געפונען א קוויטעל אין טראק


ביים פרעסע האבן די אינסטאנצען נישט צוגעשטומט אז מען האט געטראפן אזא צעטל.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:05 pm

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:די מצוה פון וחי עמך גייט אן ביי א גוי אויך (רש"י ויקרא כה,לה; השגות הרמב"ן על ספר המצוות עשה טז).

ממש נישט פשוט וואס דו טענה'סט
פון אנדער זייט איז עס א הרבע שאלעה פון לא תחנם, קען זיין אז עס איז דא א היתר פון הכרת הטוב אדער פון מפרנסין


קידוש השם און די גויים וועלן זיך בעסער באנעמן צו אידן
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:05 pm

קשיות אומפארענטפערט דערווייל נאך די היינטיגע פרעס קאנפערענס.
1) וואס פונקטליך איז געווען מיט די פאליס / דעטעקטיוו? וויפיל אזייגער איז עס געשען? ווי אזוי איז צוגעגאנגען די קאנפראנטאציע?
2)האבן די מערדער נאכגעקוקט די שול/סטאר פארדעם? פון וואו האבן זיי געוואוסט אז עס איז דא א אידישע שול/גראסערי? זיי האבן נישט געוואוינט אין די געגענט. איך גלייב אז מען קען עס וואוסן דורך נאכקוקן זייער אנליין סורטשעס, און חזקה אז די עף בי איי וועט טוען זייער ארבעט און פונקטליך וויסן וואס דא איז פארגעגאנגען.
אויסצושטעלן די ווען מיט באליסטיק פענעלס וואס קען זיין באשיצט פון גאן פייער איז נישט גרינג און דאס זאגט אז זיי האבן זיכער געהאט אנדערע כוונות, פאר א גראסערי מיט עטליכע קאסטומערס און אפילו די חדר רח"ל פעלט נישט אויס אזא ווען. קען זיין זייער ציל איז געווען אן גרויסע איווענט אוטסייד.
פארוואס האט די פאליס נישט אליינס געמאלדן אז ער איז געשאסן געווארן? נארמאל זענען זיי געלערנט עס גלייך איינצומעלדן ווען זיי קענען נאך, ווי אויך טוט א פאליס אפיציר נישט קאנפראנטען א סוספעקט, אפילו א קליינע מאווינג ווייעלעישאן נאכדערצו מארד סוספעקטס אן בעקאפ/איינמעלדן פאר דיספעטש אז ער גייט צו די און די קאר מיט די לייסענס פלעיטס, און לאקעישאן.

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:06 pm

moishy56 האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:



.



געלט קאמפיין פאר די געהארגעטע פאליציי, איז שוין פארמאכט
--

מ'בעט דעם גאנצן ציבור זיך משתתף זיין אין די צדקה אקציע
און שעי"רן דעם לינק צו וועם מ'קען.

די דזשוירזי סיטי שיסעריי קאמפיין

https://www.charidy.com/jcvictims


געלט קאמפיין פאר די געהארגעטע פאליציי, איז שוין פארמאכט
און עס האט געברענגט א סכום פון $48,239.31 כמעט דאפעלט פונעם ציל
יעדער וואס קען זאל גיבן פאר די דשערסי סיטי קאמפיין עס זאל אנקומען אויך אזוי - דאפעלט פונעם ציל

https://www.charidy.com/jcvictims
לעצט פאראכטן דורך הייליג אום דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

תגובהדורך אוסף החסיל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:06 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
ססגונא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:די בעק טיר פון גראסערי איז געווען אפען די גאנצע צייט און די נס איז אז זיי זענין נישט ארויס פון דארט צום שוהל וכדומה נאר זענין געבליבן אין גראסערי

והאנשים אשר פתח הביתה הכו בסנורים

ואפילו בהסתרה, שבתוך הסתרה, בוואדאי גם שם...
די ווייטאג איז נאך זייער גרויס. נישט דא קיין ווערטער... דאך, האט מען געזעהן אזויפיהל ניסים... בדרך הטבע, האט דא געקענט זיין א ריזיגע שחיטה.

ריין אמת.
אויך זענען פאליציאנטן געשטאנען אויף די דעכער ארום, אויך אין די בעק

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:07 pm

אונז ווייס מיר דאך נישט וואס זייער ווייטערדיגע פלענער זענען געווען, סקען זיין זיי האבן געמיינט אז סוועט אזוי ווי אייביג נעמען עטליכע מינוט ביז פאליציי קומט אן און זיי וועלן נאך האבן צייט צוריקצוגיין צום ווען און גיין צום נעקסטן טארגעט, למעשה ווי סקוקט אויס איז זיי עפעס נישט געגאנגען אזוי ווי זיי האבן געפלאנט נאר אזוי ווי דער באשעפער האט געפלאנט

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:07 pm

כל טוב האט געשריבן:געהערט פון איינעם וואס האט געזעהן די ווידיא פון אינעווייניג אינעם געשעפט בשעת די רציחה,

איין שיסער איז געלאפן צום טיר אין בעק צו לויפן ווייטער ווארשיינליך צום ביהמ''ד אדער ת''ת רח''ל ער איז אבער בחסדי ד' בתוך ההסתרה אראפ געפאלן (אפשר געשאסן געווארן דורך זיין שותף) נישט קענענדיג ווייטער גיין און דארט געלעגן פארוואנדערט ממשיך געווען צו שיסן, ויאמר למלאך המשחית וכו' הרף, ברוב רחמיו האט זיך זייער בייזוויליגע פלאן נישט אויסגעארבעט.
נאך זעהט מען דער גוי ארבעטער פון געשעפט האט געהעפט די טיר פאר ר' חיים דייטש צו אנטלויפן אבער ער אליין האט שוין נישט אנגעיאגט צו אנטלויפן.
די מחזה וואס מ'זעהט איז שרעקליך.
די חסדים גלוים וואס דא איז געווען מורא'דיג גרויס.

יא ר' חיים האט מיר דאס געזאגט

ער איז אנגעקימען צים טיר ציזאמען מיטן גוי, ביידע אויפאיינמאל, ער פון איין אייל און די ערל פין א צווייטע אייל
די ערל האט אנגעהויבען עפענען די טיר און דעמאלטס איז ער אומגעפאלן, חיים האט אים געדארפט איבערטאנצן און ער איז בחסדי השם ארויסגעלאפן

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:08 pm

מי כעמך ישראל

טרערן פון פרייד ווי מען זעט די מיטלייד פון אחינו בני ישראל פאר תושבי זשערסי סיטי

Toys 4 u אפליפערענדיג א טראק מיט טויס פאר די ערשטירטע קינדער פון זשערסי סיטי

שכך ר' יוסי איצקאוויטש שכח

ממנו ילמדו
צוגעלייגטע
IMG-20191212-WA0162.jpg
IMG-20191212-WA0162.jpg (156.92 KiB) געזעהן 912 מאל
IMG-20191212-WA0161.jpg
IMG-20191212-WA0161.jpg (98.09 KiB) געזעהן 912 מאל
IMG-20191212-WA0160.jpg
IMG-20191212-WA0160.jpg (93.24 KiB) געזעהן 912 מאל

אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

תגובהדורך סעלצער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:10 pm

נאך אפאר
1)וויפיל אפיצירן זענען געווען ביים אפשטעלן די ווען ביים סעמעטערי?
2)אויב 2 דעמאלטס פארוואס האט א ציווילער געדארפט אריין רופן 12:38 אז ער זעהט איינעם אויף דער ערד?
3)אויב נאר איינער פון ווי האט מען שוין פון אנפאנג געוויסט ווער ס'האט אים געשאסן? (אפשר א dashcam)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, אזוי גאר!, בילדער, גיזוגט, כאפצעם, מצליח, נארגוטס, פלעסטיק, שמחהלע קאפשטיק און 27 געסט